berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך האב דיר נאר געגעבן א לייק ווייל דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...! און לפי משנתך. א יעדער אזוי-גערופענער סאציאל-דעמאקראט איז א פיינער מענטש. און אן אוהב ישראל. נאר דעם זעלבן סאציאל-דעמאקראט'ס הארץ צוגייט נעבעך פאר רחמנות אויף די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער וועלכע וואוינען שוין 70 יאר אין פליטים לאגער'ן און הונגער'ן נעבעך אונטער. אזוי ווי דער ליבעראלער סאציאל-דעמאקראטישער, און גוי'אישער ניו יארק טיימס ווילל לערנען פשט. אבער ער/זי האט נישט קיין רחמנות אויף די אומ'שולדיגע, ציווילע באפעלקערונג אין ארץ ישראל. וועלכע ווערן טעגליך געשטאכן, געשאסן און באמבארדירט דורך די אומשולדיגע פאלעסטינער אנגעהעריגע...!
רבי לעבן. סאיז נישט די ריכטיגע אשכול אבער בקיצור נמרץ דו מישט אויס יוצרות. קוקסט אלעס אן מיט דיינע פריוואטע געפילן. האסט נישט גערעדט צו די אלע מענטשען די BDS חברה. הייבסט נישט אן זיי צוקענען. האסט זיי נישט אויסגעהערט. ס׳גייט דיך נישט אן. איינער וואס איז קעגן וואס דו האלטס איז אנטיסעמיט און פארטיג. ביסט א גרויסע שפראך קענער אבער דו קענסט נישט קיין פירוש המילות אין אסאך פשוטע ווערטער ווי למשל ״אנטיסעמיט״ און ״סאציאליזם״ וכו׳
סאטמארער רב איז נישט געוועהן קיין אנטיסמיט ער איז געוועהן א אנטי מדינת ישראל. איך בין נישט קלוגער פון דיר אבער איך האב יא גערעדט מיט אסאך פון די חברה. בשעת דו האסט געדרייווט די פאפא באס און געהערט די טעיפ פון ״יאסלע פליט״ בין איך ארומגעפארן אין אמעריקע און גערעדט צו די מענטשען. איך ווייס נישט צו זיי זענען גערעכט מיט זייערע טענות- איך קען נישט די איזרעאלי פאליטיק אזוי גוט צו קענען קומען צו א מסקנא אבער איין זאך איז קלאר זיי האבן נישט פיינט קיין אידן בלויז ווייל זיי זענען אידן. מיך האבן זיי נישט פיינט געהאט.
אנטיסעמיטיזים האט גארנישט צוטוהן מיט מדינת ישראל-זעראו! א איד מעג האלטן אז די מדינה איז נישט גוט פאר אידן פאר סיי וואספארא סיבה- דאס מאכט אים נאכנישט קיין אנטיסעמיט!!! אנטיסעמיטיזים גייט שוין אן טויזנטער יאהרן פאר סאיז געוועהן א מדינה!
און די זעלבע איז מיט סאציאליזם. קאנדא און בעלגיע וכו׳ וכו׳ זענען נישט קיין קאמוניסטן! מ׳זאגט דיר עס איבער הונדרעט מאל און דו שרייעסט ווייטער ״באלשעוויקן״... סאיז נישטא קיין גרעסטע געלעכטער ווי דעם!
עני וועי איך ענדדשוי דיין קאמפעני און דיין ״סענדס סטריט הומאר״ אבער סאיז צייט זיידעניו ארויסצונעמען די וואטע פון די אויערן...
און נאך שרייען אויף מיר אז איך בין נאאיוו...
דיינע גראבע טעותים איז אסאך ערגער ווי א פשוטע ספעלינג מיסטעיק אויף וואס דו ביסט די ערשטע צו שפרינגן דערויף.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius