@יאסל ראקאווער, דא איז דא 3 נקודות,
1) צו א ישיבה פון נאר מציונים איז אויסגעהאלטן.
2) בחורים דרייען זיך אין די גאסן.
3) און צו א טאטע וואס האט געשוקט זיין קינד אין א מוסד אלץ אינגעל, צו ער מיז בלייבן דארט אלץ בחור.
אויף די ערשטע זאך קען מען דיבעיטן, עס איז דא סברות לכאן און סברות לכאן. אויף די 2 זאך קען מען דן זיין וואס איז די סיבה, און וואס איז די בעסטע לעזונג. אבער דאס אז ער מיז שיקן זיין בחור ווי ער האט געלערנט אלץ אינגעל, קען נאר האלטן איינער וואס איז משועבד צו די קאמפעני. איך האב דיר שוין געזאגט פון טאג וואס עס האט זיך געפענט ישיבות מיט תלמוד תורה'ס ביי אידן מימות ר' יהושע בן גמלא, איז עס קיינמאל נישט געגאנגען צוזאמען, אז די האסט א פראבלעם אז עס וואלגערט זיך נשמות און עס גיסן זיך אידיש בלוט אויף די גאסען, קענסטו נאך נישט שאפען נייע געזעצן צו אינזער תורה. אז די ווילסט קענסטו מוחה זיין פארוואס מען נעמט נאר אן מציונים ,קענסט עפענען א ישיבה, אבער פארדריי נישט קיין קאפ.
נאכדערצו ביים עפענען דען "אשכול" איז דיין עיקר טענה געווען, וואס זלמן לייב האט געזאגט, הכרת הטוב, מען צובערעכט זיין ישיבה.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:גייט א מוסד און לייגט אריין צען יאר ארבייט אין א קלאס פון קינדער. זיי נעמען אריין די תינוקות של בית רבן (נישט קיין חילוק זייערע פאליטישע מאטיוון) אלץ אומגעשלייפטע שטיינדלעך און זיי לייגן אריין שווערע הארעוואניע פאר צען יאר. קומט די פריוואטע ישיבות ווי א גאסט צו שלחן עורך, פירט זיך זיין סעלעקציע ווי א נאצי מיט אידישע שעפעלעך, און עסט אויף די גאנצע יום טוב סעודה און לאזט דעם בעל בית אן א כזית מצה. ער איז נאך א בא בטענה, אויב איך נעם יעדן גיי איך נישט האבן קיין בחורים און איך וועל דארפן פארמאכן. האלו, פארמאך אייער ישיבה אייערנעכטן, דו selfish איד! ווילסט זיין א משפיע? גיי ארבייט אין א ישיבה וואס האט מוסד.
אז די ווילסט רעדן וואס מען קען טוען וועגן בחורים וואס וואלגערן זיך אין די גאסן, און ווער איז שילדיג פארמאך די אשכול, און עפען א ניי אשכול
געוואלד, אידיש בלוט גיסט זיך אין די מאסן אדער
"ישיבות למציונים - א נגע צרעת וואס מ'קען היילן איבערנאכט" און מען וועט דיבעיטן, יא, ניין.