פריוואטע ישיבות, א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

פריוואטע ישיבות זענען א נגע צרעת פאר כלל ישראל.
גייט א מוסד און לייגט אריין צען יאר ארבייט אין א קלאס פון קינדער. זיי נעמען אריין די תינוקות של בית רבן (נישט קיין חילוק זייערע פאליטישע מאטיוון) אלץ אומגעשלייפטע שטיינדלעך און זיי לייגן אריין שווערע הארעוואניע פאר צען יאר. קומט די פריוואטע ישיבות ווי א גאסט צו שלחן עורך, פירט זיך זיין סעלעקציע ווי א נאצי מיט אידישע שעפעלעך, און עסט אויף די גאנצע יום טוב סעודה און לאזט דעם בעל בית אן א כזית מצה. ער איז נאך א בא בטענה, אויב איך נעם יעדן גיי איך נישט האבן קיין בחורים און איך וועל דארפן פארמאכן. האלו, פארמאך אייער ישיבה אייערנעכטן, דו selfish איד! ווילסט זיין א משפיע? גיי ארבייט אין א ישיבה וואס האט מוסד.
איך גיי נישט דא ארום שמועסן איבער די געוואלדיגע עוולות וואס זיי באגייען צו נעבעכדיגע נישט רייכע עלטערן פון די בינונים בחורים און די אויסגעשפראכענע גיאות פון זייער באנעמונג מיט די מענטשהייט. יעדער וואס איז נאר אמאל געקומען אין בארירונג מיט די ראשי ישיבות און זייער געהילפן ווייסט וואספארא אומ-מענטשן זיי זענען.
רח"ל זיי זענען כאפערס אזויווי ביי די קאנטאניסטן. כלל ישראל האט גארנישט קיין הנאה פון זיי. איך דאווען יעדען טאג אז די אלע פריוואטע ישיבות זאל מיט באשעפערס הילף אונטערגיין.
ווען די מוסדות האבן שכל ווארפן זיי ארויס יעדע קינד פון זייער חדר/שולע וואס באלאנגט צו א משפחה וואס די טאטע נעמט ארויס זיין בחור'ל פון זייער ישיבה קטנה אן א רשות צעטל פון די רב/רבי. זיי קענען מארגען -אין איין טאג- טוישן די גאנצע ישיבה וועלט און צוריקברענגען ישרות און גראדקייט ביי כלל ישראל.
איך שרייב לאור די נייעס וועגן רב גיפס ישיבה.

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך שרייב לאור די נייעס וועגען רב גיפס ישיבה.
דו שקרן, די שרייבסט עס לאור וואס ר' זלמן לייב טייטלבוים האט עס דערמאנט ביי זיין ספיעטש כ"ו אב. דו און ער זענען טאטאל נישט גערעכטץ קודם וואס האט א ת"ת מיט א ישיבה איינגעלייגט, ביז נאך world world 2 איז עס קיינמאל נישט געגאנגען צוזאמען, איינער קען פירן א ת"ת און איינער קען פירן א ישיבה, און אויב דער וואס פילט אז ער קען פירן א ישיבה וויל נישט זיין קיין פערד פאר רז"ל א.ד.ג. אז ער זאל אים איינטיילן ווי אזוי צו פירן די ישיבה, מעג ער עפענען אן אייגענע ישיבה. דאס איז לגבי דער ראש ישיבה.
יעצט לגבי די עלטערן, די מציאות איז אז א תלמוד תורה פון א חסידות און א ישיבה פון א חסידות, וויבאלד זיי האבן אן אדזשענדע צו בויען די פארטיי (חסידות), איז די מטרה פון חינוך הבנים לתועלת די קינדער שוואכער, ווי א מוסד וואס איז געבויט נאר פאר דעם. און אויב אין חדר איז נישט אנגעגאנגען פאר די טאטע צו שיקן אין די נאציאנאלע מוסד, מאיזה סיבה שהוא, אלס בחור מעג ער אים לכתחילה ארויסנעמען פון די קהילה ישיבה, ווייל דאס איז די תועלת פין זיין בחור.
די אלע עלטערן וואס נעמען ארויס קומט עס, צו ווייל די בחור אדער די טאטע פארשטייט אז דארט וואו ער האט געלערנט ביז יעצט איז נישט זיין תועלת, וואספארא רעכט קען מען אים אפהאלטן, ווייל רז"ל זוכט צו בויען זיין פארטיי, נאכמער, אסאך פון די עלטערן וואלטן געוואלט אז די ת"ת זאל אויך ליגן אין נוטראלע הענט, וואס קען ער טוען אז ר' זלמן לייב האט זיך עס געכאפט און ער האט די מאנאפאלי.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:גייט א מוסד און לייגט אריין צען יאר ארבייט אין א קלאס פון קינדער. זיי נעמען אריין די תינוקות של בית רבן (נישט קיין חילוק זייערע פאליטישע מאטיוון) אלץ אומגעשלייפטע שטיינדלעך און זיי לייגען אריין שווערע האראוואניע פאר צען יאר.
אז דו קויפסט דיין גראסערי ארדער אין איין גראסערי און אין יענע גראסערי פארקויפט איין פראדוקט מיט א שוואכערע קוואלעטי פון א צווייטע גראסערי מעגסטו נישט גיין צו א 2'טע גראסערי עס קויפן?
יאסל ראקאווער האט געשריבן:רח"ל זיי זענען כאפערס אזויווי ביי די קאנטאניסטן. כלל ישראל האט גארנישט קיין הנאה פון זיי. איך דאווען יעדען טאג אז די אלע פריוואטע ישיבות זאל מיט באשעפערס הילף אונטערגיין.
ענדערש דאווען אז פארטיי'אישע מוסדות זאלן אונטערגיין, וועלן זיך עפענען נוטראלע מוסדות מיט איין מטרה מחנך צו זיין קינדער בלויז צום אידשען רעליגיע, אן תערובות מיט סאטמארישקייט א.ד.ג. ווער עס וועט פילן אז ער קען פירן א ת"ת וועט פירן א ת"ת, ווער עס וועט קענען פירן א מיידל שולע וועט פירן א מיידל שולע, און ווער עס קען פירן א ישיבה וועט פירן א ישיבה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום calculator, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
די מציאות איז אז די פריוואטע ישיבות ציען ארויס די גוטע בחורים פון די קהלישע ישיבות, דאס מאכט אז די מוסדות זאלן בלייבן מיט א גרעסערע פראצענט שוואכערע בחורים ווי אין חדר און זיי מוזן ווארפן צו קענען בלייבן א גוטע ישיבה.
ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.
דיסקלעמער, כ'האב נאכנישט געהערט קיין שום כ"ו אב דרשה. איך האלט שוין אזוי א לאנגע צייט.
ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.
דיסקלעמער, כ'האב נאכנישט געהערט קיין שום כ"ו אב דרשה. איך האלט שוין אזוי א לאנגע צייט.
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.
איך ווייס נישט ווען עס מיינט ביי דיר "די צייטן פון פריוואטע ישיבות"? פריווטע ישיבות גייט שוין אן פון רב און שמואל (צחות: לפי זה איז רב גיפס א המשך פון שמואל'ס ישיבה און נהרדעא.)
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:
ביז די צייטן פון פריוואטע ישיבות, האט יעדער בחור געהאט א ישיבה, חוץ אן אויסווארף ממש. עס איז נישט געווען אזא זאך ווי ארויסווארפן א בינוני. איינמאל די נאצישע סעלעקציע האט זיך אנגעהויבן, האט זיך אנגעהויבן א פליעריי פון די מוסד ישיבות. זיי האבן פשוט נישט געקענט בלייבן מיט גאנצע קלאסן פון בינונים.
איז אפשר זאלן די גרויסע פארמאכן זייערע ישיבות, וועט קומען דער וואס קען יא און עס פירן. און גראדע איז דא גענוג פריוואטע ישיבות וואס נעמען אריין ביניני בחורים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
גלייב מיר באמונה, איך ווייס נישט אז ר' זלמן לייב האט גערעדט אדער וואס ער רעדט. קוים וואס איך ווייס אז ס'איז געווען כ"ו אב. פערצופאל האט מיר א ארבייטער געזאגט ער גייט צום ציון און איך האב אים געבעטן צו זאגן א קאפיטל.
יעצט צום ענין, פארשטייסט אליין אז אזא געלונגענע משפיע ווי צום ביישפיל רב גיפס וועט נישט האבן קיין אייגענע ישיבה און די מוסד וועט האבן קוואליטעט בחורים און ער וועט זוכן אויסצוגעבן זיינע כוחות וועט ער זיך טרעפן ארבייט אין א מוסד.
די סך הכל איז, אדער עפן מוסדות אדער ארבייט אין א מוסד, אויב ביסטו דא פאר די כלל.
איך האב נישט קיין טענות אויף עלטערן וואס ווילן יעצט, וויאזוי די מציאות איז אויסגעשטעלט, די בעסטע פאר זייער קינדער. אבער די רבנים וואס האבן מוסדות איז נישט דיין גארבידזש קען. זיי דארפען נאר אראפשטעלן די פוס און זיך נישט לאזן טרעטן אויף זיך.
ס'האט גארנישט מיט קיין פארטיי. ס'איז א fact of life
אז די תוצאה וועט זיין אז אזוינע משפיעים ווי ר' משה ווייס וועלן עפענען א חדרים, איז דאך ממש א נס. מיר דארפן מער מוסדות ווי וואסער צו טרינקען.
יעצט צום ענין, פארשטייסט אליין אז אזא געלונגענע משפיע ווי צום ביישפיל רב גיפס וועט נישט האבן קיין אייגענע ישיבה און די מוסד וועט האבן קוואליטעט בחורים און ער וועט זוכן אויסצוגעבן זיינע כוחות וועט ער זיך טרעפן ארבייט אין א מוסד.
די סך הכל איז, אדער עפן מוסדות אדער ארבייט אין א מוסד, אויב ביסטו דא פאר די כלל.
איך האב נישט קיין טענות אויף עלטערן וואס ווילן יעצט, וויאזוי די מציאות איז אויסגעשטעלט, די בעסטע פאר זייער קינדער. אבער די רבנים וואס האבן מוסדות איז נישט דיין גארבידזש קען. זיי דארפען נאר אראפשטעלן די פוס און זיך נישט לאזן טרעטן אויף זיך.
ס'האט גארנישט מיט קיין פארטיי. ס'איז א fact of life
אז די תוצאה וועט זיין אז אזוינע משפיעים ווי ר' משה ווייס וועלן עפענען א חדרים, איז דאך ממש א נס. מיר דארפן מער מוסדות ווי וואסער צו טרינקען.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
לאמיר זאגן הרב גיפס פילט ער קען אויפטוען אויף בחורים, און קיין א מוסד וויל אים נישט נעמען פאר ראש ישיבה ווייל זיי האלטן נישט פון זיין מהלך, מעג ער נישט עפענען א ישיבה? איינער וואס האט א גראסערי מוז אויך האבן א קלאודינג סטאר? פארוואס מוז אלעס געהערן צו די פארטייען? זיי האבן שוין גענוג.
ווען דער סאטמאר רב ז"ל איז געקומען קיין אמעריקא און אנגעהויבן צו בונטעווען מיט עפענען מוסדות, אי מען געקומען צום צעהלימער רב אז אסאך אידן נעמען ארויס פון צעהלים צו סאטמאר, האט ער געזאגט, איך האב געפענט מוסדות ווייל איך האב געהאלטן אז עס פעהלט, אז עס איז דא איינער וואס קען בעסער פארוואס נישט?
2) קענסט מיר זאגן איין גרויסע חסידות ישיבה די לעצטע 50 יאר וואס האט אויסגעגעבן כוחות אז יעדע בחור זאל שטייגען לויט זיינע כשרונות? זיי ארבעטן אויף איין זאך, אז די סיסטעם זאל פארן, אויב עס פעלט אויס א בעסערע מגי"ש אז די סיסטעם זאל פארן בעסער וועלן זיי עס טוען, און אויב די סיסטעם פארט גוט אן דעם, הא קעירס.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]יאסל ראקאווער זאגט דברים של טעם. מיין פראבלעם איז אבער אז כ'זעה וויפיל די חסידות מוסדות ומנהיגיהם זענען זיך משתלט אויפן ציבור און נוצן זייערע מוסדות צו באצווינגן די עלטערן. כ'קען נישט אנהייבן צו טראכטן וויאזוי עס וואלט אויסגעזעהן ווען זיי האבן ווען די פולקאמע קאנטראל אויף אלעס און אלעמען.
וואס איז די solution? ווער ווייסט?
.[/justify]
וואס איז די solution? ווער ווייסט?
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
הרב גיפס איז געווען איינגעשטעלט אין מוסדות, צום לעצט אין ספינקא כולל און ער וועט עניטיים טרעפן א זשאב אין אנדערע ישיבות, אויב וויל ער.
יעדער מעג עפענען א ישיבה, און א ישיבה וואס איז געאייגנט פאר בינונים באדערט נישט פאר קיינעם. הגרז"ל (אויב האט ער עפעס געזאגט) האט נישט געמיינט א ישיבה ווי גיפס אדער ר' יאסל מאיער וואס נעמען אן בינונים.
אויב האט רז"ל געמיינט איינעם איז עס אלכסנדר, נייפעסט, דושינקסיא, וכו'. די ישיבות טוען גארנישט פאר די בחורים, זיי כאפן די מצוינים און לאזן זיי בחור'ן ביי זיי אין ישיבה און אזוי קענען זיי מאכן אפאר דאלער און טון שיינע שידוכים און איינוועגס לאזן אפאר בינונים אויפן גאס אדאנק זיי.
ווער עס וויל אויפטון האט אלץ פלאץ, פונקט ווי אלכסנדר האט מצליח געווען קען יעדער. אז איינער איז נישט מצליח מיינט אז ער אדער טויג ער נישט אדער האט ער נישט קיין מזל.
יעדער מעג עפענען א ישיבה, און א ישיבה וואס איז געאייגנט פאר בינונים באדערט נישט פאר קיינעם. הגרז"ל (אויב האט ער עפעס געזאגט) האט נישט געמיינט א ישיבה ווי גיפס אדער ר' יאסל מאיער וואס נעמען אן בינונים.
אויב האט רז"ל געמיינט איינעם איז עס אלכסנדר, נייפעסט, דושינקסיא, וכו'. די ישיבות טוען גארנישט פאר די בחורים, זיי כאפן די מצוינים און לאזן זיי בחור'ן ביי זיי אין ישיבה און אזוי קענען זיי מאכן אפאר דאלער און טון שיינע שידוכים און איינוועגס לאזן אפאר בינונים אויפן גאס אדאנק זיי.
ווער עס וויל אויפטון האט אלץ פלאץ, פונקט ווי אלכסנדר האט מצליח געווען קען יעדער. אז איינער איז נישט מצליח מיינט אז ער אדער טויג ער נישט אדער האט ער נישט קיין מזל.
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
יעדע ישיבה קענסטו עקסטער דן זיין, צו עס איז א ריכטיגע ישיבה אדער נישט? אבער צו האבן טענות אז מען מוז בלייבן אין די ישיבה פון די חסידות ווי מען האט געלערנט אלץ אינגל, מיט א נארישע טענה פון הכרת הטוב, צוברעכן די ישיבה, איז טענות של הבל. אויב מיינט ער נאר לשם שמים פון זיין גאנצע חסידות, וואס גייט אים אן ווער עס טוט אויף פאר אידישקייט, ער צי א צווייטער? פארוואס מוז מען קומען צו אים? אויב איינער האלט אז ער גייט ווערן א שטארקער איד ערגעץ אנדערש, וואס גייט אים אן? נאר וואס דען, די מטרה איז צו קענען אייסאלעיטן די חסידים פאר זיין קולט, דארפן די חסידים זיין אין די חסידות די גאנצע ימי הנעורים ווען די מוח איז נאך נישט רייף, אז מען גייט לערנען ערגעץ אנדערש הייבט מען אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, ר' זלמן לייב האט עס קלאר דערמאנט ביי זיין דרשה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
גראדע האלט איך דער @קאלקיולעטער און הוגה זאגען ריכטיג. די עצה איז פשוט; עפן א חדר אויך.
מ'מיז קויפן אלעס פון איין גראסעריי? זיכער נישט. אבער איך מוז דיך נישט פארקויפן קיין ברויט אויב קויפסטו די מילך ערגעץ אנדערש. און זיכער דארף איך נישט דעליווערן א פעקל ברויט און דיר געבן גוטע סערוויס ווען די מילך גייסטו צו בינגאו. דיין רבי'שע אייניקלעך וויל אויך א גוטע ישיבה. און ווי פארגרעבט ער איז, גיט ער עפעס פאר די כלל. די פריוואטע ישיבות געבן אונז גארנישט.
גראדע קען מען נישט האבן קיין טענה צו א selfish שיינע איד מיט אפאר טאלער וואס וויל האלטן א ישיבה פאר מצוינים. וואס דען? ער איז נישט קיין צדקה, ס'איז גראדע אן עבירה צו געבן צדקה פאר פריוואטע ישיבות. זיי זענען leaches. זייגען די בלוט ביי אונז. שלעפן אוועק די קוואליטעט מחנכים און זייער סעלעקציע צווישען די בחורים איז בגדר שפיכת דמים.
איין זאך - האב נישט קיין טענה אויף א מוסד וואס פארלאנגט ישיבה קטנה בחורים צו בלייבען ביי זיי. ס'שמעקט דיר נישט? (ווייל דו ווילסט נישט ווערן פארנאטישט, חסידים פון די רבי, ווילסט א טיפערע חינוך, שטערקערע לימודים, אדער וכו' וכו') נעם דיר אלע דיינע זיסע קינדערלעך און עפן א מוסד. עס נישט ביי מיר און נאכדעם שפיי מיר אין פנים. דיין נייע מוסד קען מען מסדר זיין אנטי רבי, טיפע שיעורים וכו'ץ
נויט ברעכט אייזן.
מ'מיז קויפן אלעס פון איין גראסעריי? זיכער נישט. אבער איך מוז דיך נישט פארקויפן קיין ברויט אויב קויפסטו די מילך ערגעץ אנדערש. און זיכער דארף איך נישט דעליווערן א פעקל ברויט און דיר געבן גוטע סערוויס ווען די מילך גייסטו צו בינגאו. דיין רבי'שע אייניקלעך וויל אויך א גוטע ישיבה. און ווי פארגרעבט ער איז, גיט ער עפעס פאר די כלל. די פריוואטע ישיבות געבן אונז גארנישט.
גראדע קען מען נישט האבן קיין טענה צו א selfish שיינע איד מיט אפאר טאלער וואס וויל האלטן א ישיבה פאר מצוינים. וואס דען? ער איז נישט קיין צדקה, ס'איז גראדע אן עבירה צו געבן צדקה פאר פריוואטע ישיבות. זיי זענען leaches. זייגען די בלוט ביי אונז. שלעפן אוועק די קוואליטעט מחנכים און זייער סעלעקציע צווישען די בחורים איז בגדר שפיכת דמים.
איין זאך - האב נישט קיין טענה אויף א מוסד וואס פארלאנגט ישיבה קטנה בחורים צו בלייבען ביי זיי. ס'שמעקט דיר נישט? (ווייל דו ווילסט נישט ווערן פארנאטישט, חסידים פון די רבי, ווילסט א טיפערע חינוך, שטערקערע לימודים, אדער וכו' וכו') נעם דיר אלע דיינע זיסע קינדערלעך און עפן א מוסד. עס נישט ביי מיר און נאכדעם שפיי מיר אין פנים. דיין נייע מוסד קען מען מסדר זיין אנטי רבי, טיפע שיעורים וכו'ץ
נויט ברעכט אייזן.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איין זאך - האב נישט קיין טענה אויף א מוסד וואס פארלאנגט ישיבה קטנה בחורים צו בלייבען ביי זיי. שמעק דיך נישט? (ווייל די ווילסט נישט ווערן פארנאטישט, חסידים פון די רבי, ווילסט א טיפערע חינוך, שטערקערע לימודים, אדער וכו' וכו') נעם דיר אלע דיינע זיסע קינדערלעך און עפען א מוסד. עס נישט ביי מיר און נאכדעם שפיי מיר אין פנים. דיין נייע מוסד קען מען מסדר זיין אנטי רבי, טיפע שיעורים וכו'
ניין ניין האסט א טעות, איך זיך נישט אנטי רבי, טיפע שעורים, איך וויל פשוטע מוסד פון פשוט אידישקייט אן קיין הוספות מיט אנדזשענדעס, און מאיזה סיבה שהוא, האט דער אייבערשטער צוגעפירט אז די מאנאפאלי פון מוסדות החינוך פון קליינע קינדער ליגט אין די האנט פון די חסידות'ן, צו ווייל די מאזשארעטי ווילן זיין פערדן און געהערן צו א חסידות, צו עני אנדערע סיבה, און עס ביטער שווער צו עפענען א פריוואטע מוסד. אבער א ישיבה איז נאך גרינגער דארף מען עס מחזק זיין. אויב דו ביסט א פארטייאישע מענטש, דו געהערסט צו עני פארטיי, איז זיך נישט דא וואס צו טענה'ן, און איך פארשטיי דיר אז דו האסט טענה עס איז א "נגע צרעת פאר כלל ישראל" ווייל דו פילסט דיין פארטיי ווערט אינטערגעהאקט מיט דעם, נאר אויב דו געהערסט נישט אין ערגעץ, ביסט א איד אזויווי די חסיד'ישע אידן פון פאר'ן בעש"ט'ס צייטן, איז זייער גרינג צו פארשטיין אז א תלמוד תורה מיט ישיבה גייט נישט צוזאם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
calculator האט געשריבן:יעדע ישיבה קענסטו עקסטער דן זיין, צו עס איז א ריכטיגע ישיבה אדער נישט? אבער צו האבן טענות אז מען מיז בלייבן אין די ישיבה פון די חסידות ווי מען האט געלערנט אלץ אינגעל, מיט א נארישע טענה פון א הכרת הטוב, צוברעכען די ישיבה, איז טענות של הבל, אויב מיינט ער נאר לשם שמים פון זיין גאנצע חסידות וואס גייט אים אן ווער עס טיט אויף פאר אידישקייט ער צו א צווייטער, פארוואס מיז מען קומען צו אים? אויב איינער האלט אז ער גייט ווערן א שטארעקער איד ערגעטס אנדערש וואס גייט אים אן? נאר וואס דען די מטרה איז צו קענען אייסילעיטן די חסידים פאר זיין קאולט, דארפן די חסידים זיין אין די חסידות די גאנצע ימי הנעירים, ווען די מוח איז נאך נישט רייף, איז אז מען גייט לערנען ערגעטץ אנדערש הייבט אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, זלמן לייב האט קלאר דערמאנט ביי זיין דרשה.
די מציאות איז אז מ'קען נישט האבן א ישיבה נאר פון גארבעדזש און די מציאות איז די גוטע בחורים נעמט מען ארויס. דאס מיינט אז סאטמאר מוז ווארפן מער פון די שוואכע ווייל די גוטע גייען ארויס.
די פריוואטע ישיבות נעמען אריין אסאך ווייניגער בינונים ווי די מוסדות ישיבות. זאלן די פריוואטע ראשי ישיבות אויך ארייננעמען אזויפיל בינונים און נאכדעם וועט מען דן זיין איבער די מצוינים.
אפשר מיינסטו צו פרעגן פארוואס ער פארמאכט נישט די ישיבה אינגאנצן? א גוטע קשיא. אפשר ווייל נאכדעם וועסטו שרייעו אז ער האט משנה געווען ממסורת אבותיו. אבער ווילאנג ער האט א ישיבה קען ער נישט בלייבן נאר מיט די בינונים און שוואכע בחורים.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
אויב איז דיין ציל מיר צו לאזן וויסן אז רז"ל איז נישט צעלימער רב זצ"ל, איז א שאד די טינט ווייל דאס ווייס איך אויך. סך הכל איז ער אזוי ווי אנדערע רבנים פון יענעם דור וואס האבן יא מקנא געווען אז סאטמאר רב עפנט א ישיבה...
לויט ווי איך פארשטיי פון דיר האט רז"ל געזאגט אז ווען מ'לערנט אין אנדערע ישיבות באקומט מען פרעמדע השקפות, דאס איז נישט קיין חידוש, דאס האט שוין געזאגט אנדערע רבנים פאר אים און אלס סאטמאר רבי מעג ער ווארענען אז אנדערע ישיבות פרעדיגן נישט די סאטמארער שיטה. האדמו"ר מהר"א האט לעצטנס אויך געגעבן א דרשה פאר בחורים קעגן פארן לערנען אין ארץ ישראל.
לויט ווי איך פארשטיי פון דיר האט רז"ל געזאגט אז ווען מ'לערנט אין אנדערע ישיבות באקומט מען פרעמדע השקפות, דאס איז נישט קיין חידוש, דאס האט שוין געזאגט אנדערע רבנים פאר אים און אלס סאטמאר רבי מעג ער ווארענען אז אנדערע ישיבות פרעדיגן נישט די סאטמארער שיטה. האדמו"ר מהר"א האט לעצטנס אויך געגעבן א דרשה פאר בחורים קעגן פארן לערנען אין ארץ ישראל.
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:די מציאות איז אז מ'קען נישט האבן א ישיבה נאר פון גארבעדזש און די מציאות איז די גוטע בחורים נעמט מען ארויס. דאס מיינט אז סאטמאר מוז ווארפן מער פון די שוואכע ווייל די גוטע גייען ארויס.
די פריוואטע ישיבות נעמען אריין אסאך ווייניגער בינונים ווי די מוסדות ישיבות. זאלן די פריוואטע ראשי ישיבות אויך ארייננעמען אזויפיל בינונים און נאכדעם וועט מען דן זיין איבער די מצוינים.
אפשר מיינסטו צו פרעגן פארוואס ער פארמאכט נישט די ישיבה אינגאנצן? א גוטע קשיא. אפשר ווייל נאכדעם וועסטו שרייען אז ער האט משנה געווען ממסורת אבותיו. אבער ווילאנג ער האט א ישיבה קען ער נישט בלייבן נאר מיט די בינונים און שוואכע בחורים.
און די מציאות ביסטו גערעכט, אבער דאס טאקע מיינ'עך ווייל די מיזט האבן א ישיבה ווייל מסורת אבות (בויען פארטיי), וועגן דעם קען מען טאקע האבן א שטארקע טענה, אבער אין דשענערל אידישקייט איז נישט דא אזא טענה.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:אבער טאמער פארמאכט ער זיין ישיבה, האסטו ווייטער נישט געלעזט דעם פראבלעם פון בינונים. ווער וועט נעמען דעם בינוני אויב נישט די מוסדות?
וואס הייסט, ר' זלמן לייב איז די פארטרעטער פונעם אייבערשטען? אויב ער קען נישט זאל ער זאגן פארן אייבערשטען נעם דו קעהר, פונקט ווי הרב גיפס האט יעצט געטוען פאר זיין סיבה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום calculator, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פון דיר האט רז"ל געזאגט אז ווען מ'לערנט אין אנדערע ישיבות באקומט מען פרעמדע השקפות, דאס איז נישט קיין חידוש, דאס האט שוין געזאגט אנדערע רבנים פאר אים און אלס סאטמאר רבי מעג ער ווארענען אז אנדערע ישיבות פרעדיגן נישט די סאטמארער שיטה. האדמו"ר מהר"א האט לעצטנס אויך געגעבן א דרשה פאר בחורים קעגן פארן לערנען אין ארץ ישראל.
ר' זלמן לייב האט געזאגט 2 זאכן, איינס עס איז נישט קיין הכרת הטוב, מען צוברעכט די ישיבה, 2, ווייל מען באקומט שלעכטע השקפות. דארפסט פארשטיין דאס וואס מען רופט אן און אנדערע חסידות'ן אז מען ווערט שוואכער צו די חסידות רופט מען אן אין סאטמאר (בפרט ביי רז"ל) שוואכע השקפות.
בקיצור די פוינט איז פונקט ווי איך האב געזאגט פריער, ביסטו א מענטש וואס דיינע קאפ לויפט מיט די סאסייעטי, און מיט דיין חסידות, דאס איז ביי דיר אידישקייט, מען דארף זיין אייסעלעיטעט צו א חסידות, ביסטו א בא בטענה. ביי מיר איז דאס נישט קיין אידישקייט, ביי מיר איז עס אן אביזרייהו דע"ז, קוק איך אן די קליינע ישיבות פאר א שטיקל רעטונגס מיטל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
לויט איין סאורס האט ער יא דערמאנט ביים דרשה עפעס וועגן צוברעכן די ישיבה...
ער מעג צולייגן וויפיל סיבות ער וויל, ווילאנג האסט נאכנישט פארענטפער דעם פראבלעם וואס ער האט.
calculator האט געשריבן:יעדע ישיבה קענסטו עקסטער דן זיין, צו עס איז א ריכטיגע ישיבה אדער נישט? אבער צו האבן טענות אז מען מיז בלייבן אין די ישיבה פון די חסידות ווי מען האט געלערנט אלץ אינגעל, מיט א נארישע טענה פון א הכרת הטוב, צוברעכען די ישיבה, איז טענות של הבל, אויב מיינט ער נאר לשם שמים פון זיין גאנצע חסידות וואס גייט אים אן ווער עס טיט אויף פאר אידישקייט ער צו א צווייטער, פארוואס מיז מען קומען צו אים? אויב איינער האלט אז ער גייט ווערן א שטארעקער איד ערגעטס אנדערש וואס גייט אים אן? נאר וואס דען די מטרה איז צו קענען אייסילעיטן די חסידים פאר זיין קאולט, דארפן די חסידים זיין אין די חסידות די גאנצע ימי הנעירים, ווען די מוח איז נאך נישט רייף, איז אז מען גייט לערנען ערגעטץ אנדערש הייבט אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, זלמן לייב האט קלאר דערמאנט ביי זיין דרשה.
ער מעג צולייגן וויפיל סיבות ער וויל, ווילאנג האסט נאכנישט פארענטפער דעם פראבלעם וואס ער האט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איסר האטלקי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
לאמיר דיך קלאר שטעלן, איך האב דא איין פארטיי. די פארטיי איז די average פארטיי.
Average בחור
Average טאטע
די עוורעדזש פארטיי'ס בלוט גיסט זיך אויף די גאסען. און די ביסט ביזי טראכטען וויאזוי די קענסט מאכען זיכער אז זאלי,ארי,פאָרטי פייוו, פאָרטי עיט, כאפט נישט אלעס.
@calculator טענה'עט אז ער וויל א מוסד פון אידישקייט און דאס קען נאר די פריוואטע ישיבות ברענגען. לאמיר דיר עפעס זאגען אזא אידישקייט קענסטו האבן מיין פיאות מיט דעם. א אידישקייט געבויט אויף אידיש בלוט? די בעל שם טוב וואלט זיך געלייגט ביי די טיר פון נייפעסט ישיבה און ער וואלט געשריגען אויף מיין טויטע גוף קענסטו דא אריינטרעטען.
בקיצור איך וועל קוקען אויב איינער מאכט א נייע פוינט. ביז דער ווייל קוקט אויס אז די סאטמאר, וויזניצע רבי'ס וכו' קענען פאררעכטען די פראבלעם איבער נאכט. לאמיר האפן אז זיי וועלען זיך נישט לאזן טרעטען מער.
Average בחור
Average טאטע
די עוורעדזש פארטיי'ס בלוט גיסט זיך אויף די גאסען. און די ביסט ביזי טראכטען וויאזוי די קענסט מאכען זיכער אז זאלי,ארי,פאָרטי פייוו, פאָרטי עיט, כאפט נישט אלעס.
@calculator טענה'עט אז ער וויל א מוסד פון אידישקייט און דאס קען נאר די פריוואטע ישיבות ברענגען. לאמיר דיר עפעס זאגען אזא אידישקייט קענסטו האבן מיין פיאות מיט דעם. א אידישקייט געבויט אויף אידיש בלוט? די בעל שם טוב וואלט זיך געלייגט ביי די טיר פון נייפעסט ישיבה און ער וואלט געשריגען אויף מיין טויטע גוף קענסטו דא אריינטרעטען.
בקיצור איך וועל קוקען אויב איינער מאכט א נייע פוינט. ביז דער ווייל קוקט אויס אז די סאטמאר, וויזניצע רבי'ס וכו' קענען פאררעכטען די פראבלעם איבער נאכט. לאמיר האפן אז זיי וועלען זיך נישט לאזן טרעטען מער.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
א. הכרת הטוב איז בכלל נישט אין פלאץ, אי ווייל ער קען עס נישט מאנען, יענער דארף מעגליך האבען דער מדה, אבער עס איז נישט זיין רעכט, אי ווייל הכרת הטוב מיינט נישט צוריק געבן די טובה וואס מ'האט באקומען, ועי' להלן אות ב'.
ב. א מענטש וואס פארשטייט נישט די תועלת פון ישיבות ווי אלכסנדר, ווייסט נישט וואס לערנען מיינט. א בחור א מצוין וואס דרייט זיך אין קווינס ישיבה, וועט נישט קענען לערנען. ער וועט אפשר זיין א מתמיד און אסאך טייטלען אויף א אידיש ספר. אבער עכט לערנען פון א רבי דארף א מסגרת ארום זיך, און די קאמפאני ישיבות שטעלן דאס נישט צו. א בחור וואס קען גיין קיין אלכסנדר און ער בלייבט אין קרית יואל צו קווינס, איז עס א פשע.
ג. דער קולטור הייסט איינער פון צוויי זאכען, אדער א מצויין ישיבה אדער א קאמפאני פאבריק. עלטערן האלטען נישט ביים שיקן א בחור צו א ישיבה וואס פאסט טאקע פאר איהם. דאס איז די עכטע, נישט מצויינים ישיבות. און דאס איז די פירות פון א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] שידוכים סיסטעם.
ד. למעשה, א סאטמארער וואס גייט צו די פרעמד, צו מיר אדער בריסק, לעיקוואד אדער ר' דוד סאלאווייטשיק, וועט טוישן זיינע השקפות. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער דאס איז נישט טיש מיט מנהגים׳לעך וואס סקווער און בעלזא האבען מורא. ברגע מ'זעט אז דער פרעמדע וועלט איז נישט קאלט צו אידישקייט, עס איז נישט קיין קלות זייערע אז זיי זענען נישט קיין סאטמארע, איז עס צרות.