גראף האט געשריבן:למעשה טאמער איז איינער נעבעך אין א מצב וואס ער האט טאקע נישט און אפשר מוטשעט ער זיך מיט פרנסה אדער איז נישט געזינט ח''ו וכו' און נישט ווייל די קאנטרי מיט ל''ג בעומר טיקעט און כא אדר איז וויכטיגער דעמאלסט האט ער א טענה אדערווייז גיי אריבער און מאך א דיעל. דו פארלאנגסט נישט פון רז''ל ער זאל אויסצאלען דיין גראסערי ביל. #מעןקעןנישטאזויפירןדימוסדות
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
וואספארא טענה האט ער? נישטא קיין תירוץ אויף זיך נישט אראפזעצן און פארהאנדלן מיט די מוסד. איינער וואס קען באמת נישט באצאלן, בין איך זיכער אז די מוסד לאזט נאך פון די שכ"ל, אבער מ'מוז זיך וויסענדיג מאכן.

א טענה מיינעך מיט האבן טענות אויף רז''ל פארוואס מען האט נישט רחמנות אויף עם - אויב מען האט טאקע נישט רחמנות. למעשה שטעל איך מיר פאר אז זיי זענען רחמנים בני רחמנים. און אויב האט ער נישט ממש אפילו א דאלער פאר די גראסערי , ווייל ער האט טאקע נישט איז דאך נישט שייך א דיעל.
עס זענען געווען אידן, כאטשיג איינער פון וועמען מען ווייסט, וואס זענען געליגן אויפן דאך צו הערן א שיעור פון שמעיה ואבטליון.
עס זענען געווען אידן וואס האבן געהונגערט אבי נישט צו עסן קיין נישט כשר'ס, אפילו ע"פ דין וואלטן זיי געמעגט.
און עס זענען געווען אידן וואס האבן געעפנט מוסדות און אנגענומען יעדעם אפילו אומבאצאלט.
באדעם ליין, עס איז אייביג געווען אידן וואס זענען געווען בעלי מסירות נפש, לכאורה היינט איז אויך דא אזוינע, אז איינער האט א נטיה צו ארבעטן אזוי און ער עפנט מוסדות פאר אומזינסט, אשרי לו ואשרי חלקו ושכרו הרבה מאוד.
מען קען אבער נישט האבן קיין טענות אויב איינער טוט נישט אזוי אפילו זיין רבי, זיידע, פעטער, האט יא אזוי געטאן.
אמת, דאס איז זייער גוט אין אנדערע פלעצער, וואס די רבי אליינס איז עפעס, אבער ביי זלמן לייב'ס פארטיי, איז די יסוד וואס זיין עולם דארף אים, איז נאר ווייל ער האלט אן די וועגן פון רבי זי"ע, און רבי זי"ע, און נאך אמאל רבי זי"ע אפילו אסאך זאכן מאכען נישט קיין סענס, כדמרגלא בפימיהם נישט משנה זיין א זיז כל שהוא.
מענין לבנין באותו קנין: כ'האב פונקט געטראכט אז אין סאטמאר היינט צו טאגס געפינען זיך פיל הייסע חסידים וואס זענען אפשטאמיגע פון גאר אנדערע און פרעמדע חסידות'ן, און אפילו פון די חסידות וואס אינדערהיים זענען געווען מתנגדים צו סיגוט -סאטמאר, ווייל פשוט זיי האבן נישט געקענט שיקען בימים ההם אין זייערע מוסדות פון זייערע חסידות צוליב מאנגל אין געלט, אין זענען ארויסגעשיקט געווארן פון די מוסדות [!!!!] - אבער סאטמאר האט יעדעם אנגענומען !!! איך קען פערזענליך 5 אזעלכע משפחות...
אינטערעסאנט צו איינער דא איז באקאנט מיט די שכ"ל סיסטעם אין די נישט חסידישע מוסדות, דארט בעהט מען טבין ותקילין פאר שכר לימוד, און יא, אין אסאך מוסדות איז פארהאן א פאנד ארויסצוהעלפן בני עניים מיט די קאסטן.
אבער כדי צו קענען בענעפיטן פון דעם פאנד, מוז מען באמת אויפווייזן אז איר זענט א נצרך, וויינען און שפילן עמאציעס ביים אדמיניסטראטאר העלפט נישט. מען מוז ברענגען די טעקס ריטוירנס, באנק סטעיטמענטס, וועלכע קאר מען דרייווט, ווי און ווען מען פארט אויף וואקאציע, וכדומה. אויב כאפט מען איינעם ביי א ליגנט איז ער שולדיג די גאנצע געלט למפרע.
שושן פורים האט געשריבן:אינטערעסאנט צו איינער דא איז באקאנט מיט די שכ"ל סיסטעם אין די נישט חסידישע מוסדות, דארט בעהט מען טבין ותקילין פאר שכר לימוד, און יא, אין אסאך מוסדות איז פארהאן א פאנד ארויסצוהעלפן בני עניים מיט די קאסטן.

די פראבלעם ביי אונזערע מוסדות איז אז די וואס לעיבן א שפענדערישע לייף-סטייל - זיי וויינען ביים אדמיניסטרעיטער, און צאלן צאלט דער איד וואס וואטשט אויף יעדע דאלער און ער צאלט שכ"ל ערליך ווי א טאטעלע

האסט אראפגעלייגט א כלל אנע דעקונג, קען טאקע זיין אז עס זענען פארהאן עטליכע אנזעצערס וואס האלטן נישט ביים צאלן און פארן צו ר' שמעונ'ען, אבער ס'רוב מענטשן וואס צאלן נישט זענען די וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן און שפירן שלעכט אויף די איבערגעטריבענע שכר לימוד פרייזן.