ארי נוהם האט געשריבן:און אצינד די פרישע נייעס, אז די גערע שקצים האבן ווארשיינליך מזייף געווען דער חתימה פון הרב גראס, וואס שרייבט כלומרשט א מכתב הכחשה אויף ר' שאול אלתר'ס אפענע ווערטער. אבער אצינד זעט מען, אז די חתימה זיינע איז פשוט ק/פ פון זיין חתימה אויפן נוסח החרם.
בייגעלייגט זענען ביידע מכתבים, וירא הקהל וישפוט:
נ"ב, אין גער איז א גרויסע עסק די חתימה פון הרב גראס, וואס דארף צו הייסן איינע פון די חשובסטע רבנים אין ארץ ישראל, נישט נאר אין גער נאר בכלל, און וועגן דעם האט ר' שאול געוואלט מברר זיין וויאזוי ער האט געקענט טון אזא עוולה ווי חתמ'נען אויפן חרם (די אנדערע מו"צ'לעך זענען נישט ווערד התייחסות, פאנדלעך אויפן שאך ברעט, און מעגליך נישט גענוג ת"ח, ערליך, וברי-דעת, אז זייער חתימה זאל איינעם צושאקלען), אויף וואס ער האט טאקע געזאגט אז ער האט נישט געקענט פרטי המעשה. דערפאר איז מען געווארן ווילד אין גער, און מ'האט פשוט ארויפגעלייגט זיין אלטע חתימה אויפן נייעם מכתב הכחשה!
הרב נויסבוים'ס בריוו איז נישט קיין קלייניגקייט ער איז אויכעט א ארויפגעקוקט רב. און דאס זעהט לכאורה אויס יא אמת'דיג..