תניא יומא חדא אזיל רב ברוך שמשון מבית שמש לבקר בבי חמוהי בבני ברק ומאן ניהו רב ישראל ויצאו תלמידיהו דרב ישראל בכרוזא לפניו פנו מקום לחתנו כבנו דריש גלותא אהדר רב ברוך שמשון אפיה להני אינשי וקא צווח וכי מילתא מעליותא הוא להאי מאן דהוי בריה דרב בקרתא דשופריא ולא נחה דעתיה דחתנא דבי נשיאה עד שדרש בן זומא בני אהרן ולא בנות אהרן קמ"ל דעדיפא האי מאן דמיהוי חתנא דרב מבריה דרב קמ"ל והיינו דאהני ליה:
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
די היימישע געדענקען נאך אין די בראשית יארן, היבש פאר'ן סטראוק, ווי ביים רבי'ן אין מיט'ן די וואך ביים דאווענען איז געווען אן ענגען ציבור, ד'עולם האט דאך דעמאלטס שווער געארבעט ברענגען פרנסה, ווי אויך האט דאך די רבי געדאווענט צומאל קרוב צו חצות מחמת זהירות.
פאסירט אמאל איין פארמיטאג, טאקע דארט אין נעפ מענשאן, אז די רבי האט זיך היבש פארזוימט צו צוגיין צו שחרית, אזוי ארום דרייענדיג זיך מיט'ן טלית אויפ'ן אקסעל. ביינע לביינע איז שווער געווען צו האלטן די מנין. האט מען אריינגערופן דעם אלטן יאקאבאוויטש, ער איז דאך געווען א פלאמבבער און פונקט געענדיגט א דזשאבב אין געגנט.
א דארשנטיג פר' לך לך איז עס געווען, נאך פאר די רבי איז אפגעפארן קיין מייאמע. קומענדיג צו קריאת התורה האט די רבי געהייסען אויפרופען פאר שלישי טאקע יאקאבאוויטש'ן, און ווי אונז האמער געוויסט, האט די רבי געהאט טיפע חשבונות וואס ער האט געליינט פאר וועם. למעשה, האט די רבי געליינט מיט גרויס נעימות און ווי געווענטליך האט רבי צוגענדיגט מיט א שמייכל און א שטיקל הרמת קול, דעם "וחיתה נפשי בגלל"ך"...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
האסט מיך דערמאנט אן עפיזאד וואס איך ווייס נישט אויב ס'האט אמאל פאסירט אבער ווי האבן אונזערע זיידעס געזאגט: מ'דארפן מיר גלייבן אז ס'וואלט געקענט געשעהן אזוינ'ס! והנה המעשה לפניכם, קראו ותחי נפשכם: אין קרעטשניף איז איינגעפירט אז די רבי אליינ'ס דינט אלטס בעל קורא ביי קריאת התורה און נישט נאר אז די טראפן זענען כידוע ע"ד רבוה"ק אזוי ווי רביה"ק דער רבי ר' הערשלי קרעטשניפער זיע"א האט שוין זיך אנגערופן אז געוויסע בעלי קורא'ס מיינען אז די טראפן דארפן שטימען מוזיקאליש, אבער אונז ווייסן מיר אז טראפן מיינט אז ס'זאל טראפן טרערן פון די אויגן, נישט נאר די טראפן האט דער רבי אליינס מחדש געוועהן נאר אויך די חלוקת העליות פאר וועמען צו געבן און א וואו זיך אפ-צו-שטעלן איז אויך געוועהן אלעס לדעת קדשו. ויהי היום, ס'איז געוועהן שבת בראשית, און ביים דאווענען האט מופיע בהדרתו געוועהן איינער וואס איז געכאפט געווארן ביי א מעשה שאין כאן המקום לפורטה והמבין יבין האט עם דער רבי מכבד געוועהן מיט עליית 'שביעי' און דער רבי האט זיך אפגעשטעלט פאר 'אחרון' ביי די פסוק: "ויקחו להם נשים מכל אשר בחרו"...
א קארגער האט שפאצירט מיט זיין יונגעלע אין ספרים געשעפט, שפאצירנדיג צווישן די פאליצעס רופט זיך דאס קינד אן האלטנדיג איינע פון די ספרים: די ספר געפעלט מיר, כ׳האב עס זייער ליב.
זיצנדיג אינדערהיים זוכנדיג וואס צו טון, האב איך באשלאסן אז אנשטאט גיין ליידיג וועל איך פראבירן מברר זיין עטליכע שווערע פראגעס וואס נאגט שוין די וועלטס חכמים פאר טויזענטער יאר.