דאס קול פון שטילקייט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

דאס קול פון שטילקייט

שליחה דורך ארי נוהם »

השיר המרומם, העמוק והכואב: The Sound of Silence, שהושר ע"י הרבנים הישישים רבי שמעון והרב גארפינקעל שליט"א, ועורר תסיסה רבה בימים ההם ובזמן הזה.
ועתה תורגם השיר לשפת זשארגאן ע"י אבד"ק וונציה שליט"א, לתועלת הקוראים הנכבדים אשר יכירו ויביטו נפלאות מתורתם של יהודים הנ"ל, ובוודאי כל המתעמק בזה מובטח לו שימצא פירוש נאה למצבו שלו עלי אדמות.

האי לכם זרע: "דאס קול פון שטילקייט"


א גוטן טונקלקייט מיין אלטער פריינט
איך וויל ווידער רעדן צו דיר היינט
ווייל א וויזיע האט זיך איידל אריינגעכאפט
איבערגעלאזט זומען ביים שלאף ביינאכט
און די וויזיע וואס איז אין מיין מח געווארן איינגעפלאנצט
דארט יעצט טאנצט
אינערהאלב דאס קול פון שטילקייט


אין אומרואיגע חלומות איך האב שפאצירט אליין
שמאלע גאסן פון געפלאסטערטע שטיין
אונטערן הילא פון א גאס-לאמפ זיך געדרייט
און געדרייט מיין קאלנער צום קעלט און פייכטקייט
ווען מיינע אויגן זענען געשטאכן געווארן דורכן בליץ פון א בליטשקעדיגע-ליכט
וואס האט צעטיילט די נאכט
און אנגערירט דאס קול פון שטילקייט


און כ'האב געזען אינעם ליכט וואס באלייכט
צען טויזנט מענטשן, צי מער פילייכט
מענטשן וואס רעדן אן ארויסשמועסן
מענטשן וואס הערן אן אויסהערן
מענטשן וואס שרייבן לידער וואס שטימעס טיילן נישט מיט
ווייל קיינער נישט טוט -
צושטערן דאס קול פון שטילקייט


"נאראנים" האב איך געזאגט, "איר נישט ווייסט
אז שטילקייט ווי קענסער עס וואקסט
הערט מיינע רייד וואס וועט מעגליך אויסלערנען א צייכן
נעמט מיינע ארעמעס וואס וועלן אייך מעגליך דערגרייכן"
אבער מיינע ווערטער ווי שטילע וואסער-טראפן זענען געפאלן
און געלאזט א ווידערקול אין דאס ענדלאזער שטילקייט


און די מענטשן האבן זיך געביקט און געדאוונט
צום אייגן-געמאכטן גאט אין וואס זיי זענען אומבאהאוונט
און דאס שילד האט געבליטשקעט און געווארענט
אין די ווערטער וואס עס האט אויסגעפארעמט
און דער טאוול האט געזאגט: "די ווערטער פון די פראפיטן
טוען אויף די סאבוועי-ווענט שאלן
און אין אפארטמענט-געביידעס זאלן
און אריינגעמורמעלט אין די קולות פון שטילקייט".
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

די חשוב'ע רבנים: הרב גארפינקעל, הרב שמעון, און די אימפעריע פון הרבנים שמעון וגארפינקעל שליט"א.


דער הערליכער ניגון The Sound of Silence וואס זיי האבן פארפאסט, מיט זייער ווערסיע, וואס הערט זיך איידל און קלאסיש, עטוואס קול דממה דקה'דיג.


א שענערע ווערסיע איז דאס פאלגענדע, פון א גרופע מענטשן וואס באשאפן דעם גאנצן יצירה מיט זייער שטימע. גאר מאכטפול.


לעצטנס האב איך מיך אבער אנגעשטויסן אינעם פאלגענדן ווערסיע, וואס הייבט אן גאר עדזשי אבער ווערט פארוואנדלט אין א קנויל פייער מיט יעדן פארבייגייענדן פאראגראף. עס איז חוצב להבות אש און דורכן גאנצן טאג זינגט זיך עס מיר אונטער. און כשמו כן הוא, עס האט מיר איבערגעלאזט גענצליך צושאקלט און "Disturbed" [לשון נופל על לשון].
אדער ווי איינער האט עס מגדיר געווען אין די קאמענטס:
Simon and Garfunkel's version was a warning
Disturbed's version is rage because the warning was ignored

דא זינגט ער דעם זעלבן ניגון לייוו, און אויף א וואונדערליכן פארנעם זינגט ער עס ממש ווי אין סטודיא, א פלא וואס האט אויך געשאקלט די וועלט פון נגינה בשעתו.

אויב איר ווערט אויך משוגע פאר דעם ווערסיע און ווילט עס איבערהערן פאר א גאנצע שעה נאכאנאנד, האט איינער שוין צוגעשטעלט אויך דעם תאוה...


*

און אט איז דער ענגלישער ווערסיע פונעם הימל-שפאלטענדן ניגון, וואס עדיין לא נס ליחו אריבער א יובל שנים שפעטער:

Hello darkness, my old friend
I've come to talk with you again
Because a vision softly creeping
Left its seeds while I was sleeping
And the vision that was planted in my brain
Still remains
Within the sound of silence


In restless dreams I walked alone
Narrow streets of cobblestone
'Neath the halo of a street lamp
I turned my collar to the cold and damp
When my eyes were stabbed by the flash of a neon light
That split the night
And touched the sound of silence


And in the naked light I saw
Ten thousand people, maybe more
People talking without speaking
People hearing without listening
People writing songs that voices never share
And no one dared
Disturb the sound of silence


"Fools, " said I, "You do not know
Silence, like a cancer, grows
Hear my words that I might teach you
Take my arms that I might reach you"
But my words, like silent raindrops fell
And echoed in the wells, of silence


And the people bowed and prayed
To the neon god they made
And the sign flashed out its warning
In the words that it was forming
And the sign said, "The words of the prophets are written on the subway walls
And tenement halls"
And whispered in the sounds of silence
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

ס'איז איין זאך צו האבן שוואכע ליריקס, און ס'איז א צווייטע זאך צו באשאפן נאך איין טיפיקל חסידישע ניגון וואס בלעבלט איבער דעם שטענדיגן מעסעדזש אז "דו ביסט קיינמאל נישט אליינס", אנשטאט לאזן דעם מענטש זיך פאראייניגן מיט זיין ווייטאג און פיין (וואס איז זעלבסט א הויפט באשטאנדטייל צום טעראפי)

זיין ניגון זעט מיר אויס ווי א חילול הקודש פון ערשטן קלאס. לא די אז די ווייטאג איז נישט מעסערשניידענד, און לא די ער לאזט אויס דעם הויפט מעסעדזש פונעם ניגון: קראתי ואין עונה, און מיר זענען בארינגלט מיט טיפשים און שטילקייט וואס ווילן ח"ו נישט הערן עפעס וואס וועט זיי צוטרייסלען, נאר ער איז מהפך הקערה על פיה און הייבט אן טרייסטן תנחומין של הבל.

לאז איין ניגון בייסן און נאגן אנשטאט עס פאלישן מיט "גאט-איז-מיט-דיר" והמסתעף.


(מתוך הליריקס של מייעס):
יא דו ביסט גערעכט, ס'איז שווער
פיל מאל מ'פילט מ'קען נישט מער
אבער כאטש די אויגן זענען פארטרערט
דארף מען וויסן אז ס'איז אלץ באשערט
און לטובה פאר אונזער גוט'ס אויף אונז עס קומט
און ס'איז באשטימט
פונקטליך וואו און ווען מיט א צאל

עס וועט נישט נעמען נאך צו לאנג
געדענק ס'איז נאר א דורכגאנג
אפילו נאך דעם טונקלסטן נאכט
שיינט די פרימארגן אויף און לייכט
עס וועט נאך קומן א צייט וואס דו וועסט לאכן פון דיין צער
און דערפאר
שטארק זיך שוין יעצט, און גיי אן ווייטער


--
אה פליז!
נאכאמאל מיט גם זו לטובה? נאכאמאל די פרימארגן שיין?

וואו איז די מחאה פון ר' שמעון וגארפינקעל אויף גסות הרעיון? וואו איז די ווייטאג איבער המון עם הנבער? וואו איז די געשריי איבערן פערזענליכן חשכות? וואו איז די טרייסל איבערן אייגנ-פאבריצירטע גאט? וואו איז די ציפ אז א מענטש זעט זיך נאקעט, ערום ועריה?
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

הערליך שיין ר' ארי! יישר כוחכם.

דוד דריימאן פון Disturbed, וואס זינגט אזוי הארציג איז א ברוקלינער און איז געגאנגען אין ישיבת נוה בירושלים. זיין ווערסיע איז גאר פאפולאר, מיט באלד 550 מיליאן views!

(מייעס'ס ווערסיע איז אויך שיין- עס איז נישט 'פעיר' צו מאנען פון עם א שמעון/גארפונקעל ווערטער שפיל.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ארי נוהם האט געשריבן:ס'איז איין זאך צו האבן שוואכע ליריקס, און ס'איז א צווייטע זאך צו באשאפן נאך איין טיפיקל חסידישע ניגון וואס בלעבלט איבער דעם שטענדיגן מעסעדזש אז "דו ביסט קיינמאל נישט אליינס", אנשטאט לאזן דעם מענטש זיך פאראייניגן מיט זיין ווייטאג און פיין (וואס איז זעלבסט א הויפט באשטאנדטייל צום טעראפי)

זיין ניגון זעט מיר אויס ווי א חילול הקודש פון ערשטן קלאס. לא די אז די ווייטאג איז נישט מעסערשניידענד, און לא די ער לאזט אויס דעם הויפט מעסעדזש פונעם ניגון: קראתי ואין עונה, און מיר זענען בארינגלט מיט טיפשים און שטילקייט וואס ווילן ח"ו נישט הערן עפעס וואס וועט זיי צוטרייסלען, נאר ער איז מהפך הקערה על פיה און הייבט אן טרייסטן תנחומין של הבל.

לאז איין ניגון בייסן און נאגן אנשטאט עס פאלישן מיט "גאט-איז-מיט-דיר" והמסתעף.


(מתוך הליריקס של מייעס):
יא דו ביסט גערעכט, ס'איז שווער
פיל מאל מ'פילט מ'קען נישט מער
אבער כאטש די אויגן זענען פארטרערט
דארף מען וויסן אז ס'איז אלץ באשערט
און לטובה פאר אונזער גוט'ס אויף אונז עס קומט
און ס'איז באשטימט
פונקטליך וואו און ווען מיט א צאל

עס וועט נישט נעמען נאך צו לאנג
געדענק ס'איז נאר א דורכגאנג
אפילו נאך דעם טונקלסטן נאכט
שיינט די פרימארגן אויף און לייכט
עס וועט נאך קומן א צייט וואס דו וועסט לאכן פון דיין צער
און דערפאר
שטארק זיך שוין יעצט, און גיי אן ווייטער


--
אה פליז!
נאכאמאל מיט גם זו לטובה? נאכאמאל די פרימארגן שיין?

וואו איז די מחאה פון ר' שמעון וגארפינקעל אויף גסות הרעיון? וואו איז די ווייטאג איבער המון עם הנבער? וואו איז די געשריי איבערן פערזענליכן חשכות? וואו איז די טרייסל איבערן אייגנ-פאבריצירטע גאט? וואו איז די ציפ אז א מענטש זעט זיך נאקעט, ערום ועריה?


כ'האב געקלערט ממש אט די זעלבע ווערטער ווען איך האב געהערט זיין ווערסיע אויף מיין באליבטע לידל די סאונד אף סיילענס, טאמער ווילסטו ברענגען אייגענע מעסעדזשעס איז מאך אייגענע ניגונים, פארטויש נישט די משמעות און ברענג נישט אראפ די הויכע קוואליטעט פון אזא רייכע יצירה...
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: דאס קול פון שטילקייט

שליחה דורך דובעלע »

דיסטארבד נעמט בעסיקלי רואיגע ווארעמע ניגונים און לייגן עס אראפ ווילד מיט הארד קאק/מעטל...
זיי האבן אסאך אזאלכע ניגונים, נאך אזא מין ניגון איז I still haven’t found what I’m looking for, פון U2,
לולב הגזול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך לולב הגזול »

[left]There is yet another set of lyrics that make me feel this song is relevant today…”And in the naked light I saw / Ten thousand people, maybe more / People talking without speaking / People hearing without listening”…This could easily be talking about people today on their phones & social media that are speaking to people, but not actually talking to anyone. Maybe Paul Simon could see into the future.[/left]

נביאים אויך!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

viewtopic.php?f=50&t=7983

אזוי ווי ונבנתה זאגט, יאיר'ס פאום דא האט echoes פון דעם ניגון.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט