הקטן האט געשריבן:דא איז נישט די מדובר ווער איז שטערקער, ווער דארף וועם איבערווייזען - ביידע קענען אנגיין אין זייער לעבן איינער וועט לעבן א אמת די צווייטע א שקר
(הגם די סברה חיצונה אז "יש מנהיג לבירה", און טבע ביי דעפענישען האט א התחלה, איפינעטי איז א סתירה מיט איינע פין די כללי הטבע פין cause and affect - דאס אליין דארף אינז פירן ביי דיפאלט צי אינדרויסען פין טבע - דאס האט א שטארקע אויבערהאנט ווען סקימט צי ווער דארף איבערווייזען וועם, ואכ"מ)
איך האב אויסדריקליך געשריבן אז איך פארשטיי אז עס באלאנגט נישט דא אין אונזער שמועס. Suffice it to say אז פאר יעדע טענה וואס איז נוטה צו א theistic הוכחה זענען דא טענות אויף פארקערט (בפרט ווען מ׳ברייטערט אויס די קאנצעפט פון ״ג-ט״; מ׳ברענגט אריין רעליגיע, תורה וכו׳ וכו׳. דאס איז שוין נישט די שמועס
בתוך נישט די שמועס... איך ווייס, אנערקען, און פארשטיי אז דו האסט
נאר גערעדט בנוגע די מושג פון א
בורא לכשלעצמו).
(אגב, ״פירן ביי דיפאלט צו אינדרויסן פון טבע״ איז בעיסיקלי/מער-ווייניגער די זעלבע ווי זאגן ״פירן ביי דיפאלט צו עפעס וואס איך פארשטיי נישט״, והשתא דאתית להכי... (אפשר איז דא עפעס
בטבע וואס איז דאס מסביר וואס דו פארשטייסט
נאך נישט וכו׳.) אזוי ווי ערווענט אונז ווילן נישט אריינגיין אין דעם; וואס איז כולל דעם קאלאם קאסמאלאגישן ארגומענט וכל המסתעף.)
הקטן האט געשריבן:לויט וואו דו זאגסט דאס האט א יעדער זאך א רעכט צי געשען איין מאל זיכער ווייל די probability space איז אינפיענעט, און האט נישט קיין רעפרענס פוינט צי מעסטען סיגניפיקענט
תשובתך בצידך (לגבי די "
איין מאל זיכער"). איך האלט אין איין זאגן אז מ׳דארף עס אנקוקען
אינ׳ם קאנטעקסט; אין אונזער נידון איז דאס
צייט. לא׳מיר אנכאפן א משל צו וואס מ'וועט גרינגער מודה זיין. עס איז דא א פראבעבעליסטישן מעגליכקייט, עפ״י קוונאטום פיזיקס אז א מענטש וועט דורכגיין א סאלידע וואנט פשוטו כמשמעו. אבער עס איז אזוי מין שמאל אז עפ״י פראבעביליטי איז דאס
כמעט מן הנמנע, חוץ איין מאל אין ווער ווייסט וויפיל טריליאנען יארן. יעצט, טאמער דאס טאקע פאסירט למשל צוואנציג וועריפייד מאל אין א צייט-אפשניט פון (לא׳מיר זאגן) טויזענט יאר, איז דאס אן אויפווייז (נאכאמאל, אין אונזער קאנטעקסט) און מען גייט מודה זיין אז פראבעביליטי (די Law וכו׳) אליין קען דאס נישט ערקלערן (נאכאמאל
און נאכאמאל, אין אונזער קאנטעקסט; ועיין להלן).
ומשם תדין אז אויב פאסירט אזא מין וועריפייד מעשה וואס דו לייגסט אראפ מיט די לאטערי פינף-צען מאל אין לא׳מיר זאגן טויזענט יאר (איך גיי נישט פראפארציאנאל; איך וויל נאר ארויסברענגן די געדאנק), גלייב איך אז דאס איז בייגעקומען די Law (נאכאמאל, אין אונזער קאנטעקסט). ווי אזוי איך פארשטיי ווילסטו
אויפווייזן די מושג פון חוץ לדרך הטבע פון אפילו נאר איין מאל פאסירן, און אויף דעם דינג איך זיך אז עס איז נישט קיין הוכחה עפ״י פראבעביליטי (אן דארפן צוקומען צו (ווי נישט, דוחקים) פון אינפיניטי) וככל הנ״ל.
בקיצור, אין אונזער שמועס גיבן מיר עס
נישט קיין אינפיניט נומער; נישט אין צייט און נישט אין טרייעלס. (הגם איך פארשטיי אז די law אליין, מאטעמאטיש, בעצם גיבט יא; איך בעהט ס״ה אין די קאנטעקסט פון וואס אונז קענען מיר ממש פראקטיקאליש מעזשורען. אין אנדערע ווערטער, קעגן דיין אויפווייז פון אן
איין איינציג מאליגע געשעעניש. איך פארשטיי אויך אז אטעאיסטן נוצן די אינפיניט איידיע בנוגע בריאת העולם וכו' וכו' ענטראפיק פרינציפעל וכו' וכו', וממילא קען מען עס נוצן אפילו עס פאסירט
יא מערערע מאל. איך וויל נאר זאגן אז אין אונזער דיון דארף מען ניטאמאל צוקומען דערצו, וככל הנ"ל. באמערק אז איך האב נישט דערמאנט אינפיניטי, דו האסט.)
אין אנדערע ווערטער, איך האלט אז דו וואלסט ווען געדארפט אנכאפן די משל פון א רבי אדורכגיין א וואנט וכדומה צו פרוווען דיין פוינט. (איז טאקע דיין משל פון די לאטערי
אן איינמאל אין א טריליאן יאר געשעעניש? יש לדון. עכ"פ ווייט נישט די זעלבע ווי אדורכגיין א וואנט.)
און דאס טאקע איז די נושא פון די אשכול: די סארט הכל מודים'דיגע טבע'דיגע געשעענישן אין די ראמען פון פראבעביליטי, לעומת למשל אדורכגיין א וואנט; א הכל מודים'דיגע
חוץ לטבע'דיגע געשעעניש. הגם דאס קען מען בעצם אויך אריינלייגן אין די ראמען פון פראבעביליטי, אבער די הבדל איז בולט.