פרשת ואתחנן - שבת נחמו - וואס איז אונזער טרייסט?!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

פרשת ואתחנן - שבת נחמו - וואס איז אונזער טרייסט?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

קוים זיך אָפגעווישט די טרערן, און מיר שטייען יעצט אין די טעג וואס רופט זיך שבעה דנחמתא, דער שבת רופט זיך 'שבת נחמו' על שם די הפטורה וואס מיר ליינען, די ווערטער וואס דער נביא ישעי' זאגט פאר די אידישע קינדער נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִי יֹאמַר אֱלֹקֵיכֶם - טרייסט אייך טרייסט אייך זאגט השי"ת וכו'. ליידער אבער זיצן מיר שוין אין דעם ביטערן גלות פאר באלד 2000 יאר און מיר בעטן ביי השי"ת ולירושלים עירך ברחמים תשוב נעם אונז צוריק אהיים... לאמיר פארשטיין אויב אזוי ווי קענען מיר פראַווענען א שבת נחמו? ווי קענען מיר זיך טרייסטן ווען מיר זענען נאך נישט געהאָלפן געווארן, ווען מיר זענען נאך אין דעם ביטערן גלות, מיט וואס זאלן מיר זיך טרייסטן?! (איבריג צו שרייבן אז ארויספארן פון שטאט אדער אהיים קומען פון קעמפ אויף שבת, איז נישט די נחמה וואס די נביא ישעי' האט געמיינט).

שבת נחמו געפאַלט איעדעס יאָר אין פרשת ואתחנן איז דאך פשוט אז דער אמתע נחמה פון א איד דארפן מיר טרעפן אין די הייליגע שורות פון אונזער פרשה, נו לאמיר טאקע כאפן א בליק אין אונזער פרשה: וָאֶתְחַנַּן אֶל ה' בָּעֵת הַהִוא לֵאמֹר וכו' וַיִּתְעַבֵּר ה' בִּי לְמַעַנְכֶם וְלֹא שָׁמַע אֵלָי וַיֹּאמֶר ה' אֵלַי רַב לָךְ אַל תּוֹסֶף דַּבֵּר אֵלַי עוֹד בַּדָּבָר הַזֶּה. עֲלֵה רֹאשׁ הַפִּסְגָּה וְשָׂא עֵינֶיךָ יָמָּה וְצָפֹנָה וְתֵימָנָה וּמִזְרָחָה וּרְאֵה בְעֵינֶיךָ כִּי לֹא תַעֲבֹר אֶת הַיַּרְדֵּן הַזֶּה. – משה רבינו בעט זיך ביי הקב"ה צו קענען אריבער גיין דעם ירדן אריין קיין ארץ ישראל, ווי באקאנט איז דער ווארט 'ואתחנן' בגמטריא 515 אט אזוי פיל תפילות האט אונזער רבי איינגעריסן צו קענען זוכה זיין אריין צו גיין קיין ארץ ישראל, און משה רבינו זאגט אונז: אז הקב"ה האט אים געזאגט 'רב לך' ס'איז פיל פאר דיר – רעד מער נישט צו מיר איבער דעם ענין. און משה רבינו דערציילט אונז ווייטער אז הקב"ה האט אים געזאגט: גיי ארויף אויף דעם שפיץ בארג און הייב אויף דיינע אויגן און זעה דעם לאנד... ווייל די וועסט נישט אריבערגיין דעם דאזיגן טייך.

ווי נאר מען לערנט די פסוקים טוט זיך די שטערן קנייטשן און ס'פרעגט זיך:
א. אט ביז דעם מינוט זענען מיר געוואוינט צו לערנען אז ווי מער א איד בעט און רייסט איין ווערן אונזערע תפילות דערהערט, איעדע תפלה האט א טייער פלאץ ביי אבינו שבשמים אבער דא פלוצלינג טרעפן מיר עפעס א נייע געדאנק פון רַב לָךְ אַל תּוֹסֶף דַּבֵּר אֵלַי וואס איז דער פשט?
ב. בכלל פרעגט זיך וואס איז טאקע פשט אז משה רבינו האט נישט זוכה געווען אָנצוקומען מיט די אידישע קינדער קיין ארץ ישראל (אמת אז מיר ווייסן די פשוטע פשט אבער אין טיפקייט וואס ליגט דערין)?
ג. לאמיר עס ארויסברענגן מיט א משל: ר' אברהם די ראש המשפחה אין מאנסי ניו יארק כאַפט זיך א שפאַציר מיט זיינע דריי חשובע בחורים און צווישן די שורות לאזט ער זיי וויסן די בשורה טובה אז ווער ס'וועט אויפשטיין פאַרטאָגס דעם קומעדיגן ווינטער זמן וועט זוכה זיין - צו זיין א חלק פון די משפחה נסיעה ראש חודש ניסן קיין ארץ ישראל. די חברה זענען געווען גליקלעך צוהערן און אט זיך גענומען צום עבודה פון אויפשטיין טעגליך בהשכמת הבוקר. צווישן די דריי ברידער איז פארהאן חיים מאיר'ל, ער איז דער געלונגענע ברידער אין די וועלט פון נסיעות ער פארשטייט וויאזוי מ'טוט אויספלאנען א געשמאקע דערהויבענע נסיעה, בפרט ארץ ישראל האט ער אזוי פיל 'עקספיריענס' און שוין געליינט און געלערנט איבער איעדן שטיינדל פונעם הייליג לאנד, איז יעצט שטייענדיג שוין סוף שבט נעמט ער זיך צו די עבודה און פאַנגט אָן פלאַנען דעם גרויסן נסיעה מיט אלע אירע פילע דיטאלן, לייגט זיך ביינאכט אין בעט מיט צעטליך און מאפעס און צופרי הענגט ער אויפן ספרים שאַנק "נוסעים אנחנו – אָט פאָרט מען".

ויהי היום ערב דעם גרויסן נסיעה (צוליב עפעס א צווייטע סיבה) לאזט ר' אברהם וויסן פאר זיין חיים מאיר'ל אז ער וועט נישט קענען מיטקומען אויפן געפלאַנטן נסיעה, חיים מאיר בעט זיך איינמאל און נאכאמאל אָן אויפהער, אבער ר' אברהם זאגט ניין חיים מאיר ס'וועט נישט ארבעטן, און איך בעט דיך רעד נישט מער דערוועגן...?!?! ווי פארשטענדליך וואלט דאס אליין געווען זייער שווער פאר חיים מאיר'ל איבערצוטראגן און צום בעסטן פאַל איז צו ערוואַרטן א גם זו לטובה. לאמיר אבער זיך פארשטעלן אז ר' אברהם וואלט אים געזאגט חיים מאיר'ל אויפן נסיעה קענסטו נישט מיטקומען אבער איך וויל אז די זאלסט ווייטער מסדר זיין דעם נסיעה, זאלסט ווייטער באטראכטן די אלע פלעצער און אלע דיטאלן ווי מיר וועלן פאָרן און אפשר אפילו באגלייטן דעם עולם צום עירפארט?!?!? איעדער פון אונז פארשטייט מיט א פשטות אז דאס וואלט נישט געקומען אין באטראכט... אבער ווי נאר מיר כאפן א בליק אין אונזער פרשה (פארשטייט זיך אז ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך – נאר א ווייטע משל לשבר את האזון) הקב"ה זאגט פאר משה גיי ארויף אויף דעם שפיץ בארג און הייב אויף דיינע אויגן און זעה דעם לאנד... ווייל די וועסט נישט אריבערגיין דעם דאזיגן טייך..?!?!?!?

אונזער הייליגע רבי וואס איז בחסדי ה' געבוירן געווארן טאקע דעמאלטס אין די שווערסטע מינוטן פון אונזער היסטוריא מיטן איינעם ציל צו ראטעווען די אידישע קינדער און אונז ארויסנעמען פון די נידריגסטע מצב – פון די מ"ט שערי טומאה אינעם טיפע לאנד מצרים און אונז בסייעתא דשמיא צוריק ברענגן צו ליכטיגקייט, צוריק אהיים קיין ארץ ישראל, לאמיר זיך דערמאנען די וועג – ס'איז געווען א שווערע, לאנגע און פארדרייטע - אונזער רבי איז מיט די גרסעטע ליבשאפט געשטאנען ביי אונזער האנט, געגאנגען מיט אונז טריט ביי טריט, אריבער פילע שווערע מצבים ווי דער חטא העגל, מתאוננים, קרח, מרגלים און פיל נאך, אויך האבן מיר זיך צוזאמען געטוען פרייען ווען מיר האבן זוכה געווען אנצוקומען צום בארג סיני און מקבל געווען די תורה הקדושה. בקיצור: די וועג איז געווען א שווערע און א לאנגע – ס'איז געגאנען ארויף און אראפ אלעס מיטן ציל אנצוקומען צום הייליגן לאנד און צוברענגן די אידישע קינדער קיין ארץ ישראל, אבער יעצט שטייענדיג ביים שוועל זאגט הקב"ה ניין די וועסט נישט אריינגיין – נאר גיי ארויף אויפן בארג?!?!? ווי נאר מען לערנט די ווערטער באמערקט זיך קלאר אז עפעס טיף ליגט דא באהאלטן פאר אונז, פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די אומגעהויערע טיפע ענינים – לאמיר זיך אבער פרובירן פארטיפן אויף אונזער מדריגה און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

ברידער טייערע, כדי מיר זאלן פארשטיין דער ענין פארוואס הקב"ה זאגט פאר משה ארויף צו גיין אויפן שפיץ בארג - דארפן מיר כאפן א בליק ביים סוף פרשת וזאת הברכה ממש איידער אונזער רבי פארלאזט די וועלט ווען דער פסוק פארציילט אונז אז משה רבינו איז טאקע ארויף אויפן בארג - וַיַּעַל מֹשֶׁה מֵעַרְבֹת מוֹאָב אֶל הַר נְבוֹ רֹאשׁ הַפִּסְגָּה אֲשֶׁר עַל פְּנֵי יְרֵחוֹ וַיַּרְאֵהוּ ה' אֶת כָּל הָאָרֶץ אֶת הַגִּלְעָד עַד דָּן. וְאֵת כָּל נַפְתָּלִי וְאֶת אֶרֶץ אֶפְרַיִם וּמְנַשֶּׁה וְאֵת כָּל אֶרֶץ יְהוּדָה עַד הַיָּם הָאַחֲרוֹן – בקיצור: משה איז ארויף אויפן בארג און הקב"ה האט אים געוויזן די גאנצע לאנד פון איין עק ביזן אנדערע – עד הים האחרון זאגט רש"י: אל תקרי הים האחרון אלא היום האחרון הראהו הקב"ה כל המאורעות שעתידין ליארע לישראל עד שיחיו המתים - הקב"ה האט געוויזן פאר משה רבינו אלעס וואס גייט פאסירן צו די אידישע קינדער ביז דער צייט פון תחיית המתים, וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז משה איז ארויף אויפן בארג און פלוצלינג האט ער געזעהן די גאנצע עתיד וואס וואַרט פאר אונז זיינע טייערע קינדערלעך, ער האט געזעהן אלעס וואס מיר וועלן נאך אריבער גיין, די גלות'ן און שוועריגקייטן וואס זיינע שעפעלעך וועלן נאָך דארפן אדורך מאכן, ער זעט פלוצלינג אז ס'וועט נאָך זיין מצבים וואס אידישע קינדער וועלן צוריק זיין אין דעם שווערן גלות אויפן וועג קיין ארץ ישראל...

אונזער הייליגע רבי האט ביז דעם מינוט געלעבט מיט איין ציל אנצוקומען מיט די אידישע קינדער קיין ארץ הקודש – ס'האט אויסגעזעהן אז איינמאל מיר קומען דארט אָן זענען מיר ביים תיקון השלום. אבער ווי נאר אונזער רבי הייבט אויף די אויגן און באמערקט אז זיינע קינדערלעך וועלן נאכאמאל זיין אין גלות טוט זיך אויפמאכן א נייע מציאות פאר די אויגן פלוצלינג פארשטייט משה רבינו פארוואס ער דארף בלייבן אין חוץ לארץ ווייל "אויב וועלן מיינע קינדער צוריק זיין אין גלות – אויב וועלן מיינע קינדער דארפן נאכאמאל א וועג אהיים וועל איך דא ווארטן פאר זיי" אונזער רבי בלייבט אינדרויסן פון ארץ ישראל ווייל דאס איז א רבי, דאס איז משה רבינו ער בלייבט ווארטן געטריי ווייל ער וויל זיין מיט אונז דעמאלטס ווען מיר וועלן זיין צוריק אין גלות און אט וועט ער אונז נאכאמאל טראגן און ברענגן קיין ארץ הקודש, כאָטש משה רבינו האט געהאט אזוי פיל געגועים, שאיפות און רצונות אנצוקומען צום הייליגן לאנד צום פלאץ וואס זעט אויס אז דארט איז שלימות, באמערקט אונזער רבי פלוצלינג אז אנקומען קיין ארץ ישראל יעצט צום ערשטן מאל איז נישט 'זיין' שלימות – משה רבינו'ס שלימות און שליחות איז צו זיין די רבי פון די אידישע קינדער עד סוף כל הדורות וואס דאס מיינט פארבלייבן אין חוץ לארץ און ווארטן געטריי פאר די אידישע קינדערלעך וואס וועלן זיין צוריק און גלות און נאכאמאל זיכן די וועג צוריק אהיים!

דערמיט לערנט אונז אונזער רבי אין די לעצטע מינוטן פון זיין לעבן א יסוד עצום אין א איד'ס עבודת ה', מיר אלע פארמאגן אין אונזערע פרעזענדליכע לעבן, אין אונזער פרעזענדליכע וועג צו שלימות געוויסע שאיפות, געגועים און רצונות צו געוויסע זאכן און מאכט זיך אמאל אז מיר ארבעטן שווער אנצוקומען אהין, מיר לייגן אריין אלע אונזערע כוחות, מיר בעטן און טוען איינרייסן אז מיר זאלן זוכה זיין אבער ווי נאר מיר שטייען ביים שוועל איז פארהאן עפעס אַן הרגשה פון 'רב לך' און ס'גייט עפעס נישט און דער אידעלע שפירט איך בין א טריט אוועק פון מיין ציל און מיין תפקיד און שליחות וואס יעצט?!?! רבש"ע וואס יעצט, ס'איז דאך דיין רצון אז איך זאל אט אהין אנקומען?!?!? לערנט אונז משה רבינו אז אונזער ציל און שאיפה דארף טאקע זיין שטארק און פעסט, אונזערע הייסע תפילות דארפן זיך גיסן איינמאל און נאכאמאל אבער אמתע שלימות מיינט זיין גרייט זיך אפצושטעלן ביים טיר און דערהערן אז הקב"ה האט פאר מיר גאנץ א צווייטע און גרעסערע פלאן, "דאס נישט שלימות פון א מענטש אט דארט ליגט באהאלטן די גרעסטע שלימות" ווען ס'זעט אויס אז מיר קומען נישט אָן, ווען ס'זעט אויס אז מיר בלייבן אינדרויסן ווי מען רופט עס אין אויף אונזער שפראך 'אויסגעשפילט' אט דארט איז דער פלאץ פון גרויסקייט, הקב"ה פירט אונז אויף טריט און שריט און כאטש א מענטש מיינט פאר יארן אז אנקומען קיין ארץ ישראל איז די זאך לערנט אונז משה רבינו אז ניין ס'איז פארהאן עפעס מער און גרעסער און אט דאס דערהערט ער ווען ער הייבט זיך אויף די אויגן און זעט דעם גרעסערן בילד.

דערמיט איז הערליך די ווערטער אין פסוק אין פרשת וזאת הברכה הֶרְאִיתִיךָ בְעֵינֶיךָ וְשָׁמָּה לֹא תַעֲבֹר – הקב"ה ווייזט פאר משה רבינו דעם הייליגן לאנד און זאגט כ'האב דיר עס געוויזן און די וועסט דארט נישט אריינגיין – ווי מיר שמועסן איז געוואלדיג - הקב"ה זאגט ווייל כ'האב דיר עס געוויזן און ווי פריער געשמועסט ווייל די האסט געזעהן ארץ ישראל און אלעס וואס וועט זיך שפעטער אפשפילן דערפאר וועסטו נישט אריינגיין. און אט די זעלבע צוריק ביי אונזער פרשה וַיֹּאמֶר ה' אֵלַי רַב לָךְ אַל תּוֹסֶף דַּבֵּר אֵלַי עוֹד בַּדָּבָר הַזֶּה. עֲלֵה רֹאשׁ הַפִּסְגָּה וְשָׂא עֵינֶיךָ וכו' – הקב"ה זאגט פאר משה רבינו רעד נישט מער איבער דעם ענין נאר גיי ארויף אויפן בארג און הייב אויף די אויגן וועסטו זעהן אז ס'איז פאַר דיר אָנגעגרייט אזוי פיל מער און גרעסער (עיין ברש"י רב לך) אט דאס איז די סיבה פארוואס די גייסט נישט אריין...

אט דאס לערנט אונז אונזער רבי אין די לעצטע מינוטן זיינע "טייערע אידעלע ס'איז נישט פארהאן א מציאות אז תפילות ישראל ווערן נישט געענטפערט – ס'איז נישט פארהאן א מציאות אז א איד בלייבט אינדרויסן פאר סתם, ס'קען אמאל אויסקוקן ווי נאך אזוי פיל השתדלות און שווערע ארבעט, נאך אזוי פיל תפילות שפירט מען דעם 'רב-לך' מ'קומט נישט אָן - געדענק מיין קינד גיי ארויף אויפן בארג – הייב זיך אויף אביסל העכער און זעה אז ס'איז פארהאן עפעס מער און גרעסער פון וואס מיר קענען זעהן מיט די פשוטע אויגן, וואס ביי אונז מיינט שלימות איז דער פלאץ צו וואס מיר דארפן צילן און בעטן אבער הקב"ה האט פאר אונז אָנגעגרייט עפעס אסאך גרעסער און העכער".

פון די צווייטע זייט שטעלט זיך דער איד'עלע אָפ און דאס הארץ ווערט אנגעפולט מיט חיזוק און שטארקייט, אונזער רבי איז געבליבן אין גלות מיט אונז וואס דאס מיינט אז דעמאלטס בשעת ווען די אידישע קינדער זענען צום ערשטן מאל אריין קיין ארץ ישראל אט דעמאלטס האט שוין הקב"ה צוגעגרייט און געוויזן פאר אונזער רבי אלעס וואס 'מיר' וועלן אריבער גיין אלע אונזערע שוועריגקייטן און אונזער רבי שטייט גרייט און טוט אונז העלפן, ער איז מיט אונז צוזאמען מעורר רחמים, ווי איז דען פארהאן א גרעסערע שבת נחמו – א שבת פון טרייסט ווען א איד באמערקט אז מיר זענען נישט קיינמאל אליין, אונזער הייליגע רבי איז געבליבן ווארטן פאר אונז און אט וועט ער אונז צוריק טראגן אהיים, אלע צדיקים וואס זענען בחינת משה האט הקב"ה צוגעגרייט פאר אונז אלעס מיטן ציל אז מיר זאלן דערהערן אז דער איד איז קיינמאל אליין אונזער הייליגע רבי משה און אלע צדיקים בעטן און טוען איינרייסן פאר אונז, ווי חז"ל דערציילן ביי די גזירה פון אחשורוש ווען אלע אונזערע אבות האבן נישט געקענט האט משה רבינו אויסגעארבעט א פלאן פאר אונז און צוזאמען מיט מרדכי הצדיק געברענגט ישועות, איז אט פאר אונזער רבי גייט אוועק פון די וועלט זאגט ער אונז מיט ליבשאפט מיינע טייערע קינדערלעך וואס איר וועט זיך טרעפן אין דעם שווערן קומעדיגן גלות וואס ליידער זענען מיר יעצט אין דעם מצב ווען ס'איז פארהאן אזוי פיל טינקעלקייט און צומישעניש ברוחניות ובגשמיות אויפן וועלט שטארקט אייך, טרייסט אייך ווייל אט בלייב איך מיט אייך, איך וועל בלייבן 'אינדרויסן' און בסייעתא דשמיא וועלן מיר צוזאמען צוריק אהיים גיין בביאת מלך המשיח בב"א.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט