די סייענס תורה טעסט

מחשבה, השקפה ועיון
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

די סייענס תורה טעסט

שליחה דורך גדליה »

ס'איז ידוע אז איינע פון די גרויסע דערגרייכונגען אין די מערב וועלט איז די ערפינדונג פון סייענס. דאס איז צושטאנד געקומען ווען מאדערנע חכמים האבען אנגעהויבן צו מאכען עקספערימענטס מיט די בריאה, און צו אנאליזירען און זעהן ווי אזוי די חוקי הטבע ארבעטן, און מכח דעם זענען זיי אויפגעקומען צו פארשידענע וויסענשאפטן און חכמות וואס זיי האבען ערפינדן.
מיר אידן ווייסען אז חכמה בגויים תאמין. יא! ס'קען זיין אז די טמא'נע גויים זאלן ערפינדען דזשי פי עס צו אנדערע טעכנעלאגיע, און פארשטענדליך אז ס'איז אלעס פאר די אידעלעך, זיי זאלן קענען זיך באנוצן מיט די טעכנאלאיגע, און נישט פאר די גאנצע עם ישראל, נאר טאקע פאר די אויסדערוועלטע קליינע מינאריטעט פון יידן וואס היטן שבת און עסן כשר'ס און פירן זיך ווי א איד ברויך זיך צו פירן.
מחסרונות הסייענס - איז ידוע דאס לשון פון הייליגן ארחות צדיקים - שעלולים לטעות. ס'איז א דבר ידוע ומפורסם אז סייענטיסטן זענען עלול זיך צו טועה זיין. וכבר היה לעולמים אסאך זאכען וואס קודם האט מען געמיינט אזוי און שפעטער האבען אפילו די סייענטיסטן אליין מודה געווען אז זיי האבן זיך טועה געווען.
האב איך זיך מתבונן געווען, ווי אזוי קען מען וויסען וועלכע סייענס איז אמת און וועלכע איז נישט? לכאורה אויף יעדע זאך קען מען זאגען אז ס'איז א טעות. וואס האב איך פון דעם אז א סייענטיסט שפענדעט לאנגע יארן מיט שווערע עקספערימענטס אויף צו ווייזן עפעס, מארגן קען דאך קומען א בעסערע סייענטיסט און אויפווייזען פונקט פארקערט? ומה הועילו חכמים בנסיונם.
נאך א זאך, ס'קען אמאל זיין אז א סייענטיסט ווערט געטריבן פון נגיעות. כידוע אז מענטשן ווערן כסדר געטריבען פון נגיעות, אפילו ביי הייליגע און גרויסע מענטשן מאכט זיך עס, כל שכן אזעלכע פשוט'ע בשר ודמים ווי סייענטיסטן.
האב איך געטראכט א מורא'דיגע עצה.
ס'איז ידוע אז די תורה מאכט נישט קיין טעותים. יעדע קוץ ותג פון די תורה שבכתב און תורה שבעל פה, ווי אויך אלע ספרים פון די אנגענומענע צדיקים, למשל בית יוסף, אר"י הק', רמב"ם, איז מער ווייניגער אלץ לויטער הייליג און ריין און אמת'דיג.
איז דאך דא א פשוט'ע עצה ווי אזוי צו וויסען צו די סייענטיסטן ווייסען וואס זיי רעדן, נעמליך מ'קען עס דורכפירן א תורה טעסט.
די תורה טעסט וועט דורכפירן די גאנצע אינפארמאציע פון די סייענס אין א אוצר החכמה, און מ'וועט זעהן אויב ס'איז דא עפעס א סתירה אין די תורה מיט די שטיקעל סייענס.
טאמער זאגט די תורה פארקערט ווי סייענס, איז די תורה הק' גערעכט, ווידער טאמער ס'איז נישט דא קיין סתירה אין די תורה, ווער רעדט נאך אויב סייענס קאנפירמירט וואס די תורה זאגט, איז די סייענס יא גערעכט.
והשתא דאתית להכי, ברויך מען בכלל נישט וויסען וואס סייענס זאגט. נאר אויף יעדע hypothesis קען מען עס באלד דורכפירן די תורה טעסט, און זעהן צו ס'איז אמת צו נישט. אזוי שפארט מען זיך איין אסאך ארבעט פון די סייענטיסטן מיט די קאסטבארע לאבראטאריעס, און מ'קען אנשטאט דעם שטיצן שקל הקודש.
און מיט דעם וועט מען טאקע זוכה זיין צו פארשטיין גאנץ רעאליטעט, והפך בה והפך בה דכולא בה.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גדליה האט געשריבן:מיר אידן ווייסען אז חכמה בגויים תאמין.

עפ"ל!! דו מיינסט טאקע אז דו נארישע אנגעפאשעטע שוטה קענסט פארשטיין אזעלכע טיפע מאמרי חז"ל?! ס'איז אלץ העכערע זאכן! אונז ערליכע אידן מוזן זיך איינחזירן די הייליגע ווערטער פון ישעיה הנביא, כי הנה החשך יכסה ארץ וערפל לאמים, ועליך יזרח השם וכבודו עליך יראה, די אלע גוים וועלכע טאפן אין די פינסטער מיט אלע זייערע דברי הבלים זענען נישט ווערד קיין קליפת השום, הן איים כדק יטול.

מ'זאגט נאר א טייטש פון צדיקים, חכמה בגוים - אז ס'דאכט זיך דיר ח"ו אז דו זעהסט "חכמה" ביי זיי, תאמין - זאלסטו זיך אריינלייגן אין אמונה בהשם, ח"ו ח"ו נישט נתפעל צו ווערן פון זייערע דברי הבלים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דער דשזי.פּי.עס. איז טאקע א ראי'אז סייענס ארבעט נישט. יעדע מאנטאג און דאנערשטאג מאכט ער אנדערע פראבלעמן, הערט נישט אויף בלאנזשענען, האלט זיך נישט אקוראט אויף זיין פלאץ, סףכסדר דילעיד אא''וו.....
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ממש אזוי, יעדעס מאל וואס איך דארף פארן אין אומבאקאנטע וועגן מאך איך א גורל הגר"א און איך קום אייביג אן שנעלער ווי די אלע וועיז GPS מיט כאלערעס רח"ל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

א טאג וואס איך לערן נישט קיין מוסר, מאכט מיין דזשי פי עס קונצן
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ממש אזוי, יעדעס מאל וואס איך דארף פארן אין אומבאקאנטע וועגן מאך איך א גורל הגר"א און איך קום אייביג אן שנעלער ווי די אלע וועיז GPS מיט כאלערעס רח"ל.


איך מאך א גורל הגר"א צו איך זאל פאלגן וועיז אדער גוגעל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מעניין לעניין

Scientists Believe They’ve Found Physical Evidence For One Of The Most Infamous Biblical Stories



איך לייג נאר א לינק, ווער ס'זעט די קעפעל און וויל נישט ליינען,אדער קען נישט קיין ענגליש גיט, איז נישט געצווינגען צי קליקען אדער ליינען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט