איהר דארפט א ישועה? נעמט אייך א סגולה!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

איהר דארפט א ישועה? נעמט אייך א סגולה!

שליחה דורך ישן מלא חדש »

וועמען זאל מען פרעגן, וועמען?
וועמען זאל מען פרעגן, וועמען?

די הארציגע ניגון פון ר' שימי ענגל איז ברייט באקאנט איבער די וועלט, אבער אני הקטן לערן אביסל אנדערש ווי פשוט פשט אין די ניגון, און אדרבה אפשר וועט איהר זיך אויך אידענטעפיצירן מיט מיין פראבלעם....

אזוי ווי יעדער איינער וואס שוויצט אדורך אונזער וועלטעלע, בין איך אויך באשאנקען געווארן מיט א פעקל מרור - צרות וואס איך דארף דורך גיין דאס גאנצע לעבנס - צירקל, אבער היות מיין מתנה - צרה איז היבש נראה לעיניים, בין איך געווארן א ציל-ברעט פון יעדע טשוואק'ס טוועקל'ס א קרוב 'מחוטב עציך עד שואב מימיך' צו קומען אויסגעבן זיינע עצות וואס זענען, 'בדוק ומנוסה', זיינע סגולות וואס 'טויזנטער זענען שוין געהאלפן געווארן', זיינע מקובלים ביי וועם 'מופתים וואלגערן זיך אונטער די טיש' וכו' וכו' און סתם בויך וויי ווען איהם שמעקט נאר.

און איך דארף שטיין ווי דער בחור בשעת'ן כאפ'ן א פסק פונעם משגיח, און שאקלען מיט די קאפ, געבענדיג די אנשטעל אז כ'בין איהם עכט דאנקבאר פאר די גאר געלונגענע, מקובל'דיגע סגולה - עצה, וואס איך כ'הער שוין יעצט צום טויזנט'סטע מאל...

הקיצור, נאכן זיך אנהערן מיט יעדע שמויגער'ס דעות, און זיך אנזעהן מיט יעדע צולייגער'ס אדווערטייזמענט, שטעל איך אייך דא פאר מיין ליסטע וואס איך האב נאך צו טוהן, און אדרבה בבחינת תן לחכם ויחכם עוד, וועלכע ארגאנזאציע פירער עס קען אויסברייטערן מיין ליסט 'תבוא עליו ברכה' (ופרנסה...):

● איך דארף מיר מקבל זיין...

○ נישט צו רעדן ביים דאווענען
○ אוועק ווארפן די סמארטפאון
○ שלום מאכן מיט מיינע שונאים
○ בענטשען אינעווענדיג
○ זיך וואשן פאר פת שחרית
○ שעות פון טאג לשון הרע פריי
○ לערנען טעגליך חפץ חיים
○ לערנען די טעגליכע חק שיעור.

● 40 טעג...
○ צינדן לעכט לע"נ הרה"ק ר' מענדל מ'רימנוב זי"ע
○ זאגן פרק שירה
○ לערנען אור החיים
○ זאגן פרשת המן
○ זאגן שיר השירים
○ זאגן תיקון הכללי
○ זאגן נשמת
○ 40 פרויען זאלן חלה נעמען
און פאר איך פארגעס... זיך מקבל זיין עס צו מפרסם זיין...

● איך דארף...
○ געבענטשטע מטבעות פון יעדע אדמו"ר בעולם
○ עסן אתרוג קאמפאט
○ טרינקען אייר וואסער
○ זאפט פון מילגרוימען וואס האבן געהאנגען אין 7 סוכות
○ מתפלל זיין אין די 9טע חודש 9טע טאג 9טע שעה 9טע מינוט פאר 9 מינוט
○ טראגן א ה' קייטלעך
○ דרייען (כישוף..?) קייטלעך
○ זרוע אין די בוזעם טאש
○ שטיינער פון די חושן
○ עסן די אויג פון א פיש
○ טרינקען פון די מעיין הבעש"ט
○ שמירן הבדלה וויין
○ עפענען די טיהר ביי שפוך חמתך
○ קויפן די וואונדערליכע סגולה רינגל
○ מאכן שליח הקן ביי כהנא
○ באקן ציגעל מיט מיין נאמען
○ קויפן די עליות זאת חנוכה
○ און קלעבן פיקטשער'ס פון ר' ישעי'לע א"לל אווע"ר

● איך דארף זיין...
○ יעד'ן ערב ראש חודש אין ריבניץ
○ כ"א אדר אין ליזענסק
○ ג' אייר אין קערעסטיר
○ ל"ג בעומר אין מירון / באבוב (תרתי דסתרי..?)
○ שבועות אין מעזשיבוש
○ אין עמוקה
○ אין יבניאל
○ און אין צאנז מיט ללכת.

● איך דארף געבן געלט פאר...
○ ר' אלימלך'ס אייניקלעך
○ בת עין'ס ת"ת אין צפת
○ סגולות הרשב"י (ח"י ראטל)
○ מעיין הישועות (פריעדלענדער)
○ ר' ישעי'לס הויז (רובין)
○ רב להושיע
○ קופת העיר
○ אתרא קדישא (כופר נפש)
○ כולל שומרי החומות
○ כולל חבת ירושלים
○ אהבת ציון זיבינבערגען
○ דריקן זרע שמשון
○ 19 פרוטות פאר ראדאשיץ
○ ר' טובי' מאיר'ס חסדי טובים מאורות.

און אחרון אחרון חביב
● איך דארף אריינגעבן מיין קרעדיט קארד פאר
○ תהילים כולל
○ כולל חצות
○ קומי רוני - נאכט וועכטער
○ עיני הישועה
○ סגולת ירושלים
○ תהילים ריבניץ
○ רעב. אדל מילער
○ הרב יונה לייב לעבל
○ כולל מהרח"ו
○ מוסדות קבר רחל

איר זענט צומישט? איך אויך! אבער דאס איז די מציאות! פאר א סיבה זענען מיר בא'טיטל'ט געווארן אלס די עם "סגולה"..!

קאמענטארן זענען (נישט) איבריג, און אדרבה אויב ווייסט איר נאך 'ריכטיגע' 'אמת'ע' 'אויסגעפריווטע' 'געלונגענע' 'פארזיכערטע' 'בדוק ומנוסה'דיגע' 'מקובל'דיגע' 'מסורת'דיגע' 'קראנטע' 'וואונדערליכע' 'ספרים אראפ געברענגטע', עצות, סגולות, קבלות, געדאנקען, שטותים, איינרעדענישן, בויך ווי, קאפ פארדרייענישן, באבסקע סגולות, וואס האט שוין געברענגט צו 'טויזנטע' געהאלפענע, אויפגעראכטענע, גליקליכע, צופרידענע, דאנקבארע, פרייליכע, געזונטע, מענטשן.... ביטע אל תמנע טוב מבעליו, און זיין מודיע אז נאך הונדערטע יודן זאלן קענען הנאה האבן דערפון.

בתודה למפרע
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

אשר יצר פון אינעווייניג

(נישט ווי יענע זיידע וואס האט געזאגט אשר יצר אין ביה"כ "ווייל מען דארף עס זאגן אינעווייניג"..)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער לעצטיגע סגולה וואס האט איינגענומען דער מארקט, איז בזיונות.

טאמער דער אויבערשטער העלפט און די אליין כאפסט בזיונות, איז עס דער העכסטע מדריגה, גלייך דערנאך, שטעל זיך זאגען תהלים און זאג אז די בזיונות גייען פאר א ישועה פלוני במקום פלוני.

דער סאבסטיטאט פאר דעם, פאר די מענטשן וואס קענען זיך נישט איינהאלטן איינצונעמען בזיונות און מוזן דוקא צוריק מבזה זיין וכו', איז צו זיין אויף דער וואך און ארויסקוקן אין פאבליק פלעצער ווען איינער כאפט בזיונות, איז צוגיין צו דער מבוזה תיכף ומיד און אים מסביר זיין ווי לאקי ער איז פאר כאפען בזיונות, און אים בעטען ער זאל אוועקגעבן די בזיונות פאר דיר, אז די זאלסט געהאלפן ווערען מיט דער ישועה.

דער שוואכערע מדריגה איז, בעטען רב קלעצקין פין ירושלים, ער זאל דיר ארויפלייגן אויף זיין ליסטע פין נעמען, און ער גייט צו די בזיונות כאפערס און גיבט זיי די גאנצע ליסטע וועמען אוועק צו געבן די בזיונות.

חרפות און בושות (פאן אינטענדעד).
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב מיך אונטערגענמען א סגולה נישט צו טון קיין סגולות פאר פערציג טעג, הבטחתי ונושעתי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב מיך אונטערגענמען א סגולה נישט צו טון קיין סגולות פאר פערציג טעג, הבטחתי ונושעתי.

איך קען האבן די סעודת ישעי' ב"ר משה וואס איז נישט אויפגעגעסן געווארן?

אזוי אויך די הושע בן בארי (ווער געדענקט...) און די ח"י רוטל?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: די ח"י רוטל האט מען שוין אויסגעטרונקען. בדוק ומנוסה. דו האסט א הוה אמינא אז ווען מ'טיילט עפעס אומזינסט אין ארץ ישראל, אז ס'זאלל נישט זיין קיין קאסטומערס...!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

כי הדבר בדוק ומנוסה כי בשביל הצדקה שנותן לא יחסר לו, אלא אדרבה תוסיף לו עושר וכבוד כדכתיב (דה"ב, לא) "מהחל התרומה לבא בית ה' אכול ושבוע והותר עד לרוב כי ה' ברך את עמו", וכתיב (מלאכי, ג) "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר ה' צבאות אם לא אפתח לכם ארובות השמים והריקותי עליכם ברכה עד בלי די". ואמרו חכמים בכל דבר אסור לנסות את ה' חוץ מדבר זה כדכתיב "ובחנוני נא בזאת".

ועוד, כי הוא דוחה את הגזירות הקשות וברעב תציל ממות, כאשר אירע לצרפית (מלכים א, יז) בשביל עוגה קטנה שנתנה לאליהו. ומניעתה תרחיק הקרובים לשכינה ממנה ומן התורה, כאשר אירע לעמון ומואב שהיו קרובים אלינו ונתרחקו על אשר לא קדמו אותנו בלחם ובמים, ומקרבת הרחוקים לחסות תחת כנפי השכינה, כאשר אירע ליתרו על אמרו (שמות, ב) "קראן לו ויאכל לחם". על כן צריך אדם ליזהר מאד מאד ליתנה כראוי.
טור יורה דעה הל' צדקה סימן רמ"ז
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

cictim האט געשריבן:כי הדבר בדוק ומנוסה כי בשביל הצדקה שנותן לא יחסר לו, אלא אדרבה תוסיף לו עושר וכבוד כדכתיב (דה"ב, לא) "מהחל התרומה לבא בית ה' אכול ושבוע והותר עד לרוב כי ה' ברך את עמו", וכתיב (מלאכי, ג) "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר ה' צבאות אם לא אפתח לכם ארובות השמים והריקותי עליכם ברכה עד בלי די". ואמרו חכמים בכל דבר אסור לנסות את ה' חוץ מדבר זה כדכתיב "ובחנוני נא בזאת".

די איינציגסטע זאך וואס די ברענגסט דא איז א הבטחה וועגען פרנסה און געלט. ווער זאגט אז דאס איז די חסרון וואס ער זוכט א סגולה.

בכלל דאס איז אן אויסגעשפילטע סגולה. ווייל די דערמאנטע סגולות אין די לאנגע רשימה זאגען צו א קאמפריהענסיוו פעקעדזש, שידוכים, רפואיות, ישועות פרנסה, קינדער. ווער דארף א לימיטעד סגולה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך מוז אבער מודה זיין אז דאס לעבן איז פיל געשמאקער ווען מען גלייבט יא אין די שטותים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

וואלווי האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:כי הדבר בדוק ומנוסה כי בשביל הצדקה שנותן לא יחסר לו, אלא אדרבה תוסיף לו עושר וכבוד כדכתיב (דה"ב, לא) "מהחל התרומה לבא בית ה' אכול ושבוע והותר עד לרוב כי ה' ברך את עמו", וכתיב (מלאכי, ג) "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר ה' צבאות אם לא אפתח לכם ארובות השמים והריקותי עליכם ברכה עד בלי די". ואמרו חכמים בכל דבר אסור לנסות את ה' חוץ מדבר זה כדכתיב "ובחנוני נא בזאת".

ועוד, כי הוא דוחה את הגזירות הקשות וברעב תציל ממות, כאשר אירע לצרפית (מלכים א, יז) בשביל עוגה קטנה שנתנה לאליהו. ומניעתה תרחיק הקרובים לשכינה ממנה ומן התורה, כאשר אירע לעמון ומואב שהיו קרובים אלינו ונתרחקו על אשר לא קדמו אותנו בלחם ובמים, ומקרבת הרחוקים לחסות תחת כנפי השכינה, כאשר אירע ליתרו על אמרו (שמות, ב) "קראן לו ויאכל לחם". על כן צריך אדם ליזהר מאד מאד ליתנה כראוי.
טור יורה דעה הל' צדקה סימן רמ"ז

די איינציגסטע זאך וואס די ברענגסט דא איז א הבטחה וועגען פרנסה און געלט. ווער זאגט אז דאס איז די חסרון וואס ער זוכט א סגולה.

בכלל דאס איז אן אויסגעשפילטע סגולה. ווייל די דערמאנטע סגולות אין די לאנגע רשימה זאגען צו א קאמפריהענסיוו פעקעדזש, שידוכים, רפואיות, ישועות פרנסה, קינדער. ווער דארף א לימיטעד סגולה...

קוק נאכאמאל "דוחה את הגזירות הקשות" "ומקרבת הרחוקים לחסות תחת כנפי השכינה" דאס איז שוין כולל אלעס.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

cictim האט געשריבן:קוק נאכאמאל "דוחה את הגזירות הקשות" "ומקרבת הרחוקים לחסות תחת כנפי השכינה" דאס איז שוין כולל אלעס.

ידידי, אין מה לדאוג, כ'האב עס נישט געמיינט אזוי ערענסט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

שלום עליכם ר' ישן
ס'האט מיך געקאסט א שמייכעל
לויט ווי איך פארשטיי זענט איר א עלטערע בחור א אט"ד וועלכער מוטשעט זיך מיט פרנסה און מיט קינדערלאזיגקייט
זאלט איר בקרוב געהאלפן ווערן געזונטערהייט ברוחניות ובגשמיות,
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך האב דווקא געמיינט אז איינער פין די מעלות פין זיין אט"ד אז מען האט א נייע שידוך יעדעס טאג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: איהר דארפן א ישועה? נעמט אייך א סגולה?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

cictim האט געשריבן:כי הדבר בדוק ומנוסה כי בשביל הצדקה שנותן לא יחסר לו, אלא אדרבה תוסיף לו עושר וכבוד כדכתיב (דה"ב, לא) "מהחל התרומה לבא בית ה' אכול ושבוע והותר עד לרוב כי ה' ברך את עמו", וכתיב (מלאכי, ג) "הביאו את כל המעשר אל בית האוצר ויהי טרף בביתי ובחנוני נא בזאת אמר ה' צבאות אם לא אפתח לכם ארובות השמים והריקותי עליכם ברכה עד בלי די". ואמרו חכמים בכל דבר אסור לנסות את ה' חוץ מדבר זה כדכתיב "ובחנוני נא בזאת".

ועוד, כי הוא דוחה את הגזירות הקשות וברעב תציל ממות, כאשר אירע לצרפית (מלכים א, יז) בשביל עוגה קטנה שנתנה לאליהו. ומניעתה תרחיק הקרובים לשכינה ממנה ומן התורה, כאשר אירע לעמון ומואב שהיו קרובים אלינו ונתרחקו על אשר לא קדמו אותנו בלחם ובמים, ומקרבת הרחוקים לחסות תחת כנפי השכינה, כאשר אירע ליתרו על אמרו (שמות, ב) "קראן לו ויאכל לחם". על כן צריך אדם ליזהר מאד מאד ליתנה כראוי.
טור יורה דעה הל' צדקה סימן רמ"ז
די פסוק פון מלאכי גייט נישט ארויף אויף מעשר כספים נאר אויף מעשר, מן התורה איז נישטא אזא זאך ווי מעשר כספים
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אישתישבי האט געשריבן:איך האב דווקא געמיינט אז איינער פין די מעלות פין זיין אט"ד אז מען האט א נייע שידוך יעדעס טאג.

אויב מ'איז איינגעשריבן אין איין סגולה, איז איין שידוך. אויב אין עטליכע, איז דא מערערע שידוכים..

די שאלה איז אויב מ'צאלט פעימענטס פאר שומרי החומות און פאר חיבת ירושלים, וואס איז די שידוך? אן אונגארישער? א גאליציאנער?

אפשר גאר א קארגע נער...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איז נישט א רייכע חכם בעסער?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אישתישבי האט געשריבן:איז נישט א רייכע חכם בעסער?

הניחא, אויב די סגולות העלפן טאקע...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:איך האב דווקא געמיינט אז איינער פין די מעלות פין זיין אט"ד אז מען האט א נייע שידוך יעדעס טאג.

אויב מ'איז איינגעשריבן אין איין סגולה, איז איין שידוך. אויב אין עטליכע, איז דא מערערע שידוכים..

די שאלה איז אויב מ'צאלט פעימענטס פאר שומרי החומות און פאר חיבת ירושלים, וואס איז די שידוך? אן אונגארישער? א גאליציאנער?

אפשר גאר א קארגע נער...

וואלווי: להוסיף נופך/נפיחה משלי. אויב איינער צאלט פאר כולל חצות און עיני הישועה, באקומטט ער א שידוך וואס שלאפט נישט און דארף נישט קיין גלעזער...!
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך דער דאס »

בדוק ומנוסה
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: איהר דארפט א ישועה? נעמט אייך א סגולה!

שליחה דורך ישן מלא חדש »

א הוספה צום ארטיקל

עס איז כדאי צו צולייגן א ווערטל פון הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א (ואוסיף בה נופך משלי).

אין יארע תשצ"א נאך איבערמידליכע ארבעט פון א קאליציע פון פירמע'ס און סגולות אגענטורן, איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד אין די אידישע מארק די נייעס אז ס'איז ענדליך ערשינען די אזוי לאנג ערווארטעטע 'סגולה ווענדינג מאשין', וואס האט אנשפראכן צו זיין א רעוועלוציע אין די גלאבאלע 'סגולה' אינדוסטריע.

איבער אלע חרדי'שע געגנטער אין אלע גרעסערע שוהל'ן זענען אויסגעלייגט געווארן די נייע סאפיסטאקירטע מאשינען וואס ארבעט אז מ'דארף נאר געבן א סווייפ די קרעדיט קארד און דען אויסוועלן וואס פאר א ישועה מען דארף נאר, און די מאשין וועט דאן אוטאמאטיש אויסוועלן די גאר 'מקובל'דיגע' בדוק ומנוסה'דיגע סגולה וואס איז ספעציעל געאייגנט צו די צרה וואס די באטרעפענדיגע פארמאגט.
דאן וועט די מאשין לאזן הערן ספעציעלע סטימיליזירטע גערוישן ווי די 'בליי צולאזט זיך' און די עין הרע ווערט אפגעשפראכן אדער ווי 'מען זאגט יעצט תהילים פאר אייך' וכו' וכו' און ביים סוף שפייעט די מאשין אויס א רעסיט לזכר אז איר זענט א געהאלפענער.

שפאצירט זיך אזוי א בן שמונים אריין אין בית מדרש, און באטראכט מיט נייגער די ניי ערשינענע 'וועלט וואונדער' נאכן ענדליך ארויס האבן ווי אזוי די 'נייע טעכנעלאגיע' ארבעט, כאפט ער זיך ביים קאפ 'דאס קען זיין א גוטע געדאנק פאר מיין שמערל'ס בכור גומפעלע', וואס איז ליידער נאך נישט באשאנקן געווארן מיט קיין זרע של קיימא....'

די געטרייע זיידע באשליסט דאן צו מאכן א 'סארפרייז' פאר זיין באליבטע אייניקל, און איהם קויפן א 'סגולה' פאר גרויס געלט.

נאכ'ן ארויס שלעפן פון טאש אפאר פון די 'אלט מאדישע' בלויע הונדערטער באנקנאטן און זיכען פאר פופצן מינוט די פלאץ ווי מען לייגט זיי אריין, שטיפט ער מיט א תפילה אויף די לעפצן אריין די דולארן אינעם פיסק פונעם מאשין וועלכער האט ערשט נאך פינעף מאל מקיים זיין דעם 'כבלעו כך פלטו' באוויליגט אהנצינעמען די בלויע בענדזעמין פרענקלין'ס...
אבער דען איז די מיסטעי'ק געשעהן.....
אנשטאט דריקען אויף די 'אייניקל - סלעש - בן זכר' קנעפל האט די באזארגטע זיידע בטעות געדריקט די 'געהאלפן ווערן מיט א בן זכר' קנעפל...!!!

מיט אלע כוחות האט אונזער געטרייע זיידע פרובירט צוריק צו ציען פונעם מקח, אבער 'הדבר אשר נחתם בטבעת המלך אין להשיב' קענסט רעדן צום דופן....
דער שוין אנגעצויגענע זיידע דערלאנגט א קאפע פאר די מאשין, "די מחוצעף" "היינטיגע דורות" "אפי' די מאשינען האבן נישט קיין דרך ארץ פאר קיין עלטערע יודן" "בעיקבתא דמשיחא" אבער עס האט איהם גארנישט געהאלפן.

און וואס מיינט איהר טייערע ברודער? יא מזל טוב! לסוף שנה נולד לו בן! (א ביין אין האלז...)
די שמחה איז אומבאשרייבליך, די סטאקס פון די סגולה מאשין איז ארויף געשפרינגען ביז די ספערן...
הרב דרעזנער ברענגט ארויף אן אור אייניקעל וואס גיבט אויס די געפיהל'ן נאכן געבורט פון א עלטער פעטער...
וועלוועל שמעלצער באצייכנט עס אלץ די געשהניש פון די יאר...
הרב קלעצקין האט שוין עפעס א לאנגע 'השגחה פרטית' מעשה דעראויף...
ס'הימל און ערד מיט די נייע געבוירן קינד ביי די אכציג יעריגע קאפ"ל...!
'ויקומו כל בניו וחתניו לנחמו'.... אלע קינדער אייניקלעך אור אייניקלעך זענען געקומען וואונטשען מזל טוב פארן אבי הבן, אבער די גליקלעכע טאטע/זיידע איז עפעס נישט און די גוסטע...
"זיידי אונז קענען זעהן די בעבי?" פרעגן די אייניקלעך.
"נישט יעצט!"
"ווען דען?" "אונז ווילן זעהן אונזער נייע עלטער פעטער!"
"נישט יעצט! ווען ער וועט וויינען וועט מען איהם קענען זעהן"
"ווען ער וועט וויינען?!?! זיידי אונז דארפן כאפן די באס צוריק אהיים..." "אונז ווילן איהם נאך זעהן"
"קודם דארף ער וויינען!!!"
"פארוואס זיידי? פארוואס דארף ער וויינען?"
"וואס ווילט עטס, ענק מיינען איך געדענק נאך ווי איך האב איהם אראפגעלייגט?!?!"

נ. ב. כ'מיין אז אונזער פאר'תהיליםכולל'דיגע דור איז שוין טאקע 'מסוגל' פאר אזא מאשין, נו מפואר.. נר מצוה.. וואקסבערגער.. ענק האבן ארבעט..!

(אגב עס שטייט פאריגע וואך אין פרשה ביי בלעם 'את אשר תברך מבורך ואשר תאר יואר' איך קען מיך פארשטעלן א דבר יום ביומו, קול הציבור פון יענע צייטן "איך האב זיך מזכיר געווען פאר חכם בלעם שליט"א פאר פערציג טעג און עס צוגעזאגט צו מפרסם זיין אין כ'האב געזען א ישועה"!

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

יין שרף האט געשריבן:אשר יצר פון אינעווייניג

(נישט ווי יענע זיידע וואס האט געזאגט אשר יצר אין ביה"כ "ווייל מען דארף עס זאגן אינעווייניג"..)

דער סגולה ארבעט נאר נאכן טרינקען ח"י ראטל...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גראדע אין א''י עגזיסטירט שוין א קליינע ווערסיע פון רב מלאך'ס חלום, עס הייסט 'נדרים פלוס'.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: איהר דארפט א ישועה? נעמט אייך א סגולה!

שליחה דורך ישן מלא חדש »

איך אויך האט געשריבן:גראדע אין א''י עגזיסטירט שוין א קליינע ווערסיע פון רב מלאך'ס חלום, עס הייסט 'נדרים פלוס'.
נו! זיי מסביר.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
פארשפארט