פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז ברייט באקאנט צו פארענטפערן אסאך טריטען פון רבנים און מנהיגים, אז זיי געבען נאך צו די פרעשור פון עקסטרעמיסטן וואס צווינגען זיי עפעס צו זאגען אדער חתמנ'ן.

איך וויל וויסען צו עס איז בכלל אמת.

מיט פופציג יאר צוריק, האט יעדער רב אין וויליאמסבורג געמוזט מורא האבען פון די שלעגערס. ווען ער זאגט אדער טוט עפעס אנדערש ווי יענער חברה, איז זיין גאנצע טאג אין געפאר פון פאוני קאללס, פיצא דעליוועריס, פייער לעשערס און אנדערע פראבלעמן. וואס איז אבער היינט? למשל, טאמער א רב רעדט תשעה באב אויף אלע גדולי ישראל וואס זענען אוועק, און ער דערמאנט הרב שטיינמן, וואס וואלט אים פאסירט? איבסל קאטשקעריי לעבן זיין הויז? איינער וועט עפעס שרייבען אויף אייוועלט? סך הכל וועט ער נישט קענען בויען זיין מלוכה אין סאטמאר פנימה. קיין עכטע טרור איז דא נישט פארהאנען.
און אזוי איז עס ביי פיל זאכען. ווען א דיין אין סאטמאר רעדט נישט קעגען די עירוב אין ברוקלין, וואס וועט זיין מיט איהם? ער וועט בלייבען אן פרנסה? זיין קינדער וועלען צושלאגען ווערן? סך הכל וועט ער פון היינט און ווייטער נישט זיין קיין גרויסע מ"ד אין סאטמאר. דאס הייסט טרור? דאס איז עפעס א תירוץ? סה"כ מוז ער קלויבען צו וועלכע קרייז ער וויל באלאנגען, ווי וויל ער זיין כבוד. טאמער ער קלויבט אויס א צד אין וואס ער גלויבט נישט, נאר צוליעב דעם אז ער וויל באקומען כבוד אין א געוויסע ארט, איז ער אומארנטליך און ער איז נישט קיין אנוס. ער איז דער וואס מאכט די פרעשור מער ווי דעם וואס ער איז א וויקטים דערפון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

שליחה דורך נעגעל וואסער »

די פרעשור האט לאו דווקא צו טוהן בנוגע ציונות וכדומה. יא אין סאטמאר איז דאס איין שטארקע נקודה, אבער ביי אלע אנדערע קרייזן איז נוגע פארשידענע אנדערע ענינים. ווי שייטלעך, סמארטפאון וכדומה וואס די עקסטרימיסטן פירן דאס רעדל.

גערעכט אז היינט גייט עס נישט מיט פיזישע פעטש, אבער אזוי ווי די זאגסט מאכן זיי די פרעשור.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, עס איז דא פרעשור וואס איז נישט פעטש. אבער זאג מיר, דער רצון זיך משדך צו זיין מיט אן עקסטרעמיסט, איז א פרעשור? אדער אן אומארנטליכקייט. נאכ'ן נישט זיין אן עקסטרעמיסט, וועט ער נישט קענען משדך זיין מיט אן עקסטרעמיסט. וואס איז די גרויסע טרור? דאס איז א תירוץ צו לעבן א שקר?

און איך האב נישט געמיינט ציונות. סאטמאר האט עס געטון אן ציונות אויך. סקאליא רבי איז געווען א ציוני? ר' משה פיינשטיין איז געווען א ציוני? עס האט מיט אנדערע שלעכטע מדות. אבער דאס אז פיהל רבנים האבען זיך אונטערגעגעבען איז שוין נישט קיין קשיא, און אלע מימרות פון דער רב צו יענער זענען טאקע גארנישט ווערט.

היינטיגע צייטען גילטען נישט די אלע זאכען. די פרעשור וואס זיי קענען מאכען איז גארנישט מיט נישט. יא, אז דו חתמת'ט נישט קעגען סמארטפאונס, וועסטו נישט זיין א מ"ד צווישען די חברה וואס חתמנ'ן יא. וואס איז דעמאלס? וואס וועט שוין פאסירען? וועסטו נישט קענען חתונה מאכען מיט זיי. הייסט'ס מ'וויילט אויס א סביבה און נאך דעם די שיטה. בסדר, אבער דיין ארנטליכקייט איז שוין נישט דא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מייסטנס רבנים זענען אליין די עקסטרעמיסטן פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע:

כ'מיין נישט צו באשמוצן נאר כדי להבהיר את הענין

עקסטרעמע רבנים אין פאמיליע קעיסעס

ר' חיים לייב כ"ץ
ר' שרגא האגער
ר' חיים לייבוש ראטענבערג
ר' ישראל דוד שלעזינגער
ר' שמואל ניימאן
ר' ישראל האגער
ר' משה אליעזר בלום

עקסטרעמע אינטערנעט און קדושה אנגעלעגנהייטן

ר' אברהם שארר
ר' אפרים וואקסמאן
ר' חיים פלאהר
ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש
ר' זלמן לייב טייטלבוים

די ליסטע איז נאך פיל גרעסער כ'האב נאר נישט קיין כח יעצט אפירצוקראצן נעמען פון מיין זכרון, די אלע אויסגערעכנטע זענען פון פעלער וואס כ'האב אליין מיטגעהאלטן זייערע איינזייטיגע שטעלונגען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען איינער איז אן עקסטרעמיסט, כל הכבוד. אז ער גלויבט אזוי, זאל ער אזוי זאגען. איך האב נאר א פראבלעם מיט די וואס באהאלטען זיך אונטער די תירוץ פון פרעשור. עס איז נישט פרעשור, עס איז תאוות הכבוד.
איך האב באמת שוין געטראכט דערפון א יאר צוריק ווען ראובן האט מפרסם געווען אז א דרשן אום תשעה באב האט דערמאנט 'גדולי ישראל' וואס זענען געשטארבען אין יענער יאר, כולל אדמו"ר מלב טהור, און אויסגעלאזט הרב שטיינמן. איך דארף נישט הרב שטיינמן'ס נאמען אין יענעמ'ס דרשה, און הרב שטיינמן דארף עס אויך נישט. נאר דער פשטות דעמאלס איז געווען אז אין ווסמב"ג איז איהם שווער צו דערמאנען הרב שטיינמן'ס נאמען, און אויף דעם האב איך געשריבען כנ"ל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

שליחה דורך יהודי פשוט »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:.
איך האב באמת שוין געטראכט דערפון א יאר צוריק ווען ראובן האט מפרסם געווען אז א דרשן אום תשעה באב האט דערמאנט 'גדולי ישראל' וואס זענען געשטארבען אין יענער יאר, כולל אדמו"ר מלב טהור, און אויסגעלאזט הרב שטיינמן.

תיקון טעות: ס'געוועהן א ז' אדר דרשה
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יהודי פשוט: יא. ביי יענעם רב וואס מ'האט איהם מכתיר געווען אלס אדמו"ר איז עס טאקע נאר געווען פאליטיקל קארעקטנעסס. אן קיין שום פרעשור. ווייל ער ווילל זיין אין די..."אין" קראוד אין ווילי-פעסט...! ביי מיר האט ער טאקע נישט קיין חשיבות...!
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

שליחה דורך מודה בטפל »

מאך זיכער האט געשריבן:
עקסטרעמע אינטערנעט און קדושה אנגעלעגנהייטן

ר' זלמן לייב טייטלבוים



Not true
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

שליחה דורך דובעלע »

כפארשטיי נישט...
נישט קענען זיך משדך מיט וועים מ׳וויל הייסט נישט קיין פרעשור?
א בחור און ישיבה האט פרעשור פאר א שידוך און א רב האט פרעשור אז מען גייט אים אראפקוקען,
סאיז אפשר נישט קיין פיזישע פרעשור באט ס׳איז א עמאשינאל פרעשור


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א בחור אין ישיבה וואס איז נישט קיין לייט, וועט קיין שום נאאמאלע שידוך נישט קענען מאכען. א רב אין ברוקלין וואס דערמאנט הרב שטיינמן אלס אן אדם גדול וועט קענען א שידוך מאכען. נאר נישט אין די קרייז פון עקסטרעמיסטן. יא, טאמער ער שטייט אויף און לייקענט דער עגזיסטענץ פון חכמת הקבלה וועט ער קיין שידוך נישט קענען טרעפן, אבער דא רעדט זיך אין די ראמען פון חרדישע אידישקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק
עס גייט נישט אזוי. אויב מען רעדט קעגן די נארמע וויל דיך דער נארמאלע מענטש אויף נישט. די רבנים מוטשען זיך אויף שידוכים, ווייל זיי קענען נאר נעמען רבנים זענען זיי לימיטעד, ממילא דארפען זיי וואטשן נישט זיך אויסצושליסן פין קיינעם. און זיי האבן נישט קיין פראבלעם זיך משדך זיין מיט עקסטרימיסטן אויך.

רוב רבנים וואס מען האט אויסגערעכנט דא זענען קליינע שוהל רבנים, זייער עקסטרימיזים ווערט באצווינגן אויף די גרויסע. די גרויסע זענען בדרך כלל מער רעגלמעסיג בטבע, נאר זיי קענען נישט ווידערשטיין דער שווערע פרעשור וואס די רעסקנים מאכן אויף זיי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זאג נישט אז יעדער דארף זיין וואודרידזשע רב צו ניקאלשבורגער רבי. אבער פון דארט ביז חתמנ׳ן יעדער צעטל איז נאך דא א גאנג. איך פארשטיי אז זיי קענען נישט טון ווי קארלינער רבי וועגן סמארטפאונ׳ס, אבער גלאט אזוי נישט חתמנ׳ן שטעלט איהם אפ שידוכים? און אפילו ווען געוויסע שידוכים קענען אפגעשטעלט ווערען, דארף ער גארנישט טון בשם הצדק והיושר? קיין ברעקל נישט אויפגעבן פאר׳ן באשעפער? מ׳רעדט דא נישט פון מסירות נפש, נאר מקצת שבמקצת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: פרעשור פון עקסטרעמיסטן?

שליחה דורך דובעלע »

דער רב וואס טוט שידוך פון נישט אעקסטרעמיסטישע קרייז איז פונקט ווי דע בחור טוט א נישט לייטישע שידוך
יעדער האט זיין דרגה...


Sent from my iPhone using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זאג נישט אז יעדער דארף זיין וואודרידזשע רב צו ניקאלשבורגער רבי. אבער פון דארט ביז חתמנ׳ן יעדער צעטל איז נאך דא א גאנג. איך פארשטיי אז זיי קענען נישט טון ווי קארלינער רבי וועגן סמארטפאונ׳ס, אבער גלאט אזוי נישט חתמנ׳ן שטעלט איהם אפ שידוכים? און אפילו ווען געוויסע שידוכים קענען אפגעשטעלט ווערען, דארף ער גארנישט טון בשם הצדק והיושר? קיין ברעקל נישט אויפגעבן פאר׳ן באשעפער? מ׳רעדט דא נישט פון מסירות נפש, נאר מקצת שבמקצת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


מען דארף מען קענען זיך ארויסדרייען פין די חברה. זיי לייגן זיך ארויף און זיי מאכן פילען אז טאמער מען שרייבט נישט אונטער גייען מענטשן מחלל שבת זיין וועגן דיך.

דער איינציגסטער וועג ארויס איז נישט אונטערשרייבן אויף קיין שום קול קורא, און דאס וויל דער נישט עקסטרעמע אויך נישט, ווייל ער האט אויך נישט פיינט קיין כבוד.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך yerushalmi »

my opinion r' zalmen leib is only like that because yitzchok stern as making him crazy and he shiver from him
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

yerushalmi האט געשריבן:my opinion r' zalmen leib is only like that because yitzchok stern as making him crazy and he shiver from him

ווילסט דוקא שרייבן ענגליש? אקעי, מען קען אפשר פארקוקן, אבער שרייב כאטש ענגליש!
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שושן פורים האט געשריבן:
yerushalmi האט געשריבן:my opinion r' zalmen leib is only like that because yitzchok stern as making him crazy and he shiver from him

ווילסט דוקא שרייבן ענגליש? אקעי, מען קען אפשר פארקוקן, אבער שרייב כאטש ענגליש!

אין אידישער איבערזעצונג:

מיין מיינונג ר' זלמן לייב איז נאר אזוי וויבאלד יצחק שטערן ווי מאכן אים צעדרייט און ער ציטער פון אים

נישט אזוי שרייבט מען ברודער.
פארשפארט