אומפארגעסליכע געדענקענישן פון די געהויבענע טעג אין וואדסטאק:

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אומפארגעסליכע געדענקענישן פון די געהויבענע טעג אין וואדסטאק:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]בעטאל, ניו יארק – אין די דאזיגע טעג גרייטן זיך שווערע טויזענטער מענטשען זיך ארויסצולאזן צו די לופטיגע ניו יארקער בערג – אפצופייערן דאס געדענקעניש, און ווידער מיטצולעבן די גייסטרייכע מאמענטן פון די וואדסטאק-מאַניפעסטאציע. אין רעזולטאט איז טאקע ערווארטערט א שווערע גרודלאק לענגאויס די געשענגעלטע שאסייען וועלכע פירן ארויף צו די הויכע מייעסטעטישע קעסקיל בערג.

אין יענע הייסע טעג, פון מיטן אוגוסט פון יאר תשכ''ט לפ''ק – האבן מאסן חשובע יונגעלייט פון איבערן גאנצן לאנד, זיך ארויסגעלאזט צום שטעטל בית-אל וואס געפונט זיך אין אפסטעיט ניו יארק - מיטצוהאלטן א מאַניפעסטאציע - ווואס האט אפגעהאלטן פאר גאנצע דריי טעג נאכאנאנד. עפעס אידל מיטן נאמען ר' מאַקס יאַסגור האט אוועק געשאנקן זיין גראנדיזער מילך-פארעם וועלכע איז באשטאנען פון גאנצע זעקס הונדרעט אקער-לאנד פאר די מאַניפעסטאציע.

טעג איידער די מאַניפעסטאציע האט זיך געזאלט אנהייבן, איז שוין דער גאנצער פארקער אויפן 17 בי. שאסיי, געקומען צו אן האסטיגער אפשטעל. די מאסן אוטאמאבילן פון די דאזיגע וואס האבן נישט געוואלט פארפאסן אזא גייסטרייכער מאַניפעסטאציע, האבן גענצליך פאלאזירט דעם גאנצן פארקער. אזש דער עולם איז געווען געצווינגן איבערצולאזן די אוטאמאבילן אויפן שאסיי, און מאכן די רעשט פונעם וועג צו פיס, בדרך העולה בית-קל....

אמעריקע איז דאן געווען אונטערן שאטן פונעם לאנג-פארצויגענעם וויטנאם-קריג. די שרעקליכע צענעס פון די אומצאליגע קאסטנעס איינגעהילט אין אמעריקאנע פענער, וועלכע נאכאנאנד געליפטערט געווארן לעבעדיג אויפן טעלעוויזיע, האט גאר שלעכט געווירקט אויף די אמעריקאנע באפעלקערונג. אין רעזולטאט האט א שרעקליכע דעפרעסיע און אויפברויז ארום געכאפט דאס גאנצער לאנד ווי קיינמאל בעפאר. די באפעלקערונג איז געווען צושפליטערט און צוטיילט איבער דעם לאנג-פארצויגענע קריג און איר פאליטיק. דאס פאלק איז שוין געווען זאט ביז איבערן קאפ, דער פאלק האט פארלאנגט רוה און פרידן.

די היפיס באוועגונג איז דאן צושטאנד געקומען. די היפיס האבן געזוכט צו לעבן א לעבן פון שוואוילטאג און פרידן, זיי האבן נישט געוואלט וויסן פון קיין שום זארגן, זיי האבן זיך בלויז פארנומען מיט אונטערהאלטונג און צולאזטקייט. זיי האבן זיך געשפייזט זייער גייסטער פון חשיש און ווילדע מוזיק. די ווילדע ראק ענד ראל מוזיק איז א פרוכט פון די היפיס עפאכע. אלענספאלס, דער אמעריקאנער יונגווארג איז געווארן שרעקליך צולאזט, און גארנישט האט זיי נישט געקענט האלטן אין די ראמען, ס'איז געווארן יום טוב אינדערוואכן...

נאנט צו האלב מיליאן אנטוזיאסטישע יוגנטליכע, מערסטייל מיטגלידער פונעם היפיס באוועגונג, האבן זיך פארזאמלט אונטער די פרייע הימלען פון וואדסטאק. זיי האבן זיך נישט גענויטיגט אין קיין שום הומאנעריאיסטישע איינריכטונגען. מענטשליכע אפפאל איז געווען צו געפונען אומעטום, און געשלאפן איז מען אין די גאס רעגן, פארט איז דאס אנטוזיאסיזם געווען אויף די העכטע שטאפלן. די גרעסטע זינגער און שפילער און לאנד האבן אינספערירט די מאסן פארזאמלטע מיט גייסרייכע מוזיק און טענץ, אזש דער עולם איז געווען אין די לופטן... וינועו אמות הסיפים...

די מאמענטן אין וואדסטאק זענען געווען פון די סאמע העכסטע און לעבן ביי מערסטייל פון די באטייליגטע. ס'איז געווען דריי טעג פון רוה און פרידן, חשיש און ליבע, מוזיק און טענץ, אויסערדעם האט מען נישט געוויסט פון גארנישט אויף דער וועלט. דאס איז געווען אזא סארט אונטערהאלטונג וועלכע האט נישט געהאט אירס גלייכן אינעם פארגאנגענהייט און אינעם צוקנופט. די טעג אין וואדסטאק זענען געווען ריכטיגע מאמאמענטן צו געדענקן ביי די וואס האבן זיך אין איר באטייליגט.... נאך גאנצע דריי טעג הוליען און טאנצן איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט געהויבענע געמוטער...

איי... איי... איי... ווי נעמט אזאנא ליכטיגע טעג......[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

טיילן פונעם ציבור
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

קרוב צו 20 מייל האט מען געדארפט גיין צופיס צוליב דעם טרעפיק
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אין עוד מלבדו
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ש'כח פארן באשרייבונג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

קאך לעפל, זייער שיין. נאר למען האמת דאס איז געווען דורך די היפי באוועגונג נישט די יאפי באוועגונג, דאס איז גאנץ א אנדערע לייף סטייל.
https://wikidiff.com/yuppie/hippie
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פארראכטן.

שכוח פארן אויפמערקזאם מאכן, כ'פשוט נישט געוויסט, אז דאס זענען צוויי באזונדערע באוועגונגען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פון די לעגענדעס פון ישיבה אוו סאוטה פאלסבערג איז ווי פאלגענד.

אין די בערג וואוינען פארשידענע מענטשן פון אידישע אפשטאם וואס זענען אביסל אפגערוקט פון זייער אפשטאם. די ישיבה האט א שטיקל קירוב פראגראם ווי זיי ברענגן אריין די משפחות און מ'טוט עפעס מיט זיי (נישט די בחורים נאר די ישיבה איינוואוינערס). איין ר"ה האט א געוויסע מענטש מחליט געווען צו קומען דאווענען אין ישיבה. אין מיט'ן דאווענען האט ער זיך אויסגעדרייט צו א בחור לעבן איהם און געזאגט "I haven't been this inspired since Woodstock", וישם הדבר לחק.

יודע דבר האבען אויך געזאגט אז די מצב אויף הר מירון ביי ל"ג בעומר איז א בחינה פון the Jewish Woodstock.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון די לעגענדעס פון ישיבה אוו סאוטה פאלסבערג איז ווי פאלגענד.

אין די בערג וואוינען פארשידענע מענטשן פון אידישע אפשטאם וואס זענען אביסל אפגערוקט פון זייער אפשטאם. די ישיבה האט א שטיקל קירוב פראגראם ווי זיי ברענגן אריין די משפחות און מ'טוט עפעס מיט זיי (נישט די בחורים נאר די ישיבה איינוואוינערס). איין ר"ה האט א געוויסע מענטש מחליט געווען צו קומען דאווענען אין ישיבה. אין מיט'ן דאווענען האט ער זיך אויסגעדרייט צו א בחור לעבן איהם און געזאגט "I haven't been this inspired since Woodstock", וישם הדבר לחק.

יודע דבר האבען אויך געזאגט אז די מצב אויף הר מירון ביי ל"ג בעומר איז א בחינה פון the Jewish Woodstock.


ויהי לפלא...
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: אומפארגעסליכע געדענקענישן פון די געהויבענע טעג אין וואדס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון די לעגענדעס פון ישיבה אוו סאוטה פאלסבערג איז ווי פאלגענד.

אין די בערג וואוינען פארשידענע מענטשן פון אידישע אפשטאם וואס זענען אביסל אפגערוקט פון זייער אפשטאם. די ישיבה האט א שטיקל קירוב פראגראם ווי זיי ברענגן אריין די משפחות און מ'טוט עפעס מיט זיי (נישט די בחורים נאר די ישיבה איינוואוינערס). איין ר"ה האט א געוויסע מענטש מחליט געווען צו קומען דאווענען אין ישיבה. אין מיט'ן דאווענען האט ער זיך אויסגעדרייט צו א בחור לעבן איהם און געזאגט "I haven't been this inspired since Woodstock", וישם הדבר לחק.

יודע דבר האבען אויך געזאגט אז די מצב אויף הר מירון ביי ל"ג בעומר איז א בחינה פון the Jewish Woodstock.
איך האב גראדע געטראכט צו שרייבן אז אומאן ר"ה איז די אידישע וואדסטאק, אבער כ'האב נישט געוואלט טשעפענען מיט @רויטע וואנצעס און מיט נאך אנדערע חברים וואס פארן יא צו אומאן ר"ה מיט די פולסטע מאס ערענסקייט. כ'בין בעצם קיינמאל נישט דארט געווען, נאר ווי כ'הער פון חברים וואס פארן אהין אז ס'בערך אזא מין געדאנק נאר אויף א אידישען נוסח.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די וואדסטאק חברה מיינען עס אויך ערענסט.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: אומפארגעסליכע געדענקענישן פון די געהויבענע טעג אין וואדס

שליחה דורך moneyminded »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:קאך לעפל, זייער שיין. נאר למען האמת דאס איז געווען דורך די היפי באוועגונג נישט די יאפי באוועגונג, דאס איז גאנץ א אנדערע לייף סטייל.
https://wikidiff.com/yuppie/hippie
זיי מסביר

קענענדיג פון דערנאנט די ארטיסטען /יאפיס/היפיס פון בושוויק און ווי אויך נארט וויליאמסבורג, מיין איך אז די תוצאה איז אלס די זעלבע, זיי האלטען נישט ביים נעמען דאס לעבן פאר א פרעשור, האבן נישט חתונה, אלעס אויף חשיש , קאנעקטען זיך מיט ארט/מוזיק און הויליענען ממש יעדע נאכט , לעצטענס זענען זיי די וואס זענען גאר שטארק געי/לעסביען , וויגען , און האלטן נישט ביים נעמען דאס לעבן פאר א פרעשור נאר מאכן א לעבן און הוליענען

אדרבה זיי מסביר

גראדע געדענק איך אביסעל וואדסטאק פון די 1990'ס אין די קעטסקיללס אין די זכרונות זאגן מיר אז זיי פלעגן גיין אנגעטין ווי די היינטיגע חברה ממש גענוי די זעלבע מיט קאלירטע האר און אזוי ווייטער

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moneyminded, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: אומפארגעסליכע געדענקענישן פון די געהויבענע טעג אין וואדס

שליחה דורך moneyminded »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון די לעגענדעס פון ישיבה אוו סאוטה פאלסבערג איז ווי פאלגענד.

אין די בערג וואוינען פארשידענע מענטשן פון אידישע אפשטאם וואס זענען אביסל אפגערוקט פון זייער אפשטאם. די ישיבה האט א שטיקל קירוב פראגראם ווי זיי ברענגן אריין די משפחות און מ'טוט עפעס מיט זיי (נישט די בחורים נאר די ישיבה איינוואוינערס). איין ר"ה האט א געוויסע מענטש מחליט געווען צו קומען דאווענען אין ישיבה. אין מיט'ן דאווענען האט ער זיך אויסגעדרייט צו א בחור לעבן איהם און געזאגט "I haven't been this inspired since Woodstock", וישם הדבר לחק.

יודע דבר האבען אויך געזאגט אז די מצב אויף הר מירון ביי ל"ג בעומר איז א בחינה פון the Jewish Woodstock.
ביזט לכאורה נישט געווען אין אומאן ראש השנה אבער מירון איז שוין נישט ווי אמאל ,ענדערשער אומאן איז ממש גענוי

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דרך אגב, די פעסטיוועל איז נישט געווען אין וואודסטאק. וואודסטאק איז מער איסט פון די קעטסקיל בערג, אין די געגנט ווי פליישמאנס, האנטערס. די געדאנק איז טאקע געבוירן געווארן אין וואודסטאק, מחמת ריבוי עם האט מען עס גערוקט קיין בעטען.

די שטעטל וואודסטאק איז כשמו כן הוא, עד היום הזה. ס'איז זייער ארטיסטיש געשטימט, סיי די געשעפטן און סיי די ענטערטעינמענט, בכלל די גאנצע רוח דארט איז זייער שטארק ליבעראל געשטימט.

שפאציר איך אריין דארט אין אזא מין ארטיסטישע געשעפט, איך באטראכט אזוי אפאר טשאטשקעס מיט לינקע געשטימטע מעסעדזשעס, והנה, דאס בעלת הגעשעפט רוקט זיך צו און סודות'ט מיר אריין אין אויער:
You can't imagine how worried we were after the 2016 elections, we thought the whole country is going under, we'll have to board up our shops and business, but hopefully we'll survive...

אט איז א גאווערמענט (עדיוקעישאן דעפארטמענט) געשטעלטע היסטאריקעל פלעק און מארקער אין וואודסטאק:
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קאלירטע בילד פונ'ם בימת הכבוד, וואס איז יענע וואך אריין אויפ'ן דעקל פונ'ם בליק...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון די לעגענדעס פון ישיבה אוו סאוטה פאלסבערג איז ווי פאלגענד.

אין די בערג וואוינען פארשידענע מענטשן פון אידישע אפשטאם וואס זענען אביסל אפגערוקט פון זייער אפשטאם. די ישיבה האט א שטיקל קירוב פראגראם ווי זיי ברענגן אריין די משפחות און מ'טוט עפעס מיט זיי (נישט די בחורים נאר די ישיבה איינוואוינערס). איין ר"ה האט א געוויסע מענטש מחליט געווען צו קומען דאווענען אין ישיבה. אין מיט'ן דאווענען האט ער זיך אויסגעדרייט צו א בחור לעבן איהם און געזאגט "I haven't been this inspired since Woodstock", וישם הדבר לחק.

יודע דבר האבען אויך געזאגט אז די מצב אויף הר מירון ביי ל"ג בעומר איז א בחינה פון the Jewish Woodstock.


פארשטייט זיך אז וואודסטאק איז די בענטשמארק.

די שכינה איז סך הכל באיתכסיא, אבער אין וואודסטאק איז אלעס געווען באתגליא אן קיין לבושים און צמצום...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

פארוואס האבן זיי אויסגעקליבן פונקט וואדסטאק און נאכדעם ביטעל?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

וואלווי האט געשריבן:די שכינה איז סך הכל באיתכסיא, אבער אין וואודסטאק איז אלעס געווען באתגליא אן קיין לבושים און צמצום...

כאגעשמיסט אמאל מיט אידיש אפשטאמיגער וועגן Woodstock וואס איז דארט געווען אלט זייענדיג פערצן יאר, האט ער מיר פארציילט אז ווען ער איז דארט געווען זייענדיג הויעך אויף LSD האט ער ממש געזעהן גאט.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פרנסה דרוקט, צער גיודל בנים דרוקט, דאס ירידת הדורות פון ארגינעלע אידישקייט צו סיסטעמאטישע פאלשע פרומקייט דרוקט... מיר דארפן אויך פרידן און רוה...
ס'איז שוין העכסט צייט פאר א היימישער אידישער וואדסטאק, מיר ווילן זיך אויך זען מיטן אלמעכטיגן אזוי אונזערע פארגייער אין וואדסטאק....רצונינו לראות את מלכינו...
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: אומפארגעסליכע געדענקענישן פון די געהויבענע טעג אין וואדס

שליחה דורך moneyminded »

קאך_לעפל האט געשריבן:פרנסה דרוקט, צער גיודל בנים דרוקט, דאס ירידת הדורות פון ארגינעלע אידישקייט צו סיסטעמאטישע פאלשע פרומקייט דרוקט... מיר דארפן אויך פרידן און רוה...
ס'איז שוין העכסט צייט פאר א היימישער אידישער וואדסטאק, מיר ווילן זיך אויך זען מיטן אלמעכטיגן אזוי אונזערע פארגייער אין וואדסטאק....רצונינו לראות את מלכינו...
פאר 600 דאלאר קענסטו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך yerushalmi »

איך פארשטיי נישט בכלל ווי אזוי מען קען צוגלייכן וואדסטאק צו להבדיל אומאן מירון דאס זענען דאך הייליגע פלעצער ווי אידן גיסן זיך אויס זאס הארץ פארן באשעפער?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אזויווי ס'אידיש'ט זיך, אזוי גוי'איש'ט זיך. אידן גיסן זיך אויס דאס הארץ אין אומאן, און להבדיל גוים גיסן אויס דאס הארץ אין וואדסטאק.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: אומפארגעסליכע געדענקענישן פון די געהויבענע טעג אין וואדס

שליחה דורך moneyminded »

yerushalmi האט געשריבן:איך פארשטיי נישט בכלל ווי אזוי מען קען צוגלייכן וואדסטאק צו להבדיל אומאן מירון דאס זענען דאך הייליגע פלעצער ווי אידן גיסן זיך אויס זאס הארץ פארן באשעפער?
כאב חס וחלילה עס נישט צוגעגליכען, ער האט געזאגט אז עס צייט פאר א היימישע וואדסטאק דאס איז אומאן במלוא מובן המולא

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
פארשפארט