שבת אחים האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:They can be easily hurt and strongly dislike conflict.
ווען די האסט אויף די ליסטע ר' יואל מסאטמאר און איצא גליק, האסטו מיר פארלוירען.
איצא גליק איז מעגליך אז ער איז טאקע א ESTP (טראמפ׳ס טייפ) וואס איז גאנץ ענדליך מיינוס די געפיהלן און די גוטע הארץ.
סאטמארער רב איז זיכער געוועהן א ESFP.
Esfp קענען יא אריינגיין אין קאנפליקט אויב עפעס ברענט זיי און זיי האלטן אז סאיז ריכטיג. סתם אזוי טאקע נישט. אבער אויב זיי האלטן אז עפעס איז א אומרעכט גייען זיי שוין איינמאל אריין אין קאנפליקט. זיי טוהן אלעס מיט אסאך passion, און אויב זיי גייען שוין יא אין קאנפליקט איז ״קולות וברקים״ און זיי זאגן איבער א גאנצע צייט די זעלבע זאך און האלטן זיך ביי זייערס-טיפיקל סאטמערער רב!
מיט ציונות איז ער אזוי געוועהן. איבער מיט קלויזנבורגער רב איז ער געווען אין קאנפליקט שטילערהייט, און אזוי מיט אסאך.
סאטמאר האט קאנפליקט אין איר ד.נ.א. אדאנק ר' יואל, קענסט זעהן א פייט אין סאטמארער בתי מדרשים און עס איז א נארמאלע זאך.
אפילו זיין כח הדבור ווייס איך אויך נישט אויב עס איז געוועהן אזוי געוואלדיג, ער איז געוועהן העכסט כאריזמאטיש, און א גאון, און אויך פארביטערט.
און די אליין ר' שבת, איך קען דיר, איך וויל דיר נישט באליידיגן, אבער די באלאנגסט אויף דער ליסטע אזוי ווי טראמפ.
איך בין נישט אויף די ליסטע פון טראמפ. זיי נישט באליידיגט: לערן דיך קודם אויס וויאזוי ס׳ארבעט. און וואס פארא מין מענטש איך און טראמפ זענען.
טראמפס דריטע פונקציע איז T (טראכטן) מיינס איז F (געפיהלן).
ביידע האבן ביידע פונקציעס; סיי פון טראכטן און סיי פון געפיהלן. ווען א מענשט מאכט decisions
אויב איז ער F וועט ער מאכן רוב פון זיינע החלטות געבעיסט אויף געפיהלן ווידער דער ׳טראכטער׳ גייט קודם טראכטן פון זיך און די געפיהלן איז secondary און אסאך שוואכער ביי זיי.
טראמפ איז אין די קאטאגאריע פון מענטשען וואס דרייען איבער אן קיין געפיהלן איך בין א אנדרייער מיט געפיהלן וואס רינען איבער...
דריטע ליסטע:
ESTP1)טראמפ
2)ר׳ מענדלע וויזניצער- מרכז
3)הרה״צ ר׳ אליזער זאב האגער מירושלים/לעיקוואד/טשעסטער/נדבורנה/ מאונט סיני
4)הרב אהרן האגער וויזניץ מאנטריאל
ווער נאך?
כדארף מיך דערמאנען. שפעטער.
סאיז א גאנץ אנדערע כאראקטער פון די ESFP. נישט קיין פארגלייך. נאר אביסל נאנט מיט געוויסע זאכן.
ווען די לייגסט אראפ געפיל ווערסעס חשבון, כאילו טראמפ איז נישט דן מיט געפיל, און די יא, און דאס איז דער חילוק צווישן דער און טראמפ.
איך ווייס נאך נישט וויפיל געפיל די האסט, נעם דער סאקאפטי טעסט, וועסטו האבן מער ידיעה אין דעם, ד.ה. א צווייטער מוז עס נעמען. פרעג מענדיל האגער וועט ער אויך זאגן אז ער האט געפיל. און ב. ד. וו. עס קען זיין ער האט טאקע, מען מוז זיין גאר נאנט צו א מענטש צו פארשטיין זיין תכונת הנפש. א מענטש אן געפיל קען רעדן וועגן זיינע געפילען און נישט האבן קיין מושג אז ער האט אפילו נישט קיין געפילען, וועגן געפילען איז א געפיל זאך, און איינער וואס האט עס נישט, וועט גאר שווער מוזן ארבעטען צו קענען פארשטיין וואס ער האט נישט.
נארסאסיסטען זענען זעלטען מודה אז זיי זענען נארסאסיסטען, פארקערט, זיי ווייזן אהן אויף מענטשן, וואס זענען קלארע עמפאטען, אז זיי זענען גאר די נארסאסיסטען.
בכלל, האסט נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז די ביסט טראמפ, נאר געשריבן אז די באלאנגסט נישט אויף דער ליסטע, אזוי ווי טראמפ באלאנגט נישט.
אלזא, די גאנצע קאטאגאריע תורות איז מופרך, ווייל יעדער איינער איז אנדעריש, אפילו אינטראווערטס קענען האבן געוויסע עקסטראווירטע שטריכן, וכן להיפוך.
וקל וחומר מיט דער סטופיד כלל פין גרין מיט יו ווי, כאילו נעמען יעדער מיט א מער מעורב'דיגע מהות, און אריין לייגן אין א כלל, אזוי אז מען קען רעדן וועגן "זיי" און לאכן און מאכן ווערטליך, און כלומרשט העלפען, ווייל מען האט עס דיאגנאזירט.
נאר דער די עס עם איז וויכטיג, ווייל עס מאכן כללים פין פראבלעמען, און פין דעם קען דער טעראפיסט פארשטיין וויאזוי צו פארעכטין. און אפילו דאס, איז אויך נישט אלעס, מענטשן האבן געמישטע פראבלעמען, והראי', עס ווערט יעדעס יאר גרעסער און דיקער.