איחוד פעלד האט געשריבן:דער אינטרעסאנטע זאך איז, אז דער רמב"ם שרייבט קלאר אז ער נעמט וואס ער ווייסט פין די גוים, און כ'דענק נישט ווער עס זאגט עס, אז דער רמב"ם האט געמעגט, ווייל בעצם האבען די אידן געהאט דער חכמה און די גוים האבען עס געלערנט פין די אידן. נאר עס איז פארגעסען געווארען פין די אידען, און אלעס וואס די גוים ווייסען קומט פין די אידען, און דער רמב"ם האט נאר צוריק גענומען דער חכמה פין די גוים. גיי פארשטיי. בעצם האט דער חפץ חיים געוויסט וויאזוי צו מאכען עלעקטריק פין וואסער. און דער חזון איש צו מאכען אפעראציעס.
אין הל' קידוש החודש [ס"פ י"ז] שרייבט דאך דער רמב"ם אויף דעם דבריו הידועים:
שחברו בה חכמי יון ספרים הרבה והם הנמצאים עכשיו ביד החכמים. אבל הספרים שחברו חכמי ישראל שהיו בימי הנביאים מבני יששכר לא הגיעו אלינו.
ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר בין שחברו אותם נביאים בין שחברו אותם האומות. שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמיתתו בראיות שאין בהם דופי אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו, אלא על הראיה שנתגלתה והטעם שנודע.