חידה-וואס האבן די אלע מענטשען אין קאממען???

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן: (ריכטיג פארוואס טראכסטו יהודא לעווין איז נישט קיין ESFP?),

ער איז זייער באררינג און נערווירנד, מיט אפגעריסענע פארשימלטע וויצן. ער איז שרעקליך מאריך יעדע מאל ער ברענגט ארויס א נקודה וכו' וכו'. ס'איז מיר זייער שווער איהם אפצולערנען אלץ ענטערטעינער.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך זאג ענק. לערנטס זיך דאס אויס. ס׳וועט אייך אסאך צוניצקומען (בערל גיט געספעלט כ׳האב מורא אז נישט). זינט איך האב מיך דאס אויסגעלערנט פאר אפאר יאהר צוריק זעה איך יעדעם איינעם גלייך מיט די אותיות און ס׳העלפט מיר ארויס וויאזוי זיך אומצוגיין און קאמיוניקעיטן מיט מענטשען און פארשטיין פארוואס געוויסע מענטשען פירן זיך אויף א געוויסע וועג. איינמאל מ׳לערנט זיך דאס זעהט מען די מענשטהייט אין א גאנצע אנדערע ליכט.

אלעס האט צוטוהן וויאזוי מ׳איז געפראגרעמט געווארן און וואס פארא גענעטיקס מ׳האט באקומען! אלעס! כ׳קען עס קלאר זעהן אין מיינע קינדער, מיינע געשוויסטער, מיינע חברים.

למשל נאר איין קינד פון מיינע פינף איז פונקט ווי מיר, די זעלבע כאראקטאר ESFP. און יעדער וואס קען מיך קען זעהן אז זי איז א קאפי פון מיר! זי רעדט פונקט ווי מיר און האט אלע די זעלבע נאטורן. ווידער מיינע אנדערע קינדער זענען א געמיש פון מיר און מיין געוועזנע. איין טאכטער איז א INFP און איך קען אסאך INFP מענטשען און איך זעה די זעלבע נאטור.

לויט דעם קוקט מעהר ווייניגער אויס אז מענטשען האבן נישט באמת קיין בחירה. און דאס איז טאקע געוועהן די שיטה פון גאר אסאך גרויסע פילאסאפערס (אריינגערעכענט מיין גרויסע רבי החכם ארטור שאפענהויער) וואס האבן געטענהט אז א מענטש האט נישט באמת קיין בחירה און אלעס איז determined און ס׳ווענדט זיך וויאזוי ער איז געווייערט געווארן.... עכ״פ אויף אסאך זאכן איז זיכער נישטא קיין בחירה (לשיטת soft determinism).

איי וועט איר פרעגן א קשיא וואס איז דעמאלטס די ״ביג דיעל״ פון אזא גרויסע רבי און Guru ווי דער אהבת ישראל? ער איז געבוירן געווארן א קלוגע מענטש, מיט גאר א פיינע הארץ,גוטע נאטורן, און איז פונקט געוועהן אין די פאזיציע ממילא equals אזא מענשט? אויב סאיז נישטא קיין בחירה און אונז זענען נאר די שך-שטיקלעך אויפן ברעטל און איינער (גענעטיקס) באפעלט אונז וואס צו טוהן און טאמער נישט שיקט ער אונז געוויסע signals פון pain and pleasure זענען מיר דאך נישט מעהר ווי ״פערדן״ וואס ווערן געטריבן דורך די רייטער און אונז ווערן געשמיסן און פארקנעכטיגט פאר די Will to live?

די זעלבע קשיא קען מען פרעגן אויף א יעדע גרויסע מענטש וואס איז די גדולה מיט אלבערט איינשטיין? ער איז געבוירן געווארן מיט א ברעין וואס איז א חלק דערפון (די חלק וואס כאפט אויף בילדער) איז געוועהן 30 מאל שטערקער ווי א עוורידזש מענשט?

!Welcome to philosophy

ווער האט א תירוץ?

איך גיי שרייבן מיין מיינוג איבער דעם. אבער קודם לאמיר הערן אפשר האט איינער א בעסערע פשט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מנשה לוסטיג דארף צוגעלייגט ווערן (לכאורה) צו די ערשטע ליסט.

איך גיי ענק פרעגן א אנדערע שאלה. אולי וועט איר כאפן.

וואס האבן די אלע מענטשען אין קאממען?

ליסטע נומבער 2

1)לעצטע ליובאביטשער רבי הרה״צ ר׳ מנחם מענדל שניאורסהאן זצ״ל
2)הרה״צ ר׳ מאטעלע האגער מ׳וויזניץ זצ״ל
3) די היינטיגע בעלזער רב ר׳ יששכר דב רוקח

[tag]ריכטיג[/tag]

INTJ


ליסטע 1 קען איך נישט אלע נעמען, אבער אויב מיינסטו טאקע דעם MBTI, דאן איז די ענטפער (לויט די וואס איך קען יא) ESFP (הגם יהודה לעווין בין איך מסופק). א זייטיגע נקודה: איך אלץ INTP ווען איך פראביר צו האלטן א שמועס מיט א ESFP ( טאקע עטליכע פון דיין ליסטע + מיין כנגדו..., און אויב מען מעג סטיריאטייפן: רוב ירושלים און רוב וויליאמסבורג און רוב סטעמפארד היל-לאנדאן) איז דאס א שרעקליכע דורכפאל, זיי נעמען מיר נישט סיריעס, און לדעתי לייגן זיי פשוט נישט צו קיין צענט קאפ צו וואס איך זאג...


סתם ווען דו רעדסט מיט זיי אדער נאר ווען דו רעדסט וועגן די MBTI?

סתם אזוי אן אינטולעקטואלע שמועס.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: (ריכטיג פארוואס טראכסטו יהודא לעווין איז נישט קיין ESFP?),

ער איז זייער באררינג און נערווירנד, מיט אפגעריסענע פארשימלטע וויצן. ער איז שרעקליך מאריך יעדע מאל ער ברענגט ארויס א נקודה וכו' וכו'. ס'איז מיר זייער שווער איהם אפצולערנען אלץ ענטערטעינער.


קען זיין. מיר קוקט ער אויס ווי ער האט אלע סימני ESFP. קען זיין אז ער איז מאריך איז ער א ENFP (ר׳ בערל בעלעגלה, קלויזנבורגער רב זצ״ל׳ס טייפ)
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאפ! שטימט מיטן קלויזנבורגער רב זצ"ל, להבדיל.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איך האב יעצט גענומען די טעסט, זעה איך אז ס׳ווייזט אז איך בין א INFP
שבת אחים אפשר קענסטו צאמשטעלן א ליסט פון אלע מיינע infp קאלעגעס, אנגעהויבן מיט דיין קינד
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:מנשה לוסטיג דארף צוגעלייגט ווערן (לכאורה) צו די ערשטע ליסט.

איך גיי ענק פרעגן א אנדערע שאלה. אולי וועט איר כאפן.

וואס האבן די אלע מענטשען אין קאממען?

ליסטע נומבער 2

1)לעצטע ליובאביטשער רבי הרה״צ ר׳ מנחם מענדל שניאורסהאן זצ״ל
2)הרה״צ ר׳ מאטעלע האגער מ׳וויזניץ זצ״ל
3) די היינטיגע בעלזער רב ר׳ יששכר דב רוקח

[tag]ריכטיג[/tag]

INTJ


ליסטע 1 קען איך נישט אלע נעמען, אבער אויב מיינסטו טאקע דעם MBTI, דאן איז די ענטפער (לויט די וואס איך קען יא) ESFP (הגם יהודה לעווין בין איך מסופק). א זייטיגע נקודה: איך אלץ INTP ווען איך פראביר צו האלטן א שמועס מיט א ESFP ( טאקע עטליכע פון דיין ליסטע + מיין כנגדו..., און אויב מען מעג סטיריאטייפן: רוב ירושלים און רוב וויליאמסבורג און רוב סטעמפארד היל-לאנדאן) איז דאס א שרעקליכע דורכפאל, זיי נעמען מיר נישט סיריעס, און לדעתי לייגן זיי פשוט נישט צו קיין צענט קאפ צו וואס איך זאג...


סתם ווען דו רעדסט מיט זיי אדער נאר ווען דו רעדסט וועגן די MBTI?

סתם אזוי אן אינטולעקטואלע שמועס.



ווענדט זיך צו דער ESFP איז קלוג אדער נישט. אויב דער ESFP איז קלוג. קען ער איבערדרייען די וועלט מיט זיין שפראך, און זיין
charm א שטייגער ווי רבי יואליש. להבדיל פרעזידענט קענעדי, רעיגען, קלינטאן. עלוויס פרעזלי, דזשוסטין ביבער, מערלין מאנרא,
האורד שולץ וכו׳

די esfp פאפיולאציע אין די וועלט איז דאכצעך קוים צעהן פראצענט פארוואס מיינסטו אז א יעדער צווייטער ביי די היימישע איז א ESFP?

סקען מעגליך זיין אז אידן האבן א העכערע ראטע פון Esfp’s ווי די געווענטלכע פאפולאציע. די ספאנישע און שווארצע האבן זייער זייער א הויכע ראטע פון ESFP. בכלל רוב מענטשען זענען sensors אין די וועלט (בערך אכציג פראצענט).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גדליה האט געשריבן:איך האב יעצט גענומען די טעסט, זעה איך אז ס׳ווייזט אז איך בין א INFP
שבת אחים אפשר קענסטו צאמשטעלן א ליסט פון אלע מיינע infp קאלעגעס, אנגעהויבן מיט דיין קינד


אי״ה

בן אדם איז א INFP

לעצטענס זעהט מען אים נישטא.

הרה״צ רבי יודלע האראוויץ און דער קאסובער להבדיל זענען INFP’S
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רבי ריכטיג? ר׳ נחמן בערסלובער איז געוועהן א ESFP?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:
די esfp פאפיולאציע אין די וועלט איז דאכצעך קוים צעהן פראצענט פארוואס מיינסטו אז א יעדער צווייטער ביי די היימישע איז א ESFP?

די טיפיקל היימישע פלוידערייען אין מקוה און אין קאווע שטיבל (די עכטע) זענען עכטע ESFP גערעדעכטס. די צוגאנג און די עטיטוד פון חרדים אין ביזנעס איז אויך אויף דעם נוסח, פסק'נען אפ זאכן לויטן שמעק, מיט אן אויבערפלעכליכע ווערטל וכו' וכו'.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:רבי ריכטיג? ר׳ נחמן בערסלובער איז געוועהן א ESFP?

די ברסלב'ער דא וועלן מיר צורייסן, אבער לענ"ד דער מענטש וואס ווערט מתואר אין חיי מוהר"ן און אין שיחות מוהר"ן איז נישט דער זעלבער פערסאנאליטעט וואס האט געזאגט די תורות פון ליקוטי מוהר"ן. אלזא, ווייס איך נישט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
די esfp פאפיולאציע אין די וועלט איז דאכצעך קוים צעהן פראצענט פארוואס מיינסטו אז א יעדער צווייטער ביי די היימישע איז א ESFP?

די טיפיקל היימישע פלוידערייען אין מקוה און אין קאווע שטיבל (די עכטע) זענען עכטע ESFP גערעדעכטס. די צוגאנג און די עטיטוד פון חרדים אין ביזנעס איז אויך אויף דעם נוסח, פסק'נען אפ זאכן לויטן שמעק, מיט אן אויבערפלעכליכע ווערטל וכו' וכו'.


איך הער.

ESFP זענען גראדע זייער ארענטליך אין ביזנעס. זיי זענען געווענטליך זייער אמתדיגע מענטשען. אבער זיי קענען אפשטופן אסאך זאכן אויב ס׳שמעקט זיי פונקט אזוי. און נישט באצאלן אין צייט ווייל זיי זענען פארשלעפט און פארנומען מיט שטותים און הבלים. אבער באופן כללי דארף
א נארמאלע געווענטליכע ESFP זיין ארענטליך. אבער קיינמאל נישט אין צייט- זיי ווערן פאררשלעפט, און שנעל Distracted פון יעדע קלייניקייט ווייל זיי זענען שטארקע extroverts
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שבת אחים האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:They can be easily hurt and strongly dislike conflict.

ווען די האסט אויף די ליסטע ר' יואל מסאטמאר און איצא גליק, האסטו מיר פארלוירען.


איצא גליק איז מעגליך אז ער איז טאקע א ESTP (טראמפ׳ס טייפ) וואס איז גאנץ ענדליך מיינוס די געפיהלן און די גוטע הארץ.

סאטמארער רב איז זיכער געוועהן א ESFP.
Esfp קענען יא אריינגיין אין קאנפליקט אויב עפעס ברענט זיי און זיי האלטן אז סאיז ריכטיג. סתם אזוי טאקע נישט. אבער אויב זיי האלטן אז עפעס איז א אומרעכט גייען זיי שוין איינמאל אריין אין קאנפליקט. זיי טוהן אלעס מיט אסאך passion, און אויב זיי גייען שוין יא אין קאנפליקט איז ״קולות וברקים״ און זיי זאגן איבער א גאנצע צייט די זעלבע זאך און האלטן זיך ביי זייערס-טיפיקל סאטמערער רב!


מיט ציונות איז ער אזוי געוועהן. איבער מיט קלויזנבורגער רב איז ער געווען אין קאנפליקט שטילערהייט, און אזוי מיט אסאך.

סאטמאר האט קאנפליקט אין איר ד.נ.א. אדאנק ר' יואל, קענסט זעהן א פייט אין סאטמארער בתי מדרשים און עס איז א נארמאלע זאך.

אפילו זיין כח הדבור ווייס איך אויך נישט אויב עס איז געוועהן אזוי געוואלדיג, ער איז געוועהן העכסט כאריזמאטיש, און א גאון, און אויך פארביטערט.

און די אליין ר' שבת, איך קען דיר, איך וויל דיר נישט באליידיגן, אבער די באלאנגסט אויף דער ליסטע אזוי ווי טראמפ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך בין נישט אויף די ליסטע פון טראמפ. זיי נישט באליידיגט: לערן דיך קודם אויס וויאזוי ס'ארבעט, און וואס פארא מין מענטש איך און טראמפ זענען.

טראמפ'ס דריטע פונקציע איז T (טראכטן), מיינס איז F (געפיהלן).

ביידע האבן ביידע פונקציעס; סיי פון טראכטן און סיי פון געפיהלן. ווען א מענטש מאכט decisions, אויב איז ער F וועט ער מאכן רוב פון זיינע החלטות געבעיסט אויף געפיהלן, ווידער דער ׳טראכטער׳ גייט קודם טראכטן פון זיך, און די געפיהלן איז secondary און אסאך שוואכער ביי זיי.

טראמפ איז אין די קאטעגאריע פון מענטשן וואס דרייען איבער אן קיין געפיהלן, איך בין א אנדרייער מיט געפיהלן וואס רינען איבער...


דריטע ליסטע:
ESTP
1)טראמפ
2)ר' מענדלע וויזניצער- מרכז
3)הרה"צ ר' אליזער זאב האגער מירושלים/לעיקוואד/טשעסטער/נדבורנה/ מאונט סיני
4)הרב אהרן האגער וויזניץ מאנטריאל

ווער נאך?

כ'דארף מיך דערמאנען. שפעטער.

ס'איז א גאנץ אנדערע כאראקטער פון די ESFP. נישט קיין פארגלייך. נאר אביסל נאנט מיט געוויסע זאכן.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

סאטמאר רב איז געווען א מלאך אלקי בדמות אדם! למעלה מדרך הטבע נישט מעגליך אים צו אפשאצן מיט נידריגע מאיער-בריגס ווייסעך וואס טמנע גוים האבן אויפגעמאכט. טפוי א מין אשכול.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי

אלע וואס קענען די מאיער בריגס און קענען די סאטמערער רב וועלן מודה זיין אז ער איז געוועהן א ESFP!

נישטא קיין שום שאלה שבעולם אויף דעם! ער איז געוועהן די אפּיטאַמי epitome פון א ESFP.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואס איז קורקלענד?

נישט לאנג צוריק האב איך געליינט רעי דעליא'ס ביכל. בתוך דבריו האט ער דארט געשריבן אז די מאיערס בריגס סיסטעם האט איהם אסאך געהאלפן אין ביזנעס און פערזענליך. ער שרייבט דארט אז ער פארלאנגט פון אלע ארבייטער די טעסט. ווי אויך האט ער עס געמאכט אויף אלע זיינע קינדער. ער שרייבט אז אין ביזנעס איז ער אויפגעקומען אז מ'טאר קיינמאל נישט פארמירן א טיעם וואס באשטייען פון די זעלבע טיפּ. נאר אדרבה ס'מוז זיין פארקערט.

איך האב דעמאלס געמאכט די טעסט, ס'מיר געווען שווער צו ענטפערן אויף אלעס, ווייל אסאך זאכן האבן זיך ביי מיר געטוישט מיט די יארןַ איך האב געהאט אין פלאן עס איבער צו מאכן מיט אפאר נאענטע לעבנס חברים. אבער אזויווי אלעס אנדערש איז דערפון געבליבן א בוקמארק, און מ'האט פארגעסן דערפון. אצינד אז שבת האט עס צוריק ארויפגעברענגט וועט מען נאכאמאל דורכטאן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:Why the Myers-Briggs test is totally meaningless


איך האב נישט קיין נערווען צו טייפן אויף די מינוט. אבער זיי זענען הונדערט פראצענט ראנג! טויזנט פראצענט!

די מאיערס בריגס איז אזוי אמת פונקט ווי אסאך מענטשען האבן אנדערע קאליר האר בלאנדע,
שווארצע, רויטע, האר. מענטשען האבן געוויסע כאראקטארן און במשך פון די לעצטע הונדערט יאהר האט מען עס אידענדיפיצירט און מקען עס למחצה ולשליש אויפווייזן סייענטיפיש ווי איך וועל באלד שרייבן בלי נדר באריכות.

ווער ס׳זאגט אז סאיז נישט אמת איז בלינד! פשוט בלינד!

סקען זיין אז סאיז דא א וועבזייטל וואס מאכט געלט דערפון- קמאן? פאר דעם איז עס נישט אמת?

פוסטע מעשיות! דו מיינסט דער יוטוב קליפ וואס זאגט אז מאירס-בריגס איז נישט אמת מאכט נישט קיין געלט פון זיין קליפ???
ברענג וויקיפידיע בלעטער ביטע. נישט קיין יוטוב בול קרעפ. דאנקע שיינע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:וואס איז קורקלענד?

נישט לאנג צוריק האב איך געליינט רעי דעליא'ס ביכל. בתוך דבריו האט ער דארט געשריבן אז די מאיערס בריגס סיסטעם האט איהם אסאך געהאלפן אין ביזנעס און פערזענליך. ער שרייבט דארט אז ער פארלאנגט פון אלע ארבייטער די טעסט. ווי אויך האט ער עס געמאכט אויף אלע זיינע קינדער. ער שרייבט אז אין ביזנעס איז ער אויפגעקומען אז מ'טאר קיינמאל נישט פארמירן א טיעם וואס באשטייען פון די זעלבע טיפּ. נאר אדרבה ס'מוז זיין פארקערט.

איך האב דעמאלס געמאכט די טעסט, ס'מיר געווען שווער צו ענטפערן אויף אלעס, ווייל אסאך זאכן האבן זיך ביי מיר געטוישט מיט די יארןַ איך האב געהאט אין פלאן עס איבער צו מאכן מיט אפאר נאענטע לעבנס חברים. אבער אזויווי אלעס אנדערש איז דערפון געבליבן א בוקמארק, און מ'האט פארגעסן דערפון. אצינד אז שבת האט עס צוריק ארויפגעברענגט וועט מען נאכאמאל דורכטאן.


וואס ביסטו טאקע?

INTJ?

בערך 100 פון די Fortune 500 companies נוצן די מאיערס-בריגס טעסט פאר זייערע ארבייטער! אויב איז יענער א ESFP באלאנגט ער אין א צווייטע פליגל ווי א INTJ....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז דא איינער גרין וואס טיילט איין מענטשען אין קאלירען, ער איז א בלוי א גרין א געל, דענאך האט ער א יו ווי, דאס איז דער פראבלעם מענטש.

אזעלכע שטותים איז די אלע טיילעכצער. עס איז דא א בוך הייסט עס די עס עם, וואס קומט ארויס יעדעס יאר, איך בין זיכער דער עולם ווייסט פין דעם, עס ווערט דיקער יעדעס יאר, און דער סארט פראבלעמען און חילוקים וואס איז דא איז אין להם סוף, און אפילו טעראפיסטען וועלען זאגען אז כמעט קיינער פיט נישט אריין אין דיאגנאזיע פין דער בוך, ווייל יעדער איז געמישט.

מען וועט רעדן מיט מענטשן וואס גלייבן אין די האראסקאפען, מזלות, וואס טיילען אויך איין מענטשען מיט זייערע טיפען און סארטען, און זיי וועלען זיך שווערען פונקט ווי ר' שבת אז מען איז פשוט בלינד ווען מען זעהט נישט ַ

און דער סארט אי עס גאגא וואטעווער, איז נאר דא צען פראצענט ווייל זיי האבן אביסעל מער דעפענירט א טיפ, אבער יעדער מענטש איז א יחיד מיט זיינע מיקסען פין געפילען און רצונות און מהות, אזוי אז דער וועלט באשטייט פין זיבען ביליאן סארט מענטשען.

עס איז דאך טאקע דא א מעלה פין קוקען און דער בריגס תורה, ווייל עס לערנט דער מענטש צו פארשטיין א צווייטער, יעדער איז געבויט אנדערש. אבער בויען בנינים מיט דעם איז נאריש.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שבת אחים האט געשריבן:ברענג וויקיפידיע בלעטער ביטע, דאנקע שיינע.

האסט זיך אזוי שוין באדאנקט, דא האסטו.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא איינער גרין וואס טיילט איין מענטשען אין קאלירען, ער איז א בלוי א גרין א געל, דענאך האט ער א יו ווי, דאס איז דער פראבלעם מענטש.


שטייטלעך מיין פריינד.
סאיז דא אזא זאך ווי א מענטש וואס איז געוונטליך שטיל און א אנדערע מענטש וואס איז געווענטליך אייביג הויך?

סאיז דא אזא זאך ווי extroverts and introverts? אדער סאיז א אויפגעמאכטע זאך???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט