היימישע ב"פ פרוי ווערט דירעקטארין פון סייבער סעקיורעטי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

היימישע ב"פ פרוי ווערט דירעקטארין פון סייבער סעקיורעטי

שליחה דורך לבי ובשרי »

"א. נויבערגער, א היימישע פרוי, א שומרת תורה ומצוות וואס איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק, און געלערנט אין בית יעקב, האט נעכטן באקומען די טיטל פון דירעקטארין אויף סייבער סעקיורטי, אינערהאלב די ען-עס-עי אגענטור".

עס איז צום שטוינען צו וואו אהין די אידן מיט זייערע חכמות קענער אלץ אנקומען.

נאך אן ענטפער פאר טאלע מאסטער

יהא בואה לברכה

תשית לראשה עטרת פז
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20190724_103255_795.jpg
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

אויב עפעס איז עס אן געוואונס פאר מאסטער וואס טענהט אז עדזשוקעישאן איז נישט קיין סתירה צו אידישקייט.

און איך רעד שוין נישט פונעם פאקט אז זי איז געגאנגען אין קאלעדזש (און אקעגן איר עלטערןס ווילן), אזאך וואס רובא דרובא היימישע אינגעלייט קענען זיך נישט עפארדן משום כמה סיבות ידועים. מאסטער טענהט אמת סדא איינצעלנע וואס מאכן עס אבער פארוואס נישט געבן די מעגליכקייט פאר יעדעם?
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לבי ובשרי: דער פאקט אז די אידן זענען אן עם חכם ונבון איז באשטעטיגט דורך אלע סייענטיסטס. אבער אז מ'צווינגט זיך צו זיין דום ווערט מען דום.
ווען א גוי'אישער רעפארטער פרעגט ביי עטליכע היימישע אינגעלייט אויב זיי ווייסן וואס די פראטאקאלן פון די זקני ציון זענען, ענטפערן זיי איהם אז דאס האט מסתמא צו טון מיט ציונות...!

ווען א (אידישער) רעפארטער פרעגט ביי חסיד'ישע יונגעלייט וועלכע זענען מוחה אקעגן די מדינה הטמאה אויב זיי זענען..."אבסעסס'ד"... הייבן זיי נישט אן צו וויסן וואס ער רעדט. איינער פון זיי פרעגט איהם איבער. אויב ער איז..."אפסעט"...!

די אונטערשטע שורה איז. צווישן נפתלי מאסטער און דעם איצטיגן מצב. (וואס אונז ווייסן דאך דעם אמת אז ס'טויג נישט) איז דא א מיטל וועג...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ביבער האט געשריבן:אויב עפעס איז עס אן געוואונס פאר מאסטער וואס טענהט אז עדזשוקעישאן איז נישט קיין סתירה צו אידישקייט.

און איך רעד שוין נישט פונעם פאקט אז זי איז געגאנגען אין קאלעדזש (און אקעגן איר עלטערןס ווילן)



וואס עפעס?

דאכציכמיר זי איז א טאכטער פון איינע פון די קארפונקל ברידער (די רייכע)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיט געלט קען מען קויפן אפילו עדיוקאציע...
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פארוואס איז עס א קידוש השם?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

חילול השם / קידוש השם.

שליחה דורך קאך_לעפל »

אינעם באדייט פון חילול השם און קידוש השם הערשט א גרויסער צומישעניש.

עטליכע יאר צוריק האב איך בייגעוואוינט אן אינטערסאנטער ספעקטאל. כ'בין געשטאנען ביי שריפות חמץ און פארברענט מיין ברויט-טארבע מיטן לולב, און ווי עס איז די שטייגער, זענען מאסן קינדער געשטאנען באוואפענט מיט לאנגע שטאגען און לאפאטעס, און העפטיג ארום געארבייט מיטן פייער. די לאקאלע מידיע איז ערשינען אויפן ארט - און ווי עס איז זייער שטייגער האבן זיי באריכטעט איבערן יערליכער שריפות-חמץ-מאניפסטאציע, וועלכע שטעלט די פייער לעשער אויף די פוס יעדע ערב פסח. שפאצירט אזוי דורך אזא אזוי-גערופענער עסקן לכל דבר שבקדושה, ועוד..., א מאן וואס מאכט ב''ה ברייט פרנסה דורכן אנפירן מיט אן אנגעבליכער וואוילטעטיגער ארגענעזאציע, און שרייט צו די קינדער: מאכט א קידוש השם! מאכט א קידוש השם! אזוי אז ער זאל אויסזען טעטיק...

ס'האט מירגאר שטארק פארדראסן... נעמליך, דו זוכסט פובליציטעט און מידיא-אויפמערזאמקייט צוליב דיין ברייטער טאש? בסדר! אבער לאז ארויס דעם באשעפער פון דיינע שגיונות, און פראקלאמיר נישט קידוש השם...

פארט א אידל מיט זיין האנדא אויפן שאָסיי, מיט איין האנד גרובלטער אין א שאכטעל ארבעס, און מיט די אנדערע האנד פיץ ער זיך די נאניע, ער פארט אזוי פון איין ליניע באלד אריין אין די צווייטע, און ס'פאלט אים גארנישט ביי צו קוקן אין שפיגל, און ווער רעדט נאך פון זיך צו באנוצן מיט די סיגנאלן. ער שנייד אריין אין קארס אויף רעכסט און אויף לינקס, עס הילכעט א פייפעריי און ס'הערשט א מיטל-פינגער אויפשטייג, אבער ער קימערט זיך נישט מיט די רשעים און אנטיסמיטן וואס קענען אים נישט פארגינען מיט זיינע פרישע געשמאקע ארבייס וואס ער הויפענט אריין אין גארגעל אן קיין רחמנות. פארט דורך א קאר מיט ניו זשערסי פלאטעס, א לעדי פון לייקוואד אנגעקליידעט אין איר שעיטל, און ארבייט פון אינדערפרי ביז אויף די נאכט, מיט ניין קינדער אין שטוב, אזוי אז דער מאן אירער זאל קענען דרייען מיטן פינגער אין בית מדרש גבוה... זי מאכט אויף די פענסטער און שרייט פאר אונזער אידל מיט די פיגער אין די נאז. יו מעקונג עי יואזש חילול השם...

ג-ט אין הימל וואס קומט דא אריין חילול השם? יעדע משוגענער קאפריז וואס א איד טיט איז א חילול השם?

דער הייליגער רמב''ם שרייבט אויף אן ארט, אז א חילול השם באדייט אויב גוים זאגן אז די אידן האלטן נישט די תורה, און א קידוש השם באדייט אויב גוים זאגן אז אידן האלטן די תורה און מצות. איר ווילט מאכן א קידוש השם? שטעלט אראפ אין צענטער טיים סקווער און ציעט ארויף טלית און תפילין! ווילט איר מאכן א חילול השם? דאן שפאצירט אריין אין א בית זונות. און מאכט זיכער אז קיין שום איד זעט אייך נישט חלילה. חילול השם איז בלויז אויב גוים זען...

מיט דעם אז פרוי נויבערגער איז געווארן די הויפט אויפזעערין איבער סייבער זיכערהייטס פאר די ען.עס.עי. ווערט נאך נישט דעם אייבישטענס נאמען געהייליקט...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

פירות הנושרים:
פון מרת נויבערגער לערנען מיר זיך אפאר זאכען:
אויב מגייט אין סקול און מלערנט זיך זאכען דעמאלטס פארמאגט מען ווערדפולע טאלאנטן
אז מפארמאגט טאלאנטן און א דעגרי קען מען ווערען אויפגענימען אויף הויעכע פאזיציעס אין וואשינגטאן
גיין אין קאלעדזש פירט נישט אפ פין וועג
א פרוי קען זיך האלטן ערליך און אידיש אפילו זי איז אין א גויאישע פלאץ און זי ארבייט מיט אלע מיני מענטשן

יעצט איז אונזער פארלאנג: מיר ווילען נאך נויבערגערס!
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
פארשפארט