א סיפור מיט איין צדיק און איין רשע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

א סיפור מיט איין צדיק און איין רשע

שליחה דורך גדליה »

(דיזע סיפור האט רבינו ערצעהלט און געהייסען זי פארשפרייטן און לשון זשארגאן)
איין מאל איז געווען א גרויסער צדיק. דער צדיק האט געטוהן אלעס וואס א צדיק טוהט, ער האט געלערענט די תורה, געדאוונט תפילות צום באשאפער און געטיילט צדקה פון זיין ארעמע פארמעגען. דער צדיק האט זיך געשפייזט מיט לערנען פאר יודישע קינדער תורה, און פין די בני עניים האט ער נישט גערעכענט קיין געלד, געדענקענדיג די משנה אין פרקי אבות, הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה.
דער צדיק האט געהאט א שטוב מיט צוועלעף קינדער, און ער האט נישט געהאט אסאך געלד, אבער ער איז געווען צופרידן מיט זיין גורל און האט אייביג געדאנקט די באשעפער. אדרבה אויב ס׳האט אמאל געפעלט געלט האט ער נאך מער גאדאנקט די באשעפער, און אזוי האט ער געפירט א ערליך הייליג לעבן, אפגעזונדערט פון אלע הבלי עולם הזה.
איינמאל האט די צדיק געדארפט מאכען א נסיעה צו טייוואן. טיווואן איז א ווייטע לאנד אין אזיע. וואס זוכט א צדיק אין טייוואן, ווילט איהר אוודאי וויסען? איז די תירוץ אז דער צדיק האט געהערט אז אין יענע געגענטער געפינען זיך מעגליך די עשרת השבטים , און דער צדיק האט געקלערט אז אויב וועט ער אהינגיין און ענטדעקען די פארבלאנדזשעטע שבטים וועט ער אין בעסטן פאל צוברענגען די גאולה שלימה און אין ערגגסטן פאל צוריקברענגען א פארלוירענע שבט צו כלל ישראל.
די צדיק האט צוזאמגעקליבען א פרוטה נאך א פרוטה, ביז ס׳איז עם געלונגען צאמצושטעלען די נויטיגע סכום פאר א וואן וועי טריפ קיין טייוואן. דער צדיק האט גערעכענט אז ער ברויך טוהן זיין השתדלות, און אויפ׳ן וועג צוריק וועט דער אייבערשטער שוין זיכער מאכען ער זאל טרעפען דאס געלט פאר א טיקעט אהיים. ער האט גוט געדענקט די פסוק: לא ראיתי צדיק נעזב.
דער צדיק איז אנגעקומען אין עירפארט און פארשטייט זיך אז ער האט גלייך אויסגעטוהן די ברילן. ער האט קיין רגע נישט מסיח דעת געווען פון די קליינע משנה ברורה וואס איז געלעגען אין זיינע הענט די גאנצע צייט, און ער האט נאר געזאגט ״נו?״ און ״טענק יו״ פאר אלע עיר פארט איינגעשטעלטע, וועלכע האבן באהאנדלט די צדיק מיט גרויס רעספעקט, זעענדיג אז ער איז א העכערע הייליגע איד.
אויף די זעלבע ליין פון די צדיק איז געווען א צווייטע מענטש. א רשע. דאכט זיך מיר דארפן קיינעם נישט מסביר זיין וואס א רשע איז. א רשע איז פונקט פארקערט ווי א צדיק, וואס א צדיק טוהט טוט א רשע פארקערט. עפעס וואס די צדיק טוהט יא, למשל דאווענען לערנען און גיין נאך געלט, טוהט דער רשע נישט. עפעס וואס דער צדיק טוהט נישט, למשל ער געט זיך נישט נאך די תאוות האכילה, און ער לויפט נישט נאך קיין געלט און חלילה ארגערס, טוהט דער רשע יא, און זיין גאנצע לעבען איז א קייט פון שוואויל טאג און עולם הזה.
פארוואס דער רשע פארט קיין טיוואן וועלען מיר אייך נישט מגלה זיין, אבער איהר קענט זיך שוין אליין פארשטעלן אז אויב מיר מוזען דאס פארהוילען פון אייך, איז פארשטענדליך אז דא האנדעלט זיך פון דאס ארגסטע וואס מיר קענען נישט און ווילען נישט ארויסשרייבען. ודי לחכימא ברמיזא.
דער רשע האט שוין געזען פינדערווייטנס אז דער צדיק גרייט זיך ארויפצוגיין אויף זיין פליגער, און א טייוולענישע שמייכעל האט זיך באוויזען אויף זיינע ליפן. ער האט באלד דערקענט דעם צדיק, ווארום טראץ דעם וואס דער צדיק האט פראבירט צו באהאלטן זייין גרויסקייט, האט זיין געזיכט געשיינט ווי די זון אינמיטען טאג און ווי די לבנה אינמיטן חודש, במילא האט דער רשע באלד געכאפט אז דאס איז א צדיק.
(פארזעצונג קומט בעז״ה)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ר'ראובן איהר וועט מוזן איינהאלטן די נייגער ביז די קומעדיגע קאפיטעל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

איך ווארט מיט שפאנונג.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

גדלי' איז אין די פעדערן.
זאג נאר, די צדיק איז געווען א בנשק'ל? געגאנגן מיט פעפיטע הויזן? אויב יא פארשטיי איך שוין אלעס (חוץ די עבירות וואס דער רשע האט געוואלט טון אין טייוואן)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א סיפור מיט איין צדיק און איין רשע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין געווארען סטאק ביי דער משנה אין אבות אז הזהרו בבני עניים, איך געדענק עס נישט פון פרק זאגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

ר' [tag]גדליה[/tag] איהר פלאנט אליינ'ס ממשיך זיין די מעשה,
אדער ווילט איהר אז א יעדער וואס האט זוכה געוועהן צו הערן ביי זיין רעבי'ן א מעשה מיט אזא אנפאנג
זאל דא ארויף שרייבען און איבער פארציילן פאר'ן עולם די גירסא ווי מ'האט פארציילט ביי זיי.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

קאפיטעל 2
דער צדיק האט גענעהנט צו די פלאץ וואו מען קוקט איבער אלע מענטשען פון באמבעס און גיפטיגע דראגס. די צדיק האט געוואוסט אז דינא דמלכותא דינא און ווילאנג מ׳זעמיר אין גלות וועט מען זיך מוזען ליידער אויסטוהן די שיך און די רעקעל. בדיעבד האט ער געקלערט אז דאס וויל מען מן השמים אז די ברייטע וואלענע טלית קטן זאל אנטפלעקט ווערען בפני כל העם ועדה, וראו כל עמי הארץ כי שם ה׳ נקרא עליך.
דער רשע האט שוין נישט אפגעלאזט קיין אויג פון די צדיק, כאטש די צדיק האט אים נישט באמערקט, ווארום די צדיק איז געווען ארינגעטון אין זיין משנה ברורה׳לע. דאס איז איין סיבה. די צווייטע סיבה איז ווייל אפילו אין די דאזיגע מינוטן וואס ער האט נישט געקענט אריינקוקן אין ספר׳ל ווי למשל ווען ער האט געברויכט ארויסגיין אויף צרכים, האט ער שטענדיג אראפגעקוקט ממש ביז צו דער ערד, נישט וועלענדיג איינזאפן קיין שום דבר טומאה וזוהמא אין די גאנצע עירפארט. אזוי איז אויסגעקומען אז דער רשע האט גאנץ קלאר געקענט זען די צדיק און מיטהאלטען יעדעס ריר זיינעם, אבער דער צדיק האט נישטאמאל געוויסט אז דער רשע איז בכלל דא. וואלט דער רשע אריין אין בית מדרש בשעת דער צדיק לערענט, וואלט דער צדיק שוין דערשפירט דעם כח הטומאה מחמת זיין גרויס קדושה און הייליגקייט. האט מען אבער אזוי צוגעפירט אז זיי זאלען זיך צאמטרעפען אין א עירפארט, וואו ס׳לופט איז פארפעסטעוועט שוין מיום הימצאה עלי אדמות, און די טומאה וזוהמא געפינט זיך אימעטים, האט דער צדיק כלל ניט דערשפירט דעם רשע.
אבער ווען די סאלדאטן ביי די עירפארט (ברוב תמימותו האט דער צדיק געמיינט אז די טי עס עי באאמטע זיינען סאלדאטען) האבען פארלאנגט ער זאל הייבען די הענט אין די הייעך און זיך ארומדרייען ווי ביי די הקפות האט ער אויפגעהויבען זיינע אויגן. ממש פאר א רגע כמימרא, און זיינע אויגען זענען תיכף געפאלען אויף דעם רשע ביים עק. די צוויי אויגען האבען זיך באגעגענט.
יעצט וועט איהר דאך מיינען אז דער צדיק איז געווארען אינגאנצן צוטומעלט פון די רשע און זיינע בייזוויליגע פלענער? לגמרי נישט.
און די סיבה פארוואס איהר מיינט אזוי איז ווייל איר קענט נישט אונזער צדיק. ער איז א אמת׳ע צדיק וואס זעהט דורך די גוטסקייט און הייליגקייט פין די בריאה. ער זעהט בלויז צדקות איבעראל. יא טאמער באגעגענט ער זיך מיט א דבר טומאה וועט ער זיך פין זיך אליינס עקעלען, און ער ועט אנטלויפען ווי פון פייער. אבער איצטערט איז ער דאך געווען אין עירפארט. און אין עירפארט איז דאך די גאנצע לופט סייווי אנגעפילט מיט טומאה, איז דאס ביסל צוגעגעבענע טומאה פון די רשע האט כלל נישט געשאדט.
נאך מער, דער צדיק האט שוין לכתחילה אפגעמאכט אז ס׳לוינט אפצוהאלטען די נסיעה קיין טייוואן טראץ די טומאה וואס מ׳ברויך מיטגיין אויף די ועג, נו קומט אויס אז די גאנצע טומאה איז נדחה געווארען לכבוד די נסיעה, און אפילו הונדערט טויזענט רשעים וואלטען נישט געהאט קיין שום השפעה אויף די צדיק. ווארום דער צדיק קאן אמאל בוחר זיין אריינצוגיין אין די מ״ט שערי טומאה בכדי ארויסצוראטעווען איין נפש מישראל. כל שכן ווען ס׳האנדעלט זיך פון א גאנצע שבט מישראל וואס איז נעבעך פארלוירן געגאנגען אין א ווייטע מדינה אין די אנדערע האלב פין די ערד קוגעל.
אכלל, די צדיק האט צוריק אראפ געבויגען זיינע אויגען צו די ערד, די אגענט האט געענדיגט אים באקוקען און האט עם באגריסט. העיוו עי סעיף טריפ ראביי! האט די אגענט געזאגט צו די צדיק.
דא איז די צדיק געכאפט געווארען אין א שאק. ס׳איז ס׳ערשטע מאל אין זיין לעבען וואס איינער רופט עם ראביי. זיין גאנצע לעבען האט ער דאך אויסגעלעבט אין זיין שטעטעל, גייענדיג פון הויז צו שול אין צוריק, אויב האט ער אמאל געברויכט וויזיטען די דאקטער׳ס אפיס, איז עס געווען אין א מעדיקעיד אפיס ווי קיינער האט נישט געהאט קיין צייט פאר אזוינע שיינע באגריסונגען.
דער צדיק האט אפגעזיפצט, דער גוי מיינט נעבעך אז ער איז א ראביי. אוי ווען ער ווייסט ווען ווי נידעריג און זינדיג דער ראביי איז וואלט ער עם ליבערשט אויסגעצויגן דא אויף די ברייטע פאסיק אויף וועלכען די פעקלעך פארן דורך אין עם אויסגעפראקט. נאר איז ער דאך א גוי. פארשטייט ער נישט. אבער טענק יו קען ער נישט זאגען ווייל ס׳קען משמע זיין כאילו ער איז דא א ראביי, און ס׳וועט זיין א געוואלדיגע חילול השם אז א ראביי האט ארויסגעקוקט מיט די אויגען בשעת די אגענט האט עם באקוקט.
די צדיק האט געמוזט אויפקומען מיט א קלוגע עצה. און אזוי ווי מיר זאגען דאך כסדר, ווי תורה דארט איז חכמה, האט דער צדיק אויפגעקומען מיט א געדאנק. טענק יו, באט איי׳ם נאט א ראביי. - יאך בין נישט קיין ראביי, האט ער צוגעלייגט אין יודיש, אליין נישט וויסענדיג פארוואס.
די צדיק איז געווען זיכער אז די סאלדאט וועט זיך אנהייבען טענה׳ן מיט עם, פינקט ווי די גבאי טענה׳ט זיך אייביג ווען ער וויל אפזאגען די מנחה ערב שבת אדער תורה שלשידעס. אבער זעהט אויס אז די סאלדאט האט אנגענומען זיין טענה, און ער האט סתם געשמייכעלט און געזאגט: גודביי.
דא פעהלט אויס צו איינערקענען א וויכטיגע נקודה. איהר ווייסט טאקע אז דא האנדעלט זיך פון א צדיק, ווארום מיר האבען אייך אויסגעזאגט דעם סוד, אבער דער צדיק אליין האט לחלוטין נישט געוויסט דערפין! חאטש וואס ער אליינס איז געווען דער צדיק. אז ער איז א תלמיד חכם - האט ער געוויסט, אז ער איז א למדן - האט ער געוויסט, אז ער איז א בעל צדקה - האט ער אויך געוויסט. אבער אז ער איז א צדיק האט ער בכלל נישט געוויסט. און פארדעם טאקע האט אים אזוי פארדראסן אז דער גוי רופט עם ראביי, ווארום ווען דער גוי זאל מיינען דערמיט אז דער צדיק איז א בן תורה, החרשתי. פינקט ווי ער האט שוין באשלאסן צו שווייגען ווען ער קריגט א חתונה בריוועל באטיטלט אלץ ראביי. ניין ער מאכט מער נישט קיין מצב דערפין ווייל ער פארשטייט אז זיין סאציאלע סטאטוס איז אזאנס פין א בן תורה. אבער אז דער גוי זאגט ראביי מיינט ער דאך אז דער באטרעפנדע איז א צדיק. און דאס איז דאך א שקר ווי עבודה זרה.
און אז מ׳רעדט פין עבודה זרה איז ווערד צו דערמאנען אז דער רשע איז לגמרי אנדערשט. די רשע, ער האט דווקא יא געוויסט אז ער איז א רשע! נישט נאר ער האט געוויסט נאר ער איז געווען שטאלץ מיט דעם אין ער איז כסדר ארומגעגאנגען זיך גרויסהאלטען מיט אלע רשעות וואס ער טוהט אלץ אפ. אדרבה אז איינער האט עם גערופן רשע האט ער עס גענומען אלץ א קאמפלימענט.
דאס איז טאקע איינע פון די וויכטיגע חילוקים צווישען א צדיק אין א רשע, וואס מיר זיינען גאנץ זיכער אז איהר, טייערע לייענער, האט דאס נאך קיין מאל נישט געכאפט. א צדיק איז א צדיק אבער ער טאר נישט וויסען דערפין! אויב האלט ער זיך פאר א צדיק איז ער אויס צדיק. ווידער א רשע איז א רשע דווקא אויב ער ווייסט דערפון! ווארום א רשע בשוגג איז דאך נעבעך א תינוק שנשבה.
דאס איז גאנץ אנדערש ווי אנדערע קוואליטעטן, למשל אז איינער קען שיין זינגען איז עס אמת נישט קיין חילוק צי ער ווייסט צי נישט. אדער אפילו אז איינער איז א חכם אין ווייסט פון זיין חכמה בלייבט ער א חכם. אבער דא איז עפעס א נפקא מינא צו ער ווייסט צו נישט. און ס׳איז זייער אינטערסאנט אז אזוי ווי ביי אלע זאכען וואס א רשע איז פארקערט ווי א צדיק, אזוי אויכעט איז ער מיט דעם פינקט דאס פארקערטע ווי א צדיק.
דער רשע האט טאקע מיט זיין גרויס רשעות געקוקט אויף די צדיק, און געזעהן ווי די צדיק איז טאקע פינקט פארקערט ווי עם. ווייטער די צדיק האט געקוקט אויף די רשע און ער האט אים סתם געזעהן אלץ א חלק פון די גרויסע טומאה און קיין רעאקציע צי דעם רשע איז דערווייל בכלל נישט געווען שייך. פינקט ווי איהר קענט נישט רעאגירן ווען איינער רעדט בשעת א פייערלעשער טראק פארט דורעך, אזוי קען דער צדיק נישט רעאגירען צו א רשע אין א עירפארט.
(פארזעצונג קומט בעז״ה)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

און וואס איז מיט'ן זיסן בינוני?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס איז דער שרייבער פין די זיסע מעשה'לע, א צדיק צו א רשע?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א טייל פון אט די אויבנגעבראכטע ערצעהלונג וואס איזט געוועהן אויסגעשניטן פון דרוק אין די תקופה פון די טרויעהריגער צענזוהרע.

דער רשע האט זיך אויכעט געשטעלט ביי די זיכערהייט טויערן און זיך געמוזט אויסטוהן דעם אויבערראק, די בעגלייטער פון דעם רשע האבן איבערגענומען דעם קאלירטן בגד און עס געהאלטן מיט כבוד און רעספעקט ביז ווען די בעאמטע האבן עס געהייסן אדורכפירן די מאשינען וועלכע האבן פערטומלט די ארומיגע מיט זייערע הויכע גערודער.

דער רשע האט זיך אומגעקוקט מיט פארדאכטן און געווארט מיט זיין בלויזער טלית קטן און געפעפערטע הויזעלעך וועלכע ענדיגן זיך מיטן צוגעקלעפטער פאר זאקן ביי די קניען, ער האט זיך געשעמט פון די ארומיגע דעריבער האט ער א כאפ געטאן די ברילן וועלכע ער האט אריבערגעשווערצט און עס אנגעטאן אונטער די אויגן כדי ער זאל קענען זיך ארומבליקן און זען טאמער די חרדישע פאפאראצי וועט אים באגעגנען דא כסוטה בקלקולו.

דאן האט ער אנגעמערקט אינעם צדיק וועלכער איז געשטאנען מיט זיין קורצער בגד'ל און קאלירטע ספורט שיך, ער האט זיך כמעט בעגראבן פאר בושה איינזעענדיג אין די גרויסקייט פון דעם געוואלדיקן צדיק, אבער מיט איין זאך האט ער זיך געטרייסט אז ווען ער וועט זיצן פארזיכערט אויפן פלוגצוג אין די ערשטע קלאס וועט דער צדיק זיך נישט קענען איינקוקן אין זיין עבודה פון מישן די מואוויס דען ער וועט זיצן פון הינטן אין די עקאנאמיע קלאס, דער רשע האט געוואוסט פון דעם געהיימעניס אז דער צדיק פארמאגט נישט צופיל מעריצים און אוהדים אזויווי ער, און אז דער צדיק האט נישט בעקומען זיין טיקעט אויפן פלוגצוג פון א פארפלאמטער חסיד'ל מיט אן אמעריקן עקספרעס קארטל (דאס איז געווען די דאמאלטסדיגער וועלוטע).

שוין ענדליך ווען מען האט אריבערגעלאזט דעם לעצטער גבאי וואס איז פארהאלטן געווארן דורך די בעאמטע צוליב א פעקל בעיבי ווייפ'ס וואס ער האט אומלעגאל געפרואווט צו דורכשווערצן אין זיינע תחתונים, יעצט זענען זיי שוין געווען גרייט ארויפצוגיין אויפן פליגער און זיך הייבן אויפן וועג צום דעסטינאציע.

אבער זיך זעצנדיג אויף די ערשטע קלאס אינעם בעקוועהמער זיץ האט ער באגעהגנט אן איבעראהשונג, דער צדיק האט אראפגעלייגט זיין רוקזאק נעבן די טלית בייטל פונעם רשע, עס האבן אנגעהויבן קלאפן די ציינער פון דעם רשע דען ער האט נישט געקענט דערהייבן די רוח הקדושה וואס האט געדראעט אים אומצוברענגען.

ביז דא איז די השמטה אין אונזערע הענט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ס'דאָ וואס זאגן אז די השמטה איז נישט קיין אויטענטישן ווייל ס'ליינט זיך עפעס נישט בלשון דזשארגאן... אנדערע זאגן אז די ארגינעלע השמטה איז געווען בלשון דזשארגאן, אבער ס'איז שפעטער איבערגעזעצט געווארן פון אויסענווייניג. אַנטיקער שרייען אז ס'איז נישט די אַקוראַטע ווערסיע.... אפשר [tag]גדליה[/tag] וועט וויסן מער פרטים.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

דער צדיק איז אדורעך די סעקיוריטי, און ער האט זיך אראפגעזעצט אין לאונדזש מיט זיין משנה ברורה׳לע, נאך א האלבע שעה איז געקומען די מעלדונגע אויף די מייק ״פלייט טו טייוואן, אלל פעסענזשערס טו געיט פייוו״ און די צדיק האט באלד אוועקגעלייגט די משנה ברורה׳לע אין זיין גרויסען טלית בייטעל, ער האט אביסעל פארראכטען זיין היט, ס׳זאל זיין א קידוש השם ביי די טייוואנער גויים, אין ער האט אפירגעזוכט זיינע דאקומענטען און זי געהאלטען שטייף אין זיין האנט ס׳זאל חלילה נישט פארלוירען גיין.
די צדיק האט געבאורדט די פליגער און אלץ איז דורעך בשלום, אזוי נישט מיר נישט דיר טרעפט ער זיך אויף די פליגער, און א פרוי שטייט דארט אין זאגט ״וועו קאם טו טיי וואן עיע וויינס״. די צדיק האט נישט פאשטאנען פארוואס זי לאסט אויס יעדע צווייטע בוכשטאב, ווארום ער האט ניט געזען אירע עיניים טרוטות האט ער ניט געוויסט אז זי איז גאר אליינס א טייוואנע, פילייכט טאקע א פארלארענע צווייג צום אידישען פאלק.
די ערל׳עט האט פארלאנגט זיין פאס, און זי האט אים צוגעוויזען גענוי ווי ער זאל גיין. דער צדיק האט נישט פארשטאנען וואס זי ווייזט און צייגט, ווארום אויף אירע פאר׳ערל׳טע הענט האט ער נישט געקוקט אפילו זאל מען אים שניידן מיט לעבעדיגע שטיקער. האט זי געבעטן א צווייטע זאל אים צוטראגען, דער צדיק האט אבער געהאט א פראבלעם, אחורי ארי ולא אחורי אשה, האט ער פיין געדענקט די גמרא אין ברכות. איז ער טאקע געשטאנען א מרחק אין נישט נאכגעגאנגען.
דא האט זיך געשאפען א שטיקעל טומעל, ווארום די צווייטע סטוארד האט אליינס שפאצירט און נישט אין אכט גענומען אז דער צדיק קומט נישט נאך איהר. אז זי האט געזען דער צדיק בלייבט אויף זיין ארט און קוקט אויף זיינע שיך, איז איר שלעכט געווארן. די בארד פון די צדיק האט איר געמאכט טראכטען אז דא האנדעלט זיך נישט מער געדאכט פון א מוסלעמענע טעראריסט, וועלכע ווארט אויף א געלעגענהייט ארויסצונעמען די באמבע פין די זויל פון זיין שיך. .
די פרוי איז מיט שרעק געלאפן צום פילאט, און די פילאט איז געקומען צוגיין, האט ער געזען אז ס׳איז א צדיק האט ער זיך בארואיגט, ווארום דער פילאט איז דווקא געווען א אמעריקאנער פין אידישען ניו יארק, האט ער געזען א שפאר ביסעל צדיקים אין זיין לעבען, האט ער אנגעכאפט דעם צדיק ביי די ארעם און אנגעהויבען גיין מיט אים. ווי נאר דער ערל האט אים אנגעכאפט מיט זיינע אומגעטובל׳טע הענט איז דער צדיק אויפגעשפרינגען ווי פין א בינען שטאך.
ווען די צדיק איז ענדליך אנגעקומען ביי זיין זיץ איז געשטאנען דארט די פילאט, די סטוארד, און בערך א דאזען נייגעריגע מענטשען. ״העיר איז יאר סיעט״ האט די פילאט געזאגט.
פאר די צדיק איז שלעכט געווארן. מען האט אים געגעבען א מיטעלסטע זיץ, פינקט צווישען צוויי מענטשן וואס זענען נישט מזרע ישראל - צו זענען ערלים צי ער׳לטעס האט אים נישטאמאל אינטערסירט, ווייל אויפ׳ן צד אז זיי זענען ער׳לטעס האט ער דאך נישט געוואלט קוקען אויף זיי. אין סייווי האט ער שוין געהערט איינעם פין זיי רעדען מיט א פרויערישע קול, איז וואס ברויך ער נאך מטמא זיין די אויגן סתם צו קאנפירמירען וואס זיינע אויערען ווייסען שוין.
איצט וועט איהר ליבע לייענער אוודאי פרעגען, ווי קימט דאס אז דער צדיק האט זיך נישט בארעכענט פון פראנויס און גענומען א זיץ ווי ער וועט נישט ברויכען נכשל ווערען אין ס׳הארבסטע?
איז דער תירוץ אז דער צדיק איז בלויז צוויי מאל געפארען אויף א פליגער. איין מאל איז געווען ווען א איד האט געברויכט א ישועה און האט אים אויסגעצאלט א טיקעט צו קערעסטיר צו מתפלל זיין, אין ס׳צווייטע מאל איז געווען אויפ׳ן וועג צוריק. איז ער שוין געפארן פון אמעריקע קיין קערעסטיר, און פין קערעסטיר קיין אמעריקע, און ער האט שוין געוויסט אז עהרליכע פרימע אידען שטעלט מען אין פארענט פון די פליגער. ס׳איז אים נישט בייגעפאלען אז דער יעניגער יוד האט זיך עפעס איינגעהאנדעלט ספעציעלע ביזנעס קלאס טיקעטס. (פין אזא מושג ווי מיילן האט ער נישטאמאל געוויסט אז ס׳עקזיסטירט אויסער ביי מדידת תחום שבת).
יא איינמאל איז ער טאקע געפארען קיין א״י, איז פינקט געווען בין הזמנים איז ער געזעצען צווישען פרימע עהרליכע בחור׳לעך. סס׳וואלט איהם אין זיין ווילדסטען חלום נישט בייגעפאלען אז דער פילאט אליין וועט זיך וואגען צו זעצען א חסידישע יוד צווישען צוויי טייוואנער ערל׳טעס, נישט אז ניו יארקער ער׳לטעס זענען עפעס בעסער. איך שיהיה האט דער צדיק געוויסט אז אזא זאך קען נישט פאסירען, ער גייט נישט זיצען א האלבע מעת לעת צאמגעשטיפט צווישען צוויי גויעס.
איך בין מסכים צו שטיין אין א זייט. האט ער פראבירט צו מאכען א פשרה. דער צדיק איז געשטאנען יעדע יאר גאנץ יום כיפור, זעקס און צוואנציג שעה אין א ציה. ער איז געשטאנען ביי קידוש (אפילו בייטאג ווען קיין איין נארמאלע מענטש אויסער אפאר משוגעים שטייען נישט) אין ער איז געשטאנען ביי המפיל. ער איז געשטאנען ביי קריאת התורה אין ער איז געשטאנען ביי מגילה ליינען, ער איז געשטאנען ביי תקיעות דמיושב, און ער איז א ודאי געשטאנען ביי תקיעות דמעומד. פאר די צדיק צו שטיין אויף די פיס איז געווען בערך אזא פארגעניגען ווי ביי א נארמיילע מענטש צוליגען באקוועם אנגעליינט אויף א ביעטש בענקעל. די איינציגסטע מצוה וואס ער האט געטוהן זיצעדיג איז געווען זמירות ביי די חנוכה לעכט, ווארום סנדקאות האט ער נישט אנגענומען צוליב ענוה.
״יו קענ׳ט סטענד, סויר״ האט די פילאט שטרענג געזאגט.
די צדיק האט איינגעזעהן אז ער וועט מוזען אויפגעבען זיין נסיעה. וואס קען מען טוהן, זעהט אויס אז פין הימעל איז נאכנישט באשעהרט די פארלארענע שבטים זאלען נתגלה ווערען. ער האט אנגעכאפט די טלית בייטיל אין אנגעהויבען גיין, ביז מ׳האט קלארגעשטעלט דעם הייליגען צדיק אז איינמאל די רענצלעך זענען אריינגעטשעקט קען מען זיך נישט אראפזעהן פין פליגער.
דא האט די צדיק איינגעזעהן אז ער וועט מוזען אנקומען צו עפעס הילף. מאין יבא עזרי? האט ער אויפגעהויבען זיינע פארמאכטע אויגען צו ג-ט ברוך הוא. עזרי מעם השם עושה שמים וארץ, האט ער זיך געשטארקט, און דער צדיק האט געעפנט זיינע הייליגע אויגען, ברייט אפען, די לעכטיגע אויגען וואס זענען געווען אויסגעאיידעלט און אויסגערייניגט פין יעדען דבר איסור, די ריינע אויגען וואס האבען געזעהן בלויז שווארצע אותיות אויף פארגעלטע פאפירען, די אפגעהיטענע אויגען וואס האבען נאך אין זייער לעבען נישט אנגעקוקט אין א שמץ פון א נדנוד עבירה, אט די הייליגע אויגען האבן זיך איצט געעפנט, אין א אויסערגעווענליכע שיין, און ווי נאר די אויגען ברעמען האבען זיך געהויבען, האבען זיך די הייליגע אויגען אנגעשטויסען אין דעם רשע, און זיי האבען געקוקט דירעקט און גלייך אין זיינע אויגען אריין.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

דו ביסט גוט.
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

[tag]גדליה[/tag] וואס איז געבליבן מיט אונזער צדיק? רשע? עשרת השבטים?
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

הדסים האט געשריבן:[tag]גדליה[/tag] וואס איז געבליבן מיט אונזער צדיק? רשע? עשרת השבטים?

אה, פאסט טאקע פאר'ן הדס זיך צו פאראינטערעסירען איבער דער צדיק.
מיין אישי קעסטעל ווערט פארפלייצט מיט בקשות צו ממשיך זיין די סיפור און פארציילן דברים כהווייתן.
לדאבוני בין איך געווארען פארנומען מיט וויכטיגע עניני הכלל וואס קענען נישט ווארטן, אריינגערעכענט מיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט וואס איז ממש צורך הרבים און איז דוחה אפילו סיפורי מעשיות, כאטש וואס ווי באקאנט זענען מעשיות פון די יסוד פון יודישקייט. נישט דא קיין איין זאך אין יהדות וואס ציט נישט איר אפשטאם צו עפעס א מעשה.
הכלל מיר האפען אי"ה צוריקקומען ביי א געלעגענהייט און דערציילן די ווייטערדיגע השתלשלות הדברים, וואס ווערט מער און מער דראמאטיש ווי די מעשה גייט אן. פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען
א דאנק פאר אלע פענס און שטיצערס.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

וועל איך טרייען צו ווארטן מיט געדולד.
פארשפארט