אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווארט זאגער האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:און ס'דא וואס קריג זיך אויפן רמב''ם און האלטן אז שכר ועונש איז יא פשוטו כמשמעו.

דער רמב"ם האלט אויך אז ס'איז פשוטו כמשמעו די שאלה איז נאר אויפן לשון וחרה אף ה' און דאס גלייכן וואס רעדן אויפן מצב רוח פונם אייבערשטן דאס האלט דער רמב"ם אז ס'נישט כפשוטו.

און אויף דעם קריגן זיך אויך אנדערע און זאגן אז ס'איז פשוטו כמשמעו.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

מאטי האט געשריבן:
ווארט זאגער האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:און ס'דא וואס קריג זיך אויפן רמב''ם און האלטן אז שכר ועונש איז יא פשוטו כמשמעו.

דער רמב"ם האלט אויך אז ס'איז פשוטו כמשמעו די שאלה איז נאר אויפן לשון וחרה אף ה' און דאס גלייכן וואס רעדן אויפן מצב רוח פונם אייבערשטן דאס האלט דער רמב"ם אז ס'נישט כפשוטו.

און אויף דעם קריגן זיך אויך אנדערע און זאגן אז ס'איז פשוטו כמשמעו.

אינטערסאנט ווער? לכאורה זענען זיי נכלל אין דעם וואס דער רמב"ם שרייבט הלכות תשובה פ"ג ה"ז ועיין שם בראב"ד גדולים וטובים ממנו הלכו בזה המחשבה עיי"ש.
בדרך אגב כ'האב אמאל געהערט נאכזאגען בשם דעם סאטמער רב ז"ל אז די מחלוקת איז צו אויב איינער האט אפיקורסישע געדאנקען בטעות ווייל ער מיינט אז דאס איז דעת תורה צו ער הייסט א מין ודפח"ח
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך ווארט זאגער »

מאטי האט געשריבן:דער רמב"ם האלט דייקא "נישט" אז שכר ועונש איז כפשוטו.

מקור?
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איך ברענג דאס ארויף פאר ווער עס האט דאס נאכנישט געזען. א תורה שלימה.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נאכדעם וואונדערן זיי זיך נאך פארוואס ס'דא אזויפיל סOTS. נעמטס ענק גוט אריין אין קאפ אריין, כך עונשו של בדאי שאפילו אמר אמת אין שומעין לו, וידוע המעשה עם הרועה שצעק "וואלף וואלף", והוא פשוט לכל בר דעת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאכדעם וואונדערן זיי זיך נאך פארוואס ס'דא אזויפיל OTSס. נעמטס ענק גוט אריין אין קאפ אריין, כך עונשו של בדאי שאפילו אמר אמת אין שומעין לו, וידוע המעשה עם הרועה שצעק "וואלף וואלף", והוא פשוט לכל בר דעת.

אבער די OTD ווייסן דאך אבער נישט פון דעם סוד ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ערשטנס, היא הנותנת, טאקע ווייל זיי ווייסן נישט פון דעם סוד, איז ווען זיי זעען איין אז אפאר זאכן זענען שטותים לאזן זיי שוין אלעס אפ. צווייטנס, אע"ג דאינהו לא חזו מזלייהו חזו.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'פאלט מיר יעצט ביי, אז דער גאנצער בריאה פון אמונות הכרחיות איז אויך אן אמונה הכרחית. דער רמב"ם האט געוואלט אז די אלע אויפגעקלערטע סנאבס אויבערחכמים וועלכע רעדן זיך איין אז זיי פארשטייען אלעס זאלן בלייבן פרומע אידן, האט ער גענומען זייער געדאנק פון אמונות הכרחיות וועלכע שטאמט פון אפלטון און האט נישט קיין שום מקור אין אידישקייט, און ער האט עס מספח געווען צו אידישקייט לכבוד זיי, און דאס גוטע געפיל כאילו זיי ווייסן עפעס א מוראדיגע פארבארגענע סוד וועט זיי האלטן ביי אידישקייט.

נאך א זאך וואס דער רמב"ם האט אפשר געוואלט אויפטון: אזויווי ער האט זיך געדינגען מיט די פריערדיגע אין אסאך יסודות אין אידישקייט, און ער האט אריינגעברענגט אסאך פרעמדע מושגים אין אידישקייט,כידוע. איז פון היינט און ווייטער קען מען שוין גארנישט אפפרעגן, אויף יעדע קשיא וועט די תירוץ זיין "אמונות הכרחיות". ודוק כי קצרתי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

עיין בספר הישר המיוחס לרבינו תם, שער הששי מדה העשירי, ולחיבת האמת הקדוש אעתיק לשונו, וז"ל: "וכמה חכמים בעיניהם חשבו כי עלו למרום החכמה, חושבים כי עלו ועמדו בסוד גדול ויעלימוהו מזולתם, ולא ידעו כי רחקו מן האמונה...", וד"ל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

שליחה דורך מי אני »

שליח האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:רש"י ווערט דוכט זיך פאררעכנט פון די בעלי הגשמה, כאטש ער שרייבט אויף צענדליגער פלעצער דעם פראז "לשבר את האוזן".

דאס איז מיר א חידוש, ווייסט איינער א פלאץ וואו מ'זעהט הגשמת הבורא אין רש"י? בסה"כ איז ער נישט אזוי נזהר ווי אונקלוס להרחיק ההגשמה, און די אגדתות שרייבט ער פשוט טייטש אהן קיין ביאורים, מסתמא ווייל ער האט עס נישט געהאלטן פאר זיין אויפגאבע.

אויף וויפיל איך ווייס איז דאס נאר געווען אין געוויסע געגנטער א קורצע זמן (אסכולת חסידי אשכנז והמסתעף), אבער רוב כלל ישראל האבן אלעמאל געוואוסט, און גאנץ כלל ישראל האבן רוב צייט געוואוסט, אז עיני ה' איז נישט כפשוטו. אונקלוס למשל איז אלעמאל זייער נזהר להרחיק ההגשמה.
.

אין חקירה דזשורנאל (ווי אויך אויף הרב דר. סליפקין׳ס בלאג; אין די צווייטע לינקט ארטיקל זענען דא די לינקס דערפאר) איז דא א דיון אין דעם באריכות. (רב סליפקין שטארצט טאקע ארויס די חילוק פון אונקלוס און רש״י בנוגע הגשמה.)

פארשטייט זיך אז דאס ציהט אריין אין וואס פונקטליך מיינט ״הגשמה״ [דרגות בתוך המושג: בלא גוף אבער מיט געפילן, נאר צומאל וכו׳]. ווי אויך ציהט דאס אריין אין דעם שמועס פון וואס האבן די ראשוני צרפת אין יענע תקופה געהאלטן (זוקער, אין די צווייטע ארטיקל, דינגט זיך שטארק אויף דעם אז זיי האבן געהאלטן פון הגשמה). עס ווערט אויך ערווענט אז מיר זענען היינט צוטאגס נוגעים, אין דעם ווי אזוי אונז באטראכטן שיטת הגשמה, צו געבן אן אביעקטיוון אפשאצונג אויף רש״י׳ס שיטה.

http://www.hakirah.org/Vol%207%20Slifkin.pdf

http://www.hakirah.org/Vol%209%20Zucker.pdf

http://www.hakirah.org/Vol%209%20Slifkin2.pdf
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אז מ'רעדט פון הגשמה איז כדאי צו דערמאנען די שטארקע ווערטער פון הרב שד"ל, וז"ל: "כי המניח חכמת ישראל וסומך על חכמת יון וישמעאל, קרוב הוא לנפול בדעות משובשות שהיזקן גדול לשלום החברה יתר ממה שיוכלו להזיק כל השבושים אשר (לפי דעת המתפלספים) ירשנו מאבותינו. כי מה מצא הרמב"ם עָוֶל באמונת זקנינו? ההגשמה, סעודת לויתן, השמות, הקמיעין, וכיוצא באלה. ומי יזיקו האמונות האלה לשלום החברה? אבל היהודי המאמין לכל דברי זקניו היה מאמין כי יש למעלה ממנו עין רואה ואוזן שומעת וכל מעשיו בספר נכתבים, והיה מאמין כי עיני ה' משוטטות בכל הארץ והשגחתו מתפשטת על הגדולים ועל הקטנים בשוה, על החכמים ועל הפתאים, על הטובים ועל הרעים, על האדם ועל הבהמה; ומזה היה נמשך, שהיה פחד אלקים לנגד עיניו תמיד ושהיה מרחם על בני אדם כלם, וגם על בעלי חיים כי מעשי ידי האל כולם, וכולם מושגחים מאתו יתברך. והפילוסוף בהיפך אומר (מורה נבוכים ג, יח) שהשגחה מיוחדת במין האדם לבדו, ואיננה בבני אדם כולם בשוה, אבל היא נמשכת אחרי השכל, מי שלא השכיל ומי שהיה ממרה הוא משולח אל המקרה, ונמשך מזה שהפתי אין לו שומר, והממרה אין לו מעניש, כי יונח המקרה, ואויל במקרה יצליח."

"וכן היהודי התמים עם אלקיו ועם זקניו היה מאמין כי לא המדרש עיקר אלא המעשה, וכל העוסק בתורה בלבד דומה כמי שאין לו אלוה. אבל לדעת הפילוסוף (שם ג, כז) השלמות האחרון והקודם במעלה, הוא שיהיה אדם משכיל בפועל, והוא שידע כל מה שיכלת האדם לדעת."

"מעתה הגע בעצמך, איש יהודי תמים מאותם אנשי צרפת (שהלעיג הרמב"ם עליהם באגרתו אל בנו) שהיו אוכלים בשר השור שלוק, מטובל בחומץ ובשומים, והיו חושבים שהאל קרוב לתפלותיהם בקראם בתלמוד וזולתו מחבורי ראשי הישיבות. ואיש אחד פילוסוף המבקש לקנות שלימתו האחרון בידיעת כל מה שביכולת האדם לדעתו, אמור נא למי משניהם תפנה אם תצטרך לעזרה... " (מחקרי היהדות א, 243)

ומה מתוק דברי רבינו שמואל הנגיד בסוף מבוא התלמוד: "כל מחלוקת שלא חייבה מחלוקת במעשה אלא בדעת לבד לא נגזור בו הלכה כפלוני". והרמב"ם בהפך קבע הלכה מה אנו חייבים להאמין, ומה אנו חייבים שלא להאמין (שם 168)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יידל האט געשריבן:אויך איז אינטערעסאנט צוצולייגן מענין לענין אז עס ווערט געברענגט אין דברי יואל בשם דער ערשטער סאטמארער רב זי"ע, אז דער רמב"ם שרייבט דאך אין הקדמה צום מורה אז אפילו טויזענט טפשים וועלן קליא ווערן דערפון לוינט זיך עס נאך אלץ פאר דעם איין חכם וואס וועט האבן א תועלת דערפון. זאגט דער רבי, מען האט געמאכט א חרם אויפן מורה אז קיינער טאר דאס נישט לערנען, נו איז דאך געוואלדיג. די טויזענט טפשים פאלגן דעם חרם און דער איין חכם וואס קען האבן א תועלת דערפון פייפט זיך טאקע אן אויפן חרם און לערנט עס יא... אין א געוויסן זין קומט אויס אז דער סאטמארער רב זי"ע האט געהאלטן אז די איסור צו לערנען פילאזאפיע איז אזא סארט "איסור הכרחית" און נישט קיין איסור אמיתות (און ווי אנדערע האבן אנגעצייכנט איז מעגליך אז דאס גאנצע שיטה הקדושה אז ציונות איז כפירה איז נישט מער ווי אן אמונה הכרחית, און אזוי זאגט מען טאקע נאך פון דעם סטייפלער אז ער האט געזאגט אז כלל ישראל דארף האבן נטורי קרתא כדי זיי צו האלטן אין די ראמען זיי זאלן נישט צו שטארק נתקרב ווערן צו די פרייע ציונים, ודפח"ח).

ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דארטן אינ'ם דברי יואל (בדרושים לקהלת) זאגט ער א דרך אז דאס וואס מ'האט מעיקרא געוואלט פאררעכענען שלמה המלך ע"ה צווישן די שאין להם חלק לעוה"ב (סנהדרין צד.), איז נישט ווייל זיי האבן בעצם באמת אזוי געהאלטן. נאר זיי האבן דאס געהאט בדעה אראפצושטעלן אלס אן אמונה הכרחית פארן המון עם, כדי מען זאל זיך דערווייטערען פון לערנען זיינע ספרים, אויס מורא אז מ'וועט נישט יורד זיין לעומקם/לאמיתתם און ס'עט שאטן ע"ש.

אגב, ווי אזוי די ציטאט פון די חכמים און די חרם איז געשריבן/געדרוקט דארטן אין דברי יואל קען מען אריינלערנען אז וואס ער מיינט צו זאגן איז אז די חרם איז מעיקרא נישט געמאכט געווארן/געווען געגארט פאר די [ריכטיגע] חכמים וואס קענען טאקע יורד זיין לעומקו. (אבער לכאורה די איינציגסטע וועג ווי אזוי מ'ווערט געוואר ווער ס'איז טאקע דער ריכטיגע חכם פאר וועמען די חרם איז נישט געמאכט געווארן/נוגע, איז נאר דער וואס פאלגט נישט אויס די חרם הנכתבה בלשון כוללת, ודוק.)

(ווי אויך איז אינטרעסאנט אז ער זאגט דארט אז זיי האבן נאר געוואלט גונז זיין שלמה המלך'ס ספרים (שבת ל:) לשעה; אבער פאר שפעטערע דורות, וואס וועלן דאס קענען ריכטיג אפלערנען מחמת חכמתם לעומקם/לאמיתתם, איז דאס יא גוט און נישט קיין פראבלעם ע"ש. דאס שטימט מיט לעיקוואד'ס טעזע קעגן די מושג פון ירידת הדורות. איך פארשטיי אז פון אנדערע מקומות איז שטארק משמע, צו אפשר גאר מפורש, אז דער דברי יואל האט יא געהאלטן פון ירידת הדורות.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נאכ'ן איבערלערנען דעם שטיקל מורה איבער אמונות הכרחיות שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע זאך פאנגט זיך נישט אן, אמונות הכרחיות מיינט נישט אז ס'נישט אמת, נאר אז בנוסף צו דעם וואס ס'איז אמת במציאות איז עס אויך הכרחית, און שלילת הגשמיות וההתפעלות וואס ער נוצט אלץ ביישפיל איז א קלארע הוכחה דערויף. דער רמב"ם שרייבט קלאר אין חלק א פרק לה אז שלילת הגשמיות איז נישט קיין שקר קדוש, וז"ל: "אל תחשוב שכל מה שהצענו בפרקים הללו שקדמו על גודל הדבר וסודיותו וריחוק השגתו ושחסים עליו מפני ההמון, ששלילת הגשמות ושלילת ההתפעלויות נכלל בתוך זה. אין הדבר כן, אלא כשם שצריך לחנך את הקטנים ולפרסם בהמון כי ה' יתהדר ויתרומם אחד, ושאין ראוי לעבוד זולתו, כך צריך לשנן להם כי ה' אינו גוף, ואין דמיון בינו לבין ברואיו כלל בשום דבר מן הדברים, ושאין מציאותו כעין מציאותם, ולא חייו כמו חיי החי מהם, ולא ידיעתו כמו ידיעת כל מי שיש לו ידיעה מהם." בכלל איז אוממעגליך צו זאגן אויף א זאך וואס דער רמב"ם שרייבט דערויף "או שסבור שהוא גוף, או שהוא לדעתו בעל התפעלויות, או שמיחס לו איזו מגרעת שהיא, הנה זה בלי ספק יותר חמור מעובד עבודה זרה" (שם, סוף פרק ל"ו) אז ער זאל האלטן אז מ'זאל דאס פיטערן פאר'ן המון עם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך בין נאכנישט איבערצייגט אז ער זאגט יא וואס ער האלט באמת, כלבו כן פיו, כאטש איז ער מודה אז די רבנים זענען א באנדע שקרנים.
בייגעלייגטע פיילס
HebrewBooksOrg_33965_page_58-page-0.jpg
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

שליחה דורך עוקר הרים »

לעיקוואד האט געשריבן:די שאלה איז פון ווי די האסט טאקע גענומען די הנחה אז אלע מצוות זענען אזוי אז די רגע עס איז א מצווה גייט נישט אן די טעם? נישט אין מורה נבוכים האסטו דאס געטראפען. (עס איז גאנץ מפורש אין מו"נ אז בל תוסיף וזאת התורה לא תהא מוחלפת איז אמונה הכרחית א

.
ווי אין מורה שטייט אז וזאת התורה לא תהא מוחלפת איז נאר אמונה הכרחית??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום עוקר הרים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

שליחה דורך עוקר הרים »

לעיקוואד האט געשריבן:די שאלה איז פון ווי די האסט טאקע גענומען די הנחה אז אלע מצוות זענען אזוי אז די רגע עס איז א מצווה גייט נישט אן די טעם? נישט אין מורה נבוכים האסטו דאס געטראפען. (עס איז גאנץ מפורש אין מו"נ אז בל תוסיף וזאת התורה לא תהא מוחלפת איז אמונה הכרחית און באמת זענען די חכמים משנה נאר זיי זענען עס מסביר אין די תורה כדי שההמון לא ימרוד).

. .

איך זעה נישט פארוואס זאת התורה לא תהא מוחלפת זאל נישט זיין אמיתיות, צו דען וויל די תורה אז יעדער איינער זאל קענען קומען טוישען וואס ער וויל?!?
און אויב האבען טאקע די חכמים משנה געוועהן פון די מסורה פארוואס טאקע האט די עולם גולם זיי געגלייבט??!
און אויב האבען זיי טאקע געקענט טוישען וואס זיי האבען געוואלט איז פאר וועלכע סיבה אין די וועלט זאל איך זיי פאלגען??
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נעכטן האט א לץ געזאגט אויף היהודים באים כאילו בשם דעם רמב"ם: "לא הרבה יודעים, אבל אני לא רק מורה נבוכים, אני גם מביך המורים." ס'פאסט זיך זייער גוט אריין אין דעם אשכול, דער ווייסט אליינס נישט ווי גוט ער האט געזאגט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

E8F8D17D-050D-46E7-A19A-5FC355A66BDF.jpeg

במשנתו של אבן רשד [אוועראס]. ;)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א. קיינער האט זיי נישט געבעטן צו גיין טשעלענדשען די "המון עם'ס" אמונות, גיי אבער נישט בידיים זיי פארדרייען א קאפ מיט דיינע שטותים, לא מעוקצך ולא מדובשך.

ב. ס'איז אלץ זייער פיין און וואויל, די דשאוק איז נאר אז ווען ס'קומט צו זייערע פילאזאפישע געלייקענעכץ אין כישוף און superstitions א.ד.ג. פארשטייען זיי שוין זייער גוט אז ס'דא אמונות וואס מ'קען און מ'דארף אויסרייסן. היפאקריסי בתוקפה, ושערי תירוצים לא ננעלו. די פילאזאפן זאלן טאקע מקיים זיין וואס זיי אליינס פארקויפן, practice what you preach, טשעלענדש טאקע נישט די המון עם'ס אמונות, און לאז זיי גלייבן אין וואס זיי ווילן ווילאנג זיי טשעפענען נישט קיינעם, די וועלט וואלט פיל שענער אויסגעזעהן אזוי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

רלבג.png
רלבג.png (16.14 KiB) געזען געווארן 3223 מאל

רלב"ג עה"ת פ' בראשית. (ער מיינט די מו"נ בח"ב פ"ל.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

Strauss.jpg

דא [23:52-24:42] זאגט דר. ריטשערד קעריער אז דאס איז אויך געווען שיטת ארידזשען אין נוצרות, וואו מ'פיטערט פאר די מאסן די ליטעראלע פאלשע אפטייטש ווייל זיי קענען נישט משיג זיין די אמת'ע אלעגארישע/עסאטערישע אפטייטש און מ'דארף זיי דאך האלטן ביים גלויבונג.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. ערנעסט בּעקער האט גע׳טענה׳ט אז די גאנצע געדאנק פון ״ציוויליזאציע״ און קולטור איז כדי דער מענטש זאל קענען אנטלויפן פונעם דאס פאקוסירן אויף זיין האקעלע ״ביאלאגישע״ חלק וואס גייט עווענטועל אפשטארבן און אנשטאטס דעם פאקוסירן אויף זיין ״סימבאלישן״ חלק וואס קען ווייטער אָנגיין און לעבן. דאס איז כולל בתוכה קולטוראלע ראלעס און כאראקטערס וואס דער מענטש נעמט אָן, וואס דר. בּעקער רופט ״העלד-סיסטעמס״, וואס געבט אים מיִניִנג אין לעבן (וידוע תורת דר. וויקטאר פרענקל) און דאדורך זיי פיהלט ער ווי ער קען ״געדענקט ווערן״ לאחר פטירתו. דאס איז פארוואס רעליגיע איז אויסגעוואקסן און האט אזא קיום (עכ״פ ביז׳ן אויפשטייג פון ריִזן) - עס געבט אַן עוה״ב וחיי נצחי בנוסף צו א לעגעסי לאחר מיתה. און דאס איז די סיבה פאר אזויפיל מלחמות וואס אידעאלאגיעס (כדוגמת רעליגיע) האבן גורם געווען: ווייל וויבאלד זיי זענען דאך ״אימארטעליטי/השארת נצחי״ סיסטעמען כנ״ל, איז א קעגנזייטיגע אזא סארט סיסטעם וואס איז זיך סותר דערמיט א געוואלדיגע סכנה פאר׳ן סימבאלישע סעקיוריטי פונעם מענטש׳נס סימבאלישע השארת נצחי וואס ער פיהלט.

ער זאגט אבער אז די קולטוראלע/סאציאלע ראלעס וואס מענטשן נעמען אָן זענען אבער פארט ״אילוזיעס״ אויף צו געבן דעם מענטש סימבאלן און מאכן פיהלן ווי ״העלדן״ - הגם אָן זיי קען מען נישט געהעריג לעבן וכנ״ל. און די ״אילוזיעס״ פון די קולטוראלע ראלעס און כאראקטערס וואס מ׳נעמט אָן זענען א ״נאבעלע ליגענט״ ואמונה הכרחית פאר׳ן מענטש אויף אָנצוגיין אין לעבן וכנ״ל.

פארשפארט