דער אמאליגער אידישער איסט סייד:

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

דער אמאליגער אידישער איסט סייד:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]שפאצירנדיג אזוי צווישן די געדרייטע שיינע געסעלאך פונעם אונטערשטען טייל פון מאנהעטען – האבן מיר זיך די געדאנקען מיטאמאל צוריק געטראגן צום ליכטיגן אמאל. צו דעם אמאל וועלעכע וועט זיך שוין ווארשיינליך מער קיינמאל נישט אומקערן, וואס עס איז געווען איז געווען מער נישטא. א הייסער בענקעניש-טרער האט זיך מיר אזוי אראפגעגלישט אויפן באק, און א פייער פון בענקשאפט האט זיך צונויפגעפלאקערט אין מיין הארץ.

אנהייב ניינצנטען יאר הונדרעט - האט די לויער איסט סייד פון מאנהעטן געשפרודלט מיט א העכסט אידיש לעבן. דאס אידישער קולטור האט זיך געשפירט אומעטום. אנגעהויבן פונעם שפראך, לויטער אידיש. א אידיש וואס האט זיך אפגעקלינגען מיט פארשידנארטיגע דיאלעקטן און אקצענטן. אידישע אימיגראנטן פון מזרח-אייראפע האבן זיך באשיינפערליך נישט געקענט שיידן פון זייער אויסגעבענקטע מאמע-שפראך, אידיש. די שילדן און די רעקלאמען פון די געשעפטן זענען געווען געשריבן אויף היימיש-אידיש. די אומצאליגע טעגליכע אינהאלטסרייכע צייטונגען, וועלכע זענען ערשינען ווי שוואמען נאך א רעגן, זענען מערסטייל געווען רעדאקטירט אויף אידיש. די שפילן און פארשטעלונגן אין די אידיש-טיאטערס זענען געווען געשפילט אין א היימישער אידיש. דאס קולטור און ליטארטור, אלעס האט געשריגן אידיש, און בלויז אידיש. אפילו די נישט-אידן וועלכע האבן זיך מיט שוועריקייטן באוויזן דורכצושטיפן צווישן די צאללאזע פושקארטס פון די פעדלער, זענען אויך עטוואס אנגעקלעבט געווארן מיט די אידיש אטמוספערע וואס האט געהערשט דארט. אומצאליגע אידישע ווערטער און אויסדרוקן זענען אזוי אומאפיציעל אריין געשטעלט געווארן אינעם ווערטער לעקסיאן ביי די ארטיגע גויאישע איינוואוינער.

אויף יעדע צווייטער ווינקל האט זיך געפונען א אידישער דעליקאַט געשעפט - וואו מ'האט זיך געקענט איינהאנדלן געשמאקע טראדיציאלע אידישע דעליקאַטען. היימישע קרעפטיגע קניידל זופ, אונטערגעשלאגענע בארשט, האנט-געשניטענע הייסע פּאַסטראַמע, וואס איז אין אלגעמיין סערווירט געווארן צווישן צוויי פרישע שטיקער ווייסע ברויט, באגאסן מיט א טראדיציאלע רוסישע זאפט אדער זענפט, און צו דער זייט א סלוי פון היימיש-געמאכטע זויער-אוגערקעס, און א שיסל זויער-קרויט. צוהאקע לעבער סערווירט אויף א פלאכער טעלער, געפילטע קרויט איינגעווייקט אין פּאָמידאָרן זאפט, און פרישע הייסע קארטאפל קנישעס, בלינצעס, און נאך.
די נאסטאלאגישע קארטאפל קנישעס, קען מען זיך נאך ביז היינט צו טאגס איינהאנדלן ביי די יונה שימל קנישעס געשעפט אויף די איסט האָוסטאָן גאס. דעליקאַטען און נארהאפטיג אויפשניט, קען מען זיך נאך אויך איינהאנלען ביי כץ דעליקאַטעס, וואס געפונט זיך אויך אויף די איסט האָוסטאָן גאס. די דאזיגע צוויי דעליקאַטען געשעפטן, זענען ווארשיינליך פון די איינציגסטע איבערבלייבענישן פונעם ליכטיגן פארגאנגנהייט.

פולצאליגע אינסטיטוציעס פאר אלערליי וואוילטעטיגע צוועקן זענען געווען טעטיג אינעם אלטן איסט סייד. א שטייגער ווי די דזשאַרמולאָווסקי באנק – וואס אירע גוט-הארציגע אייגענטומער זענען געווען שטארק אינסטרומענטאל פינאנציאליש ארויסצוהעלפן די אומצאליגע אידישע אימיגראטנען, וועלכע האבן מאסנווייז געשטרומט פון עליס איילענד - נישט פארמאגענדיג קיין רויטער קרייצער אין די קעשענע, אנצוהייבן זייער נייער לעבן אינעם גאלדענעם אמעריקע. דער פארווערטס האט זיך אויך שטארק אפגעגעבן מיטן צושטעלן סאציאליסטישע הילף פאר די נארוואס-אנגעקומענע גרינע אימיגראנטן. אגודת אנשי מעמד ובית ועד לחכמים וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך ר' שמואל אהרן רובין, מיטן ציל צו שטיצן און אויסצוהאלטן תלמידי חכמים, פענסיאנערן, אז זיי זאלן האבן די מעגליכקייטן זיך אפצוגעבן בתורה ובעבודה. פאר דעם הרב רובין איז געווען געווידמעט, דאס ערשטער שעה מוצאי שבת אויף די אידישע ראדיא סטאנציע, און הרב רובין האט דאס אויסגענוצט אויפצוטרייבן די געלטער צו פינאנצירן זיין נאבעלע אינסטאטוציע.

די לאנדסמאן האבן זיך געהאט זייערע אייגענע בתי מדרשים - וואס זיי האבן גענוצט אלס זייער איינגארטיגער היימישער קרעמל. זיי האבן דארט ווייטער אנגעהאלטן מיט זייערע טראדיציעס און מנהגים וועלכע זיי זענען געווען געוואוינט פון דער אלטער היים. אייגענליך, דאס גאנצער אידישער מקוה-פאליטיק אין די אלטע אידישע איסט סייד האט זיך געדרייט ארום לאנדסמאנשאפט. לאנדסמאנשאפט איז געווען דער אינטעגראלער טייל אינעם טאג טעגליכער לעבן...

דער אידישער איסט סייד האט אפילו פארמאגט איר אייגענעם זעלבסשטענדיגער אונטערוועלט. דער לעגענדארער אידישער מאפיאנער מאיר לאַנסקי אינאיינעם מיט זיינע שווארצע חברה מאיר הערש קאהן (מיקי), בנימין סיגל, און נאך, האבן זיך אפגעגעבן מיט אלערליי אונטערערדישע מאפיאנערישע שטיק. די אידישע אונטערוועלטיקעס האבן ממש געווארפן א טויט שרעק אויף די גויאישע נאכבארן. דער שווארצער אונטערוועלט האט אומאפיציעל געדינט אלס די שומרים אינעם אידישן קווארטאל אין די איסט סייד. אח און וויי איז געווען פאר עמיצער וואס איז אריינגעפאלן אין זייער הענד, יענער האט באלד באדויערט דעם טאג וואס דער פאטער זיינער האט פארשוואנגערט זיין מוטער...

און די הייסע זומער מאנאטן איז דער אידישער קווארטאל עטוואס אויסגעלערט געווארן. די אידישע מאסן האבן געמאכט זייער וועג צו די באן סטאנציע. זיי האבן זיך ארויסגעלאזט צו דעם אידישער שווייץ – דער סאמע זעלבער ארט וואו מיר געפונען זיך אצינד, צו די קעסקלס בערג. דער עולם האט זיך אריינגעזעצט אין די אומצאליגע ארטיגע אידישע האטעלן, וואו זיי האבן זיך בלויז אפפגעגבן מיטן זיך פלעגן דאס גוף. די האטעלן האבן פארמאגט א אנגייענדען קאנקערענץ צווישן זיך ווער ס'קען אהערשטעלן א געשמאקערע פליישיגע בארשט... די אידישע וואקאציאנערן האבן זיך דערפאר טאקע דערווארבן דעם נאמען די בארשט-פאסיקעס. ווארום דארט אין די האטעלן האבן געגעסן און געטרינקן אן קיין שום גרענץ, דער איינציגסטער סיגנאל אויפצוהערן צו פרעסן, איז געווען דאס געברויך זיך צו עפענען דאס פאסיק. וואקאציאנערן האבן זיך דארט געטינקען אין שוואוילטאג טאג איין און טאג אויס. יעדע פרייטאג צונאכט זענען פארגעקומען הומאריסטישע אונטערהאלטונגן דורך בארימטע אידיש קאמידיאנטן, א שטייגער ווי יעקב משה מעסאן וועלכע האבן אונטערגעהאלטן די געסט. די קאמידיאנטן האבן זעלבסטפארשטענדליך נישט געזשאלעוועט קיין וואלגארישע ניוול פה, אזש די געסט האבן גוטמוטיג געלאכט ביז אין די קליינע נאכט שעות פון די נאכט....

אוי... ס'זיגט זיך פון זיך אליינס:

אינמיטן ים, פאהרט א שיף, פאהרט זי אויסגעצויגן,
פאהרט א איד פון ארץ ישראל, מיט פארוויינטע אויגן.

אין ירושלים דארט,
אפגעלעבט די יאהרן,
און פון אזא הייליגן ארט,
געמוזט אוועקצופאהרן.
געלאזן דער משפחה דארט,
און אלע גוטע ברידער,
און קיין אמעריקע אז מען פאהרט,
איז דאך זיייער ביטער.

מיין פריינד, זאג איך צו איהם מיט פרייד,
איהר דארפט זיך גארנישט שרעקן,
דער אויבערשטער האט שוין אנגעגרייט,
אן ארט פאר אייער וועגן.
פארהאן א ווינקעלע, גאנץ קליין,
פול מיט יראת שמים,
איהר וועט זיך שפירן ווי אינדערהיים,
ווי אין י ר ו ש ל י ם.

(יו''ט ערליך)[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

געוואלדיגע באשרייבונג
איך האף אז איר וועט ממשיך זיין
איך בין זייער נייגעריג וועגן די אידישע מאפיא. ווי קען מען לייענען נאך דערוועגן?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

גדליה האט געשריבן:געוואלדיגע באשרייבונג
איך האף אז איר וועט ממשיך זיין
איך בין זייער נייגעריג וועגן די אידישע מאפיא. ווי קען מען לייענען נאך דערוועגן?


שכוח

זיי זענען גלייכצייטיג געווען די ערפינדער פון די אמעריקאנער גן עדן לאס וועגעס....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מ'קען פון די אידישע איסט שרייבן א גיוואלד. דער עולם זאל ביטע מיטיילן.

ווי לאנג דער אשכול איז נאכנישט פאר'חזיר'ט...
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דזשעקי מעסאן'ס אידישע לעצטע נאמען איז מעזעי. ער איז שוין פון די אינגערע דור קאמעדיאנטן. קוטשערס איז נאך געווען ביז לעצטענס א פארברענגס ארט פון דער מין.
סיגעל איז די בויער פון די פלאמינגא האטעל אין וועגאס.
כ"ץ דעליקאטעסאן סערווירט נאך היימישע מאכלים אבער זענען נישט מקפיד אויף כשרע מאכלים זיי האבן למשל קנישעס פון חזיר.
א פופאלערע אידישע סופערמארקעט נאך עד היום איז זעבאר'ס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

גדליה האט געשריבן:געוואלדיגע באשרייבונג
איך האף אז איר וועט ממשיך זיין
איך בין זייער נייגעריג וועגן די אידישע מאפיא. ווי קען מען לייענען נאך דערוועגן?

נאך א פרוטה, צוויי.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הערר קאך לעפל: דו האלטסט דיך דאך פאר אן אינטעלעקטואל וואלסטו געמעגט ווייסן אז די ניינצן הונדערט יארן (למספרם) איז דער אנהייב פונ'ם 20'סטן יארהונדערט. ווייל אין די אנהויב יארן פון דעם ניינצנטן הונדערט גלייב איך נישט אז די אידישע איסט סייד איז געווען שטארק באזעצט, בכלל. כל שכן פון אידן....אדערווייז העוו עי נייס דעי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נ.ב.: פון דעם שם דבר/אדם רעדאקציע/רעדאקטאר בלשון עבר זאגט מען "רעדאגירט". נישט "רעדאקטירט". דער הסבר פאר דעים איז צו שווער צו פארשטיין פאר א גראדיועיט פון סענדז סטריעט...!

אה יעסס...שיעור פארגעסן....בילכל...!

הגהות הב"ח..."לעקסיקאן"...כצ"ל...!

די שאלה איז אויב דער פארווערטס האט טאקע צוגעשטעלט סאציאלע הילף אדער סאציאליסטישע הילף פאר די נויטבאדערפטיגע אימיגראנטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב קאך לעפל דיינע ארטיקלען זענען מתוק מדבש. אבער דו דערמאנסט מיך פון א קרוב אין מיין משפחה וועלכער פרובירט צו נוצן הויעכשטאפלענדע ווערטער. אבער ער טרעפט כמעט קיינמאל נישט אין ציל אריין. נאר בערך. ארום און ארום. ענליך. אויף אונגאריש זאגט מען קעורול בעלול. אומגעפער...!

איך האב אמאל געזאגט פאר מיין קרוב אז ס'וואלט כדאי געווען ער זאלל ווערן א פראפעסאר פון לינגוויסטיקס אין סיטי יוניווערסיטי אוו ניו יארק. די פראבלעם איז אבער אז ווען דו רעדסט פון ענגליש זאגט ער אז ער קען נאר עברית. טאמער רעדסטו פון אידיש זאגט ער אז ער קען נאר אונגאריש...הצד שוה שבהן. ער קען אלע פיהר שפראכן אייניג...לאל...יא. ובילכל...(מלא) אינדערהיים אין אונגארן (אפשר אין פוילן און רומעניע אויכעט) ווען מ'האט געוואלט זאגן אויף א גוי אז ער איז שיכור. אבער מ'האט נישט געוואלט ניצן דעם ווארט ווייל זיי האבן פארשטאנען וואס דאס מיינט. האט מען געזאגט אז ער איז מלא...!

OK/ The above was a rant on my part. I felt I had to get a few things off my chest...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאך לעפל: ייש"כ. דיין ארטיקל האט ביי מיר אויפגעוועקט אלטע, נאסטאלגישע זיכרונות. (פון וואס כ'האב געליינט און געהערט). כ'האב דיר שוין כמעט געוואלט אריינגעבן א פסק איבער דעם ר' יו"ט ערליך פאעמע. אז דו געסט איהם נישט קין קרעדיט. אבער כ'האב געזעהן אז דו געסט איהם יא. נאר איין זאך. ר' יו"ט ערליך מיט די בארשט בעלט תקופה זענען געווען אפגערוקט בערך 6 דורות...!

דער אויסדרוק ..."בארשט בעלט"... קומט נישט ווייל די זוללים וסובאים האבן זיך אויפגעמאכט דעם פאסיק. נאר אז ס'איז געווען אזויפיהל האטעללן אין די געגנט. און דאס הייסט (בלשון מושאל) א בעלט...!
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אסאך ראיאנען אין די פאראיינגטע שטאטן ווערן אנגערופן מיט די בעלט אויסדרוק, ווצבש"פ בייבל בעלט אדער ראסט בעלט
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

האט נישט מאיר לאנסקי געוואוינט אין מיאמי?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אגרות צפון האט געשריבן:האט נישט מאיר לאנסקי געוואוינט אין מיאמי?


סוף ימיו. נאך וואס ער האט רעטיירט פון "ביזנעס"...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה האט געשריבן:געוואלדיגע באשרייבונג
איך האף אז איר וועט ממשיך זיין
איך בין זייער נייגעריג וועגן די אידישע מאפיא. ווי קען מען לייענען נאך דערוועגן?

ס'איז דא עטליכע ביכער און ווידיאס וועגן די מאפיא. איין בוך וואס איך האב געליינט ליגט מיר אין זיכרון. ס'הייסט ..."מאפיא יו. עס. עי."...דארט ווערט באשריבן באריכות א יעדער איינער פון די בארימטע מאפיא מעמבערס. אריינגערעכנט די אידישע גענגסטערס ווי מאיר לאנסקי,באגסי (בנימן) סיגל און אנדערע אידישע און גוי'אישע מאפיאנערן...!

נאר איבער די אידשע מאפיאנערן איז געווען באשריבן באריכות אין שטערן/שפאקטיוו פאר די רע-בנים און בעלי תשובה און אנדערע ליידיגגייערס האבן זיי געשאכטן. לעצטנס האט דער בליץ אויך געהאט געשריבן איבער זיי. ער שרייבט אז מ'קען נאך היינט טרעפן אין א שול אין די איסט סייד (איך האב נישט געטשעקט) אן עילוי נשמת טאוול וואס באגסי סיגל האט מנדב געווען. שטייט דארט אזוי (לפי ה'בליץ) זאת נדבת הנגיד החשוב ר' בנימן זאב הלוי סג"ל...ס'קען זיין אז אין ביהמ"ד איז ער געווען א וואוילער איד. נאר ווען ס'איז געקומען צו טון דעם דזשאב האט ער עס געטון מיט גרויס פונקטליכקייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אגרות צפון האט געשריבן:האט נישט מאיר לאנסקי געוואוינט אין מיאמי?

דארט אויך. אבער ער איז א בחור'ל פון די איסט סייד...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:אן עילוי נשמת טאוול וואס באגסי סיגל האט מנדב געווען. שטייט דארט אזוי (לפי ה'בליץ) זאת נדבת הנגיד החשוב ר' בנימן זאב הלוי סג"ל...ס'קען זיין אז אין ביהמ"ד איז ער געווען א וואוילער איד. נאר ווען ס'איז געקומען צו טון דעם דזשאב האט ער עס געטון מיט גרויס פונקטליכקייט...!


שוין גארנישט מיט גרויס פונקלעכקייט. ער איז געווען די איינציגסטע פון די גרופע פון פיר מייסדים פון די נייע יונגע דור פון ארגענייזד קריים באסעס, וואס איז געהארגעט געווארן דורך זיין אייגענע גרופע, ווייל ער האט אנגעזעצט די ווערטשאפט אין לאס וועגאס דורך תאוות און שוואוילטאג, טאקע דארט ווי ער איז געווען די שליח פון די גרופע.

די אנדערע דריי פון די פיר: טשארלס "לאקי" לוטשיאנאו, פרענק קאסטעלא, מאיר לענסקי דער "אקאונטענט".
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: איינס פון די סיבות וואס מאיר לאנסקי האט מאריך ימים ונשים געווען איז ווייל ער האט נישט אלעס אוועקגעגנב'ט פון זיינע חברים. ער האט פאר זיי אויכעט עפעס איבער געלאזט. נישט אז ער איז ח"ו געווען א מפיל קינד. איין טאג זענען זיינע ..."חברים"...געקומען צו זיין הויז. צו ..."כאפן א שמועס מיט איהם"...האט ער מיט א מאשין גאן אדורכגעשאסן די טיר. און ער האט אוועקגעלייגט 2 שטיק על אתר...!

ער האט אויכעט געהאט אן איידעם. זעהט אויס אז דער איידעם איז נישט געווען אזא וואויל יונגל. (ער האט נישט אלעס אויפגעגעסן.) איין טאג איז ער נעלם געווארן. און קיינער האט מער נישט געהערט פון איהם. ער האט אפילו נישט באקומען קיין פסק פון זיין מחותנת'טע...לאל...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס כ'האב אמאל געהערט פון א געוויסן בעל עגלה. (ער הייסט נישט עכט בערל.) צוויי מחותנים האבן זיך ארומגעטענה'ט וויפיהל קעסט מ'זאל געבן פאר די יונגע קאפל. איין מחותן האט געזאגט 4 יאהר. דער צווייטער מחותן האט געוואלט 5 יאר. רופט זיך אן דער מחותן. וועלכער איז אויכעט געווען א שטיקל מאפיאנער...I will give you a cast that will last a lifetime...!
יבדש כחרס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:03 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך יבדש כחרס »

אפשר לייגט איינער ארויף אפאר בילדער/ווידעאוס פון די אמאהליגע און היינטיגע איסט סייד
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאר ווער ס'איז אינטרעסירט אין די גאנצע אידישע היסטאריע סיי פון די איסט סייד. און סיי פון די אנדערע געגנטן פון ניו יארק. מיט די גוטע זייט און די נישט אזוי שיינע זייט. קען קויפן דעם בוך וואס הייסט...World of Our Fathers... by Irving Howe...!

דער ביכל האט פיקטשערס אויך...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יבדש כחרס האט געשריבן:אפשר לייגט איינער ארויף אפאר בילדער/ווידעאוס פון די אמאהליגע און היינטיגע איסט סייד


אפשר נישט קיין עכט בילד, אבער די "spirit" פון די לאוער איסט סייד איז זיכער גוט אפגעמאלען...
בייגעלייגטע פיילס
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001.jpg
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]הערליך מייסטערהאפטיג באשרייבן. א גרויסע יישר כח.

יעדע פרייטאג צונאכט זענען פארגעקומען הומאריסטישע אונטערהאלטונגן דורך בארימטע אידיש קאמידיאנטן, א שטייגער ווי יעקב משה מעסאן וועלכע האבן אונטערגעהאלטן די געסט.


הערשט פאר א וואך צוויי צוריק האט ער זיך געדרייט אין די גאסן פון די היינטיגע אידישע וויליאמסבורג (מיט איר אייגנע אונטערוועלט...) און האט זיך געזעצט פאר א געשמאקע היימישע מאלצייט אינעם לעגענדארן גאטליעב'ס רעסטוראנט.

.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין די סאמע מיטן די ברען פון אומאָפּהענגיקייט-קריג אין מדינת ישראל שנת שח''ת, איז אויסגעארבייט געווארן א צייטווייליגער שטילשטאנד צווישן די קעמפענדע זייטן. און ס'האט דאן געהערשט א שרענגע עמבאַרגאָ אויף ביידע קעמפענדע-זייטן אריינצוברענגן וואפן און מיניציאן אינערהאלב די גרעניצן פון ארץ ישראל. ווי ס'איז אבער זעלבסטפארשטענדליך האבן ביידע זייטן עפענטליך געשפילט דאס שפיל ווי זיי האלטן זיך ערליך צום עמבאַרגאָ - זאגאר אין די ווירקליכקייט האבן זיך ביידע זייטן גוט אויסגעמייכענט אויף די אונטערנאציאנאלע עמבאַרגאָ, און זיי האבן אנגעפירט מיט א געהיימער אומלעגאלער וואפן-געיעג אריינצושווערצן אין לאנד וואס מער וואפן, פארן געברויך צו די באפארשטייענדע קאמפן, אפגעזען פונעם אונטערנאציאנאלע עמבאַרגאָ.

בן גריון האט דאן געשיקט זיינע שווארצע חברה קיין אמעריקע אויף א געהיימע מיסיע - צו שאפן וואפן אויפן שווארצן מארק, און עס דערנאך טראנספארטירן דורכן וואסער צו מדינת ישראל. בן גריון האט דאן אין געהיים אנגעקניפט פארבינדונגען מיט מאיר לאנסקי און זיינע לייט – וועלכע האבן אינאיינעם מיט די איטאליענישע מאפיא פולשטענדיג קאנטראלירט דאס ניו יארקער האפן. די אידישער אונטערוועלט האט זיך שטארק געפרייט צו קענען עטוואס העלפן זייערע אידישע ברודער, וועלכע האבן דאן געקעמפט אינעם ווייטן מזרח ווי לייבן, פאר זייער לעבן און זעלבסשטענדיקייט. די אידישער אונטערוועלט האט געהאלפן פאר די הגנה און די אורגן לייט, ארויפצושמוגלן די פארבאטענע סחורה אויף די שיפן אינעם האפן אין ניו יארק. און נישט בלויז דאס. מאיר לאנסקי מיט זיינע לייט האבן גלייכצייטיג געשאנקן שווערע מיליאנען דאללארן פון זייער אייגענעם קעשענע פאר וואפן פאר מדינת ישראל. ווען גלדא מאיר איז אויף די גוטהייסונג פון בן גריון, געקומען קיין אמעריקע שנארן איינצוקויפן וואפן פאר די מדינה, זענען לאנסקי מיט זיינע לייט איר געשטאנען צו הילף אויף טריט און שריט און געהאלפן מיט טאט און ראט - זיי האבן פיל באשטייערט צו איר געוואלדיגער סוקסעס. פארט איז דאס אלעס אים נישט בייגעשטאנען שפעטער ווען ער איז געווען קריטיש אנגעוויזן אויף די הילף פון די מדינת ישראל אינסטאנצן.

אין יאר תש''ל האט לאנסקי געשפירט ווי די עף.בי.איי. הייבט אן אויפצוקומען אויף זיינע שפירן, און די שטריק ארום זיין האלץ ווערט אלס מער און מער איינגעצויגן, און אז ס'איז בלויז א פראגע פון צייט ביז דער טיר פון זיין שטוב ווערט אראפגעריסן דורך באוואפענטע רעגירונגס אגענטן, האט באלד געכאפט א רענצל און אפגעפיצט קיין מדינת ישראל, וואו ער האט געהאפט צו טרעפן שוץ אונטער דעם חוק השבות געזעץ - וואס שענקט אטומאטישע אזיל-רעכט פאר יעדער אייניציגער איד וועלכער ווערט פארפאלגט צוליב סיי וועלכער אורזאך. גלדא מאיר האט דאן געדינט אלס פרעימער מיניסטארישע האט אבער דייטליך קלאר-געשטעלט: מדינת ישראל איז נישט קיין ארט פאר קיין מאפיאנערן, און לאנסקי איז ארויסגעליפרט געווארן צו די אמעריקאנער אינסטאנצן...

נעמען שווארצע געלט און הילף פון אידישע מאפיאנערן דאס יא! זייער גערן! אבער העלפן פאר א פארפאלגטער איד, דאס נישט! דאס איז געווען א פרעכע מסירה שריט, און א משלם רעה תחת טובה פון איר זייט.

זאל זי געדענקט ווערן צו אייביגע שאנדע....[/justify]
פארשפארט