הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

בדרך לארץ ישראל.pdf
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

בילגוריי.pdf
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

חיבת ארץ ישראל.pdf
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך צפור בודד »

cictim האט געשריבן:
סאטמאר.pdf
ברענג אויך הערש וואלף פרידמאן אויף דער נושא.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

cictim האט געשריבן:טשיקאווע ענינים פון ספר תפארת משה לר' משה אורטנר ז"ל משב"ק הרה"ק מבעלזא זי"ע.
מלחמת סיני.pdf

ייש"כ. לכבוד יומא דהילולא כ"א אב...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

cictim האט געשריבן:
בילגוריי.pdf

דאס איז א מאמר פון אפולגטיקה פארוואס בעלזא האט צענזארירט די ווערטער פון דער בילגרוייער רב אז עס גייט גארנישט פאסירען אין אונגארן און די נאציס גיין נישט אנקומען. עס איז זיס, אבער נישט גלויביג. אפילו לויט זייער ווערזיע פון די דרשה קענען זיי נישט זאגען אז דער רוה"ק האט געארבעט ווי די מעשה ביכער ווילען שילדערן. גאנץ א שוואכע קשיא לדעתי, אבער גאר א שוואכע תשובה.

ער זאגט אז דער בילגאריי רב האט קיינמאל געזאגט אז עס גייט גארנישט פאסירען, ער האט געזאגט א 'ברכה בלשון הבטחה' בשם זיין ברודער און זיי ברענגן די ווערטער פון דער פיאסעצנער ולשונו אלס א ראיה. דאס פאלט איהם נישט ביי אז דער פיאסעצנער האט מעגליך אויך נישט געוואוסט וואס קומט. און עפעס א טענה האט ער אז דער עולם האט סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, עס איז נישט געווען ווי צו אנטלויפען. דאס איז אבער נישט אמת. יא, ריכטיג, דער גאנצע עולם האט נישט געהאט קיין ברירה, אבער יעדער וואס האט געהאט אביסל שכל און שטארקקייט האט געקענט עפעס טון, דער קען בויען א בונקער, דער קען אנטלויפן קיין רומעניען, דער קען זיך באהאלטן ביי א גוי פאר געלט, עס איז געווען פתחי הצלה פאר אסאך יחידים. נאר ווען די נאציס זענען געקומען און אין א פאר געציילטע טעג איבערגעפלייצט אלסדינג, איז עס שוין צו שפעט.

און איך האב נאך נייעס פאר ענק. די נאציס האבען נישט געהאט קיין סאך מענטשן אין אונגארן. ווען דער עולם וואלט געוואוסט וואס ווארט זיי, וואלט עס זיי געלוינט זיך קעגען צו שטעלן, א ברירה וואס האט נישט עגזיסטירט אין פולין. ווען זיי וואלטען זיך קעגען געשטעלט וואלטען די נאציס געשאסען אסאך מענטשן, אבער אסאך מער וואלטן איבערגעלעבט דער קריג. די ערשטע דריי יאר אין פולין האט מען אזוי דערנידרגיט דער עולם און מ'האט זיי איינגערעדט אז גוטע צייטען קומען באלד, מ'דארף עס נאר איבערלעבן. דעריבער האבען זיי די לעבן נישט איינגעשטעלט ביז עס איז געווען צו שפעט. אבער אין אונגארן האט מען דאך יא געקענט. נאר די ציונים און עסקנים האבען איינגערעדט דער עולם אז עס איז גארנישט מיט נישט, נאר א שטיקל פראבלעם וואס מ'קען דורכלעבן. און מ'האט נישט געדארפט קיין יארען פון פייניגען, נאר איין צוויי אין גאס קאמערן אריין.

ווען דער בעלזער אפאראט וואלט ליארמירט דער עולם, ווער ווייסט וואס וואלט געווען?

נאר כאמור, מיר שטערט נישט דער קשיא. דער רבוש"ע האט זיין וועגען, און ווען ער וויל, העלפט גארנישט. איך האב לעצטענס איבערגעליינט די בוך (אום תשעה באה) און איך האב געזען די השגחה אלקית פון דער האלאקאוסט באופן מבהיל ווי ער האט אויסגעפיהרט זיין רצון לוויט זיין לא מחשבותיכם מחשבותי, ומי יעמוד לפניך מאז אפיך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דאס איז ממש פאנני. די סאטמוירים זאגען אז די בעלזער גבאים האבען געפיהרט דער רעדל אין בעלזא. דארט זעט מען, ערשט, אז עס איז אמת. די בעלזער גבאים שרייבען דארט אז עס איז אוממעגליך אז שלום פויגעל האט געפיהרט דער זאך, הגם ער איז מודה אז די וויכוח מיט'ן סאטמאר רב האט געפיהרט שלום פויגעל און נישט דער בעלזער רב. און זיי שרייבען אויך אז די חסידים האבען פארפיהרט און געהייסען דער בעלזער רב אז ער זאל זיך נישט טרעפן מיט'ן סאטמארער רב ביים ביקור גומלין. און זיי האבען אויסגעפיהרט. הייסט'ס זיי האבען מודה געווען.

ועוד, טענה'ן זיי אז יוס'ל אשכנזי איז געווען דער וואס האט פארפיהרט אז די מחילה בריווען זאלען נישט אריבערגיין דער ים, און ער איז דער וואס פיהרט אין סאטמאר.

ממש א זיסע שטיק ספין, און דער אמת איז מיר נישט אינטרעסאנט און אויך נישט נוגע דא. נאר אינטרעסאנט צו ליינען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מיך האט א ירושלימע איד פארציילט, אז שלום פויגל האט איהם פארציילט אז אויפצומארגנס פונעם באזוך האט ער באגעגנט טשעבינע רב. אויף זיין פראגע ווי איז געגאנגען די באזוך - ווייל רביה"ק האט געוואלט ארויפקומען צו איהם אויך - האט ער איהם פארציילט דברים כהווייתן אז ס'האט נישט געטויגט, האט איהם טשעבינע רב געזאגט "אויב אזוי וויל איך מיט איהם נישט טרעפן, כ'על איהם שיקן זאגן אז איך פיל מיך נישט גוט", און די רעשט איז היסטאריע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:
בילגוריי.pdf

דאס איז א מאמר פון אפולגטיקה פארוואס בעלזא האט צענזארירט די ווערטער פון דער בילגרוייער רב אז עס גייט גארנישט פאסירען אין אונגארן און די נאציס גיין נישט אנקומען. עס איז זיס, אבער נישט גלויביג. אפילו לויט זייער ווערזיע פון די דרשה קענען זיי נישט זאגען אז דער רוה"ק האט געארבעט ווי די מעשה ביכער ווילען שילדערן. גאנץ א שוואכע קשיא לדעתי, אבער גאר א שוואכע תשובה.

ער זאגט אז דער בילגאריי רב האט קיינמאל געזאגט אז עס גייט גארנישט פאסירען, ער האט געזאגט א 'ברכה בלשון הבטחה' בשם זיין ברודער און זיי ברענגן די ווערטער פון דער פיאסעצנער ולשונו אלס א ראיה. דאס פאלט איהם נישט ביי אז דער פיאסעצנער האט מעגליך אויך נישט געוואוסט וואס קומט. און עפעס א טענה האט ער אז דער עולם האט סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, עס איז נישט געווען ווי צו אנטלויפען. דאס איז אבער נישט אמת. יא, ריכטיג, דער גאנצע עולם האט נישט געהאט קיין ברירה, אבער יעדער וואס האט געהאט אביסל שכל און שטארקקייט האט געקענט עפעס טון, דער קען בויען א בונקער, דער קען אנטלויפן קיין רומעניען, דער קען זיך באהאלטן ביי א גוי פאר געלט, עס איז געווען פתחי הצלה פאר אסאך יחידים. נאר ווען די נאציס זענען געקומען און אין א פאר געציילטע טעג איבערגעפלייצט אלסדינג, איז עס שוין צו שפעט.

און איך האב נאך נייעס פאר ענק. די נאציס האבען נישט געהאט קיין סאך מענטשן אין אונגארן. ווען דער עולם וואלט געוואוסט וואס ווארט זיי, וואלט עס זיי געלוינט זיך קעגען צו שטעלן, א ברירה וואס האט נישט עגזיסטירט אין פולין. ווען זיי וואלטען זיך קעגען געשטעלט וואלטען די נאציס געשאסען אסאך מענטשן, אבער אסאך מער וואלטן איבערגעלעבט דער קריג. די ערשטע דריי יאר אין פולין האט מען אזוי דערנידרגיט דער עולם און מ'האט זיי איינגערעדט אז גוטע צייטען קומען באלד, מ'דארף עס נאר איבערלעבן. דעריבער האבען זיי די לעבן נישט איינגעשטעלט ביז עס איז געווען צו שפעט. אבער אין אונגארן האט מען דאך יא געקענט. נאר די ציונים און עסקנים האבען איינגערעדט דער עולם אז עס איז גארנישט מיט נישט, נאר א שטיקל פראבלעם וואס מ'קען דורכלעבן. און מ'האט נישט געדארפט קיין יארען פון פייניגען, נאר איין צוויי אין גאס קאמערן אריין.

ווען דער בעלזער אפאראט וואלט ליארמירט דער עולם, ווער ווייסט וואס וואלט געווען?

נאר כאמור, מיר שטערט נישט דער קשיא. דער רבוש"ע האט זיין וועגען, און ווען ער וויל, העלפט גארנישט. איך האב לעצטענס איבערגעליינט די בוך (אום תשעה באה) און איך האב געזען די השגחה אלקית פון דער האלאקאוסט באופן מבהיל ווי ער האט אויסגעפיהרט זיין רצון לוויט זיין לא מחשבותיכם מחשבותי, ומי יעמוד לפניך מאז אפיך.

די מסקנא פון דיין מאמר איז נאך די בעסטע און שטערקסטע ראיה, אז ס'איז בימי הזעם נישט געווען א סאך וואס צו טון. נאר דעם חילוק וואס דו מאכסט צווישן די גוי'אישע באפעלקערונג אין אונגארן אקעגן די גויים אין פוילין איז נישט ריכטיג. ווייל אפילו ס'איז אמת אז די פראצענט פון פארביסענע שונאי ישראל אין אונגארן איז געווען פילפאכיג קלענער ווי אין פוילין. אבער דאך. די אונגארישע נאציס וועלכע האבן זיך גערופן נילאש'עס זענען געווען זייער שטארק. ספעציעל צווישן די יוגנט. זיי האבן געהרג'עט און געראבעוועט די אידישע באפעלקערונג מיט די גרעסטע מאס אכזריות און ברוטאליטעט. אן די גוטהייסונג פון די אקופירנ'דע דייטשע נאציס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מענין לענין: איך האב אין די לעצטע טעג געענדיגט צו ליינען א בוך איבער הענרי פארד'ס פארביסענעם אנטיסעמיטיזם. דארט רעדט דער מחבר (א רעפארמיסטישער איד) ארום באריכות, און ער פראבירט זיך צו דערגרונטעווען צו דעם מקור פון זיין אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל. אלעס באזירט אויף היסטארישע דאקומענטן. שטעלט זיך ארויס אז די נאציס און אנדערע אנטיסעמיטן, אריינגערעכנט ער אליינס האבן פיינט געהאט די ציונים בתכלית השנאה. ממש פון אנהייב ווען הערצל האט געגרינדעט די איידיע ביים קאנפערענץ אין באזעל, שווייץ. ממילא טוט דאס א ביסל אפשוואכן די שיטה פון סאטמאר אז די ציונים האבן צוזאמענגעארבעט מיט די נאציס, מיט איין ציעל אויפצושטעללן א מדינה אין פאלעסטינע. יא. ס'זענען געווען פעלער ווען די ציוניסטישע פיהרער האבן צוזאמענגעארבעט מיט די נאציס. אזוי ווי רודאלף קאסטנער. אבער נישט אלס ציונים. מיט עפעס א ציעל צו פארדינען פאר די ציוניס'טישע פארטיי...!
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

דער קאפיטל איבער דער באגעגעניש צווישן דער בעלזער רב און סאטמארער רב פון "זכור ימות עולם" פון הערש וואלף פרידמאן, א געוועזענער הויז בחור ביים בעלזער רב.
פארשפארט