ידיעות חז"ל און די מציאות

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איחוד פעלד האט געשריבן:דער אינטרעסאנטע זאך איז, אז דער רמב"ם שרייבט קלאר אז ער נעמט וואס ער ווייסט פין די גוים, און כ'דענק נישט ווער עס זאגט עס, אז דער רמב"ם האט געמעגט, ווייל בעצם האבען די אידן געהאט דער חכמה און די גוים האבען עס געלערנט פין די אידן. נאר עס איז פארגעסען געווארען פין די אידען, און אלעס וואס די גוים ווייסען קומט פין די אידען, און דער רמב"ם האט נאר צוריק גענומען דער חכמה פין די גוים. גיי פארשטיי. בעצם האט דער חפץ חיים געוויסט וויאזוי צו מאכען עלעקטריק פין וואסער. און דער חזון איש צו מאכען אפעראציעס.

אין הל' קידוש החודש [ס"פ י"ז] שרייבט דאך דער רמב"ם אויף דעם דבריו הידועים:

שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים. אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו.

ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר בין שחברו אותם נביאים בין שחברו אותם האומות. שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמיתתו בראיות שאין בהם דופי אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו, אלא על הראיה שנתגלתה והטעם שנודע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך מאיר »

ידיעות חז"ל אין מציאות ווערט ציטיילט אין 2 חלקים.

1) איז זאכען וואס טוישען זיך. אין 2) זאכען וואס טוישען זיך נישט

למשל, זיי זאגן וואס די יעצטיגע מציאות פין בעלי חיים, חולאים וכו' איז. דאס איז בכלל נישט קיין קשיא אז מ'זעט היינט אנדערש. ווייל די וועלט עוואלווט זיך, זאכען טוישען זיך אזוי ווי עס שטייט אין שו"ע כמה פעמים. אמאל ווער עס האט געגעסן מער פעט איז געווען געזינטער, היינט איז פארקערט.

היינט ארבעט אנטי-ביאקיטס, האפטנליך וועט עס ארבעטען אויך ווייטער אי"ה (עס איז דא געוויסע באקטריע וואס שטארקען זיך שוין אויף אנטיביאטיקס ר"ל - א נייע זאך). ווייל אויב נישט וועט מען אין 200 יאר ארים חוזק מאכען, אז אין 2014 האבן פאנאטישע מענשטען געמיינט אז שימעל (אנטי-ביאטיק) העלפט קעגען חולאים.

די צורה פין א מענטש האט אמאל אויך אויסגעזעהן אנדערש אביסעל, אזוי מ'זעט פין די סקעלעטענס.

חז"ל זאגען אז אמאל איז געווען ריזיגע גרויסע חיות אזוי גרויס ווי א בארג (קרני ראם), אין די משכילים האבען אפגעלאכט דערפין. היינט זעט מען יא! עס איז טאקע אזוי געווען - דיינעסארס.

איינמאל איז געווען בעלי חיים וואס זענען געווען האלבע מענשטען אין האלבע בעלי חיים (אזוי עס איז ווערט געברענגט אין מדרש אין אויך אי די ביכער פין אנדערע קולטורס וואס האבען עס אליין געזעהן).SHEWOLF

איי אויב אזוי דארף זיך די הלכה טוישען. די פשטותדיגע תירוץ איז, אז פארפאלען מקען נישט טוישען ווייל אויב יא איז עס סליפערי סלאפ, ממילא פאר די ביג פיקטעשר מיז עס בלייבן. (אזוי ווי דער חינוך זאגט ביי לא תסור, אז עס קען זיין אמאל מאכט מען א טעות אבער מקען גארנישט טיען צי דעם, אזוי ארבעט די וועלט. אזוי ארבעט אויך די קארט סיסטעם אין אסאך פעלער. עי' משך חכמה פ' בחוקתי אז בזמן הבית פאר חתימת התלמוד האט מען געטוישט די הלכה אפילו אויף לקולא פין צייט צי צייט. עי' צדקת הצדיק דזהו חד מהפירושים של אלו אלו דברי אלקים חיים, לויט זיין צייט).

אגב, איין קלייניקייט וואס עס האט זיך נישט געטשענשט. אז ציקער שאדט פאר די שנעלקייט אין זכרון פין מח. עד שאתה מתפלל שיכנס דברי תורה וכו' מתפלל שלא יכנס "מעדנים" לתוך פיך (ירושלמי). אויך אז ברוינע ברויט איז געזינטער ווי ווייסע ברויט (רמב"ם).

2) זיי זאגען וואס די מציאות איז געווען ביי בריאות העולם, אדער ווי אזוי די יסודות פין די וועלט איז. די זאכען לכאורה טוישען זיך נישט.

אויף די ענינים איז דא זאכען וואס שטימט לכאורה נישט מיט וואס מ'ווייסט היינט (איך האב נאך נישט דורכגעקיקט אייערע זאכען אויב עס שטימט טאקע נישט). פין די אנדערע זייט איז דא זאכען וואס מ'זעט היינט אז זיי זענען געווען גערעכט. (אין דאס איז נישט דוקא געווען די מיינוג פין חכמי האומות אין יענע צייטען).

א) די וועלט איז אמאל נישט געווען.

ב) די בריאה האט זיך צישפרייט שטארק ביז הקב"ה האט געזאגט געניג (חגיגה יב). (פין א דינעם פוינט בחינת 'אין' - מקובלים)

ג) אלעס אויף די וועלט קימט פין איין זאך (מאבן שתיה נברא העולם). אלעס אין די וועלט איז באשאפען געווארען בכח אין די ערשטע טאג (פרקי דר' אליעזר) אין איין רגע (רבינו בחיי פ' תזריע) אין נאכדעם משתלשל געווען אין אלעס וואס ס'איז דא "פין זיך אליין בעזרת אלקי" (נזה"ק, ישמח משה פ' בראשית דברי יואל פ' תזריע). ווי שוין באשריבען אויף א 2טע פלאץ.

ד) די זאך אז יעדע מציאות פין די וועלט איז ציזאמגעשטעלט פין פאזאטיוו נעגעטיוו אין נייטראל (ראב"ד לספר יצירה)

ה) אז אלעס אין די הימלען (די זין, שטערענס, כוכבי הלכת) איז פין די זעלבע מאטריעל ווי די ערדישע וועלט (ראב"ד שם) אנדערש ווי אריסטו אין די יונים האבען געהאלטען.

ו) אז עס איז דא 7 פלענטעס (שבעה כוכבי לכת)

ז) אז עס איז דא ביליאנען שטערענס אסאך אסאך מער ווי מ'זעט מיט די פשוטע אויגען (מס' ברכות)

ח) אז די וועלט איז רונדעכיג כמבואר במדרש (נכתב כשתי אלפים שנים) וכן בתוס' (מסכת ע"ז) בשם ירושלמי בשם היונים. אין באשריבען באריכות בזוה"ק (נדפס בערך 650 יאר צוריק פאר קלומבוס) אז עס איז דא מענטעשן וואס וואוינען אינטען (אין ביי זיי איז אינטען - אויבען) אין עס דא מענשטען וואס וואוינען אויבען.


ממילא איז שווער א קשיא, פין 1 זייט איז דא זאכען וואס זיי זאגען (בנוגע וואס טוישען זיך נישט) וואס שטימט נישט היינט. פין די 2טע זייט איז דא זאכען וואס זיי האבען זייער גיט פאראויסגעזאגט (אין מען האט עס נישט פארשטאנען בימיהם), אין אויך נישט דוקא ווי די אנגענימענע מיינוג חכמי האומות פין זייער צייט.

איך וואלט געקענט ביישטיין צי הערן א הסבר אויף די סתירה פין דעם עולם דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום מאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
עסקן בדברים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

שליחה דורך עסקן בדברים »

Welcome back! Very nice to see you back
אמת מארץ תצמח
מאיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך מאיר »

כדי צי פארענטפערן די קשיא, אז מזעט אסאך זאכען האבען חז"ל יא געוויסט פאראויס אין אויך איז דא זאכען וואס זעט אויס אז נישט. וועל איך ברענגען וואס עס שטייט אין שיטה מקובצת פסחים בשם המקובלים ביי דער ענין אז ר"ת'ס שיטה בנוגע די שקיעה גייט לויט דעם אז די זין גייט אריין אין חלונות אין הימעל וכו' אפילו נאכדעם וואס די גמרא אליין זאגט אז די חכמי האומות זענען גערעכט אז די זין גייט אינטער די ערד (אגב ר"ת שיטה, פראקטיש גערעדט, שטימט למעשה גיט בנוגע ווען עס ווערט טינקעל, ספיצעל אויב מ'גייט מיטען אופק).

ווי באקאנט איז א גרויסע יסוד ביי די מקובלים אין מהר"ל, אז די פיזיקעל וועלט האט זיך עוואלט פין די ספיריטעשל (רחניות) וועלט, ממילא ווען אזאך עוולאוט זיך איז איז מער ווייניגער דומה מיט א ביסעל חילוקים (אין ווי ווייטער עס איז פין די ארגניעל איז עס מער אנדערש אבער דאך דומה.
אזוי ווי אלע מענטשען זענען מער ווייניגער גלייך אבער מיט חילוקם.)

ממילא די פיזיקעל וועלט איז דומה צי די ספירישטעל וועלט אבער איבסעל אנדערש. זאגט דער שטמ"ק (בערך די ווערטער בהוספות הסבר משלי), אז חז"ל האבען בעיקר געטיען אין געוויסט (אין געהאט בקבלה אין) די ספיריטעשל וועלט אין פין דעם האבען זיי גענימען וואס די פיזיקעל וועלט איז. ממילא וועגען דעם האבען זיי פאראויסגעזאגט זאכען וואס קיינער האט נישט געוויסט אין די פיזיקעל ווועלט, אין אויך האבן זיי אמאל אמאל נישט ציגעטראפען צי די פיזיקעל וועלט מיט די זאכען וואס איז אנדערש פין ספיריטעשל וועלט.
יהיב חכמתא לחכימא (דניאל ב כא)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

מאיר האט געשריבן:ב) די בריאה האט זיך צישפרייט שטארק ביז הקב"ה האט געזאגט געניג (חגיגה יב). (פין א דינעם פוינט בחינת 'אין' - מקובלים

האסט שוין געהערט פון expanding universe?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:און וויאזוי הייסט א סקונדע בלשון חז"ל?

געפילטע פיש: מיין סארקאזם דיטעקטאר האט שוין ב"ה פרישע בעטעריס און ר'האט זיך זייער שטארק צופיפן. נאר בזמן חז"ל איז נאכנישט געווען די יוניט פון סעקונדעס. ס'איז נאר געווען "חלקים" אין א שעה איז דא תתר"ף חלקים...! אין א מינוט איז דא אכצן חלקים...!...און איין חלק איז 3.3333 סעקונדעס.!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שלום על ישראל האט געשריבן:
מאיר האט געשריבן:ב) די בריאה האט זיך צישפרייט שטארק ביז הקב"ה האט געזאגט געניג (חגיגה יב). (פין א דינעם פוינט בחינת 'אין' - מקובלים

האסט שוין געהערט פון expanding universe?

דו האסט שוין געהערט פין א expanding earth???

The scientific community finds that significant evidence contradicts the Expanding Earth theory, and that evidence used in support of it is better explained by plate tectonics
:
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

איך האב נאכנישט דורכגעליינט דברי הרב [tag]תחכמוני[/tag], וואס איך שטעל מיך פאר אז שמו נאה לו, אבער לתועלת החכמים דפה שטעל איך ארויף א מעכטיגע* קונטרס פון א געוויסער הרב "אביגדור אמיתי" ווי ער צונעמט א ריזיגע רשימה פון ידיעות מדעיות שבחז"ל והמסתעף. אין אנהייב קונטרס ווארנט ער אז דער קונטרס איז נישט געמאכט פאר יעדעם...

הידיעות המדעיות

צו דעם שטעל איך ארויף א בריוו פון הרב יהושע ענבל צו דעם מחבר הספר, וואו ער איז מרכך אביסל דעם ענין, וכלשונו בריש המכתב:
בחלק גדול מהמקרים איננו יכולים להגיע לידיעה ודאית מה אמת ומה שקר, ידיעותינו הן במה שנחשב כתחום המדע, והן באופן כללי, הן ספקטרום רחב של מסקנות, הכולל גם ידיעות שמבוססות מאד, וגם כאלו שהן (אולי) תכלית מה שאפשר לנו לברר מנקודת ידיעותינו ומבטינו, אבל אפשרי בהחלט שאינן נכונות או מדוייקות.

טבע הדברים.docx


און נאך צוויי קונטרסים פון אט דער הרב אביגדור:

דע מאיין באו (בעניין יצירתם של כינים, עכבר שחציו אדמה, סלמנדרה, אדני השדה, חילזון, נחש, דבורים, תולעים, פרעושים, רמשים ועופות - דיון עמוק ומקיף בדברי הגמרא הראשונים והאחרונים ויישוב כל התמיהות בסוגיא)

היקף המעגל (תירוץ חדש לקושיא עתיקה בעניין היחס שבין היקף המעגל לרוחבו ובסופו נספח על תקופת שמואל)


ליינט און האט הנאה.

*כאטש זיינע מסקנות האב איך נאכנישט אנגענומען.
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך זעה אז ער ברענגט צו פון די אשכול דא, אבער ער צייכנט נישט צו פונקטליך וואו די מאמר איז מפורסם געווארן, כאטש ער ברענגט דאס אפאר מאל.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

כ'האב געלעזט דעם קונטרס פון הרב אמיתי. כ'ווינדער זיך וואס ער טוט מיט די תיאור המדע אין תנ"ך.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

געוואלדיג האט געשריבן:איך זעה אז ער ברענגט צו פון די אשכול דא, אבער ער צייכנט נישט צו פונקטליך וואו די מאמר איז מפורסם געווארן, כאטש ער ברענגט דאס אפאר מאל.

יאפ, איך זעה אז ער באענגט @[tag]תחכמוני[/tag]'ס מאמר דריי מאל. די חברה קענען יידיש... (אזוי ווי הרב איתם הנקין הי"ד האט געהאט א ניק אויף אייוועלט...)
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אולי האט דער הרב אמיתי גאר אויך א ניק דא
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

אויב איז ער א יוד, קען יודיש, און נוצט זיין קעפל, האט ער דאך זיכער א ניק דא...
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך האב געליינט די ענטפער פון הרב ענבל און ער רעדט צו דער זאך וואס איך האב געטראכט בשעתן ליינען, הרב אמיתי כאטש וואס ער שרייבט אסאך ריכטיגע נקודות טוהט ער פונקט ווי זיינע בר פלוגתות און הייבט אן מיט א ציהל און דרייט און דרייט כדי צו שטימען מיט זיין ציהל
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

געוואלדיג האט געשריבן:איך האב געליינט די ענטפער פון הרב ענבל און ער רעדט צו דער זאך וואס איך האב געטראכט בשעתן ליינען, הרב אמיתי כאטש וואס ער שרייבט אסאך ריכטיגע נקודות טוהט ער פונקט ווי זיינע בר פלוגתות און הייבט אן מיט א ציהל און דרייט און דרייט כדי צו שטימען מיט זיין ציהל

יצויין אז הרב ענבל אין זיין ספר תורה שבעל פה האט א קאפיטל איבער דעם ענין פון דברי טבע בחז"ל.
וקרב פזורינו מבין הגויים
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

גענומען פון מעלות. איינער פארשטייט די ענטפער?
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

ריכטיג האט געשריבן:@איינגעמיירעט, געזעהן אמאל פון הרב יצחק ברויאר אז ס'האט נישט קיין פשט מוכיח צו זיין גאט מיט לאגיק, ווייל דאס זאגט באחת אז לאגיק איז העכער פון גאט, ד.מ. וויבאלד לאגיק איז דער קובע צו ס'בכלל דא א גאט קומט אויס אז לאגיק - אלץ אן אקסיום - שטייט העכער פון גאט.
(און דער אמת איז נאכמער, אז אונז זאגן אז ס'איז דא א גאט האט ער דאך אוועקגעשטעלט די לאגיק איז אויף וואס טענה'ט מען זיך בכלל? בין איך דער איינציקסטער וואס ס'באדערט מיר דעם פאראדאקס? )

די רמבם אין מורה זאגט פונקט פארקערט
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א מראה מקום ביטע.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ער מיינט צו זאגן אז דער מורה בכללות קומט אויפצוווייזן אז עס איז דא א גאט מיט חקירה = לאגיק.

עס איז נישט ריכטיג ווייל נישט דאס איז דער מורה. דער מורה איז מסביר וואס איז גאט לויט חקירה. איך האף די דארפסט נישט א מראה מקום אויף דעם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מצפצף האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:@איינגעמיירעט, געזעהן אמאל פון הרב יצחק ברויאר אז ס'האט נישט קיין פשט מוכיח צו זיין גאט מיט לאגיק, ווייל דאס זאגט באחת אז לאגיק איז העכער פון גאט, ד.מ. וויבאלד לאגיק איז דער קובע צו ס'בכלל דא א גאט קומט אויס אז לאגיק - אלץ אן אקסיום - שטייט העכער פון גאט.
(און דער אמת איז נאכמער, אז אונז זאגן אז ס'איז דא א גאט האט ער דאך אוועקגעשטעלט די לאגיק איז אויף וואס טענה'ט מען זיך בכלל? בין איך דער איינציקסטער וואס ס'באדערט מיר דעם פאראדאקס? )

די רמבם אין מורה זאגט פונקט פארקערט

די רמב"ם, עט-עי-מינימום, האלט זאלסט ניצען לאגיק דארט וואו ס'מאכט סענס צי ניצען לאגיק, איז אויב וואס הרב יצחק ברויאר זאגט איז לאגיש, דאן לויף דערמיט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.

די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.

משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: איך בין נישט קיין פילאזאף אדער חקרן. אבער איך האב מיין פערספעקטיוו איבער די בריאת והנהגת העולם. דער אייבישטער/באשעפער/פיהרער פון די וועלט איז אייביג דא. (יא. הוגה און די אנדערע פסעוודא אינטעלעקטואלן/אפיקורסים.) ער האט פיזיש באשאפן די וועלט.(בהבל פיו.) ס'קען זיין אז ס'האט זיך אויספארמירט אין משך פון טויזנטער יארן לויט אונזער רעכענונג.און דער אייבישטער האט אריינגעלייגט חוקי הטבע. נאטורליכע געזעצן. און איינס פון די געזעצן איז ..."עוואלוציע"...אז די נאטור טוט זיך אליינס אדזשאסטן און צו פאסן אויף א שטאאטן לאנגזאמען וועג. נאר איין זאך איז זיכער. די זון וועט קיינמאל נישט אויפשיינען אויף מערב אדער אונטערגיין אויף מזרח.

די זעלבע איז ווען ס'קומט צו מעדיצין און ביאלאגיע. ס'זענען דא געוויסע חוקי הטבע וואס דער אייבישטער האט איינגעשטעלט. נאר צו מאל (לעת הצורך) מישט ער זיך אריין און איז משנה די טבע. אבער די הנהגה איז באהאלטן. כדי נישט אוועקצונעמען די בחירה פון א מענטש.

משל למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס האט געבויעט א וואונדערליכע מאשין. און ער קאנטראלירט עס מיט רעמאוט קאנטראל. די טיפשים וועללן זאגן אז די מאשין פארט פון זיך אליינס. זיי זעהען אבער נישט. און וויללן נישט וויסן אז דער מייסטער וואס האט געבויעט די מאשין קאנטראלירט עס פון א באהאלטענעם פלאץ...!


זייער שיינע דברים של טעם.

אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.

בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

אישתישבי האט געשריבן:
זייער שיינע דברים של טעם.

אבער פין ווי ווייסטו טאקע אז עס איז דא איינער מיט א רימאט קאנטראל? דורך רופען איינער א טיפש ווערט עס נאך נישט אמת.

בכלל וואס די זאגסט אז די הנהגה איז באהאלטן כדי נישט אוועק צו נעמען די בחירה האט אפאר פראבלעמען.
א. די זאגסט אז דער וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין הנהגה איז א טיפש. אויב איז עס באמת באהאלטן, פארוואס איז ער א טיפש?
ב. אויב איז עס באמת באהאלטן, פין ווי ווייסטו?
ג. אויב די ווייסט יא, האסטו דאך נישט קיין בחירה.
ד. ווער זאגט אז מענטשן האבן בחירה בכלל?


צו וויסען א זאך וואס מען זעהט בגלו, דארף מען נישט זיין קיין חכם, אבער אויף א זאך וואס איז באהאלטן און מיט חכמה קען מען עס אנדעקען, ווער עס אנדעקט עס נישט איז א טיפש.
און דאס אז מען קען עס נישט מסביר זיין מיינט נאך נישט אז עס פעלט אין השגה.
פארשפארט