הכשר oh
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: הכשר oh
ווער זאגט ס'שלעכט??שאראש-פאטאק האט געשריבן:קען מיך איינער מסביר זיין וואס איז אזוי שלעכט פין די הכשר ou???
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: הכשר oh
כוחא דהתירא עדיף, זעהט אז זיי זענען גרעסערע תלמידי חכמים ווי אינזערע רבנים.אישתישבי האט געשריבן:זיי האבן קולות וואס אונזערע רבנים האבן נישט געהאלטען.
הרב בעלסקי זצ"ל מיט להבחל"ח הרב הערשל שעכטער לאויו"ש האבן אריין געלייגט גרויסע כוחות אהער צו שטעלן די השגחה לשם ולתפארת, אז אידישע קינדער זאלן קענען הנאה האבן, שטענדיג האבן זיי און זוכן זיי מקיל צו זיין און גרינגער מאכן און דאס איז די דזשאב פון א רב. מחמיר זיין קען סיי ווער
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לאמיר מיר דיר מגלה זיין א סוד, מ'עסט נישט קיין הכשר, מ'עסט פראדוקטן. אויף יעדער זאך דארף מען קוקען וואס איז די שאלה, און וויאזוי דער רב המכשיר גייט צו צום שאלה. למשל, פאטעטא טשיפס. הרב משה פיינשטיין האט געהאלטען אז וויבאלד קארטאפעל איז עולה על שלחן מלכים, ממילא איז אלע קארטאפעל פראדוקטן נכלל אין דעם, און ממילא מ'דארף בישול ישראל אויף טשיפס. דער OU איז נישט מקפיד אויף דעם, און דעריבער האט מען א סבה נישט צו עסן פאטעטא טשיפס וואס האט נאר אן OU. לויט ווי מ'געט איבער, האט דער OU שטארקע קולות אין ווערים אויך, און דעריבער דארף מען וויסען וואס איז מוחזק בתולעים, און טאמער עס מאכט אויס ביי די פראדוקט (ווען עס באלאנגט צום גוי, גילט נישט קיין 'אין מבטלין איסור לכתחילה', און ממילא טוישען זיך אסאך זאכען).
לגבי זאפט, ווען מ'קוועטשט אויס פרוכט אויף זאפט, ווערט דארט אריין געמישט אסאך שמוץ, און די וועג דאס ארויס צו נעמען איז דורך אריין לייגען דזשעלאטין, און די שמוץ קלעבט זיך צו דערצו, און דערנאך זיפט מען עס אויס. דער משנה ברורה איז מתיר דאס צו טון, ווייל דער דזשעלאטין ווערט דאך ארויס גענומען. היימישע השגחות נוצען כשר'ע דזשעלאטין, הגם אז פיהל מער פוסקים ווי דער משנה ברורה זענען מתיר, ובתוכם דער נוב"י. נאר דער חק יעקב (אויב איך גגעדענק גוט) דינגט זיך לגבי פסח, און דאס איז אויך נישט קלאר לגבי אגאנץ יאר. ממילא קען מען טרינקען וועריפיין עפל זאפט מיט אן OU.
דער עיקר איז, דער פראדוקט איז די נושא, נישט דער הכשר.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: הכשר oh
שקר!! ער האט עס מתיר געווען, און אפילו געהאט אנאנדערן היתר ווי ר' משהרביה''ק זי''ע האט געשריבן:הרב בעלסקי פלעגט נישט לאזן עסן OUd.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: הכשר oh
https://oukosher.org/blog/consumer-kosher/rav-moshe-ztls-heter-of-cholov-stam-revisited/דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שקר!! ער האט עס מתיר געווען, און אפילו געהאט אנאנדערן היתר ווי ר' משהרביה''ק זי''ע האט געשריבן:הרב בעלסקי פלעגט נישט לאזן עסן OUd.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כוחא דהתירא עדיף, זעהט אז זיי זענען גרעסערע תלמידי חכמים ווי אינזערע רבנים.אישתישבי האט געשריבן:זיי האבן קולות וואס אונזערע רבנים האבן נישט געהאלטען.
הרב בעלסקי זצ"ל מיט להבחל"ח הרב הערשל שעכטער לאויו"ש האבן אריין געלייגט גרויסע כוחות אהער צו שטעלן די השגחה לשם ולתפארת, אז אידישע קינדער זאלן קענען הנאה האבן, שטענדיג האבן זיי און זוכן זיי מקיל צו זיין און גרינגער מאכן און דאס איז די דזשאב פון א רב. מחמיר זיין קען סיי ווער
התאחדות איז אויך זייער גוט אויף התירים זיי זוכן אויך אייביג מתיר צו זיין, אבער ס'קומט מיט אפאר תנאים. איין תנאי איז אז זיי דארפן פארדינען געלט אויף די היתר. אויב א צווייטע הכשר פארדינט קען עס זיי נישט ערמעגליכן מתיר צו זיין.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
איך וויל גארנישט אסר'ן אדער מתיר זיין. איך האב נאר אראפגעלייגט די מציאות לויט ווי איך זעה עס. עס מאכט א קנאפע נפקא מינה, רוב עולם וואס עסט יא התאחדות און נישט אוי"יו פירט זיך מער ווייניגער אזוי מטעם מסורה וקאלטור, און ס'האט ווייניג צו טוהן מיט היתר ואיסור. וואס איך האב געשריבן איז ווייט פון א סוד און ווער ס'וויל קען עס זייער גרינג מברר זיין.
אגב, אמאל האב איך עפעס געטראפן ר' משה עלעפאנט פון אוי''יו, האב איך איהם סתם אזוי שנעל געפרעגט וועגן די חלב עכום חשש פון שטעכן די קיען אין די געדערים און אויף די חשש פון וואס מ'מאכט היינט אפעראציעס אויף די קיען, וואס אנגעבליך איז ביי אונז אנגענומען אז די קיה ווערט א טריפה, און וויאזוי קענען זיי מתיר זיין חלב עכום מיט אזא חשש. זאגט ער מיר אז ס'איז א אינטערעסאנטע שאלה. ס'איז דא אסאך צו רעדן וועגן דעם, זיי פארלאזן זיך עפעס אויף רובַ און אויך זענען דא וואס האלטן אז שטעכן בכלל מאכט נישט טריפה, אדער אז ס'ווענדט דורך וועלכע פראצעדור מ'שטעכט וכו'. איך געדענק נישט אויף די מינוט פונקטליך אלע פרטים, אויך האט ער נאר גערעדט כלליות'דיג. צום סוף האט ער מיר אריינגעווארפן עפעס א סטעיטמענט, אז ס'איז א שאלה וואס ברענגט ארויף א גרעסערע חשש אויף חלב ישראל, און ס'איז זייער מעגליך אז די חלב ישראל מענטשן ליגן אין א פראבלעם דא.
ער האט זיך געיאגט און דעריבער האב איך איהם נישט געקענט פרעגן מער און טיעפער.
אגב, אמאל האב איך עפעס געטראפן ר' משה עלעפאנט פון אוי''יו, האב איך איהם סתם אזוי שנעל געפרעגט וועגן די חלב עכום חשש פון שטעכן די קיען אין די געדערים און אויף די חשש פון וואס מ'מאכט היינט אפעראציעס אויף די קיען, וואס אנגעבליך איז ביי אונז אנגענומען אז די קיה ווערט א טריפה, און וויאזוי קענען זיי מתיר זיין חלב עכום מיט אזא חשש. זאגט ער מיר אז ס'איז א אינטערעסאנטע שאלה. ס'איז דא אסאך צו רעדן וועגן דעם, זיי פארלאזן זיך עפעס אויף רובַ און אויך זענען דא וואס האלטן אז שטעכן בכלל מאכט נישט טריפה, אדער אז ס'ווענדט דורך וועלכע פראצעדור מ'שטעכט וכו'. איך געדענק נישט אויף די מינוט פונקטליך אלע פרטים, אויך האט ער נאר גערעדט כלליות'דיג. צום סוף האט ער מיר אריינגעווארפן עפעס א סטעיטמענט, אז ס'איז א שאלה וואס ברענגט ארויף א גרעסערע חשש אויף חלב ישראל, און ס'איז זייער מעגליך אז די חלב ישראל מענטשן ליגן אין א פראבלעם דא.
ער האט זיך געיאגט און דעריבער האב איך איהם נישט געקענט פרעגן מער און טיעפער.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: הכשר oh
עס איז דא נאך א יסודות׳דיגע נ"מ צווישען אוי יו און התאחדות וכדו׳. התאחדות פעלט בכלל נישט אויס. אז עס קומט א איד און זאגט זיין פראדוקט איז כשר, איז דאס גענוג. נאר וויבאלד דער איד ווייסט נישט בחייכון וביומיכון פון הלכה, ממילא דינגט ער איינער וואס קען, און יענער איז איהם מייעץ וויאזוי צו פאבריצירען זיין פראדוקט בכשרות. פונקט ווי ער דינגט א לאיער און אן אקאונטענט כדי ער זאל נישט פארפלאנטערט ווערן מיט די געזעץ. אנשטאטס דינגען א כשרות מענטש אין זיין אפיס, טוט ער דאס outsourceן צו עקספערט קאמפאניס אין דעם, יעדער לויט וויפיהל ער וויל אויסגעבן.
אוי יו גיבט השגחה פאר גויים. ד.ה אז אן די הכשר מעגסטו רוב זאכען זייערע נישט עסן (א זאך אויף וואס עס איז נישט דא קיין חשש, דארף מען נישט אפיר זוכען חששות צו פאדערן א הכשר), און זיי זענען די גאנצע אטאריטעט אויף וואס מ׳פארלאזט זיך.
וואס מיינט דאס למעשה? ווייס איך נישט, אבער דאס איז א נקודה למחשבה. למעשה איז אבער, אז פאר די רויע אינגרעדיענטס מוזען אלע השגחות זיך פארלאזען איינער אויף די צווייטע, און מ׳קען רואיגעהייט אננעמען אז דיין היימישע געבעקס\געקעכעכצטס האט אין זיך אינגרעדיענטס וואס די גאנצע השגחה איז נאר אן ארגאניזאציע ווי דער אוי יו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אוי יו גיבט השגחה פאר גויים. ד.ה אז אן די הכשר מעגסטו רוב זאכען זייערע נישט עסן (א זאך אויף וואס עס איז נישט דא קיין חשש, דארף מען נישט אפיר זוכען חששות צו פאדערן א הכשר), און זיי זענען די גאנצע אטאריטעט אויף וואס מ׳פארלאזט זיך.
וואס מיינט דאס למעשה? ווייס איך נישט, אבער דאס איז א נקודה למחשבה. למעשה איז אבער, אז פאר די רויע אינגרעדיענטס מוזען אלע השגחות זיך פארלאזען איינער אויף די צווייטע, און מ׳קען רואיגעהייט אננעמען אז דיין היימישע געבעקס\געקעכעכצטס האט אין זיך אינגרעדיענטס וואס די גאנצע השגחה איז נאר אן ארגאניזאציע ווי דער אוי יו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ליטוואק
האסט געזאגט דא אסאך נקודות, איך וויל באציען צו אין זאך וואס די שרייבסט,
דער פראבלעם מיט דער מהלך איז, איך ווייס נישט יעדער פראדוקט, אירע שאלות אין כשרות, איך האב נישט קיין צייט נאך צוגיין יעדעס פראדוקט וואס איך וויל עסן, און דערנאך האב איך נישט קיין צייט אריין צו קלערן אין יעדעס הלכה שאלות.
און אפילו איך זאל יא א געוויסע פראדוקט נאך פארשן, און אויסגעפינען אז עס איז כשר, ווילאנג האלט דער מציאות? עס קען זיך טוישן מארגן.
און ברשות כבוד תורתך, פין ווי ווייסטו וועגן דער עפעל
דזשוס? גראדע פלעגט מען טרינקען עפעל דזשוס אהן א הכשר ביז נישט לאנג צוריק. נאר אכשר דרא. און אויב איך מעג פרעגן, מען נעמט ארויס דער דזעלטען, און פארטיג? וואס איז מיט בליעות? איז דא ששים?
ממילא פאר מיר, וויסענדיג אז די קולות פין או יא, זענען נישט ווי מען איז געוואוינט צו פסק'נען ביי אונזערע מקומות, קויף איך נישט זאכן מיט זייערע הכשר. אוודאי, אױב וועט איר שטיין און מעיד זיין אויף א געוויסע פראדוקט, אז די ווייסט אז עס איז כשר, איז אנדערש.
מיט דער או יא איז אויך אינטרעסאנט, אז אויב מען פרעגט זיי אויך א פראדוקט, צו חסידים מעגן עס עסן, וועלן זיי ענטפערען. אינטערעסאנט צו וויסן, אױב איינער רופט התאחדות פרעגן צו א פראדוקט איז כשר אפילו פאר תולדות אהרן, אױב זײ וועלען ענטפערן.

ואין זה לשונך ממשמען ברויך דן זיין דער פראדוקט נישט דער הכשר, און די גיבסט משלים פין עפעל דזשוס ועוד

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
השגחות וועלן זיך כסדר פארלאזן אויף די נאמנות פון סיי וועלכע איד, ווייל ע''פ הלכה איז יעדער איד נאמן. אבער רוב השגחות וועלן מבחין זיין ציווישן סתם א איד אדער א צווייטע השגחה. אין אנדערע ווערטער, זיי וועלן זיך פארלאזן אויף סיי וועלכע איד'ס נאמנות, חוץ אויב יענער איד איז אויך א בעל מכשיר. דעמאלט קען מען איהם שוין נישט טראסטן.....
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
[tag]אישתישבי[/tag], איך האב געשריבען פון זכרון און איך געדענק נישט אינגאנצען, קוק אין סוף סי' תמ"ז און אין יו"ד סי' פ"ד סעי' י"ג ביי די דבש שנתערבו בו נמלים. אבער דיין טענות פארשטיי איך בכלל נישט. עס איז זיכער בטל בששים, וואס מיינסטו? מ'לייגט דארט אריין ריזיגע הויפענעס דזשעלאטין? און עס איז זיכער נישט מעמיד צו מוסיף טעם, ווייל נישט אויף דעם קומט עס. עס איז אלס קאלט, ט'ווי זאל זיין בליעות? איך האב געהערט די מעשה פון א חבר מיינער וואס איז שוין נישט בין החיים, און ער פלעגט ארבעטן פאר'ן אוי.יו. אין פאבריצירען וויין, ווי ער פלעגט ברענגן גאנצע טיעמס פון פרומע אידען צו מאכען וויין. און ער האט מיר פארציילט וועגען די גרעיפ דזשוס דרך אגב. איך האב אויך געהערט דערוועגען א נוב"י פון א געוועזענע שכן מיינער, אבער איך האב עס נישט נאכגעקוקט.
עכ"פ, איך ווייס נישט וואס 'אונזערע מקומות' דארף צו מיינען. ווען איז די חילוק געווארען? פארוואס? דורך וועמען? אינדערהיים האט מען געגעסען פיהל זאכען אן א הכשר, כמבואר בפוסקים. וואס איז געווארען אין אמעריקא? און טאמער מ'זאגט אז אין אמעריקא האט מען מער געלעגענהייטען און ממילא פאסט נישט אנצונעמען די שעת הדחק היתירים פונדערהיים ווי מ'איז געווען הונגעריג, פארוואס גילט דאס נישט אין הלכות שבת? פארוואס פארלאזט מען זיך אויף פסקים וואס מ'האט געמאכט אויך עירובין וואס אן דעם איז נישט געווען קיין טשאלענט שבת, כדי ווייבער זאלען זיך אויסלופטערן שבת נאכמיטאג? מה נשתנה אלו מאלו?
בקיצור, איך ווייס נישט גענוי וואס די פסקים זענען, און איך האב קיינמאל נישט געהערט פון א זאך וואס 'היימישע' פסקנ'ן עמטליך אנדערש ווי אוי.יו. אחוץ די זאכען וואס איך האב געשריבען אביסל. אפשר דער שיעור בישול פאר יין מבושל און נאך אזעלכע זאכען, אבער זי אלע זענען נייע פסקים, נישט פונדעראלטעהיים. און איך בין אין גאנצען נישט איבערגעצייגט אז די אלע חומרות זענען פון אנהייב ביז'ן סוף. התאחדות איז מקפיד אויף זייער זאכען ביים פאבריצירען זייער פראדוקטן, אבער די אינגרעדיענטס וואס זיי קויפען פון אנדערע השגחות האבען אויך די חומרות? ווער ווייסט בכלל?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ביסט גערעכט, "אונזערע מקומות" פאסט לכאורה נישט אריין, עס איז "אונזערע גדולים".
די שאלות הייבן זיך אהן ביי כשר'ן די כלים, איך האב נישט אדורך געטוהן דער נושא עד הסוף, אדרבה, אױב די ווייסט מער, איז שרייב די. וואס זענען די קולות אין הלכה פין או יא? איך וועל פרובירען צו קוקען אליין.
די דערמאנסט עירוב, און דא איז דא א נקודה, חסידים האבן א קבלה פין בעל שם טוב, אז ביי עירוב דורך מען מקיל זיין (עס שטייט פין פריער אויך, הלכה כדברי המקיל בעירוב), ווידער ביי מקוה, איז מקובל פין בעל שם טוב, אז מען דארף מחמיר זיין אז דער מקוה זאל זיין כשר לויט אלע שיטות מעגליך.
פין דעם נעמט זיך וואס חסידים ווילען דוקא א בור השקה ווי מען קען מאכן מיט צוויי בורות עס זאל נישט זיין נתן ונטל סאה וואס דער ראב"ד פסל'ט, הגם דער הלכה איז נישט ווי אים. ווידער די ליטווישע, זוכען א בור זריעה, וואס האט צוויי פראבלעמען, נתן ונטל סאה, און אז דער וואסער איז זוחל בשעת דער זריעה.
ביידע פראבלעמען האבן תירוצים אין הלכה. אבער דער צוגאנג האט געמאכט דער חילוק פין חסידים צו ליטווישע, נאך דער קריג, וואס דער חזון איש און ר"מ פיינשטיין האבן מעדיף געוועהן בור זריעה, און סאטמאר רבי, און קלז"ב האבן מעדיף געוועהן בור השקה. (סאטמאר האט בור ע"ג בור און קלז"ב נישט).
אבער דער נקודה איז, אז דער צוגאנג פין חסידים ביז ליטווישע, האט גורם געוועהן דער שינוי אין מנהג למעשה ביי מקוה.
עס איז דא א געוויסע רצון וואס איז גורם פסק, קיינער קען נישט זאגן אז ער פסק'נט טריקענע הלכה. טאמער יא, פאפט ער זיך.
ממילא ווען דער או יא האט קולות לגבי פארשידענס, עס קען זיין אז זיי זענען גערעכט מעיקר הדין, אבער עס איז נישט דער פסק פון אונזערע רבנים.
דא האט מען דערמאנט דער פראבלעם פין שטעכערייען אין בהמות. בעת דער שערוריה אין דער ענין, איז דער נירבאטור געגאנגען און געדריקט א תשובה וואס רב בעלסקי האט אים געשריבן אין זיין נאמען.
דער בד"ץ און התאחדות האלטען אז יעדעס כרס פין א בהמה דארף מען בודק זיין אויב עס איז געלעכערט, און טאמער מען טרעפט א ריעותא אין דער כרס, דאס הייסט עפעס איז אנדעריש איז מען מטריףַ דער בהמה, ווידער רב בעלסקי און דער נירבאטור זאגן אז נאר טאמער מען טרעפט א לאך ממש.
יעדער וואס לערענט טריפות ווייסט אז לא זו הדרך, עס איז אזוי ווי ריאה וכו'. איך וויל נישט שרייבן באריכות ווייל דאס איז נישט דער נקודה דא.
דער נקודה איז, אז טריפות איז הארב, עס איז א דאורייתא, און מען שפילט זיך נישט מיט טריפות, בפרט ווען אונז זענען אלע עשירים גענוג צו באצאלן פאר א בעסערע מער מהודר'דיגע שטיקעל פלייש. און דאס איז דער מענטאליטעט פין רוב חסידים ואנשי מעשה, גיב מיר נישט קיין בדיעבד, ווייל אללי דארף מאכן נאך געלט.
מען רעדט נישט דא פין קיינעמס הפסד מרובה, סא פארוואס מקיל זיין אויף זאכן וואס זענען נישט זיכער כשר?
חלב סתם האט ר' משה אויך נישט געוואלט מקיל זיין פאר יעדער, סא פארוואס מקיל זיין?
און דער ליסטע גייט ווייטער, איך קען נישט אלע קולות פין או יא, אבער אין בין זיכער אז ביי יעדער אינדערהיים, וואלט ער נישט מקיל געוועהן מיט די קולות וואס זיי באנוצן זיך.

התאחדות האט נישט קיין קולות?
קולות און חומרות קענען לויפן און קעגנווארט אויך. וואס איז ביי איינעם א קולה איז ביי די נעקסטע א חומרה. ר' משה עלעפאנט האט אריינגעווארפן אז חלב ישראל קען היינט זיין א שוואכער הידור ווי חלב עכו''ם, דער חסיד וועט אבער שרייען פארקערט. איינער האט דא גערעדט וועגן בור ע''ג בור. חב''ד האלט אז ס'איז די גרעסטע הידור, די דברי חיים האלט אז ס'איז א קלארע פסול. האט עס נישט גארנישט מיט קולות אדער חומרות. ס'האט אצינד בלויז מיט פאליטיק דער קלויזנבורגער אדער באבובער וועט פארפירן אויף וואקאציע אז דער חב''ד דארט האט בכלל נישט קיין מקוה, און דער חב''ד'סקער וועט אוועקמאכן די זייט ביי זייט בור אלס א שוואכע סטאנדארט. וחוזר חלילה.....

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שקר!! ער האט עס מתיר געווען, און אפילו געהאט אנאנדערן היתר ווי ר' משהרביה''ק זי''ע האט געשריבן:הרב בעלסקי פלעגט נישט לאזן עסן OUd.
ער ניצט די פאלגענדע לשון.
Rav Belsky ruled that the heter of cholov stam applies for those who wish to rely on it,
ס'משמע אז ער האט עס נישט רעקאמענדירט. אויך איז ער מסיים.
As evidenced by the above p’sak and research, the OU continues to pave the way in kashrus technical data and to service those in Klal Yisroel who wish to rely on Rav Moshe’s heter concerning cholov stam.
די חלב עכו''ם פאזיציע פון אוי''יו איז לכאורה די עיקר חורבן פארוואס זיי זענען אראפגעקוקט ביי חסידים. ווען נישט דעם וואלט מען זיי אנגעקוקט אינגאנצן אנדערש, און אזויווי מיט די יארן איז ארטסקרול געווארן מיינסטרים וואלט אזוי אויך אוי''יו געקענט ווערן מער לעגיטים. אבער די חלב עכו''ם איז איין זייער שוואכע סטאנדארט וואס זיי טראגן, און זיי האלטן זיך זייער שטארק דערצו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
קורקלענד האט געשריבן:התאחדות האט נישט קיין קולות?
קולות און חומרות קענען לויפן און קעגנווארט אויך. וואס איז ביי איינעם א קולה איז ביי די נעקסטע א חומרה. ר' משה עלעפאנט האט אריינגעווארפן אז חלב ישראל קען היינט זיין א שוואכער הידור ווי חלב עכו''ם, דער חסיד וועט אבער שרייען פארקערט. איינער האט דא גערעדט וועגן בור ע''ג בור. חב''ד האלט אז ס'איז די גרעסטע הידור, די דברי חיים האלט אז ס'איז א קלארע פסול. האט עס נישט גארנישט מיט קולות אדער חומרות. ס'האט אצינד בלויז מיט פאליטיק דער קלויזנבורגער אדער באבובער וועט פארפירן אויף וואקאציע אז דער חב''ד דארט האט בכלל נישט קיין מקוה, און דער חב''ד'סקער וועט אוועקמאכן די זייט ביי זייט בור אלס א שוואכע סטאנדארט. וחוזר חלילה.....
זאגסט גוט. עס קען לויפן אין קעגנווארט, און עס מוז נישט. חלב סתם האט נישט קיין חומרות קעגן חלב ישראל, ווייל עס איז חלב סתם (כלומר, אפילו אויב איז דא א חומרא, האט עס נישט מיט דעם ווייל א איד האט נישט געזעהן). גאלדען פלוי האט חומרות לגבי דער שטעכען מער פין אנדערע קאמפאניס.
די זאגסט התאחדות האט קולות, וואס מיינסטו צו זאגן? קולות וואלט געמיינט, אז א זאך איז לכאורה אסור, ווייל אזוי קומט אויס פין שו"ע, מאכט מען א חשבון אז מען קען מקיל זיין קעגן שו"ע. אדער א זאך וואס שטייט נישט אין שולחן ערוך, נאר פריעדיגע פוסקים נעמען אהן גדרים וואס קומט אויס לאיסור, און מען איז מקיל מיט חשבונות. איז דא אזעלכע קולות פין התאחדות?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 11:28 pm
- האט שוין געלייקט: 498 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
Re: הכשר oh
לגבי חלב סתם, האט מיר א OU רב געזאגט אמאל אז לגבי מילכיג איז נישט במציאות צו פארלאנגען פון די גויאשע קאמפעניס מחמיר צו זיין, ממילא מוז מען זיך פארלאזן אויף חלב סתם, (אויב געדענק איך גיט האט ער מיר געזאגט אז כמעט קיין איין OU רב ניצט נישט פאר זיך קיין חלב סתם)
עס זענען אויך דא חילוקי דעות אויף כשר'ן
Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk