געשען בטעות, שוין צורוקגעטוישט לכבודך,
(ב.ד.וו. איך נעם געווענליך נישט אחריות אויף מיינע שיטות אויף מער ווי 24 שעה...)
10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: 10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שא
געטראפן גאנץ א זיסע שמועס פון די לעיקוואד צייטן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: 10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שא
פון די הקדמה פון די ארטיקל/שטודיע. זיי ברענגן ארויס אז דאס אנאנימע חלק וואס שרייבן אויף די אינטערנעט פארמאגט טוט facilitate׳ן דאס ארויסברענגען דעם (פסיכאלאגישן) true self.
ולאידך גיסא, http://repository.bilkent.edu.tr/bitstr ... sequence=1, ברענגט ארויס הוגה׳ס פונקט בנוגע accountability.
Sent from my iPhone using Tapatalk
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ׳קען דאס מעלה פון ״ארויסקומען״ אפשר באטראכטן פון א געים טעארעטישן ענגל און צושטעלן צו דעם געדאנק דערין פון (מער) קאמפליט אינפארמאציע לגבי די נוכחים מיט וועם מ׳האלט דעם שמועס. דהיינו, אז לגבי דער מענטש וואס נעמט אנטייל אינ׳ם דייאלאג איז אים/איר גרינגער צו ארויסברענגען זיינע/אירע געפילן, געדאנקען וכו׳, דורך דעם וואס ער/האט מער אינפארמאציע האט אויף דעם פערזאן מיט וועמען ער/זי פירט דעם דייאלאג [ס׳איז מער שייך אז ער/זי וועט דאך מער וויסן די יוטיליטיס פון די וואס זענען אינוואלווד אינ׳ם שמועס: געפילן, דעות אד״ג].
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע
לאידך גיסא האב איך געטראכט אז ס׳איז ל״ד בעסער ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט. דאס איז בפרט שייך פאר די וואס שרייבן טיפזיניגע מאמרים.
להסביר, לא׳מיר אנכאפן א משל פון אונזער אלעמען באקאנטע [tag]קטלא קניא[/tag]. עט דיס פּוֺינט איז ״קטלא קניא״ מער ווי א פּסוּעדענים, מער ווי א פּערסאָנע, און אפילו מער ווי דער מענטש וואס ליגט אונטער דעם. ״קטלא קניא״ איז אן אינטעלעקטואלן ״ענטיטי״. דהיינו, ״דאס קטלא קניא״ איז א מושג פאר זיך, עכ״כ אז עס איז אפגעזונדערט און אומאפהענגיג פון דעם פיזישן מענטש וואס ליגט אונטער דעם. דער נאמען און מושג פון ״קטלא קניא״ האט טראנסענדעד דער מענטש וואס איז אונטער דעם ומקושר לזה. פארשטייט זיך אז איך מיין נישט צו פארמינערן פונ׳ם כבוד און פונ׳ם אויפטוה וואס קומט זיך פאר׳ן מענטש וואס איז אונטער דעם. פארקערט, עס איז א געוואלדיגע מעלה אז ער האט ״באשאפן״ עפעס וואס איז אנגעקומען דורך אים צו די סארט טראנסענדענט מדריגה פון ״ענטיטי״.
דאס קומט צושטאנד ווייל די חומר/ווערק/מאטעריאל וואס קומט ארויס פון דעם נאמען וכו׳ איז עפעס וואס מ׳פּילעוועט (אדער עכ״פ וואס מ׳קען פּילעווען) אין דעם. דאס איז ענליך צו, למשל, די געדאנק אז רעק״א איז אן אפגעזונדערטן מושג פון א מענטש וואס הייסט (רבי) עקיבא איגר. דאס קען בפרט גיין צוזאמען מיט׳ן גאנצן שמועס פון ״העכערע ענינים״ ודוק.
יעצט, אזעלכע ניקים ווי (פותחין בכבוד אכסניא) [tag]הוגה[/tag], [tag]יאיר[/tag], [tag]יידל[/tag], [tag]ונבנתה העיר[/tag], [tag]לעיקוואד[/tag], [tag]העניך[/tag], [tag]יואב[/tag], [tag]כעלעם׳ער מגיד[/tag], [tag]יואליש[/tag], [tag]פארוואס?[/tag], [tag]נהורא נפישא[/tag], [tag]קול דודי[/tag], [tag]מיימון[/tag], [tag]שליח[/tag], [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag], [tag]הבל וריק[/tag], און אסאך אסאך אסאך אנדערע דא קענען אויך אריינגיין אין די כלל, כל אחד לפי מדריגתו. ובפרט איז דאס נוגע פאר [tag]אבטולמוס[/tag], [tag]אדנירם[/tag], און [tag]כוכב[/tag] (צווישן אנדערע) וואס גייען אריין אין דעם כלל. דאס איז ווייל אחוץ דעם פון זייערע אייגענע טיפזיניגע מאמרים, איז עס נאך מער שייך ביי זיי זייענדיג די ארויסגעבערס פונ׳ם וועקער וואס איז אן אוצר פון אט דאס. אין אנדערע ווערטער, זייערע ניקים זענען ״ענטיטיס״ (נאכאמאל, כל אחד לפי דעגרי מדריגתו) און אפגעזונדערט פון די פיזישע ברואים תחתיהם.
יעצט, אם כנים אנחנו בזה קען מען דאס נוצן אלס אן ארגומענט אויף נישט צו מגלה זיין די אידענטיטעט (עכ״פ ברבים) פון דער מענטש וואס ליגט אונטער די ניק (עכ״פ ביי אזא סארט טיפזיניגע ניק וואס איז טאקע אנגעקומען למדריגת ״ענטיטי״). דאס איז ווייל דעמאלטס טוהט מען (ווי נישט) צאמשטעלן דאס ניק מיט׳ן מענטש וואס האט דאס ״באשאפן״, ווען אין אמת׳ן איז עס (און עס דארף) שוין זיין אן אפגעזונדערטן ענטיטי פאר זיך.

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
10 ארגומענטן פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוקומען פון די שאפע
ס׳איז ל״ד אז די ענטיטי איז ״חשוב׳ער״ פונ׳ם מענטש אונטער דעם און וועגן דעם איז בעסער צו האלטן די אידענטיטעט פונ׳ם מענטש דערונטער אין געהיים. נאר אפילו אין א פאל וואס די אמת׳ע אידענטיטעט איז יא באמת חשוב׳ער פונ׳ם געשאפענעם ענטיטי (אשר בא לכלל ענטיטי וכנ״ל), קען מען נאך אלס זאגן אז דאס דארף ווערן געהאלטן עקסטער און אפגעזונדערט פונ׳ם אידענטיטעט, ווייל עס איז באמת א דבר נפרד פונ׳ם אידענטיטעט (הגם מ׳קען טאקע נישט זאגן אז עס איז לגמרי לגמרי אפגעטיילט, אבער עס איז דאך גענוג נפרד פונ׳ם אידענטיטעט פונ׳ם מענטש, וויבאלד עס איז אן ענטיטי בפני עצמו וכנ״ל).
ואגב, אין אזא פאל קען עס אויך פארענטפערן [tag]הוגה[/tag]’ס טענה קעגן אזעלכע מענטשן וואס האבן מער ווי איין ניק. דהיינו, אויב זענען זיי צוויי אנדערע דיסטינקט תוכנ׳דיגע ענטיטיס (אשר באו לכלל זה וככל הנ״ל), איז דאך נישט שייך צו טענה׳ן אז ״זיי זענען דאך איין מענטש״, ווייל די ניקס זענען דאך נפרד פונ׳ם מענטש אונטער זיי.