פארוואס האט מען נישט מתקן געווען תענית אויפן חורבן האלאקאסט
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
פארוואס זאל מען מאכן נאך א פאסט טאג? נישט גענוג אז מיינע אור-עלטערן האבן געהונגערט ביים דייטש, זאל איך הונגערן אויך?
דאס איז די געדאנגענגאנג פון היינטיגע צייטן, פאר טויזענט יאר צוריק האט מען עס אנדערש אנגעקוקט.

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס זאל מען מאכן נאך א פאסט טאג? נישט גענוג אז מיינע אור-עלטערן האבן געהונגערט ביים דייטש, זאל איך הונגערן אויך?
דאס איז די געדאנגענגאנג פון היינטיגע צייטן, פאר טויזענט יאר צוריק האט מען עס אנדערש אנגעקוקט.
איך ווייס נאר איין זאך. פון קינדוואז אן האט מען אונז אייביג געסטראשעט, מיינסט אין אושוויץ איז געווען בעסער?
יעצט עס שנעל אויף די סאפפער...!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]דער תענית און סליחות פון כ' סוין שטאמט נאך פונעם הייליגען ר''ת - ער האט דאס מתקן געווען צוליב א טראגישער בלוט בילבול אין איינע פון די גרויסע פראנצויזישע קהילות. אבער עס איז אין די לויף פון יארן כמעט פארגעסן געווארן. נאך די גזירות פון ת''ח ות''ט האט דאס דער הייליגער ש''ך צוריק איינגעשטעלט. און ער שרייבט דייטליך אז ווען נישט דער הייליגער ר''ת האט דאס ווען לכתחילה מתקן געווען, וואלט ער זיך ווען קיינמאל נישט געטרויעט מתקן צו זיין א נייע תענית פאר כלל ישראל. וואס מיר זעען פון דעם איז: אז היינטיגע צייטן קענען מען נישט סתם אזוי אפהאלטן כלל ישראל פון עסן און טרינקן, אפילו דער ש''ך האט זיך נישט געטרויעט דאס צו טאן.
צווייטענס:
קאמאראד מר מי אני האט לעצטענס זיך אונטערגענומען א נייע מיסיע, ער זיכט אפיר אלע פארגעסענע אשכולות אין וועלכע די פארצייטישע חכמי השטיבל, ראשונים כמלכים, האבן געשריבן הערליכע אינהאלסטרייכע ארטיקלען און אנעליזירונגען, און ער ברענגט דאס נאכאמאל ארויף צום אויבערפלאך. איך ווייס נישט גענוי וואס זיינע מאטיוון זענען, אבער אזוי פירט ער זיך.
איז אזוי, לעצטענס האט הער מי אני ארויפגעברענגט א אשכול וואס ערהאלט א שלל פון מייסטערהאפטיגע פאעטן און דיכטער, אזש עס קען זיך גאר דאכטן אז זיי זענען נאך פארפאסט געווארן דורך אונזערע פארצייטישע געטליכע דיכטער ווי רבינו יהודה הלוי אדער גאר ווי שלמה אבן גבירול, הערליכע ווערק, מייסטערהאפטיג. פילייכט קען דאס אויך צושטעלן צו די קינות וועלכע מיר זאגן תשעה באב? דער ענטפער אויף דעם איז ניין! נישט דיכטער פארפאסט דורך סיי וועלכע שמוטופונא קען אריינגעשטעלט ווערן אינעם כלל ישראל סדור'ל. בלויז דיכטער וועלכע איז פארפאסט געווארן דורך א בעל רוח הקודש, א בעל השגה, עמיצער וואס זיינע פענע איז נישט בלויז פון הארץ נאר אויך פון מוח, עמיצער וואס שרייבט מיט א הייליגער געטליכע שכל, און איז גענוי באהאווענט ווי אזוי תפילות צום הייליגן לעבעדיגען באשעפער דארפן געזאגט ווערן...
און לויט ווי ווייט איך מיין איז הרב הצדיק רבי שלומה פון באבוב השני ז'''ל און דער שרף פון ערלוי, נישט פון די דאזיגע, און קיינער בדורינו פארמאגן נישט די געטליכע חכמה, און השגות אין קבלה וואס רבי שמעון פון מאגענצא אדער דער מהר''ם ראטטענבורג האט באזיצט...[/justify]

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חורבן ההאליקאסט
מענטשן האבען א מענטשליכע געפיל צו די קרבנות פון א טראגעדיע, איבערהויפט ווען די קרבנות זענען זיינס. דעריביר ווילען אפילו סעקולארער מענטשן מאכען א זכר אן אנדרטה צו די וואס זענען טראגיש אומגעקומען. דאס מיינט נישט אז קינות מיט תשעה באב קומען דינען די נויט.
עס איז געווען א געוואלדיגע הסתר פנים ביים חרבן, אבער די נביאים האבען אונז איבערגעגעבן וואס די פנים זיינען געווען וואס זענען נסתר געווארען, און די ראשונים האבען דאס אפגעלערנט און אונז געגעבען א קינה וואס דרוקט אויס די פיין פון די הסתר פנים.
דער צווייטע וועלטס קריג איז אונז אן עניגמא, אין אתנו יודע עד מה, וואס אפצולערנען און וואס האט געזאלט ארויסקומען דערפון. אין די הקדמה פון די קובץ ׳התבונה׳ פון ישיבת מיר אין תש"ו, האבען זיי א מאמר פון ר׳ לייב מאלין ווי ער רעדט זיך אפ אז עס פעלט אונז א מסכת של יסורין צו דערגיין וואס איז דארט געשען. און טאקע אזוי איז עס, דער זאגט אז ציונים זענען שולדיג, זאגט אז ציונים זענן גאר שולדיג. דער זאגט השכלה, יענער זאגט בעלזא. קיינער קען נישט זאגען מער ווי זיין הנחות קדומות.
קינות מיט א תענית פאסט נישט אין אזעלכע אומשטענדן, און דאס האט דער חזון איש געמיינט מיט די נתקטנו הדורות
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ווער זאגט אז איינער איז שולדיג? פילייכט איז קיינער נישט שולדיג, א שטייגער ווי די עשרת הרוגי מלכות...גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה... פארוואס ווען אימער א אומגליק פאסירט ביים כלל ישראל דארף איינער זיין שולדיג? פילייכט איז דער שואה געווען אן ענין פון א תיקון אדער א בירור אויפן כלל ישראל איידער ביאת המשיח? ווער ווייסט דען...
לדעתי זענען נאך נישט באשאפן געווארן די עבירות אויף וועלכער דער שואה זאל זיין דער שטראף....
לדעתי זענען נאך נישט באשאפן געווארן די עבירות אויף וועלכער דער שואה זאל זיין דער שטראף....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: חורבן ההאליקאסט
קאך
"ווער זאגט אז איינער איז שולדיג?"
אין דעם חדר וואו דו און איך האבן פארברענגט די קינדערישע יארן האט מען טאג און נאכט גפרעידיגט אז די ציונים זענען שולדיג!
"פילייכט איז קיינער נישט שולדיג, א שטייגער ווי די עשרת הרוגי מלכות...גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה... פארוואס ווען אימער א אומגליק פאסירט ביים כלל ישראל דארף איינער זיין שולדיג? פילייכט איז דער שואה געווען אן ענין פון א תיקון אדער א בירור אויפן כלל ישראל איידער ביאת המשיח? ווער ווייסט דען... "
"לדעתי זענען נאך נישט באשאפן געווארן די עבירות אויף וועלכער דער שואה זאל זיין דער שטראף"
הינדערט פראצענט גערעכט!!!
"ווער זאגט אז איינער איז שולדיג?"
אין דעם חדר וואו דו און איך האבן פארברענגט די קינדערישע יארן האט מען טאג און נאכט גפרעידיגט אז די ציונים זענען שולדיג!
"פילייכט איז קיינער נישט שולדיג, א שטייגער ווי די עשרת הרוגי מלכות...גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה... פארוואס ווען אימער א אומגליק פאסירט ביים כלל ישראל דארף איינער זיין שולדיג? פילייכט איז דער שואה געווען אן ענין פון א תיקון אדער א בירור אויפן כלל ישראל איידער ביאת המשיח? ווער ווייסט דען... "
"לדעתי זענען נאך נישט באשאפן געווארן די עבירות אויף וועלכער דער שואה זאל זיין דער שטראף"
הינדערט פראצענט גערעכט!!!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:ווער זאגט אז איינער איז שולדיג? פילייכט איז קיינער נישט שולדיג, א שטייגער ווי די עשרת הרוגי מלכות...גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה... פארוואס ווען אימער א אומגליק פאסירט ביים כלל ישראל דארף איינער זיין שולדיג? פילייכט איז דער שואה געווען אן ענין פון א תיקון אדער א בירור אויפן כלל ישראל איידער ביאת המשיח? ווער ווייסט דען...
לדעתי זענען נאך נישט באשאפן געווארן די עבירות אויף וועלכער דער שואה זאל זיין דער שטראף....
אויב עס איז נישט דא וואס אפצולערנען פון דער שואה, פארוואס זאל מען עס געדענקען? זאל עס פארגעסן ווערען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דאס איז זייער א מגושם'דחגע בליק. מיר ווייסען נישט וויאזוי סבה ומסובב גייט, מיר ווייסען נישט די חומר פון אן עבירה און ווי הייס איז דער גיהנם, אחוץ אז עס איז זעכציג מאל אזוי הייס ווי די פייער פון די וועלט. ווער זאגט וויפיל קומט איינעם און וויפיהל נישט? די גאנצע סוגיא האט מען אונז נישט אויסגעלערנט, און ממילא ווייסען מיר נישט וויאזוי דאס צו באגיין. און דעריבער פאסט נישט צו פאסטן און נישט צו זאגען קינות אדער סליחות דערויף