חתם סופר האט געשריבן:.
לכאורה וועט מען דארפען עדיטן די דרשות ביי די יארצייט סעודות היינט לכבוד דעם בריוו..
yerushalmi האט געשריבן:דאס פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס די זאלוינים האלטען נאך די קינדער פון די חברה אין זייער מוסד, און א יעדע אנדערע קהילה וואלט מען שוין לאנג געטראסקעט פון די מוסד אזעלכע קינדער פון מענטשען וואס טרעטען ארויס אנדערש.
calculator האט געשריבן:yerushalmi האט געשריבן:דאס פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס די זאלוינים האלטען נאך די קינדער פון די חברה אין זייער מוסד, און א יעדע אנדערע קהילה וואלט מען שוין לאנג געטראסקעט פון די מוסד אזעלכע קינדער פון מענטשען וואס טרעטען ארויס אנדערש.
וואס הייסט פארוואס ווען נישט די חברה, וואלט זלמן לייב נישט געפירט קיין פארטיי היינט, די גאנצע שטארקייט מיט וואס זלמן לייב האט געקענט אריינקומען מער פון זיין ברידער איז, אז ער איז פרומער און ער רירט זיך נישט אוועק קיין "זיז" כל שהוא, און נישט די רבי שליט"א איז די זאך נאר די רבי זי"ע (נאר כדי ער זאל האבן א כח גייט ער שפילן און עקטען ווי א רבי שליט"א) (ווידער איבער זיין ברידער האט זיך שוין אווער גערירט מער ווי אן "איסר האטלקי"). רוב פון די אנטי עקסטרעימע וואס זענען פראו זלמן לייב, בלאנגען עכט צו זיין ארונים, נאר אדער איז זיין טאטע געווען אן עקסטרעמיסט איז ער שוין געבליבן א זאלי, אדער האט זיין טאטע זיך נישט געמישט, און ער איז געבליבן לערנען אלס קינד ביי די זאליס איז ער געבליבן א זאלי. וכו' אבער די יסוד און Power מיט וואס זלמן לייב איז אריין געקומען שטארק סיי צו די סאטמארער רבנים און סיי צו די סאטמארער עולם, אז ער קען מער מאל זאגן רבי כיסויאעליינו, און מען גייט זיך נישט אווער רירן קיין זיז כל שהוא פונעם רבי'ן. איז ואדאי מיזען זיי זיך רעכענען מיט די עקסטרעמע, ביז די אנטי עקסטרעמע פראו זלמן לייב וועלן ווערן א ריזיגע כח וועלן זיי קענען ווארפען די אלע רבנים און עקסטרעמע.
calculator האט געשריבן:yerushalmi האט געשריבן:דאס פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס די זאלוינים האלטען נאך די קינדער פון די חברה אין זייער מוסד, און א יעדע אנדערע קהילה וואלט מען שוין לאנג געטראסקעט פון די מוסד אזעלכע קינדער פון מענטשען וואס טרעטען ארויס אנדערש.
וואס הייסט פארוואס ווען נישט די חברה, וואלט זלמן לייב נישט געפירט קיין פארטיי היינט, די גאנצע שטארקייט מיט וואס זלמן לייב האט געקענט אריינקומען מער פון זיין ברידער איז, אז ער איז פרומער און ער רירט זיך נישט אוועק קיין "זיז" כל שהוא, און נישט די רבי שליט"א איז די זאך נאר די רבי זי"ע (נאר כדי ער זאל האבן א כח גייט ער שפילן און עקטען ווי א רבי שליט"א) (ווידער איבער זיין ברידער האט זיך שוין אווער גערירט מער ווי אן "איסר האטלקי"). רוב פון די אנטי עקסטרעימע וואס זענען פראו זלמן לייב, בלאנגען עכט צו זיין ארונים, נאר אדער איז זיין טאטע געווען אן עקסטרעמיסט איז ער שוין געבליבן א זאלי, אדער האט זיין טאטע זיך נישט געמישט, און ער איז געבליבן לערנען אלס קינד ביי די זאליס איז ער געבליבן א זאלי. וכו' אבער די יסוד און Power מיט וואס זלמן לייב איז אריין געקומען שטארק סיי צו די סאטמארער רבנים און סיי צו די סאטמארער עולם, אז ער קען מער מאל זאגן רבי כיסויאעליינו, און מען גייט זיך נישט אווער רירן קיין זיז כל שהוא פונעם רבי'ן. איז ואדאי מיזען זיי זיך רעכענען מיט די עקסטרעמע, ביז די אנטי עקסטרעמע פראו זלמן לייב וועלן ווערן א ריזיגע כח וועלן זיי קענען ווארפען די אלע רבנים און עקסטרעמע.
המלוכה והממשלה האט געשריבן:פון די דרשות היינט נאכט קיקט אויס אז רז''ל איז מער מעסיג און אחריותדיג און ר' אהרן שפילט ווייטער די געים פון זיין פרימער
yerushalmi האט געשריבן:calculator האט געשריבן:איך שוין די סאטמארער מנהיג זלמן לייב ט"ב. מארגען איז כ"ו אב, ער מיז נעבעך רעדן א דרשה, און פארשטייט'זיך מיז ער רעדן פון די "גזירות החינוך", און מיט די דרשה דארף ער ציפרידן שטעלן זיין גאנצע פראטיי. דאס איז א שווערע עבודה יעצט, ווען אסאך זאליס, זענען אנגעווייטאגט פאר וואס מען האט זיך צוזאם געשטעלט מיט אגודות ישראל. ער גייט מסתמא איבער זיין דרשה איין מאל און נאכאמאל, און מען איז דן אויף יעדן ווארט צו מען מעג עס יא זאגן אדער נישט.
קיינער איז נישט אנגעווייטאגט יעדער פארשטייט און איז מסכים אז פעירלס פארטרעט זיי
בעזהשי"ת
אין די יעצטיגע טעג נעמט די "באורד אוו עדיוקעישאן" אויף קאמענטארן אויף די נייע "גיידליינס," וועלכע צילן צו באצווינגען אונזערע מוסדות צו געבן א חינוך וואס איז "כמעט אייניג" מיט די חינוך פון "פובליק שולע" רח"ל. עס איז זייער וויכטיג אז זיי זאלן הערן פונעם ציבור זייער קלאר אז מיר קענען נישט און מיר וועלן נישט געבן פאר אונזערע קינדער אן אנדערע סארט חינוך ווי דאס וואס זיי באקומען אצינד.פאלגענד איז א פרייע איבערזעצונג פון די פעטיציע אויף די אנדערע זייט.א פעטיציע אין קעגנערשאפט צו די פארגעשלאגענע נייע רעגולאציעס איבער די אייניגקייט פון די לימודים אין די שולעס אינעם דריטן יולי, האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפט. פארגעשלאגן נייע רעגולאציעס איבער: ..."די געזעצליכע פארלאנג צו לערנען מיט סטודענטן אין פריוואטע שולעס אייניגע לימודים ווי די פון פובליק שולעס צו פארזיכערן אז אלע סטודענטן באקומען די חינוך צו וואס זיי זענען בארעכטיגט אונטערן געזעץ."איך וויל אויסדרוקן מיין אומ-איינשטימיגקייט מיט די רעגולאציעס אלץ טאטע\מאמע וואס שיקט די קינדער אין ישיבות. אין א פרייע לאנד דארף די רעכטן פון די עלטערן צו מחנך זיין זייערע קינדער אין איינקלאנג מיט זייער אמונה ווערן רעספעקטירט. עס איז דא א באוואוסטע געריכטליכע פאל, אין וועלכע די סופרים קאורט האט געאורטיילט צו באשיצן די רעכטן פון רעליגיעזע מינאריטעטן בנוגע חינוך.אונזער עקזיסטירענדע חינוך סיסטעם איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הוראות פון אונזערע פירנדע רבנים פון פריערדיגע דורות, און דינט אלץ איינע פון די גרונד שטיינער פון אונזער אמונה. איינצושטעלן די פארגעשלאגענע רעגולאציעס וועט שעדיגן א יסודות'דיגע טייל פון אונזער רעליגיעזע פראקטיצירונג, א זאך וואס מיר קענען נישט מיט א ריינעם געוויסן מיטהאלטן דערמיט.אויב די פארגעשלאגענע גיידליינס ווערן עווענטועל באשטעטיגט, דאן וועל איך מיט צענדליגע טויזנטער ווי מיר אינערהאלב די חרד'ישע ציבורים פון ניו יארק סטעט נישט האבן קיין אנדערע ברירה, ווי צו אויספירן די אלטע אמעריקאנע טראדיציע פון ציווילע אומפאלגזאמקייט (ד.מ. אז אנשטאט צו רעוואלטירן פאלגט מען פשוט נישט די געזעץ.) אלץ א געמיינדע וואס האלט נישט פון געוואלדטאטן ווי די תורה לערנט אונז, וועט סיי וועלכע ווידערשטאנד פון אונזער זייט באשטיין בלויז פון נישט קאאפערירן.די תורה איז אונזער וועגווייזער אין אלע הינזיכטן, און אלץ א רעליגיעזע געמיינדע זענען מיר פארפליכטעט צו אויספירן אירע פאדערונגען אפגעזעהן פון די קאנסעקווענצן. איינע פון די לערעס פון די תורה איז צו זיין פאלגזאמע, געטרייע, און פראדוקטיווע מיטגלידער פון געזעלשאפט, אין די לענדער וואו מיר וואוינען, די תורה שרייבט קלאר: הוי מתפלל בשלומה של מלכות, און דינא דמלכותא דינא.די תורה איז מחייב יודן צו ארויסווייזן דאנקבארקייט פאר די וואס זענען גוט צו זיי, און דערפאר זענען מיר שטארק דאנקבאר פאר די פרייהייט וואס מיר פארמאגן, אויף פארשידענע שטאפלן, אין די פאראייניגטע שטאטן בכלליות און אין ניו יארק סטעיט בפרטיות.בכל אופן, די זעלבע תורה הייסט אונז אויך זיך קעגנשטעלן אזעלכע געזעצן וועלכע זענען קעגן די תורה לערנונגען. איך בעט זיך אז די רעגולאציעס זאלן נישט באשטעטיגט ווערן, כדי נישט צו שטעלן מיר און אנדערע אין א מצב וואס מיר מוזן זיין אומפאלגזאם. עס דארף ווערן באצייכנט, אז אויב דאס נישט נאכקומען די גיידליינס, אויב זיי וועלן באשטעטיגט ווערן, וועט מאכן אז די ישיבות וועלכע קאאפערירן נישט זאלן פארלירן טייל אדער אלע רעגירונגס געלטער, וועט דאס מיט גארנישט טוישן אונזער שטעלונג. קיין שום סכום פון געלט איז נישט ווערט צו טוישן דערפאר די יסודות פון אונזער חינוך. סיי וועלכע געלטער וואס קומט מיט דעם תנאי פון טוישן אונזער חינוך סיסטעם, טו איך אלץ א טאטע \ מאמע פרייוויליג צוריקווייזן.אפילו אויב שטראפן וועלן ווערן ערנסטער, וו.צ.ב. איינזעצן אין תפיסה, איז פארהאן א שטילע מאיאריטעט פון עלטערן אין אונזער געמיינדע, פון וועלכע איך בין א חלק, וואס זענען גרייט צו צאלן סיי וועלכע פרייז עס פעלט זיך אויס צו פארזיכערן די תורה'דיגע חינוך בלייבט אזוי ווי מיר האבן דאס מקבל געווען. די תורה פארפליכטעט אונז אויף א פרידליכן אופן נישט צו קאאפערירן, ביז דער פראבלעם וועט זיין גענצליך געלעזט. אלץ א מינאריטעט גלויבן האבן מיר שוין אדורכגעמאכט פילע שטורעמס, פילע פרואוון צו טוישן אונזער אמונה און רעליגיעזע פירונגען, פון א גאר קאלירפולע אויסוואל פון גרופעס און פריוואטע מענטשן. מיר זענען אנטשלאסן צו אויסהאלטן אויך די יעצטיגע פרואוו.נעמענדיג דאס אין באטראכט, בעט איך דיר זיך צו קעגנשטעלן די פארגעשלאגענע גיידליינס, זינט מיר אלץ א געמיינדע קענען נישט מיט א ריינעם געוויסן און אלץ ג-ט'ס דינער דאס אויספירן. אויב ניו יארק סטעיט וועט למעשה באשליסן אונז צו פארפליכטן צו די רעגולאציעס, דאן וועלן מיר נישט האבן קיין אנדערע ברירה אויסער נישט צו פאלגן. דאס איינשטעלן אזעלכע רעגולאציס וועט אוועקנעמען פרייהייט פון ניו יארק, צווינגענדיג אונזער געמיינדע ערנסט צו איבערטראכטן צו מיר האבן נאך א פלאץ דא אין די סטעיט.איך בעט, אין גייסט פון דעמאקראטיע און פארשידענארטיגקייט, אז דו זאלסט זיך קעגנשטעלן די איבערפאל אויף פרייהייט און אויף די פרייע פראקטיצירונג פון יעדן מענטשנס גלויבן. א דאנק פאר דיין זיך רעכענען. אלעס גוטס,שרייבט אונטער די פעטיציע אויף די אנדערע זייט, שרייבט אייער פולע נאמען און אדרעס מיט א קלארע ליינבארע שריפט. דאן שיקט אריין דעם בריוו:איר קענט אויך שיקן דעם בריוו צו אנדערע פאליטיקאנטן, וו.צ.ב. אייער אסעמבלימאן, סענאטאר, גאווערנאר, א.א.וו.
BS"D
A petition in Opposition to Proposed Substantial Equivalency Guidelines
On July 3rd, 2019, the New York State Education Department (NYSED) proposed new guidelines for: "...the statutory requirement for substantial equivalency of instruction for students attending nonpublic schools to ensure that all students receive the education to which they are entitled under the law."
I wish to voice my dissent with these regulations as a yeshiva parent. In a free and democratic society, the right of parents to educate their children in accordance with their faith must be respected. Wisconsin v. Yoder was a landmark case, with the Supreme Court establishing a legal precedent to protect the rights of religious minorities in regards to education.
Our current educational system was structured through the direction of our leading rabbis of previous generations, and serves as one of the cornerstones of our faith. Implementing the proposed regulations would damage a fundamental element of our religious practice, something we cannot in good conscience comply with.
If the proposed guidelines are eventually approved, then I and tens of thousands like myself within the Torahadherent Jewish communities of New York State, will have no other choice than to engage in the storied American tradition of civil disobedience. We as a community are strict pacifsts as prescribed by the Torah and any resistance on our part would be restricted to nonviolent noncooperation.
The Torah is our guiding light in all matters and we as a faith community are duty-bound to fulfll its precepts come what may. One of those dictates is to be law-abiding, loyal, and productive members of society in our countries of residence, stating clearly:
"Pray for the peace of the kingdom (of your country of residence)," and "the law of the land is obligating."
The Torah admonishes devout Jews to display gratitude towards those who have bestowed kindness upon them and, given that, we are extremely thankful for the freedom that we experience, on a multitude of levels in the United States in general and New York State in particular.
However, the same Torah also commands us to resist laws which fly in the face of Torah precepts. I plead that these regulations not be implemented so as to not place myself and others in a position where we must disobey.
It should be noted, that if failure to comply with the guidelines, should they be approved, would result in the forfeiting of any or all government funding for uncooperative yeshivos, it would not alter our position in any way. No amount of money is worth altering the fundamental nature of yeshiva education. Any funding preconditioned on altering our educational system I, as a parent, gladly eschew.
Even if penalties were to become even more severe, such as jail time, there is a silent majority of parents in our community, of which I am a part, who are ready to pay whatever price necessary to insure Torah education remains intact in its historical entirety. The Torah obligates us to engage in nonviolent noncooperation until the absolute end in this matter. As a minority faith we have weathered many storms, many attempts to alter our convictions and modes of practice from a dizzying variety of groups and individuals. We are determined to resist this current attempt as well.
Bearing this in mind, I ask that you reject the proposed guidelines since we as a community cannot in good conscience and as servants of G-d carry them out. If New York State ultimately decides to make these regulations binding, then we have left no other alternative than to respectfully disobey. Their establishment will erode personal and communal freedom in New York, forcing us as a community to seriously reconsider if there is still a place for us in this state.
I ask, in the spirit of democracy and pluralism, that you reject this affront to liberty and the free exercise of individual conscience. Thank you for your consideration.
All the best,