דער צענזוס סעמוטאכע.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער צענזוס סעמוטאכע.
[justify]די צענזוס סעמוטאכע וואס האט געפלאגט וואשינגטאן אין די לעצטע שטיק צייט, איז טאקע געקומען צו א צייטווייליגע שטילשטאנד, אבער די אויפגעשטורעמטע געמיטער זענען נאך אלס שרעקליך אנגעצויגן, אפגעזען אז די ליבעראלן האבן אפגעהאלטן א שטארקער געווינס איבערן טראמפ אדמיניסטראציע אינעם סופרים קארט, פארט איז דער עקזעקעטיוו באפעל פון פרעזידענט טראמפ פאר די ליבעראלן ווי א הונטן ביין אין האלץ - נישט אויסצושפייען און נישט אראפצושלינגען – זייער גריכטליכער געווינס איז גענצליך פארשלייערט מיט שווארצע כאמארעס. זייער כראנאלאגישע קראנקהייט וואס איז באוויסט אלס די טראמפ-דעראַנגמאַנט-סינדראָום, דערגרייכן אין די דאזיגע טעג צו שטיפעס ווי קיינמאל פריער – זייער נאכאנאנדע אנגעבליכע ראסיזם קלאגעריי העלפט זיי בלויז ווי פאר א טויטן באנקעס, און דער הערליכער זעלבסט-דיסטראקטיווער קריג וואס זיי פירן צווישן זיך העלפט אויך גארנישט צו היילן זייער פאראייטערטע וואונדן. דאס איז בלויז א פארשפיל ווי אזוי וואשינגטאן וועט אויסקוקן אויב די דאזיגע סאציאליסטישע קאמעדיאנטן וועלן זיך אמאל דערשלאגן צו די מאכט.
אט איז ווי זאכן זענען זיך פארלאפן...
אין איינקלאנג צו די קאנסטאטוציע ליגט א פליכט אויף די רעגירונג דורכפירן א צענזוס צו ציילן די מענטשן וואס געפונען זיך אין לאנד, יעדע צען יאר באזונדער. דער ציל דערפון איז פשוט צו האלטן רעכענונג אויף די צאל פון די באפעלקערונג. יעדע צען יאר שיקט דער פעדעראלער צענזוס ביורא ארויס צענזוס פּאַמפלעטן צו די באפעלקערונג אויסצופילן פארשידענע פרעזענליכע אינפארמאציע. לעגאל איז מען נישט פארליכטעט אויסצופילן דעם פּאַמפלעט, אבער קיין ליגנד איז נישט ערלויבט צו שרייבן. אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר האבן די פּאַמפלעטן אויך ערהאלטן א פראגע צו מ'איז א אמעריקאנער בירגער צו נישט - די דאזיגער זאכליכער פראגע האט קיינעם נישט געעגבערט, יעדער רעכטדענקיגער באשעפעניש פארשטייט אז דאס איז א העכסט נארמאלע פראגע פאר א רעגירונג פון א לאנד צו פרעגן, ווילסט, ענטפער! ווילסט נישט? ענטפער נישט! ס'איז קיינעם אין די וועלט נישט בייגעפאלן אז אזא פארשטענליכע און זאכליכע פראגע זאל אמאל פאראורזאכן אזא סעמוטאכע...
אין רעזולטאט פון די דורכגעפוילטע ליבראלע אימיגראציע געזעצן וועלכע זענען נאך דורכגעפירט געווארן דורך די קלינטאן און אבאמא אדמיניסטראציעס, האבן מאסן מענטשען פון די ארימע לענדער אין דרום אמעריקע אנגעהויבן צו אימיגרירן קיין אמעריקע אויף א אומלעגאלער וועג, מיטן האפענונג ענווענטועל צו פארבלייבן וואוינען אינעם רייכן קאפיטאליסטישע אמעריקע און לעבן דעם אמעריקאנער חלום. דער פלייץ פון אומלעגאלע אימיגראנטן האט זיך אין די לעצטע יארן פארשטערקערט אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. די דעמאקראטן זענען זיך ממש מחיה מיט די אויסטערלישער פלייץ פון די אומלעגאלע אימיגראנטן, ווארום יעדער אומלעגאלער אימיגראנט איז א פארזיכערטער שטימע פאר די דעמאקראטישער פארטיי. די אבאמא אדמיניסטראציע האט פילייכט פארשטאנען אז דער בירגער פראגע אינעם צענזוס פּאַמפלעט קען חלילה פאראורזאכן לייכטע אומאיינגענעמליכקייטן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן, דערפאר האט דער אבאמא אין א אויסערארענדליכער שריט באשלאסן עטוואס באקוועמער צו מאכן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן, און פערמאנענט עלימינירן די בירגער פראגע פונעם צענזוס פּאַמפלעט...
פרעזידענט טראמפ אין זיין אומבויגזאמער קאמפ פאר באפעסטיקטע גרעניצן, האט זאגאר באשלאסן עס צוריק צו צושטעלן. זיין מאטיוו איז פילייכט געווען, טאקע דאס! אומצובאקוועם פאר אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך אריינגעשמוגלט אין לאנד, אזוי אז ס'זאל פארגיין דער אפעטיט פאר מער מענטשען זיך אריינצושמוגלען אין לאנד אומלעגאל. די ליבעראלן האבן באלד געזען אין דעם שריט א געפאר צו זייער אגענדע צו פארכאפן די מאכט אין וואשינגטאן און צו פארוואנדלן אמעריקע צו א ריין סאציאליסטיש לאנד. און א פייערדיגער קאמף האט זיך צופלאקערט צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע אין די ליבעראלן אינעם רעפרעזענטן הויז.
די ליבעראלן פארמאגן נאכנישט גענוג קאראזש ארויס צו זאגן פון מויל זייער ריכטיגע אגענדע, זיי האפן דאך ענווענטועל צו געווינען די מער מעסיגע דעמאקראטן צו זייער זייט – דאס פעלט זיך פאר זיי קריטיש וויכטיג אויס צו קענען פארכאפן די מאכט אין וואשינגטאן. דערפאר האבן זיי ארויסגענומען פון שיפלאד זייער מערסט ניצבארע שפיל-קארטל, ראסיזם, פעמיניזם... די ליבעראלן אין וואשינגטאן, הויפטזעכליך די פיר פרישע שמאל-קעפיגע סאציאליסטישע קאמעדיאנטן אינעם רעפרעזאנטן הויז, באשולדיגען יעדעם איינעם וואס גייט נישט מיט זיי אין שפאן אדער טראכט גענוי ווי אזוי זיי באפעלן מיט ראסיזם און פעמעניזם. מ'דארף ניטאמאל זיין קיין רעפובליקאנער זיך צו דערווארבן א ראסיזם היטל פון זיי. ביידען איז ראסיסט, אפילו די מוטער פון די ליבעראלן קאמעראד נענסי פלאוסי זעלבסט איז שוין אויך באשולדיגט געווארן דורכן נאכט-לאקאל סארווירער און לאפע-טאנצערן אָקאזיאָ קאָרטעז אלס א פאלנע ראסיסט. אינטערעסאנט אז זיי באשולדיגען איר נישט אין פעמעניזם. פארוואס? ווייל זי גייט נישט גענוי אין שפאן מיט זייערע משוגענע קאפריזן און פארקרימטע און נארישע אידאלאגיעס. די פיר קאמעדיאנטן אינעם רעפרעזאנטן הויז האבן אין זיך אזא מאס פרעכהייט און ארעגאנץ אזש ס'רופט שוין ארויס עקל און אפשיי אפילו ביי די דעמעקראטן זעלסט... אלענפאלס די ליבעראלן האבן דעקלערט אז דער פרעזידענט וויל צוריק ארויף שטעלן די בירגער פראגע אינעם צענזוס פּאַמפלעט צוליב ראסיסטישע מאטיווען.
די ליבעראלע פראפאגאנדע מאשין האלט די אמעריקאנער באפעלקערונג פאר פאלנע קעלבער. ראסיזם? וואס איז דאס קאפ געהאקעכס? די אמעריקאנער באפעלקערונג האט גארנישט קעגן לעגאלע אימיגראנטן, מיר זענען דאך אייגענטליך מערסטייל אימיגראנטן אדער אפשטאמיגע פון אימיגראנטן. מיר האבן בלויז א פראבלעם מיט מענטשן וואס האבן געבראכן דאס געזעץ מיטן זיך אריינשווערצן אין לאנד אומלעגאל. ווי קומט דא אריין ראסיזם פאר א גוט יאר? דער גלייכער שכל האט נישט אפגעהאלטן די ליבעראלע פראפאגאנדיסטן מיט זייער קאלעגעס די פאלטשע פארפירערישע מידיא קאנספירער צו זינגען דעם ראסיזם ניגון מיט ענטוזיאזם... אזש מאנכע פון די קאמעדיאנטן און מאלפעס האבן עס גאר זעלבסט געגלייבט...
די ליבעראלן אינעם רעפרעזענטן הויז האבן קאטאגאריש פארלאנגט אז די אנדמיניסטראציע זאל זיי צושטעלן די אונטערלאנעדע דאקימענטן און בליץ-פאסטן איבער די לעגאלע פראצעדורן צוריק אריינצושטעלן די בירגער פראגע אינעם צענזוס פּאַמפלעט, אבער די אדמיניסטראציע ווי זייער שטייגער האבן זיך אפגעהאלטן פון פארהאנדלן מיט די דיסטראקטיווע ליבעראלן. די אדמיניסטראציע איז פולשטענדיג באוויסטזיניג איבער די געמיינע אינטריגעס פון די ליבעראלן און פראבירט צו האבן וואס ווייניגער פארקער מיט די דיסטראקטיווע ליבעראלן אינעם רעפרעזאנטן הויז. אין רעזולטאט גרייטן זיך טאקע די ליבארלע רעפרעזאנטן צו פראקאלאמירן דעם יוסטיץ מיניסטער וויליאם בארר אינאיינעם מיט זיין קאלעגע דער האנדל מיניסטער ווילבער ראָסס אלס מסרבים לקאנגרעס.
דער לעגאלער געפעכט איבער דעם בירגער פראגעהאט ענווענטועל דערגרייכט צום העכסטן געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן. די פראגע וואס איז געשטעלט געווארן פארן געריכט איז געווען זייער גלייך - צו די קאנסטעטוציע פארבאט אריינצושטעלן אינעם צענזוס פּאַמפלעט די בירגער פראגע צו נישט. נאך לאנגע אנגעצויגענע וואכן פון ווארטן און צעגערן האט דער העכסטער געריכט ענדליך ארויסגעגעבן זייער לאנג-ערווארטעטער אורטייל. זיי האבן דייטליך קלארגעשטעלט אז אריינשטעלן דער בירגער פראגע אינעם צענזוס פּאַמפלעט איז פולשטענדיג אין איינקלאנג מיט די קאנסטאטוציע, דאס איז פילייכט געווען א שטארקע געווינס פאר פרעזידענט טראמפ. זאגאר דער העכסטער ריכטער זשאן ראָבערטס, אייגענליך א שטארקער קאָנסערוואַטיווער, האט געפונען פאר וויכטיג אריינגעווארפן א גיפטיגער פלאקאן - ער האט געשריבן אין זיין לאנגער אורטייל, אז די אדמיניסטראציע האט פארפעלט פארצושטעלן פארן געריכט א זאכליכער אורזאך פארוואס זיי זענען אזוי אויסן אריינשטעלן די בירגער פראגע אינעם צענזוס פּאַמפלעט, דערפאר שיקט דאס דער העכסטער געריכט צוריק אראפ צו די נידעריגע געריכטן אז זיי זאלן דעצידירן צו דער אורזאך וואס די אדמיניסטראציע האט אנגעגעבן איז גענוג מאסגעבענד צוריק צו שטעלן דער בירגער פראגע אינעם צענזוס פּאַמפלעט. אייגענטליך קיינער בעט נישט קיין ראט פון סופרים קארט, די פראגע איז געווען קאנסטעטוציאל אדער נישט קאנסטעטוציאל...הויפט ריכטער ראָבערטס האט פילייכט געזוכט א וועג צו פארמיידן דעם העכסט פרעסטיזשפולער געריכט פארמישט צו ווערן אין א וואשינגטאן פאליטיק געמויזעכס...
דער דאזיגער אורטייל איז אן קיין שום צווייפל געווען א פערזענליכע פראסק אין פנים פארן פרעזידענט, ווארום דער צייט-לויף דורכצופירן דעם צענזוס איז שוין אט דא, און ס'איז נישט פארהאן גענוג צייט פאר ווייטערדיגע לעגאלע געפעכטן אין די געריכטן וואס קענען זיך ציען פאר לאנגע יארן. אין אנדערע ווערטער די ליבעראלן האט אפגעהאלטן א מעכטיגער געווינס... די טראמפ אדמיניסטראציע האט צום באדויערן שטארק פארנאכלעסיגט מיט די לעגאלע בעפארברייטונגן צו זייער לעגאלער שטעלונג, זיי האבן זיך באנוצט מיט א נארישער מאטיוו פארצושטעלן פארן געריכט פארוואס זיי זענען אזוי אויסן צוריק צו שטעלן דער בירגער פראגע אינעם צענזוס פּאַמפלעט, ווען זיי גייען ווען מיטן ריינעם אמת, וואלט ווען ווארשיינליך דער בירגער פראגע פיגורט אינעם צענזוס פּאַמפלעט. דאס האט געפירט צו א שטארקע אנגעצויגנקייט צווישן פרעזידענט טראמפ און זיין פינאנץ סעקרעטאר ראָסס.
אין זיין נויט, האט זיך דער פרעזידענט געוואנדן צום יוסטיץ מיניסטער בארר פאר לעגאלע ראט ווי אזוי צו עסן דעם סופרים קארט אורטייל. און בארר איז טאקע אויפגעקומען מיט א לעזונג.
בארר האט ארגומענטירט אז אייגענליך איז דער הויפט מאטיוו פון אריינצושטעלן דעם בירגער פראגע אינעם צענזוס פּאַמפלעט, איז דאך בלויז אויף צו וויסן גענוי ווי פול בירגער ס'איז פארהאן אין לאנד, און אויך ווי פול אומלעגאלע אימיגראנטן ס'איז פארהאן אין לאנד. אלזא, מ'וועט עררייכן די אינפארמאציע אויף א מער שטאנדהאפטיגער פארנעם ווי מיטן צענזוס, ווי אזוי? דער פרעזידענט וועט ארויסגעבן אן עקזעקעטיווער באפעל אז אלע פעדעראלע אפטיילונגען אריינגערעכנט די אפטיילונג פון היים לאנד זיכערהייט זאלן צושטעלן פאר די פינאנץ מיניסטעריום אלע אינפארמאציע איבער די באפעלקערונג וואס זיי האבן אין זייער באזיס, אזוי ארום וועט די פעדעראלע רעגירונג באשיינפערליך באקומען פול א בעסערע און מער קלארערער בילד וויפול אומלעגאלע אימיגראנטן ס'געפונען זיך ווירקליך אין לאנד, און זאכליכע שריט וועלן קענען אונטערגענומען ווערן, א שטייגער ווי די דעפארטאציעס וואס שפילן זיך אפ אין די דאזיגע טעג דורך די אימיגראציע און שטייער אינפארסירער (איי.סי.אי.).דער פרעזידענט האט טאקע די לעצטע וואך פראקאלאמירט אזא סארט עקזעקעטיווער באפעל.
דער דאזיגער עקזעקעטיווער באפעל האט געשאלגן די ליבעראלן ווי א דינער אין מיטן העלן טאג. נעמליך, די מאטיוו פארוואס זיי האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל איבער די בירגער פראגע אינעם צענזוס איז דאך געווען אז די פעדעראלע רעגירונג זאל נישט פאראורזאכן קיין אומאיינגענעמליכקייטן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן. אצינד מיטן צוזאם נעמען אינפארמאציע פון אלע פעדעראלע אגענטורן צו איין גרויסע דאטא-באזע וועלן די אומלעגאלע אימיגראנטן נישט בלויז האבן אומאיינגענעמליכקייטן, נאר זיי וועלן אויסשטיין צו נאכאנאנדע אבלאוועס פון די אימיגראציע און שטייער אינפארסירער אגענטור, און זיי וועלן שטענדיג לעבן אין שאטן פון שרעק פון דיפארטאציעס.
אין אנדערע ווערטער די ליבעראלן האבן אפגעהאלטן א לעגאלער געווינס איבער טראמפ אינעם סופרים קארט, און גלייכצייטיג באצאהלט דערפאר מיט גאר א טייערער פרייז...[/justify]

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דער צענזוס סעמוטאכע.
עס איז ראטזאם צו מאכען אביסל א פאקט טשעק איידער מ׳שרייבט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: דער צענזוס סעמוטאכע.
דער אמת איז, עס האט שוין א חזקה. אבער דא האב איך געמיינט דאס אז אבאמא האט אראפ גענומען די פראגע פון די צענזוס. דאס איז נישט אמת, זייט 1950 איז עס אזוי אבאמא איז דעמאלס נישט געבוירען געווארען, נישט אין האוואי און נישט אין קעניא.
ד י גאנצע מאמר איז א שטיק ספין, ווער ווייסט וואס ליבעראלע טראכטען? וואס פונקט זענען ליבעראלע? אבער שוין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ד י גאנצע מאמר איז א שטיק ספין, ווער ווייסט וואס ליבעראלע טראכטען? וואס פונקט זענען ליבעראלע? אבער שוין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אמת איז, עס האט שוין א חזקה. אבער דא האב איך געמיינט דאס אז אבאמא האט אראפ גענומען די פראגע פון די צענזוס. דאס איז נישט אמת, זייט 1950 איז עס אזוי אבאמא איז דעמאלס נישט געבוירען געווארען, נישט אין האוואי און נישט אין קעניא.
ד י גאנצע מאמר איז א שטיק ספין, ווער ווייסט וואס ליבעראלע טראכטען? וואס פונקט זענען ליבעראלע? אבער שוין.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איר זענט דאך פונקט אזא ספינקער ווי טראמפּ און קאך_לעפל.... די ריכטיגע תשובה איז עפעס אינצווישן.... נישט אז ס'איז 'קלאר' יא געשטאנען, און נישט אז ס'איז נישט געווען. און אובאמא האט עס יא 'אינגאנצן' אראפגענומען.....
פאר מער פרטים און פאקטן קענט איר באזוכן די ליבעראלע נ.פּ.ר.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'דארף גוט קענען ליינען. אנדערש, דרייט מען אהין און אהער פון ביידע זייטען. און נישט קענען ליינען ענגליש איז גראדע נישט קיין פראבלעם. אבער נאכזאגען פון ענגלישע קוואלען, נישט קענענדיג די שפראך, קען זיין א פראבלעם.
דער א.ג. ליבעראלע NPR ברענגט די פאקטן פונקט ווי עס איז געווען, און אבאמא האט גארנישט ארויס גענומען, אחוץ טאמער טוישען איין פארם אויף א צווייטען הייסט ארויס גענומען.
דער א.ג. ליבעראלע NPR ברענגט די פאקטן פונקט ווי עס איז געווען, און אבאמא האט גארנישט ארויס גענומען, אחוץ טאמער טוישען איין פארם אויף א צווייטען הייסט ארויס גענומען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ביסט גערעכט, עס איז ממש געמיין צו מוזען ליינען עפעס וואס דו האסט אליינס נישט געטראכט. עס איז ממש געמיין אז מ'דארף זיך האלטן צום פאקט. עס איז ממש געמייין אז די פאקטן האלטען זיך צו זיך, און בייגען זיך נישט פאר דיין מיינונג. זיי פירען זיך אויף מיט א פרעצעדענטלאזע אראגאנץ. די פאקטן פארגינען נישט די אנדערע מיינונגען, און זיי גייען פערזענליך קעגן יעדער פאקט וואס גייט נישט אין שפאן. דאס פארטרייבט מענטשן פון די וועלט, נישט נאר שרייבערס פון קאוועשטיבעל.
די פרט אז עס איז ארויס גענומען דורך אבאמא איז געווען א שקר, און האט פארדרייט דיין גאנצע טעזע. קענסט מודה זיין און איבערטראכטען דיין מיינונג אז אפשר איז טראמפ דא נישט גערעכט. אדער מסביר זיין עפעס אנדערש. סתם מיר צו האקען פערזענליך איז טאקע מדרכי טראמפ, א מהלך פון היסח הדעת, אבער דער זייטיגער צוקוקער זעט דאך צוויי תגובות, נישט נאר איינס.
אז דו ווילסט, וועל איך דיר זאגען וואס איך האלט פון דיר, אבער ביזדערווייל האב איך זיך באצויגען צו דאס וואס דו האסט געשריבען, נישט דיר פערזענליך (אפשר זאלסטו גיין צו א שיעור און זיך אויסלערנען וואס דאס ווארט פערזענליך מיינט)
די פרט אז עס איז ארויס גענומען דורך אבאמא איז געווען א שקר, און האט פארדרייט דיין גאנצע טעזע. קענסט מודה זיין און איבערטראכטען דיין מיינונג אז אפשר איז טראמפ דא נישט גערעכט. אדער מסביר זיין עפעס אנדערש. סתם מיר צו האקען פערזענליך איז טאקע מדרכי טראמפ, א מהלך פון היסח הדעת, אבער דער זייטיגער צוקוקער זעט דאך צוויי תגובות, נישט נאר איינס.
אז דו ווילסט, וועל איך דיר זאגען וואס איך האלט פון דיר, אבער ביזדערווייל האב איך זיך באצויגען צו דאס וואס דו האסט געשריבען, נישט דיר פערזענליך (אפשר זאלסטו גיין צו א שיעור און זיך אויסלערנען וואס דאס ווארט פערזענליך מיינט)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:כ'האב מיך באצויגן צו דאס:
דער אמת איז, עס האט שוין א חזקה. אבער דא האב איך געמיינט דאס אז אבאמא האט אראפ
עס איז דא א חילוק צווישען א ס און א ר. איך האב דיר נישט געמיינט, נאר די רעפובליקאנער שיטה. דאס איז אין אלגעמיין געבויט אויף פארדרייטע פאקטן. דו ביסט נישט שולדיג, דאס איז שוין פון ראש לימבוי ודעימיה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
די סיגיא פון ראסיזם איז גאר א קאמפליצירטער, כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געהעריג פארשטאנען.
וואס מיינט א ראסיסט? וואס איז שלעכט מיט ראסיזם? ראסיזם איז בלויז אויב א ווייסער האסט א שווארצער צילוב זיין הויט קאליר? צו אויך קאפויער, ווען א שווארצער האסט א ווייסער פארן זיין ווייס? כ'וועל אריינקוק דעראינען און בל''נ מיטיילן מיט אייך...
וואס מיינט א ראסיסט? וואס איז שלעכט מיט ראסיזם? ראסיזם איז בלויז אויב א ווייסער האסט א שווארצער צילוב זיין הויט קאליר? צו אויך קאפויער, ווען א שווארצער האסט א ווייסער פארן זיין ווייס? כ'וועל אריינקוק דעראינען און בל''נ מיטיילן מיט אייך...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:כ'האב מיך באצויגן צו דאס:
דער אמת איז, עס האט שוין א חזקה. אבער דא האב איך געמיינט דאס אז אבאמא האט אראפ
עס איז דא א חילוק צווישען א ס און א ר. איך האב דיר נישט געמיינט, נאר די רעפובליקאנער שיטה. דאס איז אין אלגעמיין געבויט אויף פארדרייטע פאקטן. דו ביסט נישט שולדיג, דאס איז שוין פון ראש לימבוי ודעימיה.
דאן זיי מיר מוחל, כ'גיי אצינד פארמעקן מיין תגיבה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:די סיגיא פון ראסיזם איז גאר א קאמפליצירטער, כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געהעריג פארשטאנען.
וואס מיינט א ראסיסט? וואס איז שלעכט מיט ראסיזם? ראסיזם איז בלויז אויב א ווייסער האסט א שווארצער צילוב זיין הויט קאליר? צו אויך קאפויער, ווען א שווארצער האסט א ווייסער פארן זיין ווייס? כ'וועל אריינקוק דעראינען און בל''נ מיטיילן מיט אייך...
viewtopic.php?f=47&t=13227