גיימער אהיים, אדער נעם אונז אהיים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אין יעדענס פאל. א איד וואס גלייבט אז משיח קען אנקומען יעדען טאג, האט זיך גארנישט וואס צו איילן מקיים צו זיין די הייליגע מצוה פון ישוב ארץ ישראל. נעמליך, ווי נאר משיח קומט אן, וועלן אלע אידן אין יעדענספאל ארויף גיין אויף ארץ ישראל און מקיים זיין מצות ישוב ארץ ישראל.

אין סומכין על הנס, ואע"פ שאש יורד מן השמים וגו'.


פון וועלכע ניסים רעדט איר?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פאלט מיר יעצט ביי אז מ'דארף שוין נישט קויפן קיין עסן און קליידונג, אט אט קומט דאך דער הייליגער משיח, און ס'וועט וואקסן גלוסקאות מיט כלי מילת, און איינער וואס קויפט יא רח"ל איז א כופר בכל הנביאים רח"ל.

ווען ס'קומט צו מקיים זיין דעם רצון השם האט מען תירוצים ביז איבער'ן קאפ, און מ'קען זיך נאך פאטשן אין בייכל אז מ'האט יוצא געווען. הדא הוא דכתיב אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה, וואס איז דאס דין און וואס איז דאס תוכחה? אויף דין קען מען זיך נאך פארענטפערן, תוכחה מיינט אז פון דיינע אייגענע מעשים וועט מען דיך אויפווייזן דיין פאלשקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

איך ווייס נישט וואס ענק גלייבן, אבער איך האב מקבל געווען פון מיינע עלטערן אז ס'וועט אראפקומען פון הימל א ביהמ"ק, און יעדע מצוה וואס מען טוט לייגט מען צו א שטיין וכו'

סאו אדער וועט אלעס געשען, אדער נישט. נישטא קיין שום סיבה זיך מטריח זיין מיט די אלע זאכן לענ"ד.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב מקבל געווען פון מיינע עלטערן אז ס'דא א תורה מיט א שולחן ערוך און וואס ס'שטייט דארט אז מ'זאל טון דאס טוט מען, די אלע אנדערע זאכן נבואות'ן און עתידות אויף דעם שטייט בהדי כבשי דרחמנא למה לך, ס'האט מיט אונז נישט קיין שייכות, און אונז ווייסן אפילו נישט פונקטליך וואס די אלע זאכן דארפן צו מיינען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איינער האט דערמאנט בויען א ביהמ"ק? מ'רעדט פון גיין וואוינען אין א"י. עס איז נישט די זעלבע זאך.
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

הדסים האט געשריבן:איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.


זייט מוחל, טיט זאפארט תשובה, און נעמט אייך פאר צו טאן אלע מצוות און אלעס וואס די הייליגע חז''ל האבן באפוילן.

בכבוד רב.
קאך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הדסים האט געשריבן:איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.

און די זיך פאטשן אין בייכל אז דו ביזט בעסער פון דער וואס גלייבט יא באמת, און אויפקומען מיט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] תירוצים פארוואס דו ביזט נישט מקיים די אלע זאכן, טוסטו אויך נאר דעפאר ווייל אזוי איז איינגעפירט אין דיין משפחה/קהילה?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך yerushalmi »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פאלט מיר יעצט ביי אז מ'דארף שוין נישט קויפן קיין עסן און קליידונג, אט אט קומט דאך דער הייליגער משיח, און ס'וועט וואקסן גלוסקאות מיט כלי מילת, און איינער וואס קויפט יא רח"ל איז א כופר בכל הנביאים רח"ל.

ווען ס'קומט צו מקיים זיין דעם רצון השם האט מען תירוצים ביז איבער'ן קאפ, און מ'קען זיך נאך פאטשן אין בייכל אז מ'האט יוצא געווען. הדא הוא דכתיב אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה, וואס איז דאס דין און וואס איז דאס תוכחה? אויף דין קען מען זיך נאך פארענטפערן, תוכחה מיינט אז פון דיינע אייגענע מעשים וועט מען דיך אויפווייזן דיין פאלשקייט.

ווען די אידן זענען געגאנגן און גלות בבל האט ירמיה הנביא זיי געזאגט אז אפי' זיי גייען ווערן אויסגעלייזט נאך 70 יאר זאלן זיי קויפן הייזער פלאנצען גערטנער וכוי' זיך איינגלידן און מסדר זיין וכ"ש ביי די גלות ווען מיר ווייסן נישט ווען מיר גייען ווערן אויסגעלייזט דארף מען ווייטער קויפן הייזער וכוי' פליז פרעג איבער די שטארקע קשי'
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אויב גשמיותדיגע באדערפענישן דארף מען זיך באזארגן, איז דאך ק"ו אבי אבות הק"ו אויף אזא הייליגע מצוה.

און גראדע האט מען דיר נישט געמיינט, דו וואוינסט דאך שוין סייווי אין ירושלים עיה"ק...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך yerushalmi »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב גשמיותדיגע באדערפענישן דארף מען זיך באזארגן, איז דאך ק"ו אבי אבות הק"ו אויף אזא הייליגע מצוה.

און גראדע האט מען דיר נישט געמיינט, דו וואוינסט דאך שוין סייווי אין ירושלים עיה"ק...

ס'זעהט אויס אז די האסט נישט געכאפט די פוינט
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.

און די זיך פאטשן אין בייכל אז דו ביזט בעסער פון דער וואס גלייבט יא באמת, און אויפקומען מיט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] תירוצים פארוואס דו ביזט נישט מקיים די אלע זאכן, טוסטו אויך נאר דעפאר ווייל אזוי איז איינגעפירט אין דיין משפחה/קהילה?


דער וואס גלייבט באמת שטייט די בעסטע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הדסים האט געשריבן:איך רעד פון אלע מצוות.

איך טו נישט קיין מצוות וואס שטייט אין גמ', און איך האב נישט קיין פראבלעם צו עובר זיין אויף א גמ' אויב איז אזוי איינגעפירט אין מיין משפחה/קהילה. און איך מיין אז דאס איז די מציאות ביי רוב כלל ישראל.

הדסים: סאו דו הערסט נישט מגילה ליינען. דו צינדסט נישט אן קיין חנוכה ליכט. דו וואשסט דיך נישט צו עסן ברויט. (דו מאכסט אויכעט נישט קיין המוציא.). דו הערסט תקיעת שופר בלאזן אום ר"ה שחל להיות בשבת. דו טראגסט נישט מיט'ן (טמא'נעם) עירוב. דו עסט טשיעז בוירגערס. ביטע זיי פארזיכטיג ווען דו קאכסט אפ א ציגעלע אין מילעך, אז דו זאלסט נאר נוצן די מילעך פון א פרעמדע ציגעלע. נישט פון זיין מאמע. אויך קענסטו עסן א סטעיק פאר ברעקפעסט. און דו קענסט צו עסן א סענדוויטש פון פוטער ברויט מיט אמעריקען טשיעז...! איך זאג דיר אז איך בין דיך אמת'דיג מקנא...אה, איך ווייס שוין פארוואס דו האלטסט נישט פון די גמרא. פאר 2 טעמים. איינס. ווייל ס'האט צו טון מיט דף היומי, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אויכעט ווייל ס'איז ארטסקראלל...!
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

איך וועל זיך בעסער מסביר זיין, ווייל ס'זעהט אויס מען האט מיר נישט פארשטאנען.

איך הער מגילה, איך צינד חנוכה ליכט, אא"וו. פונקט ווי אלע ערליכע אידן. אזוי טוט מיין משפחה און קהילה. און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס איך טו עס.

אויב וואלט נישט געווען איינגעפירט ביי אונז צו צינדען חנוכה ליכט, קענסטו ברענגען אלע מקורות אין די וועלט, און ס'וואלט (כמעט) קיינעם נישט אינטערסירט.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יעדער פארשטייט זייער גוט. אוי לעינים שכך רואות ואוי לאזנים שכך שומעות.

ווען מ'לייענט אזעלכע כפירה און מינות שרייט זיך ארויס די ווערטר פון די היילגע קינה פונעם מהר''ם ראטטענבערג, וואס ער האט פארפאסט אויף שריפת התורה:

אֵיכָה נְתוּנָה בְּאֵשׁ אוֹכְלָה תְּאֻכַּל בְּאֵשׁ בָּשָׂר וְלֹא נִכְווּ זָרִים בְּגַחֲלָיִךְ:
עַד אָן עֲדִינָה תְּהִי שׁוֹכְנָה בְּרֺב הַשְׁקֵט וּפְנֵי פְרָחַי הֲלֹא כָסּוּ חֲרֻלָּיִךְ:
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

אויב יעדער פארשטייט יא, פארשטיי איך נישט.

דו עגריסט מיט מיר אז כמעט אלע היימישע אידן זענען אזוי? אויב יא, איז די ווייטאג אז איך זאג עס, אדער די מציאות איז די ווייטאג?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

חלילה וחס.
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

טאקע יעצט תשעה באב געזאגט דעם רייכן קינות ציון הלא תשאלי פון ר' יהודה הלוי
אט דא איז א פרייע יודישע פאעטישע איבערזעצונג

מיין ליבשאפט צו ארץ ישראל – באזירט אויף ר’ יהודה הלוי’ס ציון הלא תשאלי לשלום אסיריך

ארץ ישראל מיין ליבע היים, מיין הארץ עס בענקט נאך דיר
יא איך בין אויפן וועג כמעט דארט, האלט פאר מיר די טיר

די הייליגע לאנד פון מיינע אבות, דער אלטער היים מיינס
מיין נשמה מיין תורה מיין פאלק מיין לאנד, אנגעקניפט זענען מיר איינס

וויאזוי צו וויינען נאך דיר, איך האב שוין פארגעסן אצינד
אבער ווען פון דיר איך טראכט, מיט פרייד מיין הארץ זינגט

דיין ליכטיקייט דיין הייליגקייט דיין הימלישקייט, אזוי שיין
פילט אן איעדעס צעל פון מיין גוף, פון גרויס ביז קליין

זאל מיר גאט ברוך הוא די זכיה געבן, א תפלה איך טו בעטן
צו שפאצירן אויף דיינע שטיינער, וואס נביאים האבן אויף איר געטון טרעטן

אוי ווען איך זאל פליגלען פארמאגן, וואלט איך זיך געטון צו איילן
צו פליען צו דיר, אונטער דיין שאטן צו פארברענגן און וויילען

צו קישען דיינע שטיינער, און לעקן די זאמד אונטער מיין פיס
בארוועסיג צו גיין אויף דיינע חרבות, אוי איז דאס זיס

וואספארא טעם האט דען, עסן און טרינקען און א פרעמד פלאץ
ווייט פון דיין שיינקייט און זיסקייט, וואס האט נישט קיין ערזאץ

אז הקב”ה האט געגלוסט, דוקא אין דיר צו וואוינען
ווי קען איך אפילו טראכטן, צו עס וועט זיך מיר לוינען

ניין ניין איך האב נישט און דיר פארגעסן, קיינמאל
איך קום צו דיר, אריבערשפרינגענדיג בערג און טאל

באלד וועט דער פרימארגן זון אויפשיינען, מיט איר פולען גלאנץ
מיר וועלן זיך ארומהאלזן מיט א געוויין פון פרייד, און ארויסגיין און א טאנץ

איך צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, און מיט אלע יודן
וועלן מיר אייביג שוין זיצען צוזאמען, און זיין צופרידן
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

די וואך פרשת ואתחנן זעהט מען דאך אין חז"ל וועגן די 515 תפלות וואס משה רבינו ע"ה האט מתפלל געווען אריינצוקומען אין ארץ ישראל

נישט ווייניגער פון 20 מאל ווערט ארץ ישראל דערמאנט אין פרשת ואתחנן
אֶעְבְּרָה־נָּ֗א וְאֶרְאֶה֙ אֶת־הָאָ֣רֶץ הַטּוֹבָ֔ה אֲשֶׁ֖ר בְּעֵ֣בֶר הַיַּרְדֵּ֑ן
וְהוּא֙ יַנְחִ֣יל אוֹתָ֔ם אֶת־הָאָ֖רֶץ אֲשֶׁ֥ר תִּרְאֶֽה
לְמַ֣עַן תִּֽחְי֗וּ וּבָאתֶם֙ וִֽירִשְׁתֶּ֣ם אֶת־הָאָ֔רֶץ
לַעֲשׂ֣וֹת כֵּ֔ן בְּקֶ֣רֶב הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֥ר אַתֶּ֛ם בָּאִ֥ים שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּֽהּ
לַעֲשֹׂתְכֶ֣ם אֹתָ֔ם בָּאָ֕רֶץ אֲשֶׁ֥ר אַתֶּ֛ם עֹבְרִ֥ים שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּֽהּ
אֶל־הָאָ֣רֶץ הַטּוֹבָ֔ה אֲשֶׁר֙ ה' אֱלֹקיךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָֽה
וִֽירִשְׁתֶּ֕ם אֶת־הָאָ֥רֶץ הַטּוֹבָ֖ה הַזֹּֽאת
וְנוֹשַׁנְתֶּ֖ם בָּאָ֑רֶץ
מֵעַ֣ל הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֨ר אַתֶּ֜ם עֹבְרִ֧ים אֶת־הַיַּרְדֵּ֛ן שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּ֑הּ
לָֽתֶת־לְךָ֧ אֶת־אַרְצָ֛ם נַחֲלָ֖ה כַּיּ֥וֹם הַזֶּֽה
וּלְמַ֨עַן תַּאֲרִ֤יךְ יָמִים֙ עַל־הַ֣אֲדָמָ֔ה
וּלְמַ֙עַן֙ יִ֣יטַב לָ֔ךְ עַ֚ל הָֽאֲדָמָ֔ה
וְעָשׂ֣וּ בָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֧ר אָנֹכִ֛י נֹתֵ֥ן לָהֶ֖ם לְרִשְׁתָּֽהּ
לְמַ֤עַן תִּֽחְיוּן֙ וְט֣וֹב לָכֶ֔ם וְהַאֲרַכְתֶּ֣ם יָמִ֔ים בָּאָ֖רֶץ אֲשֶׁ֥ר תִּֽירָשֽׁוּן
לַעֲשׂ֣וֹת בָּאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֥ר אַתֶּ֛ם עֹבְרִ֥ים שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּֽהּ
כַּאֲשֶׁר֩ דִּבֶּ֨ר ה' אֱלֹקי אֲבֹתֶ֙יךָ֙ לָ֔ךְ אֶ֛רֶץ זָבַ֥ת חָלָ֖ב וּדְבָֽשׁ
וְהָיָ֞ה כִּ֥י יְבִיאֲךָ֣ ה' אֱלֹקיךָ אֶל־הָאָ֜רֶץ אֲשֶׁ֨ר נִשְׁבַּ֧ע לַאֲבֹתֶ֛יךָ
לְמַ֙עַן֙ יִ֣יטַב לָ֔ךְ וּבָ֗אתָ וְיָֽרַשְׁתָּ֙ אֶת־הָאָ֣רֶץ הַטֹּבָ֔ה
לְמַ֙עַן֙ הָבִ֣יא אֹתָ֔נוּ לָ֤תֶת לָ֙נוּ֙ אֶת־הָאָ֔רֶץ
כִּ֤י יְבִֽיאֲךָ֙ ה' אֱלֹקיךָ אֶל־הָאָ֕רֶץ אֲשֶׁר־אַתָּ֥ה בָא־שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּ֑הּ


ס'איז כדאי אפצולערנען דעם הפלא'דיגן עמדין אין די הקדמה צום סידור בית יעקב וואו ער גייט אריין אין גאר א לאנגע שמועס וועגן די מעלה פון וואוינען אין ארץ ישראל, און איז פיל מיט וואונדער וויאזוי קען זיין אז יודן מדקדקין במצוות זענען מזלזל און מתעצלין און די מצוה החביבה הזאת
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=20
באות ו' ידוע שחובת מתפלל לכוין גופו כנגד ירושלים
און פירט אויס מיט די ווערטער
חזרנו לענין, מי שעושה בלבו הסכמה מוחלטת לעלות לא"י כשתשיג ידו, ומתעכב בחו"ל מפני ההכרח, אז תועיל לו כוונתו הטובה ותעלה לו, ותקובל תפילתו כאילו עומד בא"י נגד שער השמים, ויעזרוהו להוציא מחשבתו לפועל ממש לקיים
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווען דער נביא ירמיה האט פאראויסגעזאגט אז נבוכדרצר וועט קומען אויף ירושלים, צושטערן דאס בית המקדש און פארטרייבן די אידן קיין בבל, האט ער אויך פאראויסגעזאגט אז נאך זיבעציג יאר וועט דער קעניג זיי לאזן זיך אומקערן צו זייער היימלאנד. אויך האט ער זיי אנגעווארנט מיטצונעמען מאפעס און זיך אנצייכענען דאס וועג וואו זיי ווערן פארטריבן, אז ווען די צייט וועט קומען זאלן זיי קענען זיך גלייך אומקערן אן פארזוימונגען, און אזוי האט ער געזאגט:

"הַצִּיבִי לָךְ צִיֻּנִים - שטעל דיר אוועק מארקירונגען,
שִׂמִי לָךְ תַּמְרוּרִים - לייג דיר אראפ וועג-צייכענעס,
שִׁתִי לִבֵּךְ לַמְסִלָּה - לייג צו דיין הארץ צום שטראז,
דֶּרֶךְ הָלָכְתְּ - די וועג אויף וואס דו גייסט,
שׁוּבִי בְּתוּלַת יִשְׂרָאֵל - קער זיך אום מיידל פון ישראל,
שֻׁבִי אֶל עָרַיִךְ אֵלֶּה - צו דיזע שטעט די דייניגע."

"עַד מָתַי תִּתְחַמָּקִין - ביז ווילאנג נאך וועסטו זיך ארויסדרייען,
הַבַּת הַשּׁוֹבֵבָה - דאס שטיפעריש טאכטערל,
כִּי בָרָא הוי"ה חֲדָשָׁה בָּאָרֶץ - דען גאט האט געשאפן עפעס נייעס אויפ'ן וועלט,
נְקֵבָה תְּסוֹבֵב גָּבֶר - אז די פרוי (כנסת ישראל) וועט שטרעבן נאך דעם מאן (הקב"ה - היפך מדרך העולם שהאיש מחזר אחר האישה - קידושין ב:)"
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הדסים האט געשריבן:דו עגריסט מיט מיר אז כמעט אלע היימישע אידן זענען אזוי? אויב יא, איז די ווייטאג אז איך זאג עס, אדער די מציאות איז די ווייטאג?

איך שטים איין הונדערט פראצענט אז רוב היימישע אידן זענען אזוי, דא רעדט מען דאך אבער פונעם פערספעקטיוו פון א מאמין וועם ס'אינטערעסירט יא דעם רצון השם. אז דו האלטסט אז אידישקייט איז פשוט monkey see monkey do וואלסטו געדארפט מוסר מודעה זיין גלייך ביים ערשטן תגובה דיינער "רבותי, לדעתי קען מען פארמאכן גאנץ קאווע שטיבל, מ'קען אויפווייזן מציאות הבורא - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, תולי מאסטער איז א שגץ און מ'טאר נישט לערנען קיין ענגליש - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, מ'טאר נישט לייגן בילדער פון פרויען - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, בעלזע רב האט מען איינגערעדט און בחירות איז ביהרוג ואל יעבור - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, מ'דארף נישט מקיים זיין יישוב א"י - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט, און ר' יענקעלע האט געשטעמפלט א זמירות - ווייל אזוי האט מען מיר אויסגעלערנט" ושלום על ישראל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

כאטשיג זענען מיר אויף די זעלבע פעידזש. איך בין אזוי ווי רוב היימישע אידן, און דו האסט אן אנדערע פערספעקטיוו פון א מאמין. (איך בין באמת נייגעריג צו פארשטיין דיין מהלך, אויב דו קענסט אמאל מאכן צייט).

יעצט צו דיין שאלה. ווען מ'רעדט טעאלאגיש (מציאות הבורא, געשטעמפלט א זמירות), וואס האב איך אריינצורעדן?

אבער זאכן וואס זענען נוגע צום עולם הגשמי, דא האלט איך אז איך פארשטיי יא. אויב איז עס לדעתי א גוטע זאך, לאמיר זען צו מ'קען עס מתיר זיין. אויב ס'איז א נייע חומרא, האב איך גשריבן וואס איך האב געשריבן אין די אשכול.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הדסים האט געשריבן:יעצט צו דיין שאלה. ווען מ'רעדט טעאלאגיש (מציאות הבורא, געשטעמפלט א זמירות), וואס האב איך אריינצורעדן?
הייסט עס אז טעאלאגיש גערעדט ביזטו מודה אז גאט האט געהייסן אין זיין תורה אז מ'זאל וואוינען אין א"י?

איז איינער וואס גלייבט אז גאט האט אונז געגעבן ביים בארג סיני 613 געבאט, און ווער ס'טוט די אלע געבאטן וועט אים וואויל זיין און ווער נישט וועט אים זיין ביטער, דארף ער טאקע זעהן זיי צו טון.

הדסים האט געשריבן:אבער זאכן וואס זענען נוגע צום עולם הגשמי, דא האלט איך אז איך פארשטיי יא. אויב איז עס לדעתי א גוטע זאך, לאמיר זען צו מ'קען עס מתיר זיין.

לשיטתך קען מען גארנישט מתיר זיין, מ'דארף אלץ קוקן וואס די ארומיגע טוען און דאס דארף מען טון, די בייבל תלמוד שו"ע און פוסקים זענען בכלל נישט רעלעוואנט.

כלפי מה דברים אמורים: כ'האב א חבר וואס האט א טאטע א קאטאליק, זיין מאמע א אידיש קינד האט ליידער (לשיטתך האט זי זייער גוט געטון, ווייל איר מאמע און באבע האבן אויך אזוי געטון) חתונה געהאט מיט א גוי, און ביי זיי פירט מען זיך צו גיין אין קירכע יעדן זונטאג. לעצטנס זאגט ער מיר אז ער האט שוין מער נישט קיין נערוון צו גיין, און ער פרעגט מיך וואס צו טון, זאג איך איהם אז קאטויליציזם איז עבודה זרה און אין גמרא און שו"ע שטייט אז מ'טאר נישט אריינטרעטן אין א בית עבודה זרה. פרעגט ער מיר צוריק "און דו מיינסט אז מיינע עלטערן און רביס ווייסן נישט וואס דו ווייסט?", האב איך אים געענטפערט אז זיינע עלטערן און רביס זענען גוים, און קאטויליציזם איז עבודה זרה בשיתוף וואס דאס איז מותר פאר גוים. יעצט אבער קומט הרב ענף עץ עבות און איז אונז מגלה א מורא'דיגע גילוי, אז די גמרא און שו"ע זענען ניטאמאל ווערד אויף טוילעט פאפיר (משום ביזוי כתבי הקודש..), מ'דארף פשוט טון וואס די ארומיגע טוען, זאל איך איהם טאקע יעצט אנרופן זאגן אז ער מוז יא גיין מארגן אין קירכע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט