אישתישבי האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.
מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.
דערמאנסט מיך פון א בעלזער איד פון וויליאמסבורג וואס לעבט שוין נישט. ער פלעגט אייביג זאגן אויב גיי איך שוין עסען סאטמארער פלייש, גיי איך ענדערש צו C Town סאיז דאך אסאך ביליגער
(עליו השלום- ווער געדענקט סי-טאון? דוויזשן קארנער ווייט)
אברהם בער פר״מ דער גרויסער שלום בית מאכער
פארציילט מיר אז סקומט אריין צו א אים א סאטמארער יונגערמאן זיך דורכרעדן וועגן זיינע שלום בית פראבלעמען און אינמיטן רעדן נעמט ער ארויס א מעקדאונלד בעיקאן-טשיזבורגער און ער נעמט זיך עס עסן מיט א געשמאק. פרעגט אים אברהם בער. וואס איז פשט אז א סאטמארער יונגערמאן עסט חזיר-טריפה?
זאגט ער אים זייער פשוט די ארונים שרייען חי וקים אז די זאלונישע פלייש איז טריפה. ווידער די זאלונים שרייען חי וקים אז די ארונישע פלייש איז חזיר טרייף. נו? אויב זיי זענען ביידע במילא טריפה פארוואס זאל איך כאטש נישט באצאלן ביליגער???
ער זאגט מיר אז ער האט פארציילט די מעשה פאר רעב אהרנ׳ן.
גיי גלייב אברהם בער דער פאפענער שלום בית מאכער, איין ווארט....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius