די שעלטערייען פון די באבע:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

די שעלטערייען פון די באבע:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]וואשינגטאן - עס דרייט זיך א וועלט. דער רעפרעזאנטן הויז איז אצינד אויף פאזע – די שווער-אויסגעהארעוועטע לעגיסלאטורן זענען אצינד אויף דאטשע – זיי רוהען אצינד אפ זייער אויסגעהארוועטע קערפער, און שעפן פרישע כוחות אנצוגיין מיט זייער זעלבסט-דעקלערטער און אויסשליסליכסטער אויפגאבע - צו אומפוטשען פרעזידענט טראמפ. אייגענטליך ווען דאס אומווירגזאמסטער-רעפרעזאנטן הויז אין די געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן איז אויף דאטשע, איז דאס גאנצער פאלק אויך אויף דאטשע... הלוואי זאל די פאזע אנהאלטן וואס לענגער...

אין די פארגאנגענע וואך האבן מאנכע לעגיסלאטורן פון ביידע פארטייען, אויסנוצט זייער לאנגע וואקאציע צו באזוכן מדינת ישראל, מיטן אנגעבליכער מאטיוו, קענען צו לערנען פון די נאנט די געברויכן פון מדינת ישראל. צוויי לעגיסלאטורן האבן זיך אנטזאגט אנטייל צו נעמען אין די אפיציעלע קאנגרעסיאלע דעלעגאציע, זיי האבן ליבערשט באשלאסן אפצושטאטן זייער אייגענעם באזוך מיט זייער אייגענע פינצטערע אגענדעס. די צוויי לעגיסלאטורן זענען די טרויעריג-בארימטע פינצטערע אראבישע אנטיסמיטקעס ראשידא טאליב און אילהאן אמאר ימ''ש.

צום גרויס וואונדער האט מדינת ישראל ערשט איינגעשטימט אריינצולאזן די דאזיגע צוויי וויסטע אידן האסער אין לאנד, אבער ווי נאר פרעזידענט טראמפ האט קלארגעמאכט זיין מיינונג – אז אריינצולאזן אזאנע צוויי געפארפולע פארשוינען אין לאנד, ווייזט אויף שוואכקייט – האבן די מדינת ישראל אינסטאנצן טאקע איינגעשטימט, און א זאפטיגע פּערסאָנאַ נאט גראַטאַ איז סערווירט געווארן פאר די צוויי פארשאלטענע אראבישע אנטיסמיטקעס.

שקאלפטע טאליב האט באלד ווי איר שטייגער אנגעהויבן מיט א געמאכטע וויי געשריי, זי האט געשריגן אז זי פארמאגט א אלטע פארגעסענע באבע וועלכע וואוינט ערגץ-וואו אינעם מערב-ברעג, און זי איז אנגעבליך אויסן איר צו באזוכן. מדינת ישראל האט אנערקענט די ריכטיקייט פון איר ארגומענט, און מ'האט איר טאקע געשאנקן א צייטווייליגע הומאנעריאיסטישע ערלויבעניש צו באזוכן איר אלטע פארגעסענע באבע. אבער נישט איידער זי איז געווען פארפליכטעט אונטערצושרייבן אז זי גייט זיך נישט פארנעמען מיט קיין שום אנטיסמיטישע טעטיקייטן דורכאויס איר באזוך. עטוואס שפעטער האט שקאלפטע טאליב צוריקגעצויגן... זי האט דעקלערט אז זי האלט נישט ביים באזוכן מדינת ישראל ווי א קרימענאל, און זי האלט זיך נישט ביים אפהאלטן פון אנטייל צו נעמען אין אנטיסמיטישע טעטיקייטן, א כפרה אויף די אלטע פארגעסענע באבע...

און רעאקציע פון די גאנצע געשיכטע, האט די אלטע טאליב באבע, די נייציג יעריגע אראבישע שאמוטע, פארשאלטן פרעזידענט טראמפ מיט די טראדיציאלע אראבישע קללה: ג-ט זאל דיך רעאונירן.... אנטשטאט באוויינען דעם פאקט אז פון איר מוטערטראכט האט זיך ארויסגעשלענגלט אזא געמיינעם קערל ווי שקלאפטע טאליב, וועלכע אנטזאגט זיך צו באזוכן איר אלטע פארגעסטע אומבאציינטע באבע, בלויז צוליב וועלן שאפן פאליטישע ספעקטאל, שעלט די באבע ענדערש פרעזידענט טראמפ... נא... זאל די קללות פונעם באבען פאלן אויף אלע שונאי ישראל... דער קעניג טראמפ האט גארנישט אזוי שלעכט געזאגט... דער איינציגסטער געווינער פון די דאזיגע סמוטאכע איז די אלטע טאליב באבע, ווארום זי איז נישט געווען געצווינגען צו זען דאס שווארצער שלאנג וועלכע זי האט ערצויגן....[/justify]
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: די שעלטערייען פון די באבע:

שליחה דורך גראף »

איך האלט אז מד''י האבן געמאכט א טעות. זיי זענען למעשה מעמבערס פון די יו.עס. קאנגרעס און נישט געברויכט שפילן פאליטיק מיט זיי אפילו קעניג טראמפ האט געטוויט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך yerushalmi »

ווער ווייסט וואס פארא אנטיסימיטיזם עס קען נאך ארויסקומען פון דעם וואס מד"י האט ארויסגעשטעלט, דער אויבירשטער זאל האלטען זיין רעכטע האנט אויף כלל ישראל
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ברוך שמסר עולמו לדואגים... :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

האסט אויסגעלאזט די טוויט פון טראמפ צום באבע, בטעות?
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

בת קול האט געשריבן:האסט אויסגעלאזט די טוויט פון טראמפ צום באבע, בטעות?

ניין. די גאנצע הודעה זיינע איז דער טוויט באריכות, בטיב טעם (ודעת).
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

ער לאזט אויס פארוואס די באבע האט געשאלטן טראמפ.
די רעפארט איז איין זייטיג, און באשרייבט נישט וואס טראמפ האט געהאט איר צו זאגן.
3E75D18C-6C83-4D48-941A-19965D31424E.jpeg
.I got voices in my head.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האט דאס יא באריכטעט:

קאך_לעפל האט געשריבן: דער קעניג טראמפ האט גארנישט אזוי שלעכט געזאגט... דער איינציגסטער געווינער פון די דאזיגע סמוטאכע איז די אלטע טאליב באבע, ווארום זי איז נישט געווען געצווינגען צו זען דאס שווארצער שלאנג וועלכע זי האט ערצויגן....[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]
גראף האט געשריבן:איך האלט אז מד''י האבן געמאכט א טעות. זיי זענען למעשה מעמבערס פון די יו.עס. קאנגרעס און נישט געברויכט שפילן פאליטיק מיט זיי אפילו קעניג טראמפ האט געטוויט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


דאס איין שטאנדפונקט ווי אזוי עס אנצוקוקן.
מ'קען דאס זאגאר אויך אנעליזירן פון א אנדערע שטאנדפונקט.

די דאזיגע פיר פערדן פון די אַפּאָקאַליפּסיע - מיינען ווירקליך אז זיי פירן גאר די וועלט. נאך יעדע געשענעניש אפגעזען ווי וואס פאסירט סיי אימער אין די פאראייניגטע שטאטן הערט מען באלד: פרעזידענט טראמפ פארלאנגט אן אויספארשונג, די מערהייט פירער פונעם רעפרעזאנטן הויז פאלאוסי פארדאמט, די מינאָריטעט פירער פונעם סענאט פארלאנגט ענטפערס, בלויז די העכסטע אמעריקאנער פירער לאזן זיך הערן.

און די לעצטע שטיק צייט האט זיך עפעס א נאריש פערדל זעלבסט צוגעשפאנט צום וואגן. ווען אימער עפעס ס'פאסירט א נאציאנאלע געשענעניש - לאזט זיך די געוועזענע לאפע טאנצערין אלעקסאנדריע אָקרעזסיאָ-קאָרטעז באלד הערן – זי האט זיך זעלבסט דעקלערט אויף דער זעלבער שטאפל ווי די פראָמענענסטע און העכסטע רעגירונגס פירער אין לאנד. אפגעזען אז זי איז בלויז אן אפגעפליקטע נאריש פערדל וועלכע האט זיך לעצטענס אריינגעשווערצט אינעם רעפרעזענטן הויז מיט שווינדל...

זינט זי האט באזיצט איר בענקל איז דאס געמיין לעכעל וואס זי פארמאגט אונטער איר ברייטע נאז לעכער אקטיוו אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם - איר עקעלהאפטיגע ארגאנץ און טיפשות זענען שוין ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע.און ווען עמיצער נעמט זיך די קאראזש און ענטפערט איר אפ ווי עס דארף צו זיין, אדער זאגט גאר א קרים ווארט אויף איינע פון די אנדערע אַפּאָקאַליפּסיע-פערדלעך, ווערט יענער באלד פארשריגן אלס א וויסטער ראסיסט, פעמעניסט, פאשיסט, נאצי,און דאס ארגסטע, אפילו דאס וואס יענער האט געזאגט - האט גארנישט צו טאן מיט אזעלכע זאכן. אזוי האלט דאס לאנד אין א פאליטישער טעראר...

מדינת ישראל האט געוויזן שטארקייט... און געטאן גענוי וואס זיי האבן געהאלטן פאר ריכטיג צו טאן. זיי האבן זיך נישט דערשראקן פון די געמאכטע געוויינען און געשרייערייען פון די היפאקריטישע אַפּאָקאַליפּסיע-פערדלעך. זיי האבן דרייסט דעקלערט אז די איסלאמישע אנטיסמיטקעס, טאליב און אילהאן, זענען פּערסאָנאַ נאט גראַטאַס, אפגעזען פון די היץ וועלכע זיי זענען אויסגעשטאנען פון די ליבעראלע ליגע... דאס איז גאר א שווערע פיל פאר די ליבעראלן אראפצושלינגן, דער פאקט אז זייער זינלאזע אטאקעס און פאלשע באשולדיגען, הערן ביסלעכווייז אויף צו ווירקן מאכט גיין באנקעס...[/justify]
פארשפארט