אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק

שליחה דורך קאווע קריטיק »

אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק


דורך: קאווע קריטיק


די דיקע ביכלעך איינס איבערשטייגנדיג דעם אנדערן וואס זענען ערשינען אצינד אויף יו"ט פסח, און די צעווארפעניש וואס הערשט ביי די אידישע ניוס-סטענדס מיט אומצאליגע זשורנאלן און אויסגאבעס פון אלע סארטן, איז אין מיינע אויגן חומר למחשבה, און צייגט אויף א ניי געבוירענע רענאסאנס פאר'ן אידישן שריפט.

אויב מיט פינף און צען יאר צוריק איז גארנישט געווען צום געפינען אין אידיש-רעדנדן מארק סיידן די אלטגעזעסענע צייטונגען, דארפן די אומצאליגע נייע אויסגאבעס וואס פילן אן די פאליצעס און די אלץ דיקערע און פארגרעסערטע יו"ט אויסגאבעס וואס זענען אין קאנקורענץ מיט די טעלעפאן ביכער אין דיקקייט, צייגן אויף א געיעג צווישן די ארויסגעבער און רעדאקטארן צו ערפילן א געוויסע לאך. עס מוז זיין אז עס שפירט זיך א געוויסער חלל און פון הינטער'ן באוואוסטזיין זענען אלע אין קאמף צו קריגן א ביסן און איינקויפן פראמינענץ אין א פיצל מארקעט וואס קען לכאורה נישט דערהייבן אזא איבערפלוס.

אין דער צייט וואס די קוואנטיטעט שטייט ביים העכסטן שטאפל ווי סיי ווען אימער, איז אבער די קוואליטעט אן אנדערע מעשה. איך בין נישט מסכים מיט די שווארץ-זעער וואס קלאגן אלעמאל ווען מ'רעדט פון אידישן געדרוקטן ווארט אז ס'איז אין דיותא התחתונה. לדעתי איז פארהאן אסאך גוטע סחורה און אסאך גוטע שרייבערס, דער פראבלעם איז אז עס איז משתמש בערבוביא אין אן ערוב-צעמישעניש פון פלאגיאירטע ווערק, ענדלאזע פראמאס און אנאנסן און די צווייטע קלאס נידריג-ראנגיגע דאזע פון סחורה וואס אנטהאלט חרוסת און אמאטורישע בחור הזעצערישע ווערק פון אזעלכע וואס ווייסן נישט וויאזוי אויסצושרייבן זייער נאמען און אהערשטעלן א נארמאל געשריבענעם זאץ.

אלזא, וואו בין איך דא פארקראכן?

אין דעם גאנצן ליטעראטורישן געפילדער, האט אויפגעשיינט א פרישן שטערן וואס ברענגט שוין איינמאל חידושים און קריעטיוויטי צום טיש. א נייער נאמען איז ארויפגעקומען אויף דער שריפטליכער ארענע וואס פון ערשטן מינוט צייגט ער אויף זיין אייגנארטיקייט, ווי אנדערש פון רוב שרייבערס וואס באהאלטן זיך אונטער פסעוודאנימען און היזשאב-שלייערן האלט ער נישט זיין אידענטיטעט בסוד און ער איז דא מיט פולן נאמען און געזיכט.

הרב אליהו יואל גליק האט קוים אויסגעפאקט זיינע רענצלעך אין שריפטליכן קווארטיר און זיין נאמען און מער אזוי זיינע ווערק שיקן ווייטע כוואליעס.

עס האט זיך נאר געפאדערט פאר ליטעראטורישע ליבהאבער צו לעזן צוויי דריי פאראגראפן פון זיין וואונדערליכער יצירה "יחץ אן לחץ" אין דעם יו"ט'דיגן מאמענט מאגאזין, צו כאפן אז די רעדע איז פון א פענע-מייסטער וואס שטופט די ווייטגרייכנדקייט פון א געשריבן ווארט צו א פרישע שטיפע.

הרב גליק איז א זון פון אלעמען באקאנטן עלעקטערישאן ר' ז'רח א'ור ב'חושך גליק, וועמענס זיסע מליצה'לע מאכט אונז שוין שמייכלען ביים מישן דעם ביזנעס דירעקטארי פאר צענדליגער יארן. אין א בחינה פון ובא השמש, וזרח (פאן אינטענדעד...) השמש, האט הרב גליק'ס האריזאנט געגעבן א שיין אויף מיט דער פטירה פון זיין רבי'ן דער סקולענער צדיק זי"ע. זיין ערשט געשריבענע ווערק איז פארעפנטליכט געווארן אין "מאמענט" אלס הויפט געשיכטע נאך דער פטירה פון רבי'ן.

אלס סקולענער חסיד, האט ער אויסגעגאסן זיין הארץ אין א הארצרייסנדער און פאעטישער אבידה-מאנאלאג ווי נאר א חסיד קען, שרייבנדיג מיט הארץ און געפיל און אריגינעלקייט וואס מ'קען נישט פאפן. ער האט זיך אבער נישט באגנוגנד בלויז מיט קלאג-לידער און טרויער פראזע נאר אייגנטליך אריינגעפלאכטן אינטערעסאנטע זכרונות און פערזענליכע קבלות און איבערלעבענישן, וואס ער האט געהערט פון סקולענער רבי'ן במשך די יארן וואס האט געגעבן פאר זיין ארטיקל באזונדערע וואג.

איינמאל ס'האט זיך געעפנט דער קראן האט מער נישט אויפגעהערט צו רינען. דאס האט נאכגעפאלגט א וואך דערויף מיט אן ארטיקל איבער די שבעת ימי אבל אין סקולען וועלכע האט עקזעמפליפירט דער נאטירליכער טומל אין סקולענער הויף במשך די שבעה טעג און גלייכצייטיג געברענגט אריגינעלע שילדערונגען אויפגעכאפט ביי די תיקון-טישלעך און וואס חסידים דערציילן אין די טעג פון די אבילות.

קוים וואס ער האט איינגעטינקט דעם פעדער אין טינט-פלעשל און באלד האט זיך עס ווי צעגאסן אין אידישן קיאסק. הרב גליק האט אום פסח דאמינירט דער אינהאלט פון צוויי פון די פראמינענטסטע אידישע מאגאזינען מיט סחורה על גבי סחורה פון רייכסטן אינהאלט.

גליק צייכנט זיך אויס אין קוואליטעט ווי אין קוואנטיטעט, אין מאמענט איז ער ערשינען מיט אייניגע ארטיקלען: א שילדערונג איבער דעם נייעם ישוב אין לינדען, אן ארטיקל אויף די סקולענער קינדער, און דער גולת הכותרת, דער פריערדערמאנטער אריגינעלער "יחץ אן לחץ" ארטיקל.

ס'איז שווער צו אילוסטרירן די אייגנארטיקייט פון דעם געשריבענעם שטיקל ארט פאר די וואס האבן עס נישט געליינט. ס'איז מסתמא אנדערש ווי סיי וואס איר האט נאר געליינט אמאל אין א אידישער אויסגאבע. פאעזיע געפלאכטן מיט חומר למחשבה, הומאר געפעדימט מיט ניצליכע טיפס צו אימפלימענטירן א פאזיטיווער אטמאספער און צוגאנג צו א סדר נאכט -- אן קיין צווייפל א רעוואלוציאנירנדער סטיל ארטיקל וואס מאנט אבער גלייכצייטיג לאזט איבער א שמייכל אויפ'ן געזיכט.

אין א בליק איז דער הויכפונקט פון דעם יו"ט ווידעראמאל געווען די ארבעט אדער אייגנטליך די רייזע פון הרב גליק אין פארעם פון א שפיאניר אין דער שטאט "צפת", א הערליכער תוכנ'דיגער פראיעקט וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אין צואמענארבעט פון בארימטן שריפטשטעלער הרב שמעון שלמה זילבער, דער פאסיגער שותף פאר אזא אונטערנעמונג זייענדיג לכאורה דער מערסט פראליפישער שרייבער און פון די טאלאנטפולסטע שריפטשטעלער אין דער היינטיגער עפאכע מיט ענדלאזע בלעטער אין קינדליין, מאמענט און א בליק.

גליק איז פערזענליך אראפגעפארן און געוויילט אייניגע טאג אין צפת, וואו ער האט באזוכט זיינע אור-אלטע קווארטלען און נאסטלאגישע געסלעך, היסטארישע ערטער, שולן און קברי צדיקים. ליינענדיג די צענדליגער בלעטער אריגינעלע אבזערוואציעס שיינט עס ווי כמעט וואס צפת איז געשאפן געווארן פאר זיין נפש הפיוטית.

אויסער די אריגינעלע שילדערונגען, פליסט די קונסטליכע מליצה'לעך ווי "ב'צפת'א דשבתא", "מה רב טוב אשר צפת'ת לרעך" און פיל נאך. צומאל צעשפילט זיך זיין פאעטישע ביינדל ווי דער ליינער שפירט ממש זיין גארנדע נשמה טרייסלען. אז עס ווערט נאכט אין צפת ווערט נישט טונקל, נאר די שטאט פון שטיין ווערט פארוואנדלט אלס די שטאט פון גאלד, ווען די גאסן לעמפלעך טוען באגיסן די ווייסע שטיינער מיט גין-גאלד.

גליק ברענגט צום טיש א זעלטן מושלמ'דיגן פעדער וואס אנטהאלט אלעס אויסער קלישעי. גאר אפט וועט ער שליסן זיינע שורה'לעך מיט אייניגע שורות פאעזיע אדער גראמען וואס שיטן אן איבעריגן שיכט גלאנץ איבער זיינע יצירות. די קינסטליכע פינגער אפדרוקן וואס גליק האט איבערגעלאזט אין אזא קורצער צייט מאכט וואונדערן אין וועלכן הייל און נעבן וועלכן באקסער בוים איז דער טאלאנטפולער שרייבער געווען באהאלטן ביז יעצט? ס'איז צו אלעמענס פרייד ווי פרישע טאלאנט ווערט אנדעקט, און מער פון דעם אז זיי טרעפן פלאטפארמעס ווי זיך אויסצודרוקן און אויסאקערן באדנס פון שעפערישקייט און שרייבערישע קונסט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין. די צפת ביכל האב איך נאך נישט געליינט אבער די יחץ ארטיקעל אין מאמענט איז געוועהן ממש גאלד
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יא, זייער גוט אראפגעלייגט. איך האב אויך מורא'דיג הנאה געהאט פון זיין שרייבן און מער אזוי זיין דרייסט און אפנקייט. אין ארטיקל אויפ'ן סקולענער רבי געדענק איך ווי ער האט עס אראפגעלייגט זייער פערזענליך, ער ברענגט דעם גאנצן אויסטויש ווי ער רופט זיין טאטן דערציילן אז דער רבי איז נישטא און זיין טאטע יאגט זיך צו א שמחה ווייל אפילו ווען מ'קלאגט האט דער רבי געלערנט אז מ'דארף טון וואס מ'האט צו טון און נישט פארגעסן פון יענעמ'ס שמחה.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

הרב קאווע קריטיק, איך האף אז איר שרייבט ערגעץ וואו, ווייל דיין פענע איז אויסדרוקליך באשאפן געווארן ליהנות בו בני אדם.
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

חסיד פון ליטא האט געשריבן:הרב קאווע קריטיק, איך האף אז איר שרייבט ערגעץ וואו, ווייל דיין פענע איז אויסדרוקליך באשאפן געווארן ליהנות בו בני אדם.

זיכער, כ'שרייב דאך אין ק"ש. ;)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

.
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

הרב גליק האט אנגעהויבן א נייע קאלום אין מאמענט גערופן "פענסטערלעך" און וואס זאל איך אייך זאגן, זיין פענע איבערראשט יעדעס מאל פון פריש.
אין דעם וואכנדיגן ארטיקל שטעלט ער פאר א גאלדענעם שטיקל ליטעראטור שילדערנדיג מיט הייסע פארבן זיינע פערזענליכע עמאציעס אלס א טאטע וואס באגלייט זיין בחור וועלכער רייזט אפ אין ישיבה אין אויסלאנד צום ערשטן מאל. די רירנדע שורה'לעך זענען ווי אן אפענע הארץ אפעראציע אין א כרחם אב על בנימ'דיגער הארץ, רוי און ווארעם, פאעטיש און גלייכצייטיג פראוואקירנד און תובע'דיג ווי ער מאנט אזוי ענווה'דיג פון זיך אליין ווי פון יעדן טאטן צו לאזן פלאץ פאר'ן קינד ארויסצואוואקסן מיט זיינע אייגענע פליגלען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע קריטיק: ייש"כ פאר מכתיר זיין הרב אליהו יואל גליק שליט"א אלס טאלאנטפול'ער שרייבער. און אלס סקולענער חסיד. און אויך זיין יחוס אלס ברא כרעא דאבוהו. איך קען זיין טאטע אלס גאר פראפעסיאנאלער עלעקטרישן וועלכער איז אייביג געווען איבערגעגעבן אלס געטרייער חסיד לבית סקולען. ער האט געטון עלעקטרישע ארבעט פאר די סקולענער מוסדות (ביהמ"ד, וכו') אינגאנצן פריי פון אפצאל. אויך זיינע שטענדיגע אדווערטייזמענטס אין די אידישע זשורנאלן זענען אייביג געווען מלא חן...!
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

די וואך אין "פענסטערלעך" פון הרב אליהו יואל גליק, האט פאסירט אן אויפרייס אין די וועלט פון אידישע ליטעראטור.

הרב גליק דערציילט איבער א שרעקליכע "בוליאינג" פאסירונג וואס האט זיך אפגעשפילט מיט אים ווען ער איז געווען א יונגל אין קעמפ, וויאזוי דאס האט אים צובראכן אויף שברי-שברים, און עווענטועל געעפנט זיין הארץ צו לעבן א לעבן פון אהבה, נתינה, און ווארעמקייט. ער האט אויסגענוצט די פלאטפארמע צו רעדן צו אלע יונגלעך/מיידלעך אין קעמפ, אז זיי זאלן קיינמאל נישט טשעפענען קיין אנדערע קינדער ח"ו (באגלייט מיט די באקאנטע פחד'דיגע קאנסקווענצן וואס די טשעפעניאקעס זעען שפעטער אין אייגענעם לעבן, ווי עס האט ליידער פאסירט מיט די וואס האבן אים געבוליעט), און אזוי אויך האט ער געגעבן עצות פאר קינדער וואס ווערן געבוליעט, וויאזוי זיי זאלן זיך אומגיין דערמיט.


אויסער די עצם קאלום, וואס יעדע וואך שניידט עס גאר טיף אריין אין הארץ, און כ"ש וכ"ש ווען ער האט אנגערירט אזא ווייטאגליכע טעמע ווי קינדער וואס בוליען/ווערן געבוליעט, איז די דאזיגע "פענסטערלעך" געווען א חידוש גדול צוליב איר קוראזשפולע חלק.

הרב גליק דערציילט "בדידי הוה עובדא", פארוואס און וויאזוי מ'האט אים געצאפט די בלוט, וויאזוי ער האט זיך געשפירט נאכדעם, און וואספארא אפעקט דאס האט געהאט אויף זיין לעבן. ער פארקוקט נישט קיין פרט, ער [כלומרשט] "פראקט זיך אויס" ברבים, שילדערנדיג אלע זיינע הרגשים מיט אלע פיטשעווקעס.


די טיפיקל היימישע מהלך פון "א יעדער נאר נישט מיך" - עקזיסטירט נישט ביים מחודש'דיגן שרייבער הרב גליק, און דאס איז מעגליך דער אורזאך פארוואס אזויפיל מענטשן ווערן אנגעקניפט אין זיין פערזענליכקייט און אין זיינע קאלומ'ס. פון זיין פעדער רינט נישט נאר ארטיסטישקייט, גוטע לשונות, א רייכקייט און געשמאקקייט, נאר עס רינט אויך לויטערקייט און ריינקייט, אויטענטישקייט און "הכל על השולחן" אפנקייט, מיט וואס אלע קענען זיך אידענטיפיצירן.

אין דרייסיג יאר ארום, ווען מ'וועט זיך וואונדערן וויאזוי אונזער גאס האט זיך געטוישט פון לעבן פאר יענעם, צום לעבן אמת'דיג און אויטענטיש, זאל מען זיך דערמאנען אז די קערנדלעך האט הרב גליק איינגעזייט, ארויסווארפנדיג דעם "מה יאמרו הבריות" פון די פענסטערלע"ך.


ייש"כ [tag]קאווע קריטיק[/tag] פארן עפענען דעם אשכול, אז כ'זאל טרעפן אן ארט וואו ארויסצוברענגען מיינע הרגשים.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

יישר כוח הרב ארי נוהם פארן ארויסברענגען מיינע הרגשים איך בין אויך נבהל ונשתומם געווארן ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל . די ערשטע מאל אין היסטארי אזאנס פאסירט א יוד א טאטע פון קינדער מיט זיין עכטע נאמען מיט אפילו א בילד פון זיך זאל זיך אזוי אויספראקן און ארויסברענגען אפילו ווי זיינע ליידן האבן עים געבויעט צו זיין דער ווארעמע מענטש וואס ער איז היינט האט מיר אפילו געברענגט טרערן אנבעליוועבל!!
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

יא.
א חידוש פון א שרייבער און קאלום.

בתוה"ד שרייבט דארט הרב גליק אז עפעס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך, און דערפאר האט מען אים גע'רודפ'ט.

בין איך נאר נייגעריג במה דברים אמורים. וואס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

לבי ובשרי האט געשריבן:יא.
א חידוש פון א שרייבער און קאלום.

בתוה"ד שרייבט דארט הרב גליק אז עפעס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך, און דערפאר האט מען אים גע'רודפ'ט.

בין איך נאר נייגעריג במה דברים אמורים. וואס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך?

ניצט דיין דזעלי וואס ליגט העכער דיין שטערן.....
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

קאצקע ציקער האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:יא.
א חידוש פון א שרייבער און קאלום.

בתוה"ד שרייבט דארט הרב גליק אז עפעס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך, און דערפאר האט מען אים גע'רודפ'ט.

בין איך נאר נייגעריג במה דברים אמורים. וואס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך?

ניצט דיין דזעלי וואס ליגט העכער דיין שטערן.....

דאנט ווארי קאצקע, ס'איז אקעי. כ'בין נישט היינט אראפ פון שיף..
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

Re: אויפגייענדער שטערן בעולם הליטעראטור: הרב אליהו יואל גליק

שליחה דורך אבי גערעדט »

לבי ובשרי האט געשריבן:יא.
א חידוש פון א שרייבער און קאלום.

בתוה"ד שרייבט דארט הרב גליק אז עפעס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך, און דערפאר האט מען אים גע'רודפ'ט.

בין איך נאר נייגעריג במה דברים אמורים. וואס האט פאסירט וואס מאכט זיך ביי אסאך?

בלע"ז קורין אותו איינגעמאכ"ט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ווידער אמאל האט אונדז דער מייסטער שריפט שטעלער איבערראשט מיט זיין ארטיקל דעי וואך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האלט געווענליך נישט פון זיינע שרייבערייען אבער די וואך איז עס אן אויסערגעווענליכער ארטיקל, די איידיע איז פיל טיפער ווי ער האט עס ארויסגעשריבן און ער וואלט עס ווען געקענט סאך מער אויסברענגען אין געפיל און אין פראקטיק אבער פאר די געדאנק אליינס קומט אים צען פוינטס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מאך זיכער האט געשריבן:איך האלט געווענליך נישט פון זיינע שרייבערייען אבער די וואך איז עס אן אויסערגעווענליכער ארטיקל, די איידיע איז פיל טיפער ווי ער האט עס ארויסגעשריבן און ער וואלט עס ווען געקענט סאך מער אויסברענגען אין געפיל און אין פראקטיק אבער פאר די געדאנק אליינס קומט אים צען פוינטס.

אז איר קענט בעסער שטעלן א שריפט אדרבה! מיר קענען קוים ווארטן מיט שפאנונג פאר אייערע מייסטער ארטיקלען....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאכדעם וועט נאכפאלגן א באזונדערער אשכול פון פלאגיאריזם אויף קאווע שטיבל פון מאמענט.

כ'זאג כל הכבוד פארן געדאנק און עס זעט פשוט אויס אז עס בליצט אים אריין א געדאנק און ער יאגט זיך עס אפצושרייבן דעריבער איז ער נישט גענוג מרחיב בדיבור און ער וואלט פיל מער געקענט שרייבן, קאנסטרוקטיווע קריטיק בלע"ז.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אנטשולדיגט. מיין פראבלעם איז נישט אז איר קריטיקירט. איך האב זייער ליעב קריטיק. אבער איר זאגט אז איר קענט אסאך בעסער, נו, ווארטן מיר מיט שפאנונג אויף אייער געקענעכטץ. אז איר קענט יא פארוואס זענט איר אזוי שטיל?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאך זיכער האט געשריבן:איך האלט געווענליך נישט פון זיינע שרייבערייען אבער די וואך איז עס אן אויסערגעווענליכער ארטיקל, די איידיע איז פיל טיפער ווי ער האט עס ארויסגעשריבן און ער וואלט עס ווען געקענט סאך מער אויסברענגען אין געפיל און אין פראקטיק אבער פאר די געדאנק אליינס קומט אים צען פוינטס.

זיי מער מעיין בעפארן אטאקירן
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מאך זיכער האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:איך האלט געווענליך נישט פון זיינע שרייבערייען אבער די וואך איז עס אן אויסערגעווענליכער ארטיקל, די איידיע איז פיל טיפער ווי ער האט עס ארויסגעשריבן און ער וואלט עס ווען געקענט סאך מער אויסברענגען אין געפיל און אין פראקטיק אבער פאר די געדאנק אליינס קומט אים צען פוינטס.

זיי מער מעיין בעפארן אטאקירן

אנטשולדיגט. זעהט אויס אז איך האב טאקע נישט גוט געליינט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער ס'האט נאך נישט געליינט רב גליק'ס ארטיקעל אין די מאמענט די וואך, זאל לויפן קויפן פאר ס'גייט אויס פון די סטארס
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

איך האב געליינט זיין ארטיקל פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה, און עס האט מיר געברענגט טרערן, און עס האט מיר גענומען עטליכע קורצע מינוט׳ן ביז איך האב געקענט מישן צום נעקסטן עמוד.
פארשפארט