זי דרייט זיך ארום ביי די מיסטן יעדע נאכט, זי באהאלט זיך פון פרעמדע אויגן, זי קוקט ארויס פון איר באהעלטעניש און טרעפט זיך א וועג צו גיין, זי נעמט מיט איר רויב און טראגט עס צו אירע קינדער וואס זי האט נארוואס געבוירן, זיי זיצן דארט הינטער די טרעפ און ווארטן אז די מאמע זאל זיי ברענגען עסן, אט קומט זי מיט א שמייכל און קוויטשעט זיס צו אירע קינדערלעך, זיי זעען די מאמע און ווערן בארואיגט, עס איז דא עסן, עס איז דא וואס צו נעמען אין די יעצט געשאפענע מיילעכלעך.
זיי צעטיילן זיך גלייך מיט די עסן, דאס איבריגע לייגן זיי אוועק אין די זייט פאר א טאג וואס עס וועט נישט זיין, זיי קוקן ארויף אויף די מאמע ווי צו זאגן א דאנק, דאן גייט די מאמע און זוכט אויף פרישע סחורה צו ברענגען פאר אירע באליבטע, זי קומט אן צו די מיסטקאסטן און זעט נאך אביסל עסן וואס זי האט פארזען פריער, זי כאפט עס אריין אין מויל, זי באהאלט זיך ווידער און זוכט א געלעגנהייט עס צו ארויסשווערצן צו אירע קינדערלעך וואס ווארטן.
און דאן קומט א גרויסע פוס, עס גיבט א האק אויף דער ערד, די מאמע ווערט ערשיטערט און שליידערט אראפ איר רויב פון די מויל און לויפט אוועק גיך, דער גרויזאמער פוס גייט זיך ווידער אין וועג און מערקט ניטאמאל אן ווי ער האט פארטריבן א מאמע פון קינדער, ווי ער האט אוועקגענומען די שפייז פון די ארעמע און באקריוודעטע זעלן.
[center]***[/center]
איך דריי זיך אויף דער גאס אן א ציל, איך שפאציר געמיטליך ווייל וואו זיך צו יאגן איז נישט פארהאן, פון מאל צו מאל שטראמט ארויס א קוואל פון זאלציגע טרערן פון מיינע אויגן, טרערן פון בענקשאפט, טרערן וועלכע יאגן זיך צוריק צו א פארגאנגענע וועלט, די טרערן זענען פארשטאפט אין מיין קאפ, אבער ווען זיי שטופן זיך ארויס מיט קראפט פון צווישן מיינע אויגן און איך לאז זיי פריי פליסן, ווערן זיי באפרייט צו זייער ציל, ערגעצוואו אינדערצווישן ווערן זיי פארווישט אין א פארטוך צו אין מיינע בלויזע הענט ווי זיי ווערן אויסגעמישט מיט די זעללאזע וועלט פון דעם דומם און זיי פארלירן זייער לעבהאפט און ווערן אויס, אבער זיי ווערן פראדוצירט אין די מאסן, איך געדענק נישט א צייט וואס עס זאל מיר נישט קומען טרערן ארויס פון הארץ אויפן געזיכט.
אייגנטליך מאכט זיך עס יא אז איך טראכט אריין א טראפ טיפער, עס זענען דא צייטן וואס די אלע טירדות פון די נארישע וועלט מיט אירע פאלשע קאלירן נעמען איבער דעם אויבנאן, ווען איך וויל נאר וויינען, ווען איך וויל זיך אביסל אויסגעבן און באפרייען אינערליכע דרוק, פונקט דאן קומט מיר אונטער די אלע מינדערוויכטיגע נארישע זאכן וואס שטערן מיר פון זיך פארנעמען מיט זיך.
און מען קען שוין מיינען אז מיט מיר אליין איז אזוי אנגענעם זיך צו פארנעמען, וויפיל איך פלעג און פיטער מיין פערזענליכקייט פראסקעט מיר אין פנים אריין מיין אומוויכטיגקייט, איך פארנעם זיך מיט מיינע פראבלעמען ווען אינצווישן פאררעכטן איין זאך קומט אונטער א פרישע פלאנטער וואס קומט מיר נאר אנזאגן אז עס קומט נישט קיין בעסערע תקופה, די צוקונפט מוז נישט זיין מער גלעצנד, אבער ווען איך קלער און זעה אז וויאזוי עס איז יעצט איז פארט נישט גוט, בין איך געצווינגען יא זיך צו פארנעמען מיט מיינע פראבלעמען, איך געדענק אבער אייביג אז עס מוז נישט זיין אז עס קומט עפעס קלארער און מער בעסער, נאר פארנוצן די צייט אויף אינערליכע שטערונגען.
און ווען איך נעם זיך שוין יא צוזאם ארויסצוגיין אין די גאס, ווען עס איז שטיל און טונקל, ווען די ברוטאלע יצירה וואס ווערט אנגערופן מענטשהייט איז פארזינקען אין א טיפן שלאף, הייב איך אן מיין שפאציר אליין און איך ענדיג עס אליין, גארנישט ווערט נישט בעסער איז צו וואס זיך משוגע מאכן?
און ווען עס קומט מיר אונטער א געדאנק וואס ווערט צושטערט דורך א צווייטע פארקומענדער געדאנק, גיב איך א טופע מיט די פיס אויף דער ערד.
און דאן פארטרייב איך אומווילנדיג די אומשולדיגע מאמע קעצל וואס זוכט צו שפייזן אירע קינדער…
[center]***[/center]
איך וויל איר שרייען, קום צוריק, איך האב גארנישט געמיינט מיט מיין שטויס, איך האב דיר עכט נישט געוואלט וויי טון, עס גייט מיר אן פונקט ווי דיר, קום צוריק! שפייז דיינע קינדער ווי די האסט געפלאנט, גיב זיי ליבשאפט, לערן זיי אויס וויאזוי זיי זאלן זיך פירן צו זייערע קינדער ווען זיי וועלן עלטער ווערן, איך בין מיט דיר אויף איין בלאט, איך פארשטיי אזוי גוט דיין פיין, עס טוט מיר אויך וויי, איך האב אויך מורא פון מענטשן אזוי ווי דיר, איך וויין אויך אזוי ווי דיר, מיין לעבן איז אויך מער ווייניגער אין די נעכט, איך דריי זיך אויך אין לעכער נישט צו באגעגענען די גרויזאמע מענטשן.
אבער איך קען נישט די קעצל שפראך, איך ווייס נישט וויאזוי איר איבערצובעטן, זי גייט אייביג בלייבן אנגעווייטאגט אויף מיר, איך וועל איר קיינמאל נישט קענען זאגן ווי שטארק איך שפיר מיט איר צער, ווי שטארק איך וויל איר איבערבעטן אויף די אומאנגענעמליכקייט וואס איך האב איר אומווילנדיג געשאפט, שוין, נאך א זאך ארויף אויף די ליסטע פון מיינע אומגעלונגענע מיסיעס.
אבער זאלסט וויסן קעצל אז דו ביסט גליקליכער ווי מיר אויף די רגע, דו האסט א שטוב מיט קינדער, דו האסט ליבשאפט אינדערהיים, האסט ידידים וואס העלפן דיר אין דיין טאג טעגליכן סדר, האסט א ארט אין די בריאה, פארנעמסט א פלאץ אין איינעמס מיינונג, ביסט א אנגענומענע זאך.
איך ליידער בין ווייט פון דעם, עס טוט מיר זייער שטארק וויי אבער איך ווייס אז איך קען גארנישט טון צו דעם, דאס איינציגסטע וואס עס איז מיר פארבליבן אויף די וועלט איז צו האפן צו גאט אז ער זאל מיר ארויסהעלפן פון די סיטואציע און אויפרעכטן פונדאסניי…
און אזוי געזעגן איך זיך פון די מאמע קאץ וואס איז אנטלאפן, מיט טרערן אין די אויגן און רויטע נאסע ציפעדיגע באקן...