קלמט'שע און בר קלמט'שע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

קלמט'שע און בר קלמט'שע

שליחה דורך אייניקעל »

מיט א ברייטן שמייכל לאזן זיי זיך ארויס אין וועג, בר קלמט'שע מיט זיין ווייב, צוויי איידעלע נשמות מיט א שטוב פון זיסע טייערע שעפעלעך, ענדליך האט א מוסד צוריקגערופן, עטץ זענטס אנגענומען אין אונזער מוסד האט דאס קול געזאגט די גוטע בשורה, קומטס אריבער אויסצופילן די איבערגעבליבענע פאפירן.

די טיר עפענט זיך אויף ברייט, אויפן אנדערן זייט טיש זיצט דער אדמיניסטראטער אדער מנהל צו סיי וועלכע טיטל ער פארמאגט נאר, איך בין בר קלמט'שע רופט זיך אן דער יונגערמאנטשיק, אבער זע נאר ווי נאר די ווערטער האבן זיינע ליפן פארלאזט, האט זיך א וואלקן פארצויגען אויף די ברעמען פונעם בעל המוסד, אנטשולדיגט אבער נישט דיר האבן מיר גערופן, עטץ זענטס נישט א "גיטער פיט" פאר אונזער מוסד, דוקא קלמט'שע האבן מיר געוואלט רופן, א טעות האט פאסירט.

דאס קען נישט זיין, ענדליך שוין באקומען די גוטע בשורה, זאגט אונז נישט אפ, אז מיר זענען שוין סייווי דא, איר זעהט דאך אז מיר זענען א נארמאלע באזעסענע משפחה, דאס מוסד וועט נאר שטאלץ זיין מיט אונזערע קינדער, ניין זאגט דער מנהל, ארויס פון דא, לא נתקבל איר זענט נישט אנגענומען ואתכם הסליחה, מיר וואונטשן אייך הצלחה אויף ווייטער פארענדיגט ער מיט א צינישער שמייכל.

דא פלאצט אויס בר קלמט'שע מיט זיין רעביצין און א געוויין, אדוני המלך איר ווייסט וויפיל טרערן מיר האבן שוין פארגאסן, וויפיל שלאפלאזע נעכט אריבער, וויפיל הארץ וויי מיטגעמאכט, וואס דארפט איר פון אונז, מיר וועלן נישט שפארן קיין געלט ספאנסערן א נייע קלאס, העלפן מיט וואס עס פעלט אויס נאר טוט אונז נישט אן די בושה און ווארפט אונז נישט ארויס.

הלוואי וואלט איך אייך געקענט העלפן זאגט דער מנהל, ס'איז אבער נישט אין מיינע הענט בכלל, איך בין נישט מער ווי א שליח, דאס האט די וועד הרוחני פאר אייער טובה אזוי באשלאסן, וואס קען איך דען טוען, גלייבט מיר איך וואלט אייך יעצט שוין אנגענומען אבער פלאץ איז נאר דא פאר איינעם, און דאס איז דוקא קלמט'שע'ס קינדער נישט דיינע, אונזער מוסד איז שוין אזוי אויך איבערגעפילט, און אז מ'רעד שוין ווייסט דאך אז דאס נישט אונזער פראבלעם, גייט צו די מוסד וואו איהר דאווענט אפשר וועט די רבי שליט"א אייך אננעמען, אבער דא האט איהר נישט קיין פלאץ.

מיטן קאפ צו דער ערד געבויגן און מיט טרערן-פולע אויגן האט בר קלמט'שע מיט זיין ווייב פארלאזט דעם ארט, און געפרעגט די ביטערע פראגע: אויב די מוסדות התורה דארט וואו ס'איז דאס פלאץ וואו כלומרש'ט ערציעט מען די קומענדע דורות לתורה ולמעשים טובים קען מען זיך אזוי אויפפירן מיט א גרויזאמקייט מיט אזא געמיינשאפט צאפן דאס בלוט פון עלטערן, אלעס מיט א פרומע שלייער מיט א וועד הרוחני וואס בעיקר פארנעמט זיך צו משפט'ן יודישע קינדער, און קיין איינער זאל נישט שטערן, קיין איינעם זאל נישט קימערן אז יודיש בלוט איז ביליג, און נאך וואו און די הייליגסטע פלעצער פון חינוך וטהרה, אויב אזוי וואו נאך זאל נאך שיינען ליכטיקייט? נישט קיין וואונדער זאגן זיי אז דאס גלות גייט נאך ווייטער אן מיטן פולען פארע, ס'איז קלאר אז מיט אזא שנאת חנם קען קיין גאולה נישט קומען!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

גוט אראפ געשריבען!

האסט נאר אויסגעלאזט איין נקודה'לע (אחוץ זייין הבטחה צוצאלען פלגא דסעודתא וכו'). דער מנהל בעט נאך דער נאמען פון דער קינד כדי צו דאווענען פאר איהם. ווען דער מנהל האט עס געטון צו מיר ווען ער האט ארויס געווארפען מיין קינד, דעמאלס האב איך ערשט געכאפט די תאווה צו טון עפעס ווייאלענט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גוט אראפ געשריבען!

האסט נאר אויסגעלאזט איין נקודה'לע (אחוץ זייין הבטחה צוצאלען פלגא דסעודתא וכו'). דער מנהל בעט נאך דער נאמען פון דער קינד כדי צו דאווענען פאר איהם.


לא זכיתי ועד עכשיו לא שמעתי מאכזריות כזה
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווייל ביסט נאך יונג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קלמט'שע און בר קלמט'שע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יעדער האט זיין ערפארונג

ווען איך ליין מעשיות אויף הרב שטיינמן אז ער האט אנגעשריגען א מנהל וואס האט געוואלט ארויס ווארפען א קינד הלמאי ער קען נישט דער קינד׳ס מאמע׳ס נאמען, טראכט איך דער חרבן פון די מעשיות. על גבי חרשו חורשים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: הגע בעצמך. דער אנאליז איז נישט גלייך. ווען הרב שטיינמאן זצ"ל האט אנגעשריגן א מנהל וואס האט נישט געוואוסט דעם קינד'ס מאמע'ס נאמען האט ער עס געטון מצד הטוב. מצד הקדושה. משא"כ ווען דער מנהל המוסד פון בר קלמטשע האט געבעטן דעם קינד'ס מאמע'ס נאמען. אדער האט ער געוואלט האבן א דעיט מיט איהר. אדער האט ער געוואלט נאך טיפער אריינשטעכן דאס רישעות אין די עלטערן'ס נשמה אריין...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קלמט'שע און בר קלמט'שע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער מנהל ביי מיין קינד האט פשוט געוואלט שטילען זיין קאנשענס, און דערנאך קען ער נאך זאגען "וואס האט ער טענות? איך בין ממש א פיינער. הרב שטיינמן וואלט מסכים געווען צו מיר, ווייל איך קען (יעצט) זיין מאמענ׳ס נאמען".

טאקע, יעצט קען ער זאגען "זעסט דאך, ער איז א פיינער קינד, ער לערנט און דאווענט ערליך. זעסט דאך אז ווערן געווארפען אין גאס ווי א הונט האט איהם נישט געשאדט". (ער זאגט נישט אזוי ווייל ער געדענקט ניטאמאל אז ער האט עס געטון. ס׳איז א מינדערוויכטיגע חלק פון זיין לעבן, יא טרייבן א קינד אין גאס נישט טרייבן, עס איז ביי איהם אלס איינס)

הרב שטיינמן האט געמיינט אז מ׳דארף אינגאנצען אין זין האבען דאס קינד, ביז ביי די פריוואטע שמו"ע. נישט אז מ׳זאל זיך באגענוגיגען מיט דעם, ופשוט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

דאס איז די תמצית פון די טיפע פראבלעמען פון די אלגעמיינע ליטוואקעס אין איין זאץ.

ווען דער מנהל האט געהערט די מעשה רב פון הרב שטיינמאן ז"ל, אנשטאט ארויסנעמען די מעסעדזש פון דעם האט ער עס אנגענומען ווי א הוראה אז ווען מען ווארפט א קינד ברויך מען וויסן זיין מאמעס נאמען.

ודוק
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אייניקעל האט געשריבן:


דא פלאצט אויס בר קלמט'שע מיט זיין רעביצין און א געוויין, אדוני המלך איר ווייסט וויפיל טרערן מיר האבן שוין פארגאסן, וויפיל שלאפלאזע נעכט אריבער, וויפיל הארץ וויי מיטגעמאכט, וואס דארפט איר פון אונז, מיר וועלן נישט שפארן קיין געלט ספאנסערן א נייע קלאס, העלפן מיט וואס עס פעלט אויס נאר טוט אונז נישט אן די בושה און ווארפט אונז נישט ארויס.



די חלק שטימט נישט.

געווענליך ווען די מנהל הערט אטא די סענטענס פארקנייטשט ער די שטערן, טוט אויס די גלעזער, גיבט אזא פארקרייזל די פיאות, און זאגט איין מינוט, איך דערמאן זיך איצט אז די ראזענאוויטש קינדער האבן געמופט צו א אנדערע שטאט, איר זענט מער ווי וועלקאם ביי אונז.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שושן פורים: עפעס ליגט מיר אין זיכרון אז ס'איז דא אזא קליפ פון אן ענליכן מצב. וואו דער טאטע פון אן ערוואקסן מיידל בעט זיך ביים מנהל אריינצונעמען זיין טאכטער אין מוסד. דער מנהל זאגט פאר'ן פארביטערטן און דערציטערטן טאטן אז ס'איז שוין נישטא קיין פלאץ פאר זיין טאכטער. ווייל ער האט עפעס געהערט שמועות אז דער יחוס פון די משפחה איז עפעס נישט אין די גרעסטע ארדענונג. ס'איז דא עפעס פרענקישע קרובים. ס'העלפט נישט דעם טאטנ'ס געבעטן און תחנונים מיט טרערן. נאר פלוצלינג באקומט דער מנהל א טעלעפאן קאלל אז דעם איד'ס ברודער האט געוואונען דעם גרויסן געווינס אין די לאטערי. געט ער זיך א פארקרייזל די פיאות און ער רוקט ארויף די יארמולקע אויף זיין שטערן. און ער זאגט...אוודאי, זיכער וועללן מיר בעז"ה ארייננעמען אייער טאכטער. איך גיי עס שוין איבערשמועסן מיט'ן רבי'ן שליט"א. און דערווייל קענט איהר שיקן אייער טאכטער צו אונזער סעמינאר. אונז האלטן עס פאר א זכייה אז איהר שיקט אייער טאכטער צו אונזער חסידות...!
פארשפארט