לבי ובשרי האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:אויב לאמיר זאגען א גאנצע קבוצה מיט אידן שווערן זיך אז פלוני אלמוני איז א קדוש וטהור און ער רעדט מיט מלאכים יעדע נאכט נאך חצות, כאטש וואס פאר אונזערע אויגן איז פלוני אלמוני א בשר ודם ווי יעדער איינער, עסט שלאפט און טרינקט כאחד האדם.
איז עפעס א ראיה אז מענטשען זאגען?
איז דען נישט אקוראט אזוי געווען ביי רוב פון די תלמידי בעל שם וואס זייערע תלמידים האבן זייערשט אנדעקט און געשריבן קדוש יאמרו לו?
אויב איז דאס אז מענטשן זאגן נישט קיין ראי', פאלט אוועק אונזער אמונה אין אסאך פריערדיגע צדיקים און אנדערע אמאליגע הייליגע געשעענישן און וועלכע מיר גלייבן נאר אדאנק דעם וואס אונזערע זיידעס און רבי'ס האבן דאס דערציילט זענען בטל כעפרא דארעא.
(אנדערש איז אויס דאס איז פארשריבן שחור ע"ג לבן, א שטייגער ווי די תורה)
איך ווייס נישט פונקט וויפיל פון די מעשיות וואס זענען אנגענומען איז מען מחוייב צו גלייבען
אבער ס׳איז דא א חילוק צווישען גדולים וואס מ׳דערציילט ״אויך״ מעשיות אויף זיי, און גדולים וואס זייער גאנצע גרויסקייט באשטייט פון מעשיות
למשל אויף די ש״ך פארציילט מען אז ער האט שפאצירט אין די לופטן. אבער די גרויסקייט פון די ש״ך שטעקט נישט אין שפאצירן אין די לופטן, נאר זיין גרויסקייט ליגט אין זיין גדלות בתורה, וואס א דאנק דעם איז אנגענומען ביי כלל ישראל אז ער האט זוכה געווען צו ניסים למעלה מדרך הטבע.
משא״כ די רבי אינדוסטרי קען מאכען א קדוש וטהור ״בלויז״ פון אזוינע ניסים׳לעך, במילא וויאזוי ווייסט מען אז ס׳איז בכלל אמאל געווען עפעס טיפערס דערינען