די פּאַפּאַראַצי בחצר הקודש:

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

די פּאַפּאַראַצי בחצר הקודש:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער הייליגער בעל שם טוב זי''ע האט באלאכטן די וועלט מיט זיין איינגארטיגער גאנג אין עבודת השם. איינס פון סאמע וויכטיגטסטע אויפטוען וואס דער הייליגער בעל שם טוב האט איינגעפירט איז געווען - אז איטליכער איד זאל זיין אנגעקניפט אין א צדיק אמת וועלכע זאל אים אנווייזן דעם גלייכן וועג, און אים צייגן דעם ריכטיגער וועג אין עבודת השם. דער צדיק האט געשפילט די ראלע ווי א פארמיטלער צווישן דעם חסיד מיטן הייליגן באשעפער. דער צדיק האט מתפלל געווען פארן חסיד אין צייט פון נויט, און גע'פועל'ט פאר אים און די פאמיליע ישיעות און רפאות. דער אינערליכע התקשרות פון א חסיד צו זיין רבין איז געווען אויסטערליש שטארק, אזש מאנכע האבן גאר געהאלטן אז דער חסיד און רבי פארמאגן גאר די זעלבע שורש נשמה... ווען דער הייליגער בעל שם טוב קוקט היינט צוטאגס אראפ פון די הויכע ספערן - און אבזערווירט מיט זארג ווי אזוי די היינטיגע רבישע הויפן פונקציאנירן, ווערט אים באלד קאלעמוטנע אויפן הארץ, און ער שרייט אויס הויך נישט דאס האב איך געמיינט!

די היינטיגע צדיקים זענען גענצליך טראנפארמירט געווארן צו פארצייטישע פריצים – זיי פארמאגן הויפן וועלכע ווערן אנגערופן אינען חסידישן לעקסיקאן 'חצר המלכות', און עס ווערט געפירט מיט א קייזערליכער ווירטשאפט. א גאנצע שטאב פון באדינער און איינגעשטעלטע מאכן זיכער אז ס'זאל חלילה גארנישט פעלן פארן צדיק. דער צדיק פארמאגט א שטאב פון גבאים וואס גיבן זיך אפ מיט די אינערליכע און אויסערליכע אנגלעגנהייטן פונעם הויף. דער הויף האלט אויף א שטאב פון פראפעסאנאלע קוויטל-שרייבער – וועמענס אויפגאבע ס'איז צו שטיין אויף דער וואך אז די קוויטל געלט זאל פליסן אן אויפהער - להחיות נפש של צדיק. ווי אויך האלט דער הויף אויף א שטאב פון ערפארערנע קעכער וועלכע שטעלן אהער נארהאפטיגע מאלצייטן פארן גאנצן הויף, און באזונדער פארן צדיק זעלבסט - צדיק אוכל לשובע נפשו... א שטאב פון שאפערן שטיין גרייט אפצופירן דעם צדיק צו סיי וועלכע דעסטענאציע דער צדיק באגערט. דער צדיק באנוצט זיך נישט חלילה מיט קיין פשוטע צוריקגעשטאנענע אוטאמאבילן, נאר דער הויף פארמאגט א גאנצע פלאטע פון העכסט פארגעשריטענע לוקסריעזע אוטאמאבילן, ספעציעל אויסגעשטאט מיט בליציגע לעמפלעך און שרייענדע סירנעס – אזוי אז ס'זאל זיין 'בו ירוץ צדיק נשגב'.

באזונדער פארמאגט דער צדיק א פערזענליכע באדינער - וואס ווערט גערופן הויז בחור – וועמנס אויפגאבע ס'איז צו באדינען דעם צדיק אינטימיטעט. אדער ווי עס ווערט גערופן 'לפני ולפנים'. דער אויפגאבע פונעם הויז בחור איז גוט אויסצוקנעטן דעם צדיק'ס הייליגע רוקן, און צו מאַסאַזשירען זיינע ווייענדיגע פוס נאך די הקפות. דער הויז בחור סערווירט דעם צדיק זיינע נארהאפטיגע מאלצייטן און געשמאקסטע דעליקאַטן אין זילבענע געשיר – לבל יחסר המזג...

אין די ווירקליכקייט פארמאגט דער הויז בחור נאך א געהיימע אויפגאבע. דער הויז בחור פארפיגט איבער די גאנצע פּאַפּאַראַצי אפעראציע אינעם הויף. ער איז דער אויסשליסליכסטער פארמיטלער צווישן דעם הויף-דעזיגנירטער פאָטאָגראַפירער און די פולצאליגע בילדער אויסגאבעס און צייטונגן. דער הויז בחור שטייט אונטערן שטיל פונעם צדיק און ווינק זיך נאכאנאנד מיטן פאָטאָגראַפירער פונעם הויף ווען יא צו בליצן א בילד און ווען נישט. ער מאכט זיכער אז אין די צייט דער צדיק פיצט זיך דער נאז מיט גרויס דבקות, אדער ווען ער מאכט מאדנע גרימאסן ביים לאזן גיין לופט, אדער ווען דער ברודער זיינער ערשיינט, זאל דער פאָטאָגראַפירער חלילה נישט בליצן קיין בילדער. די בילדער ווערן דערנאך פארזיכטיג אנעליזירט און צענזערירט דורך די גבאים, זיי דעצידירן וועלכע פון בילדער זאל זיין ערלויבט צו פארעפענטליכן, און וועלכע חלילה נישט. דאס איז פון די עבודות קשות שבמקדש. שטונדן לאנג שטודירן די גבאים די בילדער. פון מאל צו מאל ווארפט דער צדיק זעלבסט אריין זיין הייליגער מיינונג אינעם בילדער סלעקציע. און ווען מ'האט שוין ענדליך די האנד-געקליבענע בילדער וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן, הייבן זיך באלד אן די אינטענסיווע פארהאנדלונגען צווישן דעם הויף און די בילדער אויסגאבעס. אין פילע פעלער ווערן די פארהאנדלונגן געפירט מיטן איניציאטיוו און דורך די דירעקטע אנווייזונגן פונעם צדיק זעלבסט. דער צדיק מיינט חלילה נישט זיין כבוד, נאר ער זארג זיך בלויז לכבוד בית אבותיו וועלכע האבן פארטינקלט די שיין פון די זון מיט זייער הייליקייט.

זאגאר די גאנצע האראוואניע צאלט זיך שוין איינמאל אויס - ווען מען זעט ווי דער צדיק באטראכט די הערליכע בילדער אויסגאבעס מיט זיינע הייליגע טרערן-פארפילטע אויגן, און דאס געזיכט לייכט אים ווי דער זון אין מיטן תמוז. די נאנטע הערן ווי דער צדיק מורמעלט זיך אונטער מיט התרגשות: בלויז לכבוד בית אבא...[/justify]
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: די פּאַפּאַראַצי בחצר הקודש:

שליחה דורך יהודי פשוט »

גוט געשריבן, אזוי זעהט עס טאקע אויס און אסאך הויפן, בפרט ביי די תמרים אפשטאמיגע, וועלכע האבן שוין סיי ווי באשלאסן אז די תורה פון ר' ישראל בעל שם איז א פארגאנגענהייט...
ס'נאר גוט זאלסט וויסן אז ס'נישט איבעראל אזוי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יהודי פשוט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואו איז נישט אזוי?
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: די פּאַפּאַראַצי בחצר הקודש:

שליחה דורך יהודי פשוט »

קורקלענד האט געשריבן:וואו איז נישט אזוי?
איך וועל אנהייבן מיט אמשינוב און סטאלין, אבער ס'דא נאך
איך בין א נער און איך גלייב!!!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ביודעי ומכירי קאמינא אז די אדמורים האבען גרויס צער פין די בילדער מאגאזינען
שטעל דיך פאר מזאל באריכטן יעדע סוף וואך די רווחים פון יעדע ביזנעס אין וויליאמסבורג
די ביזנעס אייגענטימער וואלט עס כלל נישט געשמעקט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
מישו מאוד מעניין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 19, 2016 8:54 am
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך מישו מאוד מעניין »

האט מיר לעצטנס א איד פארציילט אז ער איז אריין צו ר' ישראל' צע פון ויזניץ און צוישטוינד איז געווארען צו זעהן ווי אפאר פון די משמשים מיט ווייסע בערד זיצען איבער איינער פון די בילדער אויסגאבעס און זענען מדייק און יעדער בילד,און צושמייכלען זיך פון מאהל צו מאהל, אזוי זעהט עס היינט אויס
ליפא מאכט לאכט פון א יעדער
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: די פּאַפּאַראַצי בחצר הקודש:

שליחה דורך יהודי פשוט »

מישו מאוד מעניין האט געשריבן:האט מיר לעצטנס א איד פארציילט אז ער איז אריין צו ר' ישראל' צע פון ויזניץ און צוישטוינד איז געווארען צו זעהן ווי אפאר פון די משמשים מיט ווייסע בערד זיצען איבער איינער פון די בילדער אויסגאבעס און זענען מדייק און יעדער בילד,און צושמייכלען זיך פון מאהל צו מאהל, אזוי זעהט עס היינט אויס
גיחזי די משב"ק פון אלישע הנביא איז נישט געוועהן בעסער.... (מילד גערעדט)
איך בין א נער און איך גלייב!!!
פארשפארט