מיינע שרעקעדיגסטע מאמענטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

מיינע שרעקעדיגסטע מאמענטן

שליחה דורך berlbalaguleh »

אזוי ווי ס'איז דאך היינט די שבע ברכות פון אונזער רעזידענט שפראכן פראפעסאר, לאשיצער באטשי, וועל איך זאגן א שטיקל תורה מעניינא דיומא...!

פארוואס האביך געשריבן שרעקעדיג/ און נישט שרעקליך. ווייל שרעקליך איז געוויינליך א מצב וואו איך בין נישט קיין פארטיסיפאנט/באטייליגטער. דאס רופט מען אין ענגליש...Horrible...!

משא"כ שרעקעדיג באשרייבט א מצב וואו איך בין אויך א באטייליגטער. אין ענגליש הייסט דאס...Scary...!

די ערשטע מעשה וואס איך קען מיך יעצט דערמאנען איז געשעהן מיט בערך 13 יאר צוריק.

פארנדיג בערך אום 9 אזייגער ביינאכט מיט א פולן באס. אויפ'ן וועג אהיים פון מתמידים סדר. האביך באמערקט ווי א ספארטס קאר, געטריבן דורך אונזערע היימישע שאבאב'ניקעס פארט זייער ווילד. פון איין זייט גאס צו די 2'טע. שטעלט זיך אפ האסטיג אינמיטן (שארט סטאפס, בלע"ז) און פארט ווייטער ווילד. (הנקרא בלשונינו, בוירנינג ראבבער). איך האב מיך פרובירט צו האלטן א שטיקל מרחק פון זיי. זעענדיג אז זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין די פארקערטע ריכטונג פון א טו-וועי סטריעט. און 2 פון די וואוילע יונגען זענען ארויס פון קאר. ביניך ווייטער געפארן אויף מיין רוט. פלוצלינג.. אן קיין שום ווארנונג זענען זיי ווילד אריבערגעקומען אויף מיין זייט און זיך אפגעשטעלט 2 פוס פון מיין באס. איך האב אין מיין פאנטאזיע געזעהן ווי איך פאר ארויף אויף זיי מיט'ן באס און איך מאך א קרעפל פון זיי מיט זייער קאר צוזאמען. איך האב אין מיינע מחשבות שוין געזעהן די הצלה אמבולאנסן פליען און די פאליציי מאכן חקירות ודרישות...! בחסדי ה' האב איך געקענט סטאפן 1 אינטש פאר זייער קאר...! עד כאן סיפור #1.

די צווייטע מעשה איז געשעהן ווען איך האב געטון עלעקטרישע ארבעט ביי א חשוב'ע משפחה אין בארא פארק. שטייענדיג אויפ'ן לייטער אין די קאך האביך באמערקט ווי די פרוי, די בעלת הבית האט גענומען דעם קאפפי פערקאלעיטאר וואס איז געווען איינגעפלאגט אין א פלאג העכער דעם סינק. (וועלכער אומ-נארמאלער עלעקטרישן האט געמאכט א פלאג העכער דעם סינק, ווייס איך נישט) און זי פולט עס אן מיט וואסער. און דער פלאג איז אויך נישט געווען פון די פראטעקטיוו טייפס וואס מ'דארף לויט'ן געזעץ אריינלייגן אין א קאך. איך האב געגעבן א שפרונג אראפ פונ'ם לייטער. און איך האב איהר געזאגט אז זי האט יעצט געלייגט איהר לעבן אין א גרויסע סכנה...!

ניין. מעשיות פון די מאפיא מיט אנדערע רויבערס מיט גאנס קען איך מיך יעצט נישט דערמאנען.

ווער ס'ווייסט פון נאך שרעקעדיגע מצבים וועלכע האבן זיך ב"ה געענדיגט גוט, ווערט געבעטן ארויפצולייגן דא.

נאך א זאך. ווער ס'ווילל דא פארציילן ווי גוט דער טשאלנט און קוגל איז געווען ביים קידוש שבת אין ביהמ"ד, קען עס אויכעט דא ארויפלייגן. איך וועל נישט קאמפלעינען אז ער פארדרייט דעם אשכול...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא רבותיי: איך האב מיך דערמאנט נאך א שרעקעדיגע מצב אין מיין לעבן. אלס יונגערמאן נאכ'ן חתונה ווען איך האב שוין גראדואירט פון כולל. (כ'האב שוין געהאט געטרונקען גענוג קאווע. און קיין סעללפאונס און וואטסעפפ און טוויטטער זענען נאכנישט געבוירן געווארן.) האביך געארבעט אין א גרויסן נוירסינג האום אין די מעינטענענס דיפארטמענט.

איך האב געהאט א שטיקל ידיעה אין עלעקטריק און פלאמבינג. דארטן האט אויך געארבעט איינער א פרייער אמעריקאנער איד מיט'ן נאמען על באכראו. דער איז געווען 6 און א האלב פיס הויעך. און אויסגעזעהן ווי א בער. ער האט זייער שטארק ליעב געהאט צו באצירן זיינע ארבעטס קליידער מיט פארשידענע טעגס וועלכע האבן פארציילט פון זיין גרויסקייט. אויף איין זייט פון זיין העמעד איז געווען א טעג ..."מעקעניקל ענדזשיניער"... און אויף די אנדערע זייט איז געווען צוגעטשעפעט א טעג..."בילדינג ענדזשיניער"... ער איז געווען דער הויפט פון די מעינטענענס דעפט. ער איז אבער געווען א געשוואלענער עם הארץ סיי אין עלעקטריק. און סיי אין פלאמבינג.

מאכט זיך איין טאג אז אין איינס פון די רומס אויפ'ן העכסטן שטאק האט די סטיעם נישט געארבעט. האט ער מיך גערופן אז איך זאלל מיטגיין מיט איהם. (יא. כ'האב פארגעסן צו זאגן אז דער פארשוין, מלשון פרשנדתא האט נישט געארבעט אליינס. ער האט נאר ארויסגעגעבן באפעללן). הייסט ער מיר אז איך זאלל אויפמאכן דעם שטאפער אויפ'ן ראדיעיטאר.. אבער מ'מוז דאס אויפמאכן זייער שטארק פארזיכטיג. און נאר א ביסל. דאמאלס גייט ארויס די לופט און דער סטיעם נעמט זיך ארבעטן. אומר ועושה. כ'האב עס אנגעהוין אויפצודרייען. זאגט דער בהמה איך זאלל עס נאכמער אויפמאכן. ער איז נישט געווען צופרידן. זאגט ער מאך עס אויף נאך מער. איך בין געווען א וואויל יונגל. איך האב געפאלגט. פלוצלינג האט דער שטאפער ארויסגעשאסן מיט גרויס קראפט און ס'האט גענומען שפריצן קאכעדיגע וואסער. און א פאציענט, א קראנקע פרוי איז געליגן אין דעם רום. און דער גרויסער ענדזשיניער שטייט דארט באמאכט. ווי א גולם. און די פרעשור איז געווען זייער שטארק. מ'מוז שנעלל טראכטן וואס צו טון. ווייל די וואסער קען ח"ו גיין אויף די פעישענט. האביך געזעהן א האנטוך ליגן אויפ'ן פלאר. איך האב פרובירט צו לייגן דעם האנטוך. אבער ס'האט נישט געהאלפן. האביך פרובירט די לעצטע עצה פאר איך האב מיך מייאש געווען. כ'האב גענומען די האנטוך. און מיט מיין פוס האביך עס צו געדריקט מיט'ן גאנצן כח און געהאלטן פאר בערך 5 מינוט. ביז דער גרויסער ענדזשיניער איז געגאנגען און פארמאכט די סטיעם פון די בילדינג...! עד כאן סיפור #3
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: האטץ רחמנות. רופטס ענק אן. אנא. איך בעט ענק. פרובירט אייך צו דערמאנען עפעס דראמאטישע מצבים וועלכע איהר זענט אדורך. און בחסדי ה' איז גארנישט ערנסט געשעהן...!

ביז דער עולם וועטציך עפעס דערמאנען. אפילו הומאריסטיש. זעה איך אז איך וועלל מוזן אליינס שוויצן.והנה...: ווען איך בין נאך געווען א בחור האביך געהאט א חבר וואס איז אויכעט געווען מיין חברותא. זיין טאטע איז אייביג געווען בדיוטא התחתונה עקאנאמיש. נישט סתם אן ארימאן. נאר א בלוטיגער ארימאן. און מ'האט איהם געהאלטן פאר אן עצלן אויך...!

ויהי היום. און דער טאטע פון מיין חבר איז אויפגעראכטן געווארן. (זייער משפחה. ----'ער חסידים. זענען עס תולה אין די ברכה פון זייער רבי'ן זצ"ל). און דער איד. צוזאמען מיט זיין ברודער זענען אריין אין א שותפות. זיי האבן אנגעהויבן בויען ריזיגע, קאמערשל בילדינגס אין א נייע ביזנעס געגנט אין שטאט. און זיי האבן שטארק מצליח געווען. די טבע פון אן אביון ווען ער ווערט אויפגעראכטן איז אז ער איז אזוי ווי א דורשטיגער. ער קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן. און ער ווילל דערכאפן און אניאגן די אלע גוטע זאכן וואס ער האט פארפעהלט. ער האט געטוישט קארס א יעדע 2 יאר. און זיין ..."אלטע"... קאר האט ער געגעבן פאר זיין זון, מיין חברותא. פארשטייצעך. אז איך האב אויך נישט דערלייגט צו דעם געשעפט. אין די לאנגע זומער טעג האט ער מיך געלאזט דרייוון זיין ..."נייע"... קאר נאכ'ן סדר...!

ער האט מיך אויך ארומגעפיהרט אין די בילדינגס פון זיין טאטן. להראות את גדלו. ואת עושר כבוד מלכותו. ב"ה...!

איינס פון די (אומ-אחריות'דיגע?) זאכן וואס זיין טאטע האט געטון. איז איבערגעבן אלע וויכטיגע שליסלען פון די הויפט עקוויפמענט פון די בילדינגס פאר זיין זוהן. אן 18 יעריגן בחור'ל. און זיין טעמישן חבר. אויך א בחור פון 18 יאר. וואס האט געקוקט מיט התפעלות אויף די אלע וואונדערליכע זאכן. צווישן די שליסלען וואס דער בחור האט געהאט אין זיין באזיץ איז אויך געווען אויפ-צודרייען און אויסלעשן דעם מעין עלעקטריק סוויטש פון א 14 שטאקיגן בילדינג. מיט עלעוועיטארס, פעקטאריס און אפיסעס. אומר ועושה. מיין חבר גייט צו צו די מעין עלעקטריק סוויטש פון דעם גרויסן בילדינג. לייגט אריין דעם שליסל און ציעט אראפ דאס הענטל...ס'איז געווארן חושך ואפילה. שוין. אין א מינוט ארום צינדט ער צוריק אן די לעקטער. און מ'גייט ארויס כאילו לא היה...!

בשעת מעשה האביך נישט געכאפט אין וואספארא סכנה אונז זעמיר געווען. ס'וואלט ח"ו געקענט ווערן אן אמת'ע עקספלאוזשן און א קאטאסטראפע מיט קרימינאלע קאנסעקווענצן פאר דעם אחראי. (דער בעה"ב פונ'ם בילדינג.).

ווער ס'איז בקי אין וויאזוי עלעקטריקל סיסטעמס ארבעטן ווייסט אז דאס איז א גרויסע סכנה. ווען מ'לעשט אויס און מ'צינדט צוריק אן די עלעקטריק אין א גרויסן בילדינג, איז דא א גאנצע פראצעדור וויאזוי דאס צו טון...! שומר פתאים ה'...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שומר (פתאים?) השם...

ליכא ענוותן כבערל...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא. שומר פתאים, ה'. ווען נישט דער שומר פתאים וואלט איך געווען אין א פייער אין בעיסמענט פון א גרויסן בילדינג. און א שאדן פון צענדליגער טויזנטער דאללער...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מיינע שרעקעדיגסטע מאמענטן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיין שרעקעדיגע ערפארונג

מיט א פאר יאר צוריק, האב איך געזען א נייעם מעלדונג אין מיין אישי קעסטל, פון איינער פון די אחראים אויף די קאוועשטיבעל אונזערע. איך האב געמיינט עס איז א בקשה פאר א מאמר אויף עפעס, צו א מעלדונג אויף א געזעץ וואס איך האב פארלעצט.

איך האב עס גע׳עפענט און עס איז מיר געווארען קאלאמונטע אין הארצן. נישט מער נישט ווייניגער, אז די גאנצע שטיבעל אונזערע פארמאכט זיך אויף אייביג! די שרעק איז געווען אומבאשרייבבאר (ווי די התרגשות ביים רבינ׳ס הקפות). עס האט זיך אנגעהויבען פליסען אשכולות אין אלע זייטען, מיט בקשות, סטראשעריי, וויינעריי, טענה׳ריי און שווייגעריי (פון דער גרויסע שווייגער המכונה פארשוויגען).

די שרעק איז אבער אריבער נאך א וואך צווי, ווען אלס איז צוריק אינדערארדנונג.


ברוך ה׳, אנגעקומען מיט די שרעק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: און ס'האט ב"ה נישט געקאסט דאס לעבן אדער געזונט פון קיין שום איד. בחסדי ה' אפגעקומען בלויז מיט שרעק...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא. רבותיי. לויט ווי איך זעה האטציך דערוילעם נאכנישט אנגערופן זייער שטארק צו מיין אפיעל. אויסער ליטוואק. וואס האט פארציילט א דראמאטישע מעשה וויאזוי ער איז בחסדי השי"ת אפגעקומען בלויז מיט שרעק. ווען ער האט געמיינט אז דאס שטיבל וועט זיך ח"ו אויסשטרעקן. און ס'איז נישט געשעהן. נאר קאווע שטיבל האט ב"ה מאריך ימים ונשים געווען עד מאה ועשרים...! אינצווישן האביך מיך דערמאנט פון נאך א שרעקליכע (און שרעקעדיגע) מעשה וואס איך בין אדורך. און איך בין ב"ה ארויס געקומען מיט גאנצע ביינער...!

אין דעם טאג וואס דער שוטה, טיפש, לעמעך, אקס און רשע מרושע און פרא-פאלעסטינער פערדסקאפ דזשימי קארטער, ימ"ש איז אויסגעוועהלט געווארן אלס פרעזידענט פון אמעריקע, ביניך געפארן אויפ'ן בעלט פארקוועי, מיט א צובראכענע קאר. איך האב מתחילה געוואוסט אז די ..."לינקידזש"... פון קאר איז צובראכן. איך האב געטראכט. איך וועלל נאך אריינכאפן איין דזשאב. און פון דעם געלט וועלל איך לאזן פיקסן מיין קאר...! אזוי פארנדיג אין די לינקע לעין, האט א שנעלל פארנדיגע קאר מיך .."אנגעטאטשט"... און די קאר האטציך געגעבן א שארפן דריי אויף רעכטס. ווען איך האב געוואלט אויסגלייכן. האטציך מיין קאר גענומען פארן אויף לינקס, מיט א שנעללקייט. וואו איך האב נאר געדרייט דעם קאר איז עס געפארן אין די פארקערטע ריכטונג. איך האב געזעהן אז איך פארליר קאנטראל. האביך אראפגעלייגט מיין קאפ אויפ'ן סיעט. און געהאפט אויף חסדי ה'. איך האב געהערט א סאך שארט סטאפס (פון מיין אייגענע קאר. און אפשר אויך פון אנדערע קארס.). איך האב געהערט און געפיהלט אז מיין קאר ברעכט אדורך דעם ..."סענטער בערריער"...די צוים וואס טיילט אפ ביידע זייטן פונ'ם הייוועי. איך האב נאכדעם געהערט נאך א קראך. און מיין קאר האטציך אפגעשטעלט. איך האבמיך אויפגעהויבן און איך זעה אז איך לעב נאך, ב"ה. אין בין אינסטינקטיוו ארויסגעטאנצן פון קאר. האביך באמערקט אז די קאר האטציך אפגעשטעלט אויפ'ן ..."שאולדער"...פון די פארקערטע זייט. און ס'איז געווען אין א סכנה אז די קאר זאלל זיך אראפ ראוללן דעם בארג. ביניך שנעלל צוריק אריינגעשפרינגען אין מיין קאר. און עס געלייגט אויף..."פארק"...!

ס'גייט אדורך א מינוט און איך הייב אן טראכטן וואס צו טון נעקסט. פארט אדורך א אידישע קאר. און דער דרייווער זאגט צו מיר..."זעץ דיך שנעלל אריין אין מיין קאר. איך וועלל דיך צו פיהרן צום האספיטאל"... איך האב איהם באדאנקט און געזאגט אז איך פיעל פיין, ב"ה. זאגט ער צו מיר. ס'נישט קיין חכמות. איך בין אויכעט געפארן אויפ'ן הייוועי. איך האב געזעהן דיין קאר ווי ס'דרייטציך. איך בין געווען זיכער אז דער מענטש פון די קאר וועט נישט ארויסגיין קיין לעבעדיגער. אינצווישן האביך געטאטשט מיין קאפ. האביך געזעהן אז ס'רינט בלוט פון מיין קאפ. כאטש אן ווייטאג. האביך אנגענומען זיין פארשלאג. און געפארן מיט איהם צו קאני איילענד האספיטאל...!

אנקומענדיג אין האספיטאל האבן מיך מקבל פנים געווען א פאר שחורים. נו. זיי איילן זייך קיינמאל נישט ווען יענעם'ס לעבן איז אין א סכנה. זיי האבן פשוט ארומגעפוילעצט. האט ער גענומען מאכן א ויצעקו. אז דער מענטש (איך) איז יעצט אריבער אן ערנסטן עקסידענט. און זיי זאללן זיך א ביסל צו איילן צו באהאנדלען. האבן זיי זיך אנגעשטרענגט. און מיר געמאכט 4 סטיטשעס אויפ'ן קאפ...אפגעקומען מיט שרעק. (כמעט אזוי שרעקעדיג ווי די בשורה אז קאווע שטיבל פארמאכט זיך.). איך האב יענעם שבת (דאס איז געשעהן פרייטיג) געבענטשט גומל...!

איך ווייס אז ס'וועללן זיין קלוגע אידן פון די חכמי השטיבל וואס וועללן פרעגן קשיות אויף די מעשה. און איך ווייס אויכעט וועלכע קשיות זיי וועללן פרעגן. אבער פאר מ'פרעגט א קשיא קענמען עס נישט פארענטפערן. אלזא. איך בין מוכן ומזומן צו פארענטפערן (כמעט) אלע קשיות וואס דער עולם וועט פרעגן...!
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

מיינע שרעקעדיגסטע מאמענטן

שליחה דורך הויזן טראגער »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הויזן טראגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

מען קען נאך זעהן די סימנים פון די סטיטשעס ?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יענע שבת וואס די האסט געבענטשט גומל, האסטו חאטש געגעבן קידוש? אויב יא וואס האסטו געגעבן? קאלט? ווארעם?

ביי די יארטאג שטעלסטו תיקון? אויב יא ווי?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי:איך האב נישט געגעבן קיין קידוש...ווייל איך בין א קארגער ד.א... :lol:

איך געב א יעדן שבת קידוש ביי מיר אין שטוב. מיין אדרעסס איז...1-6- 5-אי סטריעט אין בארא -ארק...!
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

[tag]berlbalaguleh[/tag] אויב דער שנעל פארענדער קאר וואס האט "אנגעטאטשט" דיין קאר, האט פאורזאכט דעם עקסידענט, ער איז געווען דער גורם, דעמאלט וואלטסטו כאטש געקענט פון אים פארלאנגען ער זאל דיר צאלן דיין צעפליקטן "לינקידזש" :lol: און דער סיפור וואלט זיך יא געענדיגט היפש פריידיג :lol:
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווער זאגט אז איך האב נישט באקומען א שטיקל סכום הגון...?! נאר ער איז געווען א היט ענד ראן. מ'האט מיר מייעץ געווען אז איך זאלל גיין צו א לאיער. איך האב געוואלט לאזן געמאכט. און דאנקען השי"ת אז איך בין ארויס מיט'ן לעבן. נאר דער לאיער האט נישט אפגעלאזט. ער האט געמוטשעט אז איך זאלל מאכן א קעיס. דא האביך אויך געזעהן השגחה פרטית. ווייל די טאו-טראק קאמפעני (וועלכע זענען מפי השמועה געווען מאפיאנערן) האבן מיך געמוטשעט אז איך זאלל איבערשרייבן די רעדזשיסטרעישן אויף זייער נאמען. ווייל אנישט. האבן זיי געסטראשעט. וועללן זיי מיר טשארדזשן פאר אראפשלעפן דעם קאר פונ'ם בעלט פארקוועי. און א יעדן טאג עקסטער פאר סטארידזש...! שוין. איך האב איבערגעשריבן די קאר אויף זייער נאמען...! א טאג שפעטער קאללט מיך די אינשורענס קא. אז זיי וויללן אראפשיקן אן אינוועסטיגעיטאר צו אינספעקטן די קאר. האביך זיי געענטפערט אז איך האב שוין אוועקגעגעבן די קאר פאר די טאו-טראק קא...! נאכדעים האבן זיי מיר געמאכט חקירות ודרישות אויפ'ן טעלעפאן. זיי האבן מיך אויך געשיקט צו א דאקטער. כדי מיך צו אונטערזוכן. צו מאכן זיכער אז איך האב נישט אליינס אנגעשטעלט דעם קלאפ אין קאפ און די צוקלאפטע ריפן אין טשעסט...!

צום סוף האביך ב"ה באקומען דעם ריזיגן סכום פון 3,000 דאללער. פון וואס דער לאיער האט גענומען 49%. און בטובו הגדול האט ער געלאזט פאר מיר 51%...!
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

שוין, נו רעדעך יא צום דבר.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לבי ובשרי: נאר אוואו ביסטו געווען אין יארע 1977?!

דו דארפסט נישט ענטפערן. א יעדער ווייסט שוין דעם ענטפער...! לאל...!
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

berlbalaguleh האט געשריבן:לבי ובשרי: נאר אוואו ביסטו געווען אין יארע 1977?!


נו, וואו טאקע בינעך געווען? נישט במעי אמי :roll:
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לבי ובשרי: נאר געיושב'ט...! דאמאלס איז עס נאכנישט געווען אין סטייל. ס'נאך נישט געווען קיין שיינע אידן, דארט...!
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

berlbalaguleh האט געשריבן:לבי ובשרי: נאר געיושב'ט...! דאמאלס איז עס נאכנישט געווען אין סטייל. ס'נאך נישט געווען קיין שיינע אידן, דארט...!

ולא הבן כי עמוק הוא.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
פארשפארט