גראדעמעכעלע האט געשריבן:קאך לעפל האט געשריבןהודעהדורך קאך_לעפל » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:53 pm
שלמה המלך דער חכם מכל אדם זאגט אין משלי פתי יאמין לכל דבר, וערום יבין לאשרו, דאס הייסט א נער גלייבט אלעס, און א חכם פארשטייט זאכן וואס זענען גראד:
דער אמת איז אז איך בין נישט דער ערשטער זיך אזוי צי ווינדערן ווי אזוי א ביליאן מענטעשן קענען גלייבען אין דעם טיפשות וואס ריפט קריסטנום, כבר הקדימי כומר אחד.
א גלח האט געהאט אקאראט דעם דאזיגער זעלביגער אנפראגע און ער האט עס אנגעפרעגט ביי הרה''ק ר' יונתן אייבישטיץ זי''ע,
זאגט אים רבי יונתן זייט אזוי גוט קיקט ארויף אויפן הימל, דער גלח קיקט ארויף און זאגט פאר רבי יונתן איך ווייס נישט וואס איר ווילט, איך זעה נישט גארנישט, זאגט אים רבי יונתן קיק בעסער.... דער גלח קיקט בעסער, און ער זעהט נאך אלס נישט גארנישט, זאגט אים רבי יונתן די זעסט נישט ווי מלאכים טאנצען ארום אויפן הימל מיט פידלעך? דער גלח קוקט זיך בעסער איין, און יא... ער הייבט ענדליך אן צובאמערקן........און ער זאגט פאר רבי יונתן אז ער זעהט טאקע עפעס טאנצט ארום אויפן הימל מיט פידלעך.....
גייט דירך א גוי און ער זעהט ווי רבי יונתן מיטן גלח קיקן אויפן הימל, נעם ער זיך אויך קיקן אויפן הימל.... און דער גלח פרעגט אים צו ער זעהט די מלאכים מיט די פידלעך... זאגט ער יא.... ער זעהט.... אזוי איז אריבער געגאנגען נאך א גוי און נאך א גוי.... בקיצור דער גאנצער שטאט איז געשטאנען אין מפליא געווען דעם בילד ווי די מלאכים טאנצען מיט די פידלעך......
גיבט זיך רבי יונתן א ריף אן צום גלח די מיינסט אז איך זעה מאלכים טאנצען אויפן הימל מיט פידלעך? א נעכטיגען טאג... איך האב דיר נאר געוואלט ווייזן אז מען קען פירן א גאנצע שטאט קטנען..... די זעלביגע איז אויך מיט ענק יעדער גלייבט ווייל ער רעדט זיך איין אז יענער גלייבט.... און אזוי איז געבויעט די גאנצע קריסטליכע גלויבן.....
אויב די קויפסט די מעשה שטעלט דאס א גרויסע טשעלענדז פאר דת יהודית ווייל אויב קען מען איינרעדן פאר א גאנצע שטאט אז זיי זעען בפועל ווי מלאכים טאנצן אין הימל פארוואס זאל מען נישט קענען איינרעדן א ציבור אידן אז זיי הערן גאט זאגן אנכי ה' אלוקיך?
א. פראביר אזוי איינרעדן פאר 3 מיליאן מענטשן און נישט סתם מענטשן נאר שווערע מענטשן ווי אידן וואס צוויי אידן דריי דעות.
ב. אויב וואלט מעמד הר סיני געווען א איינרעדעניש וואלט משה רבינו נישט איינגעשטעלט זיין קרעדיט צו קענען איינרעדן אזוי פיל טאטאלנטפולע אידן מיט זיי געבן אזוי פיל מאדנע געזעצן ווי כלאים, חזיר, טריפות, פרה אדומה, שבת, ברית מילה, ד' מינים, ציצית, תפילין, ועוד ועוד