מי אני האט געשריבן:לכאורה איז די opposition צו חקירה אין אונזער געזעלשאפט מכח דעם ווייל זיי האבן אנגענומען א fideistic צוגאנג צו דאגמע/אלקות. אין אנדערע ווערטער, זיי האלטן אז דאס איז א זאך וואס מ׳קען אינגאנצן נישט מברר זיין מיט reason/הגיון, אחוץ דורך אמונה [פשוטה]. קומט אויס לויט דעם אז חקירה איז די נישט ריכטיגע tool דערפאר און עס קען נאר פארפירן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
האלטסט, אז דעס וואס ספרים זאגען אז בימי השמד האבען סארווייווד די נאר די אמונה פשוטה יודען און נאר זיי האבן עומד בנסיון געווען?
מיין שאלה, אדער אויספיר, פון דיינע ווערטער איז, אז וויבאלד א מענטש איז א קוצר המשיג בעומק המושג, ממילא לא יתכן צו פארשטיין באמת עד הסוף, וממילא בלייבט ער מיט קשיות, לעומת אמונה פשוטה וויל מען בכלל נישט פארשטיין אזא טיפע זאך, ממילא איז נישטא קיין קשיות.
דאס איז די יסוד פון יענע ספרים, אז אויב מ'קומט סיי ווי נישט אן צו פארשטיין, עכ"פ זאל דאס נישט שטערען, בפרט בימי נסיון ושמד.
פיין און וואול אויב מ'מעסט זה לעומת זה. אבער אויב אזוי, קען מען בארגען די געדאנק פון אמונה פשוטה פאר חקירה אויך. ווילאנג מ'קען אליינס פארשטיין, לייגט מען זיך אריין אין דעם און מ'איז חוקר, און דארט ווי ס'ווערט שוין צו טיף צו הענדעלען גלייבט מען אז ס'עקסעסטירט אויך נאר מ'קען נישט אלס פארשטיין ובמופלא ממך אל תדרוש.
נאך מער פון דעם. דער אמונה פשוטה מענטש בארגט אויך פונ'ם חקרן. ער זאגט נישט ליידיגערהייט אז דער אייבערשטער איז אמת. ער זאגט אויך א טעם צו דעם, אז ער האט באשאפען הימל און ערד, ער איז דער גורם פאר אלעס וכו', דאס מיינט ער איז א נותן טעם, וויבאלד ס'דא א הימל און ערד, על כרחך מוז זיין אז ס'דא א באשעפער, און ער מוז זיין דער משגיח, ווייל אויב אזוי ווי אזוי דען קען געשעהן דאס אין יענס וכו' וכו'. עכ"פ ס'הערט זיך אויך חקר'ניש.
די צוויי צדדים זענען interchangeable און נישט absolute. איך פארשטיי נישט פארוואס דאס זאל זיין א עכטע טעם פאר נישט נוצען חקירה, און איך זעה נישט אז דאס זאל זיין אן עכטע סיבה זיך צו שמד'ן.