די חרדי'שע Deep State

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

זייער אן אינטערסאנטע און אקטועלע טעמע.
צומאל איז עס ניטאמאל די שטוב מענטשן, נאר עפעס אן עסקנ'דל וואס לויפט ארום "אויפטוהן פאר אידישקייט"...
דערציילט מיר א איד וועלכער איז געווען א מקורב ביי עטליכע חשובע רבנים, אז צו זאמלען אונטערשריפטן פאר א קול קורא איז גאר א לייכטע זאך אויב מען קען זיך אביסל אויס אין דעם סיסטעם. אפגעזען פון די טעמע פון די קול קורא, ווי נאר דו האסט 1-2 חתימות, פארט עס שוין אויטאמאטיש.
פארהאן בלויז געציילטע רבנים וואס שרייבן נישט אונטער נאר אויב זיי זענען גרונטליך באהאוונט אין די נושא און האלטן אז די קול קורא אדרעסירט עס ריכטיג.
איך האב פערזענליך געקענט אן אלטער רב וואס פלעגט בשיטה נישט אונטערשרייבן. ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם נאכפאלגער, אבער ער איז געווען א רב נאך פון דערהיים. דער בלויזער פאקט אז זיין חתימה האט זעלטן פיגורירט, האט עס געמאכט א יקר המציאות. פלעגן זיך טאקע יאווען גאנץ אפט פארשידענע עסקנים וואס האבן געבעטן זיין אונטערשריפט, אבער ער פלעגט זיי אלע שיקן ווייטער.
איינמאל האט ער יא אונטערגעשריבן אבער געפאדערט צוצולייגן א קליינע זאץ. פארשטייט זיך אז מ'האט געדרוקט זיין חתימה אן די זאץ.
נו נו, האט ער טאקע מער קיינמאל נישט אונטערגעשריבן!
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

אברך משי האט געשריבן:לכאורה וואלט יעדער רעכטדענקנדער רבי און מנהיג ישראל האבן ביי זיך א "מועצת" אדער א "ועד" פון עטליכע בעלי בתים חשובים מיט וועם ער זאל אדורכשמועסן יעדער נושא פאר ער קומט ארויס מיט א מייננונג. ר' יצחק פארלאנגט א כינוס? נא, לאממיר צונויפרופן דעם ועד און יעדער וועט זאגן זיין מיינונג.

הייליגער סאקמער רב זי"ע האט טאקע געהאט מענטשן אינדרויסן פון אונזערע קרייזן מיט וועמען ער פלעגט זיך דורכשמועסן, נישט נאר ר' ליפא. און נישט נאר דרויסנדיגע רבנים, נאר אפילו בעלי בתים.
דער וויזשניצער צדיק פון מאנסי זצ"ל פלעגט אויך חוקר ודורש זיין יעדע טעמע איידער ער האט מודיע געווען זיין מיינונג, כידוע.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מען רעדט דא כאילו דער דעת פין דער מנהיג אליין איז אזוי געוואלדיג ווען מען פארפירט אים נישט.

אויב איז א מנהיג גענוג שוואך אז די האלסט אז מען קען אין פארפירן, איז זיין אייגענע דעת אויף גארנישט ווערט.

און אסאך מאל, ווען איינער לאזט זיך נישט פארפירן, איז די אייגענע דעת אויך קרעפ.

ממילא, דער דעת פין א יחיד איז וויכטיג, דער דעת פין א רבים איז וויכטיג, דער עיקר וואס מען דארף איז באלאנס, א רבים קען אויך נישט מחליט זיין אייביג דער גוטע החלטה. קוק אין קאנגרעס און עס איז דא קאראפציע פין פארק אין יעדעס ביל.

עס איז נישטא קיין מהלך וואס ארבעט אייביג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

זאגן זיי אז אט די זעלביגע דיעפ סטעיט שטייט אונטער די לעצטיגע קול קורא....
פארשפארט