מרים יד בתורת ר' משה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
בעל-הכרם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 28, 2018 7:54 pm
געפינט זיך: ירושלים-לאנדאן-ניו יארק
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

מרים יד בתורת ר' משה

שליחה דורך בעל-הכרם »

איין שיינעם אווענט עטליכע מאנאטן צוריק, שפאן איך אהיים צו מיין הויז, איידער איך גיי אהיים עפען איך די פאסט קעסטל, איך זעה א געלן בראשור מיט ליכטיגע פארבן, ''פאר מיר און פאר דיר'' שרייט דאס בלעטל, גיבט געלט פארן בארא פארקער עירוב, א שנאר בריוו ווי אלע, איך פארשטיי זייער גוט אז די עירוב קאסט אפ א בודשעט, איך פערזענליך האב הנאה פונעם עירוב, און דאס איז נישט קיין קלייניקייט, בשעה שתיקן שלמה עירובין יצאה בת קול אם חכם בני ישמח לבי גם אני, זיי זענען דאך מזכה/מציל טויזנטער אידן, איך האב געטוהן אין די ענינים ווען איך בין געווען פארמישט אין אן אנדערען עירוב מחוץ לעיר עטליכע יאר צוריק, נו, איז די פארגאנגענע יאר ביים לכבוד שבת קודש קאמפיין האב איך ביישטייערט א סכום.

בסדר.

וואס האט מיך אנטוישט און ערוועקט ביי מיר אנ'אויפברויז איז געווען, איך האלט זיך אביסל א אויפגעקלעטער, א למדן, איך פארשטיי אז עס זענען דא אוסרים ומתירים, כך היא דרכה של תורה, מען מעג בעטן געלט פאר דעם עירוב דאס איז העכסט נארמאל, רוב בארא פארק באנוצט זיך מיטן עירוב. אבער אין דעם בראשור מיש איך אריבער דאס בלעטל, זעה איך די הויכפונקט "אויסצוגן פון די דרשה פון הרב שטיינבערג שליט''א'', איך קען נישט דעם הרב שטיינבערג ברוך השם, ווייל זיינע ווערטער האבן מיך אויפגעשוידערט דאס הארץ. אין די דרשה לייגט הרב שטיינבערג אראפ אז די עירוב איז גאר מהודר וכו' זעהר גוט דערווייל, דערנאך גייט ער אריין אין א שמועס אז עס איז נישט דא קיין שום ענין צו מחמיר זיין, די חומרות זענען נאריש, און יעדער איינער זאל זיך באנוצן מיטן עירוב און ברענגט א מעשה פון אריז''ל פון צפת און נאך דברי הבאי.

דא בין איך געווארן אויפגעברויזט, אורייתא קא מרתח בי, דאס טייטש, נישטא קיין ענין צו מחמיר זיין? אזוי צו ארומשיקן בריוו צו אלעמען אין די פאסט? דאס האט מיך ערוועקט אז מען רעדט דא בכלל נישט לשם שמים, דאס זענען נישט קיין ערליכע מענטשן, דא רעדן אנשים רעים וחטאים, דאס איז גלאטע אהבת הנצחון, דאס זענען בעלי עוולה, וואלט עמיצער געשיקט בריוו אפצולאכן פון א בריסקע חומרא, אויף א חזון איש חומרא? הישמע כזאת? שטעלט זיך א מחוצף א שטארקער עם הארץ אויף (ווען ער איז א תלמיד חכם וואלט איך אים געקענט) און לאכט אפ א משכנות יעקב, א ראגאטשובער, א ר' משה פיינשטיין, ליובאוויטשע רבי, דעברעצינע רב, רבי אהרן קאטלער ועוד, סזענען דא וואס זענען מחמיר אלס חשש רשות הרבים, ס'דא וואס האבן א פראבלעם מיט שכירות פון שר העיר, זיכוי הפת, מנהג המקום, שוויה אנפשיה, ס'דא געוויסע אדמורי''ם וואס האבן געזאגט זייערע חסידים נישט צו פארלאזן זיך, ועוד, און ס'דא וואס פארלאזן זיך נישט אויפן רב הפיקוח.

און באמת פארשטיי איך די וואס פארלאזן זיך נישט אויף אים. די וואס קענען אים ווייסן אליין, אבער אפילו אינעם בילד זעלבסט זעהט מען ווער ער איז, זיצט דארט דער זקן ממרא און הערט דעם מחוצף רעדן און ער שמייכלט, דער כהן שדעתו עבה, שלא קרא ולא שנה, מסרב לדין תורה, ואינו ציית דינא אין עטליכע פערזענליכע דיני תורה, מרים יד בתורת משה, לא נחל בינה מעולם, א טיפש, א גס לב בהוראה זיצט ער דארט מיט אפאר מונקאטשע יונגאטשעס, און לאכט פון אונזערע איינשטיין'ס פאר אפאר גראשן.

תורה תורה חגרי שק.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איך קען נישט דעם מיסטער שטיינבערג
אבער ר' משה בענין זה הייבט נישט אן צו מאכען סענס. וכל דבריו הבלים. (אזוי וואלט רבי משה אליינס זיך אויסגעדרוקט אויף זיך אין א אנדערע גלגול)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

בעל הכרס

עס איז נישט שיין זיך אויסצודרוקן מיט זלזולים אויף רב כ"ץ וואס איז זיכער יא בבחינת קרא ושנה, און א כהן שדעתו יפה. ער איז אייגענארטיק, און רעכענט זיך נישט מיט דער רוח הדור, נאר גייט מיט וואס ער האלט, און דאס איז גענוי וואס ר' משה פיינשטיין האט געטוהן.

ב.ד.וו. קענסט וויסן א רעסיט אויף דער געלט וואס האבן געגעבן פאר דער עירוב?

דורך רעדן אזוי, וועט מען דיר אויסהערן אזוי ווי מען הערט אויס שפיגעל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
בעל-הכרם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 28, 2018 7:54 pm
געפינט זיך: ירושלים-לאנדאן-ניו יארק
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך בעל-הכרם »

אישתשבי

איך קלער אז דו ביסט אייגענארטיג גענוי ווי ר' משה...

איך בין נישט קעגן די עירוב, איך האב נאר געמאכט א מחאה קעגן די מעסעדש פון די קאמפיין אז דאס איז נישט תורהדיג און מענטשליך. נאכדערצו אז דאס קומט פון די רבני העירוב.

און וועגן די רב הפיקוח, דאס איז נישט קיין זלזול, דאס איז די היסטאריע
זיינע אין בארא פארק, איך גלייב אז ער לייקנט דאס נישט.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

בעל-הכרם האט געשריבן:וואס האט מיך אנטוישט און ערוועקט ביי מיר אנ'אויפברויז איז געווען, איך האלט זיך אביסל א אויפגעקלעטער, א למדן, איך פארשטיי אז עס זענען דא אוסרים ומתירים, כך היא דרכה של תורה, מען מעג בעטן געלט פאר דעם עירוב דאס איז העכסט נארמאל, רוב בארא פארק באנוצט זיך מיטן עירוב. אבער אין דעם בראשור מיש איך אריבער דאס בלעטל, זעה איך די הויכפונקט "אויסצוגן פון די דרשה פון הרב שטיינבערג שליט''א'', איך קען נישט דעם הרב שטיינבערג ברוך השם, ווייל זיינע ווערטער האבן מיך אויפגעשוידערט דאס הארץ. אין די דרשה לייגט הרב שטיינבערג אראפ אז די עירוב איז גאר מהודר וכו' זעהר גוט דערווייל, דערנאך גייט ער אריין אין א שמועס אז עס איז נישט דא קיין שום ענין צו מחמיר זיין, די חומרות זענען נאריש, און יעדער איינער זאל זיך באנוצן מיטן עירוב און ברענגט א מעשה פון אריז''ל פון צפת און נאך דברי הבאי.

דא בין איך געווארן אויפגעברויזט, אורייתא קא מרתח בי, דאס טייטש, נישטא קיין ענין צו מחמיר זיין? אזוי צו ארומשיקן בריוו צו אלעמען אין די פאסט? דאס האט מיך ערוועקט אז מען רעדט דא בכלל נישט לשם שמים, דאס זענען נישט קיין ערליכע מענטשן, דא רעדן אנשים רעים וחטאים, דאס איז גלאטע אהבת הנצחון, דאס זענען בעלי עוולה, וואלט עמיצער געשיקט בריוו אפצולאכן פון א בריסקע חומרא, אויף א חזון איש חומרא? הישמע כזאת? שטעלט זיך א מחוצף א שטארקער עם הארץ אויף (ווען ער איז א תלמיד חכם וואלט איך אים געקענט) און לאכט אפ א משכנות יעקב, א ראגאטשובער, א ר' משה פיינשטיין, ליובאוויטשע רבי, דעברעצינע רב, רבי אהרן קאטלער ועוד, סזענען דא וואס זענען מחמיר אלס חשש רשות הרבים, ס'דא וואס האבן א פראבלעם מיט שכירות פון שר העיר, זיכוי הפת, מנהג המקום, שוויה אנפשיה, ס'דא געוויסע אדמורי''ם וואס האבן געזאגט זייערע חסידים נישט צו פארלאזן זיך, ועוד, און ס'דא וואס פארלאזן זיך נישט אויפן רב הפיקוח.

און באמת פארשטיי איך די וואס פארלאזן זיך נישט אויף אים. די וואס קענען אים ווייסן אליין, אבער אפילו אינעם בילד זעלבסט זעהט מען ווער ער איז, זיצט דארט דער זקן ממרא און הערט דעם מחוצף רעדן און ער שמייכלט, דער כהן שדעתו עבה, שלא קרא ולא שנה, מסרב לדין תורה, ואינו ציית דינא אין עטליכע פערזענליכע דיני תורה, מרים יד בתורת משה, לא נחל בינה מעולם, א טיפש, א גס לב בהוראה זיצט ער דארט מיט אפאר מונקאטשע יונגאטשעס, און לאכט פון אונזערע איינשטיין'ס פאר אפאר גראשן.

תורה תורה חגרי שק.

לא יאומן כי יסופר, אז א יונגאטש שלא קרא ולא שנה מימיו (ווייל ווען נישט וואלט איך אים געקענט, שרייט דער וויינגארטנער), שרייבט אן אשכול ארונטערצורייסן אן אנגעבליכער חצוף וואס האט זיך דערוואגט צו זאגן אז מ'דארף נישט מחמיר זיין נישט צו טראגן מיטן עירוב, און דאס האט ערוועקט דעם גרימצארן פון אט דעם וויינגארטנער אז דאס איז גאר א זלזול אין גדולי ישראל.

און אין אט דעם זעלבן תגובה ענדיגט ער צו מיטן ארונטעררייסן איינע פון די חשובסטע רבנים אין בארא פארק, אן עובד ה' מנעוריו און ת"ח מופלג, א בעל הוראה און פרוש מעוה"ז פאר צענדליגע יארן, וואס האט אויך געהאט די שוידערליכע חוצפה פון מקדים זיין אונזער מקום קדוש מיטן ווייזן פארן א"ג "סיסטעם" דעם מיטלסטן פינגער - און אדאנק דעם האבן היינט אזויפיל אידישע שטעט עירובין, און ער באשמוצט אים כאחד הריקים אינעם זעלבן תגובה וואו ער רייסט ארונטער איינער וואס האט דורך זיינע רייד געברענגט א מעגליכער גרינגשעצונג אין אנדערע גדו"י.

אויב דאס איז נישט היפאקריטסווע, דאן איז דאס אייוועלט בתפארתה. בשם קנאות דקדושה קען מען באשמוצן וועמען מען וויל, ווייל איך מעג יא, ווייל איך בין "פרומער".


יבואו הקוצים ויכלו את "בעל הכרם"
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מרים יד בתורת ר' משה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אנטשולדיגט, אבער דער פותח האשכול האט אויסגעלאזט פיהל גדולי ישראל וואס יענער מאמר איגנארירט, כולל דער רמב"ם און דער סמ"ג. דער עובד ה׳ מנעוריו איז לכאורה נישט אין דער ליגע.

און אגב, דאס ווייזען זיין מיטעלסטע פאר׳ן סיסטעם האט ער געטון נאך דעם וואס דער סיסטעם איז שוין געווען צובראכען. ער האט געזוכט א פאסטן אין דער סיסטעם ווען עס האט זיך איהם געלוינט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בעל-הכרם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 28, 2018 7:54 pm
געפינט זיך: ירושלים-לאנדאן-ניו יארק
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך בעל-הכרם »

ארי נוהם

פון דיין תגובה זעהט מען אז דו קענסט אים נישט, איך קען אים מיט זיין משפחה זייער גוט.
I call a spade a spade.
''פרומער'' איז ער, און אויך די אנדערע זאכן ווי אויבערדערמאנט.
אבער דאס איז נישט געווען די עיקר נקודה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל-הכרם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בעל-הכרם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 28, 2018 7:54 pm
געפינט זיך: ירושלים-לאנדאן-ניו יארק
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך בעל-הכרם »

רב ליטוואק

מיין נקודה איז אז דאס שיקן אין די פאסט אן אפלאכונג פון גרויסע רבנים, איז אן עוולה. איך ברענג נאר ארויס ווער דער ענעיבלער איז. Enabler.
עס איז ריין א מחאה.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס איז א חילוק וואס די ווילסט, מחאה צו הכאה, ווען די שרייבסט אזוי אויף רב כ"ץ ביסטו א אויסווארף אסאך גרעסער ווי רב שטיינבערג וואס די קענסט נישט איז לדעתך דעת תורא, ווייל ער סך הכל זאגט אז עס איז נישטא קיין מקום להחמיר פאר די וואס פירען זיך ווי מען האט זיך געפירט ביי אידען די לעצטע פאר הונדערט יאר, ער זאגט נישט אז ר' משה איז געווען א עם הארץ, די אבער, די גרויסע בעל הכרס, די זאגסט עס יא.

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס מען דארף האלטען חומרות פין ר' משה? חומרות וואס ער ארבעט אויס וואס זענען קעגען גדולי אחרונים? און כידוע אז סאטמאר רבי האט שוין געזאגט וואס מען דארף זאגען. און דער משכנות יעקב ווערט אויך א גאנצע אחרון וואס מען איז מחויב צו פאלגן? ער איז א חולק אויף דער שולחן ערוך, און ביי אונז יוצאי אונגארן זענען זיינע פסקים נישט מאסגעבענד ווען ער איז חולק אויף אחרונים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
בעל-הכרם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 28, 2018 7:54 pm
געפינט זיך: ירושלים-לאנדאן-ניו יארק
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך בעל-הכרם »

אישתישבי
מען דארף נישט פאלגן.
It takes one to know one.
איינער וואס האט נישט קיין כבוד התורה איז א עם הארץ.
אר''ע כשהייתי ע''ה אמרתי, מי יתן לי ת''ח ואנשכנו כחמור, א''ל תלמידיו, רבי! אמור ככלב, א''ל, זה נושך ואינו שובר עצם וזה נושך ושובר עצם.
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

גדליה האט געשריבן:אבער ר' משה בענין זה הייבט נישט אן צו מאכען סענס. וכל דבריו הבלים. (אזוי וואלט רבי משה אליינס זיך אויסגעדרוקט אויף זיך אין א אנדערע גלגול)


כדרכי ווילעך מעורר זיין אז מ'קען האלטן וואס מ'וויל און שרייבן וואס מ'וויל, און מ'קעממיר אסאך פארדייען ב"ה, אבער שרייבן אויף א גדול און תלמיד חכם ווי רבי משה פיינשטיין "וכל דבריו הבלים" איז עלבון התורה גמור לכל הדיעות און פאסט נישט אויף קיין שום אופן און פאר קיין שום צוועק.
נצור לשונך מרע ושפתך מדבר מרמה.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מרים יד בתורת ר' משה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אברך משי - הרב משה שרייבט ערגעץ אויף דברי הב"ח ׳הבל׳. איינער האט מוחה געווען צו איהם און ער האט זיך פארענטפערט אין אן אנדערן תשובה אז עס איז נישט קיין בזיון.

אישתישבי - יעדער וואס לערנט די סוגיא און זעט וויפיהל שיטות עס איז דא וואס האלט בכלל נישט פון די צוה"פ עירובין, ובפרט אין גרויסע שטעט, זעט קלאר אז עס איז דא א סבה להחמיר פאר בעלי נפש, על אף אז עס איז מעגליך דא דארט אז די מתירים האבען אויך אויף וואס זיך צו פארלאזען. איך ווייס אז זייט מ׳האט געוואלט אן עירוב אין ברוקלין האט מען אפיר געברענגט א בעל שמ׳סקע מסורה אז מ׳דארף דוקא מקיל זיין אין עירובין, אבער כל זה אכניס. דער זעלבע שו"ע איז נישט מכריע קעגן דער משכנות יעקב, און עס איז דא נאך א טוץ סבות אז דער וואס איז מקפיד אויף טויזענט אנדערע זאכען וואס די הלכה פאדערט נישט, זאל דא אויך מחמיר זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

געזונטערהייט.

מען גייט חולק זיין על דברי ר' שטיינבערג, אבער עס מאכט אים נישט קיין מחוצף אדער עם הארץ.

דער עירוב איז נישט אזוי הארב אז די מחמירים זאלען וועלען ארויף פארסען זייער שיטה אויף אנדערע.

און דער בעל הכרס האט נאך דער נארישקייט צו שרייבן אז מען ווערט אן עם הארץ פאר זאגן אז מען דארף נישט האלטען דער חומרות, מיט עפעס א פארצווייגטע חשבון.

ווילסט מחמיר זיין? געזונטערהייט. אבער זאג מיר נישט וואס מיינט חומרות זאלען זיין. און פרוביר נישט צו מאכן אז טאמער איך האלט נישט דיינע ליטווישע חומרות, בין איך א מקיל. ניין. דער מקיל איז געוועהן ר' משה מיט אלע זיינע פסקים. איך בין א מחמיר, און לגבי עירוב האלט איך איז נישטא קיין סיבה מחמיר צו זיין. עפעס ראנג? פארדעם ווערט מען א עם הארץ? נארישקייטן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

האסט חוזר געווען יעצט? פארשטייסט יעצט אז עס איז יא דא א סבה מחמיר צו זיין?

לויט וואס בעל-הכרם ברענגט, האט יענער שטיינבערג גערעדט קעגן זיך מחמיר זיין, ער האט געוואלט ארויף צווינגען זיין מיינונג אויף אנדערע, נישט פארקערט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אברך משי - הרב משה שרייבט ערגעץ אויף דברי הב"ח ׳הבל׳. איינער האט מוחה געווען צו איהם און ער האט זיך פארענטפערט אין אן אנדערן תשובה אז עס איז נישט קיין בזיון.

אישתישבי - יעדער וואס לערנט די סוגיא און זעט וויפיהל שיטות עס איז דא וואס האלט בכלל נישט פון די צוה"פ עירובין, ובפרט אין גרויסע שטעט, זעט קלאר אז עס איז דא א סבה להחמיר פאר בעלי נפש, על אף אז עס איז מעגליך דא דארט אז די מתירים האבען אויך אויף וואס זיך צו פארלאזען. איך ווייס אז זייט מ׳האט געוואלט אן עירוב אין ברוקלין האט מען אפיר געברענגט א בעל שמ׳סקע מסורה אז מ׳דארף דוקא מקיל זיין אין עירובין, אבער כל זה אכניס. דער זעלבע שו"ע איז נישט מכריע קעגן דער משכנות יעקב, און עס איז דא נאך א טוץ סבות אז דער וואס איז מקפיד אויף טויזענט אנדערע זאכען וואס די הלכה פאדערט נישט, זאל דא אויך מחמיר זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דער משכנות יעקב איז יא קעגען שולחן ערוך, דער רמ"א פסק'נט קלאר אז היינט איז נישטא קיין רה"ר. וואס מיינט איר צו זאגן?

צורת הפתח איז גוט איבעראל אין קאנטרי און ווי נישט, פונקט דא אין ברוקלין איז עס נישט גוט? עס איז קלאר אז די אוסרים האבן א תאווה צו אסר'ן, און ווילען מאכען א צומישעניש ביי מענטשן, זאגן זיי פראבלעמען מיט צורת הפתח.

און דער זעלבער איז לגבי די גוים, מען האט אייביג געמאכט עירובין מיט גויים, אפילו ווען עס איז געוועהן פראפערטי רייטס, און אפילו היינט, זענען ביי זעלבע רבנים וואס אסר'ן די עירוב מתיר צו מאכן עירובין מיט גוים אין הייזער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

'מ'האט אייביג' מיינט נישט אז עס איז נישט דא קיין סבה מחמיר צו זיין. און דאס איז דיין טעות. דא רעדט מען נישט פון מאכען אן עירוב, דא רעדט זיך פון א סבה מחמיר צו זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך חכם-לב »

הרב חל"כ איז א רעגלמעסיגע חסידישע דורכגעווייקטע יונגערמאן, לערנט אסאך חסידישע ספרים און האט א באקאנטע שיעור אין אוהחה"ק. ער האט געשריבן אביסל אויף אבן העזר'דיגע ענינים (אויף עירוב האב איך נישט געזעהן), ער איז זייער ווייט פון א גאון, ער קען פארטייטשן א מגן אברהם אבער א דברות משה ווייסט ער נישט וויאזוי צו לעזן...

בענין זיינע פריוואטע דיני תורה איז דא שמועות שוין יארן, וועגן עטליכע, איך האב געהערט פון איינעם א באקאנטע רב אין בארא פארק יארן צוריק אויף אים, "אז ער איז נישט נזהר אין חושן משפט, פארלאז איך מיך נישט אויף אים אין אורח חיים".

דער ווארהייט איז אבער אז די עיקר פארלאזט מען זיך אויף הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט"א.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

זייט ווען דארף מען האבען א גדול הדור צו מאכען א עירוב?
סאיז נאר ווייל סאיז דא א פאליטיק דערוועגן מוז מען האבן גרויסע נעמען.
אברך משי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אבער ר' משה בענין זה הייבט נישט אן צו מאכען סענס. וכל דבריו הבלים. (אזוי וואלט רבי משה אליינס זיך אויסגעדרוקט אויף זיך אין א אנדערע גלגול)


כדרכי ווילעך מעורר זיין אז מ'קען האלטן וואס מ'וויל און שרייבן וואס מ'וויל, און מ'קעממיר אסאך פארדייען ב"ה, אבער שרייבן אויף א גדול און תלמיד חכם ווי רבי משה פיינשטיין "וכל דבריו הבלים" איז עלבון התורה גמור לכל הדיעות און פאסט נישט אויף קיין שום אופן און פאר קיין שום צוועק.
נצור לשונך מרע ושפתך מדבר מרמה.

איך האב געשריבן כל דבריו הבלים באציענדיג זיך אויף די ספעציפישע פסק, כמובן. ער איז מחולק מיט הלכה פסוקה בשו"ע און חוץ מזה בויט ער באמבאסטישע בנינים וואס הייבן נישט אן צו שטימען און זענען כמעט ווי א דורכזיכטיגע שטריק.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווי נישט אין דעם ענין. פון שבת בלעטל 10.

די פוינט איז אז טאמער עס איז דא שיטות אויף וועם זיך צו פארלאזן, איז לאו דוקא אז מ׳מוז מחמיר זיין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מרים יד בתורת ר' משה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גדליה האט געשריבן:זייט ווען דארף מען האבען א גדול הדור צו מאכען א עירוב?
סאיז נאר ווייל סאיז דא א פאליטיק דערוועגן מוז מען האבן גרויסע נעמען.
אברך משי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אבער ר' משה בענין זה הייבט נישט אן צו מאכען סענס. וכל דבריו הבלים. (אזוי וואלט רבי משה אליינס זיך אויסגעדרוקט אויף זיך אין א אנדערע גלגול)


כדרכי ווילעך מעורר זיין אז מ'קען האלטן וואס מ'וויל און שרייבן וואס מ'וויל, און מ'קעממיר אסאך פארדייען ב"ה, אבער שרייבן אויף א גדול און תלמיד חכם ווי רבי משה פיינשטיין "וכל דבריו הבלים" איז עלבון התורה גמור לכל הדיעות און פאסט נישט אויף קיין שום אופן און פאר קיין שום צוועק.
נצור לשונך מרע ושפתך מדבר מרמה.

איך האב געשריבן כל דבריו הבלים באציענדיג זיך אויף די ספעציפישע פסק, כמובן. ער איז מחולק מיט הלכה פסוקה בשו"ע און חוץ מזה בויט ער באמבאסטישע בנינים וואס הייבן נישט אן צו שטימען און זענען כמעט ווי א דורכזיכטיגע שטריק.
יא , ער זאגט א חידוש. ער איז אבער נישט מחולק מיט׳ן הלכה פסוקה אין שו"ע. די שו"ע רעדט נישט פון זיין נושא.

עס איז טאקע אינטרעסאנט צו באמערקן די געפערליכע נויט פון מאנכע אוועק צו מאכען די וואס זענען מקפיד אויף א פשוט׳ע זאך וואס דער מחבר ברענגט און דער מ"ב שרייבט דערויף בעל נפש יחמיר. איך האב שוין געהערט פון אנדערע אז נישט טראגען אין ב.פ. הייסט א פאטש אין פנים פאר די טראגערס, כאילו זיי צווינגען עפעס אויף אנדערע. עס איז א מאדנע דינאמיק, אבער אזוי זעט עס דא אויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »


איך ווייס נישט פארוואס, אבער יעדעס מאל מ'זעט אזא ליקוט פון הונדרעטע מראי מקומות, חזקה הוא אז עס האט נישט מיט די ענין כלל וכלל. דאס גילט ביי געשטעטנער און זיין מאמרים, ווי אויך אין דיי ן לינקס. ער שטעלט צו תקנה צו תקנה, חומרא צו חומרא, באין דעה הבדלה מנין?

און דער זעלבע מלקט האט, פאר עפעס א סבה, פארזען די ווערטער


משנה ברורה סי' שס"ד סק"ח האט געשריבן:וע"כ דסומכין על הי"א שבסימן שמ"ה דר"ה לא הוי אא"כ ששים רבוא בוקעין בו וזה אין מצוי [פמ"ג] אמנם באמת הרבה ראשונים חולקין על הי"א הנ"ל כמו שכתבנו שם בסימן שמ"ה וע"כ אף דאין למחות לאחרים הנוהגין להקל ע"י צורת הפתח שכן נהגו מעולם ע"פ דעת הפוסקים המקילין בזה מ"מ כל בעל נפש יחמיר לעצמו שלא לטלטל ע"י צורת הפתח לבד


ביאור הלכה סי' שס"ד ד"ה ואחר האט געשריבן:
וגם קולא זו דאין ר"ה בלא ששים ריבוא הרבה ראשונים פליגי עלה וע"כ אף דאין למחות ביד העולם שנהגו להקל אבל בעל נפש יחמיר לעצמו כי יש בזה גררא דחיוב חטאת וכ"כ בספר בית מאיר עיי"ש


אדער דאס


שו"ע סי' שס"ב סעי' י' האט געשריבן:ולהרמב"ם אין צורת הפתח מועיל לפרצה יותר מעשר, אלא אם כן עומד מרובה על הפרוץ


און דארט

משנה ברורה שם סקנ"ט האט געשריבן:אא"כ עומד וכו' - ונכון לחוש לדברי הרמב"ם (מד) שגם דעת הסמ"ג והסמ"ק הוא כן:


דאס מיינט נישט אז מ'טאר נישט טראגען, נאר אז קלאסישע מראה מקומות, נישט פארשטופטע תשובות ערגעץ, זאגען אז עס איז ריכטיג מחמיר צו זיין. דער וואס לייקענט אפילו די צד להחמיר מוז זיין ער האט פארזען די אלע מראי מקומות, בתוך אחרים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
עזרא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך עזרא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:

משנה ברורה סי' שס"ד סק"ח האט געשריבן:וע"כ דסומכין על הי"א שבסימן שמ"ה דר"ה לא הוי אא"כ ששים רבוא בוקעין בו וזה אין מצוי [פמ"ג] אמנם באמת הרבה ראשונים חולקין על הי"א הנ"ל כמו שכתבנו שם בסימן שמ"ה וע"כ אף דאין למחות לאחרים הנוהגין להקל ע"י צורת הפתח שכן נהגו מעולם ע"פ דעת הפוסקים המקילין בזה מ"מ כל בעל נפש יחמיר לעצמו שלא לטלטל ע"י צורת הפתח לבד


ביאור הלכה סי' שס"ד ד"ה ואחר האט געשריבן:
וגם קולא זו דאין ר"ה בלא ששים ריבוא הרבה ראשונים פליגי עלה וע"כ אף דאין למחות ביד העולם שנהגו להקל אבל בעל נפש יחמיר לעצמו כי יש בזה גררא דחיוב חטאת וכ"כ בספר בית מאיר עיי"ש


אדער דאס


שו"ע סי' שס"ב סעי' י' האט געשריבן:ולהרמב"ם אין צורת הפתח מועיל לפרצה יותר מעשר, אלא אם כן עומד מרובה על הפרוץ


און דארט

משנה ברורה שם סקנ"ט האט געשריבן:אא"כ עומד וכו' - ונכון לחוש לדברי הרמב"ם (מד) שגם דעת הסמ"ג והסמ"ק הוא כן:


דאס מיינט נישט אז מ'טאר נישט טראגען, נאר אז קלאסישע מראה מקומות, נישט פארשטופטע תשובות ערגעץ, זאגען אז עס איז ריכטיג מחמיר צו זיין. דער וואס לייקענט אפילו די צד להחמיר מוז זיין ער האט פארזען די אלע מראי מקומות, בתוך אחרים.

די וויכוחים איבערן עירוב אין בארא-פארק זענען פארשידענארטיג. יעדע צד האט זיך זיינע שטערקערע און שוואכערע פאזיציעס. אבער וואס איז בנוגע רשות הרבים זענען די מתירים בעיקר זיך נישט סומך אויף שיטת רש"י פון ששים רבוא. נאר אויף אינו מפולש. לדעתם איז דאס א דבר פשוט אז אויב די גאסן דרייען זיך איז נישטא קיין רשות הרבים בכלל.

בנוגע דער שיטת הרמב"ם, הגם דער עיקר הלכה איז נישט ווי דער רמב"ם, למעשה איז דער עירוב אין בארא-פארק עומד מרובה על הפרוץ (דורך די בעק-יארדס) וואס דעמאלס איז א צורת הפתח יותר מעשר כשר אפילו לשיטת הרמב"ם.
פארשפארט