גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

כפתור האט געשריבן: לויט די חשבון, פארוואס ביז "כמעט" די ספיד אף לייט האסטי נישט קיין פראבלעם אנציקומען (עט ליסט און טעאריע), אבער אייניג דערצו, אדער שנעלער האסטי יא א פראבלעם. וואס מאכט די לימיט נישט צו קענען אנקומען אהין? פארוואס פארלאנגט זיך אזויפיל ענערגיע דווקא ביי די ספיד און נישט פארדעם?

מ׳האט טאקע יא א פראבלעם אנציקומען ״כמעט״ צו די ספיד אף לייט. די ענערגיע וואס ס׳נעמט צו פארשנעלערן עפעס גיט נישט א פלוצימדיגער שפרינג ווען עס קומט צי די ספיד אף לייט. אנצוקומען ״כמעט״ צו די ספיד אף לייט נעמט טאקע ״כמעט״ אינפיניט (לשבר את האוזן) ענערגיע. די ענערגיע וואס ס׳נעמט גייט צוביסלעך מער אין מער ביז עס קומט אן צו אינפיניט ענערגיע. נאר עס גייט טאקע נישט אויף א linear אופן. דהיינו, ס׳נישט אז האלב די ספיד אף לייט נעמט האלב אזויפיל ענערגיע און א פערטל די ספיד נעמט א פערטל, נאר מיט אן אנדערן חשבון. די פונקטליכער פארמאלע הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קול דודי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I post, therefore I am
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

שכויח מאטי,

איך פארשטיי אז א פארטיקל וואס האט מאס קען נישט פליען שנעלער ווי ענערגיע אדער גרעוועטי וואס האבן נישט מאס.
אויב די תירוץ איז אז גארנישט קען פליען שנעלער ווייל אזוי איזעס, פארשטיי איך.

מיין קשיא איז:
פארוואס פאר א פארטיקל אנצוקומען צו 99.99% פארלאנגט זיך לאמיר זאגן 1000 פונט ענערגיע, וואס איז א געוואלד, אבער מעגליך. אבער צו גיין איין טריט ווייטער איז שוין נישט מעגליך אפילו מיט די גאנצע ענערגיע פון די אוניווערס.
איך שטעל מיך פאר אז ס'פעלט מיר אפאר/אסאך כללים און פיזיקס צו קענען דאס כאפן.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

קול דודי האט געשריבן: די פונקטליכער פארמאלע הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.


מ'דארף עס קענען ליינען און פארשטיין.
ס'האט גענומען אסאך יוטוב קליפס צו פארשטיין אביסל רעלאטיוויטי אדער אנדערע פיזיקס. זיי זענען זייער גוט מסביר, אבער זיי הייבן אן מיט א השערה אז דער וואס גייט עס קוקן האלט שוין אויף א שטאפל ווייטער ווי אונז חסידים, במילא האב איך עס געמוזט הערן פון אסאך אנדערע, און יעדער האט מדייק א אנדערע פינטל.
דאס איז געווען פאר איך בין אנגעקומען צו ק"ש, ומצאתי את שאהבה נפשי.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און פארוואס ליכט אין א לויפענדן באן פליט די זעלבע שנעל ווי ליכט אינדרויסן פארשטייסטו יא?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

קול דודי האט געשריבן: הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.


א לינק ביטע.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

כפתור האט געשריבן:איך שטעל מיך פאר אז ס'פעלט מיר אפאר/אסאך כללים און פיזיקס צו קענען דאס כאפן.

עס זעהט מיר מער אויס א חסרון ידיעה אין מאטעמאטיק.
צו פארשטיין וואס איז די חילוק פון linear ביז exponential, וואלט איך דיר געזאגט אזוי,
נעם דעם נומער 2, דאבל עס אין 2, וועסטו באקומען 4,
ווידער אין 2, וועסטו באקומען 8, דערנאך 16, 32, 64, 128, 256, 512, 1024,
ביים 30׳טן טריט וועסטו האלטן איבער א ביליאן.
יעצט זאג מיר דער חילוק פון דעם 100׳טסטן מאל און דעם 101׳טסטן מאל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

פארוואס? האט געשריבן:
קול דודי האט געשריבן: הלא הוא כתוב בספר הוויקיפידיע.


א לינק ביטע.

http://en.wikipedia.org/wiki/Kinetic_en ... gid_bodies

באמת די איינציגסטע וויכטיגע זאך צו געדענקען איז אז מאמענטאם איז געוואנדן אין גאמע (גימל יוונית)

קוד: וועל אויס אלע

γ =  1/(1 - v^2/C^2)^1/2

where v= velocity of object and c = speed of light, as always.m
I post, therefore I am
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך מי אני »

אינטרעסאנט.
https://youtu.be/lR4tJr7sMPM


Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך חתן בחור »

ס'איז א שפיעל מיט ווערטער, ער זאגט אליינס אז מ'קען נישט גיין שנעלער ווי די ספיד אף לייט.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך מי אני »

ס׳איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן אז עס זענען דא וואס היפאטיזירן אז עס זענען דא פארטיקלס וואס הייסן טעקיאנס וואס גייען אלעמאל שנעלער ווי ליכטיגקייט (רוב נעמען אבער טאקע אן אז זיי עקזיסטירן נישט).

אויך, די עקספענשאן פון די אוניווערס [ספעיס בעצם] (דורך טונקעלע ענערגיע) גייט שנעלער ווי ליכטיגקייט (ווי ווייטער עס איז פון אונז). אבער דאס איז נישט קיין פארטיקל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

די עקספענשען פון די יוניווערס איז דורכדעם ואס ספעיס אליין ציעט זיך אויס. גארנישט לויפט נישט אין ערגעץ באמת, יעדע משהו ספעיס אויף זיין אייגן מקום ציעט זיך אויס.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך מי אני »

בנוגע רעיס פון ליכטיגקייט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דעם אילומינעישאן פראבלעם אין מאטעמאטיקס. דאס וויל וויסן אויב איז שייך א פארמאכטן צימער וואס אלע ווענט זענען שפיגלעך און די גאנצע צימער זאל נישט ווערן באלאכטן פון איין ליכט (שורש).

דער תירוץ איז אז יא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן:ס׳איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן אז עס זענען דא וואס היפאטיזירן אז עס זענען דא פארטיקלס וואס הייסן טעקיאנס וואס גייען אלעמאל שנעלער ווי ליכטיגקייט (רוב נעמען אבער טאקע אן אז זיי עקזיסטירן נישט).

ובזה אז צייט ווערט נפעל און איז מקושר מיט די שנעלקייט וכו׳ פון ליכטיגקייט, ועיין באשכול זוזו) באריכות, איז דא אין דעם אזא וויץ:

דער בּאַרטענדער זאגט פאר׳ן טעקיאן ״אונז סערווירן נישט חברה וואס גייען שנעלער ווי ליכטיגקייט״. א טעקיאן וואָקט אריין אין א בּאַר.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער פיזיקער דר. קלאַוּס שאַרנהאָרסט האט היפאזיטירט אז ס׳איז יתכן אז א פאָטאַן זאל קענען גיין א גאר קליינע משהו שנעלער ווי די באשטימטע שנעלקייט פון ליכטיגקייט, וואס איז 299,792,458 מעטער [186,000 מייל] א סעקונדע אין א גענצליך ליידיגע וועקיוּם [באקאנט אלס c]. דאס איז ווייל באמת איז א וועקיוּם נישט גענצליך ליידיג. ווי באקאנט זענען דא דערין וועקיוּם פלאָקטוּעישאנס וואו פּארטיקלען מיט זייערע אנטי פּאָרן קומען ארויס ספאנטאן פאר גאר א קורצע וויילע און טוהן זיך באלד אניהילירן. בשעת (די געוואלד קורצע) מעשה אבער טוהן זיי אויסטוישן צווישן זיך אדער אליינס צוריקנעמען א [ווירטואלע] פאָטאַן. ווען מ׳נעמט דאס אריין אין חשבון דעמאלטס האט אונזער פאָטאַן וואס פארט דאס דורך די אויבנ-דערמאנטע שנעלקייט פון c.

יעצט, אין קוואנטום פיזיקס איז דא די קאסימיר עפעקט. דאס איז א סארט פּרעשור וואס ווערט געשאפן ווען איך שטעל צוויי (פלאכע) פּלעיטס איינע נעבן דאס אנדערע. דאס (בקיצור נמרץ מאד) קומט צושטאנד וויבאלד די ווייטקייט צווישן די צוויי פּלעיטס איז גורם אז א [ווירטואלע] פאָטאַן וואס איר וועיוולענג [וואס א פאָטאַן, ווי יעדעס קוואנטום פּארטיקל, האט אויך וועיוו פּראפּערטיס כידוע] איז דאפלט אזוי לאנג ווי די ווייטקייט צווישן די פּלעיטס זאל דארט נישט קענען צושטאנד קומען. וממילא איז דא אן אימבּאלאנס צווישן די [ווירטואלע] פאָטאַנס וואס קענען צושטאנד קומען אינדרויסן פון צווישן די צוויי פּלעיטס און די [ווירטואלע] פאָטאַנס וואס קענען צושטאנד קומען צווישן די צוויי פּלעיטס וואס דאס איז גורם דעם פּרעשור און עפעקט. (דאס ווערט באטראכט ווי א סארט ״נעגאטיווע ענערגיע״.)

קומט אויס אז ווען א (געהעריגע) פאָטאַן גייט למשל צווישן די צוויי פּלעיטס דארף עס צו גיין שנעלער ווי c, וויבאלד ווייניגער [ווירטואלע] פאָטאַנס קענען צושטאנד קומען דארט. דאס ווערט גערופן דעם שאַרנהאָרסט עפעקט על שמו.

מ׳טענה׳ט אז דאס עפעקט איז צו קליין [1 פון 10³²] צו פראדיצירן א פאראדאקס אין צייט [״טיים טרעוול״, קאָזעליטי וכו׳] וכדומה.

דאס צו אויסברייטערן נאך מער איז אז לגבי מהירות האור איז דא אינעם פעלד פון אַפּטיקס דאס ריפרעקטיוו אינדעקס. דאס רעכענט ווי שנעל די מהירות האור איז דורך א געוויסע ״זאך״ [מיִדיִאוּם]. דאס ארבעט דורך דעם וואס איך דיווייד c, וואס איז איר מהירות אין א וועקיוּם אן (בעצם) גארנישט/ליידיג (אחוץ די פריערדערמאנטע פלאָקטוּעישאנס) כנ״ל, ביי די פעיז וועלאסיטי פונעם וועיוו. די פעיז וועלאסיטי איז ווען איך באטראכט די שנעלקייט פון די אינדיווידואלע וועיווס בתוך דעם גרופע פון ריפּיִטיִנג וועיווס, דהיינו ווי לאנג עס נעמט פאר איין קרעסט/הויכקייט פון דעם וועיוו אנצוקומען צום נעקסטן מקום וואו עס איז אזוי הויך [אינעם מיִדיִוּם] (דאס קען זיין אנדערש פונעם גרופע וועלאסיטי פונעם וועיוו, ווי שנעל די גאנצע גרופע [ענוועלאפּ] ריקט זיך אויפאמאל/צוזאמען, וואס קען בדרך כלל גיין שטאטער). ווי גרעסער די אינדעקס נומער אלס שטאטער גייט די ליכטיגקייט. אין א וועקיוּם קומט די ריפרעקטיוו אינדעקס אויס צו 1, וואס מיינט אז די מהירות האור איז פונקט 1 די שנעלקייט c. אין וואסער למשל קומט דאס אויס צו 1.333, וואס מיינט אז עס איז 1 און א דריטל מאל אזוי שטאט ווי סתם c. דעם שאַרנהאָרסט עפעקט גיבט אן אינדעקס דערפאר ווייניגער ווי 1.

*

אז מ׳רעדט שוין פון דעם ריפרעקטיוו אינדעקס און פעיז וועלאסיטי איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו סנעל׳ס געזעץ אין אַפּטיקס. דאס לויטעט אז אויב צוויי אנדערע מיִדיִאַ [צוויי אנדערע ״מיִדיִוּמס״] אוואו די וועיוו גייט דורך קומען זיך צאם און מען באטראכט דאס ווי א גראדע פלאכע ליניע, דעמאלטס קוק איך אויף די פּערפּענדיקיולער ליין וואס לויפט פון אויבן-אראפ דורך דעם פלאכע ליניע אין א פונקט 90° ענגעל; גערופן דעם ״נארמאל״ אין דזשיאמעטרי. ולגבי דעם ״נארמאל״ איז די סיין פונעם ענגעל אינעם צווייטן מיִדיִאוּם וואס עס מאכט מיט דעם ״נארמאל״ דיוויידעד ביי די סיין פונעם ענגעל וואס עס מאכט אינעם ערשטן מיִדיִאוּם [די ענגעלס פון אינסידענס], וועט זיין די זעלבע ווי די פעיז וועלאסיטי דערפון אינעם צווייטן מיִדיִאוּם דיוויידעד ביי די פעיז וועלאסיטי דערפון אינעם ערשטן מיִדיִאוּם. דאס וועט זיין די זעלבע ווי דאס וואס מען באקומט ווען מען דיווייד די ריפרעקטיוו אינדעקס פון די וועיוו אינעם ערשטן מיִדיִוּם ביי די ריפרעקטיוו אינדעקס פונעם וועיוו אינעם צווייטן מיִדיִאוּם.

דאס גייט צוזאמען מיט פערמאט׳ס פּרינציפּ אין אַפּטיקס וואס לויטעט אז א רעי פון ליכט/וועיוו וועט דורך גיין די מיִדיִאַ דורך דאס דרך וואס קאסט פאר איר דאס ווייניגסטע צייט בסך הכל [דורך ביידע מיִדיִאַ יעדעס איינס מיט איר ריפרעקטיוו אינדעקס].

אן אינטרעסאנטע זאך וואס איז מקושר צו דעם געזעץ איז דאס פענאמענאן פון סנעל׳ס פענסטער. דאס איז אז ווען מען איז אונטער די וואסער אין מ׳קוקט ארויף צום סוּרפעס גייט מען נאר זעהן א סירקעל וואו די ליכטיגקייט/פאָטאַנס אנטלויפן ארויס צום אנדערן מיִדיִאוּם פון לופט. ארום/ווייטער ווי דעם גייט מען נאר זעהן דאס אפשפיגלונג פונעם וואסער פון וואס איז אונטער די וואסער אדער אינגאנצן טונקל. כזה:
4C266384-4546-40EC-BBA3-B7042B73B4EF.jpeg

דאס איז וויבאלד די פאָטאַנס וואס קומען פון ווייטער מעט אן אנדערן ענגעל האבן נישט גענוג שטארקייט ארויסצוגיין [ווען זיי קומען אן צום סוּרפעס; די קריטישע ענגעל] צום אינדעקס פונעם לופט מיִדיִאוּם און ווערן צוריק געשפיגלט/ריפרעקטעד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איין זאך לויפט יא שנעלער.
די גאליציאנער וואס לויפט שנעלער אויס צו לעשען די לעקטער...

היינו טעמא ד'פעני, והיינו טעמא ד'לייטס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס איז אינטרעסאנט ווי דער רלב״ג (איוב פרק לז) רעדט איבער דאס שנעלקייט פון ליכטיגקייט, אינעם קאנטעקסט אז עס איז שנעלער ווי דעם קול און וועגן דעם הערט מען דעם דינער שפעטער ווי מ׳זעהט דעם בליץ:
כי הסבה ברעם והברק אחד כמו שנזכר בספר האותות, אבל כי הרעם ישמע אחר הברק זמן מה לפי שהמובט מגיע אל הראות בזולת זמן והקול מגיע אל חוש השמע בזמן לפי שהגעתו אליו יהיה בתנועה ממקום ההכאה אשר תחדש הקול עד חוש השמע והיא תהיה בזמן בהכרח, והנה יקרה כשהיה מקום הברק והרעם סמוך לאופק שיראה הברק ולא ישמע הרעם לרחקו ממנו כי תכלה התנועה קודם הגעתה אל חושינו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אויב פארשטיי איך גוט זיינע ווערטער, זאגט ער עפעס אז ליכטיגקייט לויפט 'בכלל נישט' (סאו טו ספיק), און דעריבער זעהט מען עס 'גלייך' ''בזולת זמן'', משא''כ קול וואס לויפט יא, און איז תלוי בזמן...

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יא יא. עס האט מיר דערמאנט פון וואס איך האב געשריבן דא אז דר. דזשעיסאן לייל וויל אָננעמען אז די שנעלקייט פון ליכטיגקייט צו אונז איז אינפיניט און אנדערש פון איר שנעלקייט אוועק פון אונז.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

מי אני האט געשריבן:יא יא. עס האט מיר דערמאנט פון וואס איך האב געשריבן דא אז דר. דזשעיסאן לייל וויל אָננעמען אז די שנעלקייט פון ליכטיגקייט צו אונז איז אינפיניט און אנדערש פון איר שנעלקייט אוועק פון אונז.
עיינתי ומצאתי נחת, הגם 'אנצונעמען' אזוי איז ווי פארשטענדליך א ריין פונדאמענטאליסטישע צוגאנג צו סייענס, אבער למיחש מיהא בעי[emoji3]

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תוהו ובוהו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: גארנישט קען נישט לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

מי אני האט געשריבן:יא יא. עס האט מיר דערמאנט פון וואס איך האב געשריבן דא אז דר. דזשעיסאן לייל וויל אָננעמען אז די שנעלקייט פון ליכטיגקייט צו אונז איז אינפיניט און אנדערש פון איר שנעלקייט אוועק פון אונז.
שבתי ו'ראיתי' אז עס פארענטפערט נישט דעם רלב''ג, ווייל ער רעדט דאך פון למעשה זעהן וואס דאס איז א ראונד טריפ פון לייט וואס נעמט לכו''ע 186,000 א סקונדע אין איז תלוי בזמן.

אבער א שיינער צושטעל.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

פארוואס איז זעהן א ראנד-טריפ?
פין דארט צי דיין רעטענע וואו-וועי, ניין?

איך האב נאך נישט געליינט די לינק
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

וואס [tag]תוהו ובוהו[/tag] מיינט מסתם צו זאגן איז אז אויב מעסט מען די שנעלקייט פון ליכטיגקייט און מען געבט עפעס א מאס/צאל דערפאר, דאן נעמט מען דאך אטאמאטיש אריין סיי אונזער ״אהין״ קוקן און סיי דעם ״צוריק״ פון די ליכטיגקייט צו אונז, צוזאמען; אנדערש איז דאך נישט שייך צו מעסטן. וממילא פארענטפערט דאס נישט דעם רלב״ג וואס כנראה געבט א מעסטונג דערפאר. דאס איז אחוץ אויב מ׳גייט אריינקוועטשן אינעם רלב״ג אז ער מיינט טאקע נאר די חלק חלק הראות פון אונזער זייט און די שנעלקייט צו אונז דייקא. אבער ער האט מסתם געהאלטן ווי אריסטו אז דאס איז בלא זמן אפילו מיט א געהעריגע מעסטונג (אחוץ טאמער גייט מען די גאנצע מהלך אריינקוועטשן אין אריסטו אויך...).

עכ״פ וועגן דעם האב איך געשריבן דערויף אז עס האט מיר ״דערמאנט״. נישט מער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט