א בריוו איבער עדיוקעישאן

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

א בריוו איבער עדיוקעישאן

שליחה דורך מיימון »

ביטע זייט מפיץ דעם דבר ה'. אויף וואטסעפפ, טוויטער, פעיסבוק, אינסטעגרעם, טעקסט-מעסעדזש, קאל-פרא, וואויס מעיל, פאסט, פאקס מאשין, פאסט טויבן. ובכל אופן שהוא. אימעיל, שול בית הכסא, איר קענט אויך ארויפקלעבן אויפן וואנט אין מקוה לזכות את הרבים.

שיקט און דיסקוסירט מיט אייערע פריינט, פיינט און שכנים (נישט רעקאמענדירט מיט צו נאנטע קרובים). מאכט א שטורעם. רייסט אראפ, שעלטס, קריטיקירט, ווייזט אויף ווי דער שרייבער איז אנגעזאפט מיט גיפטיגע שנאה און לייגט זיך סתם אזוי אן. אבער רעדט נאר דערפון. עס זאל ווערן א ווינט. א מדובר. כלל ישראל זאל קאכן ווי א קעסל איבער עדיוקעישאן.

בייגעלייגט א pdf געהעריג און גרעסער צו ליינען אויפן פאון. אויך א לינק צו גוגל דרייוו. אויך קען מען לינקען אהער צום טריפהנעם קאווע שטיבל דער מקור הזוהמא.

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=53&t=13315

https://drive.google.com/file/d/1dmcM9fjVQJJODKSddtZ6pLmKJfdw_ByX/view?usp=sharing
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

עס טוט זיך הימל און ערד און עדיוקעישאן. די סטעיט וויל ארויפצווינגען גזירות אויף די ישיבות, די רבנים שרייען געוואלד, און דער עולם איז היבש צומישט. דעם בריוו האב איך שוין אפגעשריבן מיט א צייט צוריק, איך האב עס קיינמאל נישט פארעפנטליכט, איך בין אליין געווען מסופק צו עס וועט אויפטון אדער נישט, צו עס איז גענוג קלאר, צו עס איז אפילו וויכטיג בכלל. יעצט ווען די נושא איז נאכאמאל אויפן טיש, און די צייט פון אריינשיקן קאמענטארן ענדיגט זיך שוין, שפיר איך אז די צייט איז רייף אויפצוברענגען געדאנקען וואס מען קען טון בנוגע חינוך הבנים, אין א אינערליכן פארמאט, "צווישן אונז גערעדט", און מיט א ערנסטקייט דיסקוטירן די נושא מיט א אמת.

איך וועל נישט דא אריינגיין אין די נושא פון חכמות חיצוניות און איבער וואס מען דארף אדער מען מעג לערנען, און וויפיל מען האט דאס געלערנט במשך הדורות, איך האב שוין געשריבן דערוועגן באריכות אין "דער וועקער" און איך וועל נאך אי"ה ממשיך זיין. דא וויל איך אביסל אויסשמועסן איבער וואס אונזערע קינדער באקומען יא אין די תלמוד תורה'ס און וואס זיי באקומען נישט.

איך וויל אויסשמועסן אז אפגעזען פון די לימודי חול איז דער מצב אין די תלמוד תורה'ס בכלל אבסורד, נאריש, און ווייטאגליך. די קינדער באקומען נישט וואס זיי וואלטן געדארפט, און די יוגנט יארן ווערן אנגעוואוירן פאר גארנישט.

איך מוז באמערקן אז איך רעד פון מיין ערפארונג מיט א גאר פרומע מוסד, מער עקסטרעם ווי רוב חסידישע תלמוד תורה'ס, זייער אסאך זענען פיל פיל בעסער אין פארשידענע הינזיכטן, אבער איך מיין אז רוב גרויסע מוסדות זענען בדרך כלל נישט מסודר מיט די ענינים, דעריבער איז עס אקטועל פאר יעדן, און אויב געוויסע זאכן זענען נישט שייך דעמאלטס אשרי להם, און זאלן זיך אנדערע אפלערנען.

איז צוערשט, וואס באקומען יא די קינדער אין חדר?

א אינגל גייט אריין אין חדר ביי דריי יאר, די ערשטע צוויי יאר איז מער ווייניגער א נורסערי, מן הסתם געאייגנט אז די מאמעס וואס האלטן פאר אדער נאך א קינד זאלן זיך נישט דארפן ספראווען מיט נאך א קינד אינדערהיים. מען שפילט, מען קאלירט, מען עסט און מען שלאפט, און מען פארציילט די סדרה. אין טייל חדרים מאכט מען שבת פארטי'ס פרייטאג. מען לערנט אויס וועגן יום טוב און וועגן כ"א כסליו.

ביי די פינף יאר איז שוין סיריעס ביזנעס. מען לערנט גאר שנעל א"ב-נקודות-עברי און קריאה. נאך איידער דאס יאר איז אדורך ליינט מען שוין. אין צוגאב פארציילט מען די סדרה און מען ברענגט אהיים שאלות צו פרעגן ביים סעודה. פון דארט און ווייטער לערנט מען די קומענדיגע פאר יאר דעם חומש אויף די וואכעדיגע סדרה מיט רש"י. משניות, געווענליך א פרק אדער צוויי אין מסכת ברכות, און עטליכע פרקים פון גמרא, אביסל פון סוכה און אביסל פון בבא מציעא. רוב רבי'ס וועלן אויך לערנען מוסר - מסילת ישרים אדער אורחות צדיקים. מען לערנט אביסל תורה'לעך פאר שבת און פאר א יום טוב. צומאל לערנט מען הלכות, בעיקר פון יום טוב. געווענליך לערנט מען אויך שרייבן אידיש, דעם חלק פון שיינשרייבן (handwriting) דהיינו מען לערנט וויאזוי צו שרייבן די אותיות.

אינדיווידועלע רבי'ס וועלן צולייגן אנדערע לימודים בעיקר פון אויסעווייניג, אבער נישט מיט א קאריקולעם און א פלאן, נאר ווען עס מאכט זיך א געלעגנהייט. מען וועט אויך פארציילן כסדר דא און דארט מעשיות פון צדיקים און דרשות איבער ציונות און שובבי"ם.

אין ישיבה תיכף ביי די דרייצן יאר טוישט זיך דער סיסטעם. אנשטאט א רבי איז דא א מגיד שיעור וואס לערנט פאר גמרא מיט געקליבענע שטיקלעך פון די מפרשים, געווענליך פון די ראשונים - רמב"ן, רשב"א, ריטב"א און ר"ן. און אחרונים - רעק"א, חת"ס, פנ"י, קצות, און מהרש"א. די בחורים ווערן אנגעוויזן זיך פארצוקוקן די גמרא מיט א חברותא וואס זיי קלויבן אויס און דערנאך דארפן זיי מיטהאלטן דעם שיעור מיט די מפרשים. אויך לערנט מען עטליכע סימנים שולחן ערוך אנגעהויבן פון טור בית יוסף ביז מחצית השקל און אביסל פרי מגדים.

ווען א בחור ענדיגט ישיבה ביי די אכצן יאר דארף ער לויטן פלאן קענען גרויסע טיילן פונעם חומש מיט רש"י. א פרק משניות פון מסכת ברכות. עטליכע מסכתות פון ש"ס טייל פון זיי בלויז מיט רש"י, אנדערע מיט תוספות און שטיקלעך פון מפרשים לויט וויאזוי דער מגיד שיעור האט אנגעוויזן. אויך קען ער שרייבן די אותיות. רעכענען פלאס מיינעס און טיימס. ער קען די ענגלישע אלפאבעט. ער קען די טייטש פון אסאך שטיקלעך דאווענען בפרט אקדמות, אביסל הלכות פון יום טוב מיט אסאך שיינע תורה'לעך און מעשה'לעך, און א גוטע פאר סימנים אין אורח חיים און יורה דעה ביז צום פרי מגדים.

יעצט לאמיר זען וואס דאס קינד וואלט געדארפט באקומען און באקומט נישט.

איך וועל גיין אין די רייע לויטן עלטער און זען וואס די קינדער וואלטן געדארפט באקומען. נאכאמאל איך רעד דא פון גאר א פרומע מוסד און זייער עקסטרעם אבער די זאכן זענען אקטועל פאר טויזנטער קינדער, דעריבער זאל מען נישט דאס אוועקמאכן וויבאלד אין אנדערע תלמוד תורה'ס איז נישט אלעס נוגע נאר מען זאל פרובירן צו באטראכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן יעדער איינער ביי זיך.

ביי די דריי יאר איז א קינד זייער יונג, ממש א בעיבי. רוב וועלט שיקט נאכנישט אוועק אין אזא יונגן עלטער. אזא קינד ווייסט זייער ווייניג און גארנישט איז פאר אים זעלבספארשטענדליך. דאס קינד דארף זיך אויסלערנען פארעמס און קאלירן, און ווערטער וואס בארייכערן זיין וואקעבולאר (אוצר פון ווערטער). מען קען אויסנוצן די צייט זיי אויסצולערנען בעיסיק זאכן, עניני דרך ארץ ומידות, סכנות, באגריפן. מען קען זיי ווייזן בילדער פון זאכן און זיך אויסלערנען דעם נאמען דערפון. ווערטער ווי עראפלאן, עלעפאנט, בארג, אקסל און קני, אד"ג. איך פרעג אמאל איבער די קינדער פשוטע זאכן ווען זיי זאגן די סדרה (יעקב'ס טאכטער - וואס מיינט טאכטער?) זיי האבן נישט קיין אנונג.

עס איז אזוי וויכטיג אויסצולערנען די אלע זאכן כאטש עס קען אויסזען איבריג, פארשער זאגן אז וואס גרעסער א מענטש'ס וואקאבולאר איז אלץ מער קען ער טראכטן! אן וויסן די ווערטער וועט ער נישט צולייגן קיין קאפ צו זאכן וואס ער זעט און וועט אריינלייגן זיין מח און נארישקייטן און ווילדע שטיק אנשטאט באטראכטן זאכן און זיך אויסלערנען וועגן דאס לעבן, אנשטאט פאוקעסן אויף פרטים פון די סדרה וואס די קינדער כאפן ממילא נישט אויף געהעריג זאל מען זיי מסביר זיין די בעיסיק איידיעס, וואס מיינט א קעניג, וויאזוי ארבעט א לאנד, א רעגירונג, פאליציי, וכדומה. אזוי אויך די בעיסיק אידישקייט ידיעות ווי דער באשעפער, שכר ועונש, גאולה דארף מען מסביר זיין בפרטות.

לאמיר גיין צו כתה א'. ביי די מיידלעך לערנט מען עברי במשך צוויי יאר מיט כללים און ניגונים. מיין מיידל זינגט מיר כסדר נייע כללים וואס זיי האבן געלערנט. מיר האבן נישט געזינגען און געלערנט די כללים אזוי לאנג, מען האט פשוט געזאגט און געזאגט איין מאל און נאכאמאל ביז דער עולם האט ווי נישט ווי זיך צוגעוואוינט וויאזוי צו זאגן אן וויסן פארוואס און פארווען. היינט איז שוין גאר אסאך בעסער אין דעם הינזיכט, עס קומען שוין אויף רבי'ס מיט "מעטאדן" (א ווארט וואס איז געווען פארבאטן יארן לאנג), אבער מיין יונגל לערנט א-ב איינס-צוויי ער זאגט טאקע ריכטיג אבער ער זינגט נישט די כללים. וואס שטערט מיר עס? ווייל אן די כללים איז עס נישט געלערנט, בלויז איינגעוואוינט (להבדיל ווי מען טרענירט א חיה), ער פארשטייט נישט פארוואס ער זאגט וויאזוי ער זאגט און קען קיינמאל נישט פארבעסערן און ארויסהאבן דעם סיסטעם פון זיין זאגן, בלויז זאגן וויאזוי ער האט זיך צוגעוואוינט. שוין אפגערעדט פון דעם אז א היבש טייל קינדער כאפן שווערער אויף און דארפן זיך מוטשען, די סיבה וואס די כללים זענען דא איז גרינגער צו מאכן פארוואס זאל מען עס נישט נוצן?

דאס זעלבע מיט שרייבן, ביי אונז האט מען בלויז געגעבן א צעטל און געזאגט שרייב דאס נאך. יא מיט אביסל אנווייזונגען (דער רבי איז נישט געווען דער געווענליכער רבי און די אטמאספערע איז געווען לייכטער). אבער פארוואס זאלן די מיידלעך דאס לערנען מיט כללים (וואקאלן אד"ג) און פונקטליכע אנווייזונגען (יעדער אות חזרט מען וויאזוי עס קומט פון אויבן ביז אונטן) און די אינגלעך נישט? איך רעד שוין אפילו נישט פון ספעלן און אודאי נישט פון גראמאטיק (איר ווייסט וואס דאס איז?) קיינמאל האט מען אונז נישט געלערנט וויאזוי צו שרייבן א ארטיקל, א בריוו, אדער אפילו א גראדער זאץ. איך מיין אז רוב פון מיין קלאס קענען נאך היינט נישט ספעלן אידיש!

לשון קודש לערנט מען אויך נישט. א גוטער קאפ וועט דאס אויפכאפן פון די חומש און אנדערע ספרים, אבער נישט יעדער האט א גוטער קאפ. ספעלן לשון קודש איז אוממעגליך פאר איינעם וואס האט נישט געלערנט, עס ווערט באטראכט ווי פראבלעמאטיש צו לערנען "דקדוק" אבער עס קומט פשוט צו לאכן (אדער וויינען) ווען ערוואקסענע אידן אפילו תלמידי חכמים מאכן טעותים אין טייטשן פשוטע פסוקים אז עס איז א שרעק! פארוואס זאל מען זיך נישט פארגרינגערן דאס לעבן? איך מיין אז אויב וועט מען קענען לשון הקודש וועט דאס קינד אליין קענען אפלערנען א פסוק חומש אנשטאט וואס דער רבי זאל אים דאס מוזן אריינחזר'ן אין קאפ פון כתה ב' ביז די בר מצוה!

אין די יארן וואס דאס קינד הייבט אן מיטל-שולע (פון כתה א') הייבט דאס קינד אן צו ווערן אביסל ערוואקסן. - איך וויל דא בארירן א נושא וואס איז פאר מיר זייער פערזענליך און ווייטאגליך, איך שפיר נאך עד היום הזה פארווייטאגט איבער דעם און איך האף די ליינער וועלן דאס נעמען צו קענטעניס. - אין א יעדן קלאס פון קינדער וועט זיך מאכן עפעס "פראבלעמען", קלענער און גרעסער, און זיי זענען זייער פארשידנארטיג. טייל האבן קריאה פראבלעמען, כאפן נישט אויף, קענען נישט איינזיצן, טייל קינדער ליידן רדיפות, זענען שעמעדיג אדער צוריקגעצויגן. אסאך פעלט בעיסיק מענטשליכקייט ידיעות וואס שטעלט זיי אויס צו שאנדע, אדער פארקערט זיי רודפ'ן אנדערע. קינדער גיין אדורך אנדערע שווערע דורכגענג אינדערהיים אדער אין מוסד. פארוואס? למען השם, פארוואס? פארוואס זאל נישט זיין ווער עס זאל זיך אפגעבן דערמיט? יא איך ווייס עס איז שוין אסאך בעסער ווי אמאל, קריאה פראבלעמען ווערן באהאנדלט, ADD און אנדערע דיסארדערס ווערן דיאגנאזירט. אבער עס זענען פארהאן פיל מער פראבלעמען וואס זענען "קלענערע" פראבלעמען און דארפן נישט א דאקטער, אבער זיי דארפן אויך באהאנדלונג. עלטערן! איר זעט נישט אייער קינד רוב טאג, צי ווייסט איר וויאזוי דאס קינד פירט אריבער זיין טאג? ווען א מלמד זעט א קינד זיצט כסדר אליין, פארוואס זאל ער נישט באטראכטן צי דאס קינד ליידט? אפשר דארף ער א פסיכאלאגישע אפהאנדלונג, אין יעדע גרויסע שולע איז דא כסדר א נוירס און א פסיכאלאגישער אפשאצער וואס האלט כסדר א אויג אויף די קינדער. קיינער האלט אפילו נישט מיט און קינדער גייען צוגרונד! רוב רבי'ס זענען וואוילע חשובע יונגעלייט בני תורה און ערליכע, אבער זיי האבן נישט קיין דעגרי אין פסיכאלאגיע און רוב קוקן זיך ניטאמאל אום. ביי הפסקה גייען זיך די מלמדים אריין אין זייער שטיבל צו עסן און זיך אפרוען און קיינער ווייסט אפילו נישט אז איין קינד ווערט כסדר אפגעלאכט און אפגעשפעט. קינדער ווערן צוטראטן יעדעס יאר און קיינער ווייסט נישט! ווען דאס קינד קומט אהיים ווילד און צולאזן ווייסט איר אפילו פון וואו דאס קומט? עס קען זיין אז ער געט דא ארויס זיין כעס און פרוסטראציע פון א גאנצן טאג!

בכלל דארף מען האבן א אבזערוואציע אפילו אויף "גוטע" קינדער, אפשר רודפ'ן זיי אנדערע? חוץ פון דעם צער פון די נרדפים דארף מען טראכטן פון זיי אליין, אזא קינד וואקסט אויף אומערצויגן, פריער אדער שפעטער וועט ער בלייבן אליין מיט זיינע ווילדע קינדערישע שטיק און "ער" וועט דעמאלטס זיין דער נרדף! צומאל פארטאכלעוועט א קינד זיינע טאלאנטן. א פויל א.ג. "שוואך" קינד וואס קען אייביג נאר האלב פון די שאלות ביים פארהער, צי ווייסט דער מלמד אז ער איז זייער א גוטער ארגאניזירער? אדער האט גוטע הענט? א ווארעם הארץ וואס פילט מיט א צווייטן? דאס קינד ווערט פארשטעקט אין א ווינקל און באקומט פסקים פאר'ן נישט קענען, אין בעסטן פאל לערנט מען אים צו פריוואט, אנשטאט אויפבויען זיין זעלבסט שעצונג און זיינע באהאלטענע כשרונות.

און דא וויל איך רעדן וועגן טאלאנטן. דער ענין איז ווידער א הארצווייטאג. אין מיין זון'ס חדר האט מען ביי כתה א' אויפגעהערט צו קאלערן, הפנים "גרויסע" אינגלעך קאלערן שוין נישט. שפילן קענען זיי נאך אין די זאמד, אבער ביי די עלטערע איז דאס שוין אויך נישט דא, וואס דארף מען טון ביי לאנטש? מען קען ארומלויפן און שפילן ווילדע "אינגלישע" שפילן ווי גלח, קעטש אד"ג. אדער קען מען נוצן העלצער און שטיינער און ערד און עפעס מאכן. איך ברעך זיך קאפ, פארוואס זאל א 5(!) יעריג קינד נישט קאלערן? שעות און שעות פון קוקן אויף שווארץ און ווייסע ווערטער איז גענוג פאר אזא יונג קינד? פארוואס זאלן אפילו די עלטערע אינגלעך נישט טארן האבן קיין סווינגס, קריכערס, און אנדערע שפילן? עס איז נישט דא קיין לייברערי אין חדר ארויסצונעמען ביכלעך צו ליינען, געימ'ס צו שפילן, אדער סיי וואס. בלויז הימל און שטיינער. אויב ביסטו א בר הכי ארומצולויפן און א שטארקער און געבויטער דאן ביזסטו מסודר. אז נישט קענסטו שטיין און קוקן טעגליך וויאזוי די "שטארקע" אינגלעך פארמעסטן זיך איינער מיטן אנדערן.

און למען השם, קיין שום פלעי, קאלאר-וואר, אדער אנדערע פארמעסטן קומען ח"ו קיינמאל נישט פאר. מען מאכט נישט קיין סיינס, ניגונים, גראמען, טאנצן, פארשטעלונגען, חס מלהזכיר. איך פלעג אויסגיין פאר קנאה אויף מיין שוועסטער וואס האט געמאכט א "פראדזשעקט" פאר סקול, אזא סארט געביידע מיט מיניטשורס, עפעס וואס איך האב זייער געהאט א געפיל דערצו. איך האב געקענט שיין שרייבן, איך האב קיינמאל נישט געהאט א געלעגנהייט דאס צו נוצן אין קלאס.

די מיידלעך זענען כסדר פארנומען מיט שפילן און גראדואציעס, דאס לעבט אויף די קינדער, יעדעס קינד קען נוצן אביסל די חלקים פונעם מח וואס האבן ליב צו זינגען און טאנצן. בפרט קינדער וואס זענען שוואכער אין לערנען און צייכענען זיך אויס אין אנדערע געביטן, פארוואס זאל מען זיי נישט געבן א געלעגנהייט צו שטייגן?

דער תירוץ וואס מען גיט איז אז די אינגלעך לערנען תורה. באמת זענען קטנים פטור מן המצוות, מיר ווילן זיי פשוט אויפציען צו וויסן וויאזוי צו לערנען זיי זאלן קענען די תורה ווען זיי וואקסן אויף, לאמיר אלזא מאכן דעם חשבון, צו קענען טאקע די אינגלעך בעסער ווי די מיידלעך? וואס קענען בכלל די אינגלעך?

לאמיר אייך אלע שטעלן א פראגע. צו האט איר שוין אמאל דורכגעלערנט די גאנצע תורה (חומש) מיט רש"י? מסתמא נישט. א גאר גרויסער חלק פונעם עולם האט קיינמאל נישט צוגעענדיגט דעם חומש וואס מען האט נישט געלערנט אין חדר. און די פסוקים וואס מען האט יא געלערנט געדענקט איר נאך? אפילו אויב יא זענט איר נאך זייער ווייט, צי האט איר געוואוסט אז עס זענען פארהאן מער ראשונים אויף חומש ווי אויף די גמרא? האט איר שוין אמאל אפגעלערנט א פרק חומש און פרובירט צו פארשטיין קלאר וואס דער פסוק זאגט (נישט וואס רש"י וויל)? זייער זעלטן.

די גמרא וואס מען האט געלערנט געדענקט איר? מסתמא נישט. עס איז לכאורה נישט מעגליך צו געדענקען עפעס וואס מען האט קיינמאל נישט פארשטאנען. עלטערע יונגעלייט מוטשען זיך ביים שיעור צו מיטהאלטן דעם קאמפליצירטן גאנג פון דער גמרא. די אוקימתות און הוי אמינא'ס און די כסדר'דיגע ארומטוישונגען פון די סוגיא זענען גאר טיף און יונגע קינדער וועלן דאס עפ"י רוב נישט באמת ארויסהאבן, שוין אפגערעדט פון די שטיקלעך מפרשים וואס טוען הונדערטפאכיג פארשווערן און קאמפליצירן די סוגיא.

מיר דארפן זיך פרעגן, וואס ווילן מיר אקאמפלישן מיטן לערנען? מיר האבן געלערנט במשך א יאר די סוגיא פון המביא גט ממדינת הים, למעשה בין איך אפילו נישט זיכער אבער איך מיין אז היינטיגע צייטן זאגט מען קיינמאל נישט בפני נכתב. איך ווייס נישט ווייל מיר האבן קיינמאל נישט געלערנט די הלכה למעשה. אלזא אפילו דער בעסטער בחור וואס האט באוויזן (מיט אומגלויבליכע כשרונות) מיטצוהאלטן די אלע קאמפליצירטע שיטות און מהלכים ווייסט נאך אלץ למעשה גארנישט וועגן א גט אדער וועגן מדינת הים.

מיר ווילן "אויסלערנען" לערנען? זעט נישט אויס. רוב בחורים קומען ארויס זייער איגנאראנט און קענען נישט אליין אפלערנען א בלאט גמרא, שוין אפגערעדט פון מהרש"א. מיר ווילן סתם "לערנען" לשם לערנען? ווער זאגט דעמאלטס אז עס מוז זיין דוקא א גאנצן טאג גמרא און נישט - לאמיר זאגן - משנה ברורה און סדר הדורות.

איך כאפ אן די צוויי ווייל איך פיל אז עס מוז ארויסגעברענגט ווערן. דער עיקר תורה איז דאך כדי צו וויסן את המעשה אשר יעשון. תורה מביא לידי מעשה. איז עס דען נישט אבסורד אז בחורים פון ישיבה קענען נישט קיין פשוט'ע הלכות פון תפילה, שבת, כשרות, און דיני ממונות? איז עס דען נישט מאדנע אז די מיידלעך לערנען הלכות און די יונגלעך נישט? ווער זאגט אז לערנען הלכות גיטין איז וויכטיגער ווי לערנען הלכות ברכות? אז עס איז שווער צו לערנען טרוקענע הלכות קען מען מעכן א פראגראם - ווי להבדיל ביי די מיידלעך - מיט חזרה, פארהערן, און א פארמעסט צווישן די כיתות! איז עס דען אזוי אפגעפרעגט?

לגבי סדר הדורות, דאס איז אביסל ווייניגער פשוט אבער איך וועל זיך פרובירן מסביר צו זיין. איך האב פערזענליך א שטארקן געפיל צו היסטאריע, איך שפיר אז היסטאריע איז מער ווי סתם ידיעות, וויסן און קענען די היסטאריע פון מיין פאלק, פון וואו איך שטאם, ווער זענען געווען מיינע זיידעס און שטאם-פאטערס מיינט פאר מיר א געוואלד. עס קאנעקט מיך מיט זיי. ווען איך הער עפעס א ווילדן עם-הארצ'ישן אנטיסעמיט שעלטן עפעס אויף די אידן קומט מיר גלייך ארויף אין געדאנק דער הערליכער עבר פון דעם אידישן פאלק, די גאלדענע תקופות וואס מיר זענען אריבער, די העלדישקייט וואס מיר האבן געוויזן דורכאויס טויזנטער יארן ביי די גזירות און בלבולים אקעגן אונז. איך דערמאן זיך פון די גרויסע לייט וואס כלל ישראל האט ארויסגעגעבן, די גאונים וחכמים וואס באלייכטן די וועלט, דאס געבט מיר א חיזוק און א שטארקער קשר צו מיין אייביגן אידישן פאלק וואס האט אזא רייכע און הערליכע היסטאריע. וויפיל פון דעם ווייסן אונזערע קינדער? מען לערנט גמרא, צי ווייסן זיי ווען עס האבן געלעבט די תנאים ואמוראים? צי קענען זיי נ"ך? וויפיל קינדער קענען אויסרעכענען אפילו די באקאנטסטע נעמען און זייער תקופה? ווען האט רש"י געלעבט? דער רמב"ם? פארוואס זאל א קינד דאס נישט וויסן. איך מיין אז דאס קען אזויפיל צוגעבן צו זייער לעבן, צו זייער רוחניות, אז עס איז א שאד מען זאל דאס נישט לערנען.

די מעלה פון דאס לערנען וואלט געווען נאך מער, יעדער געדענקט ווי די כיתה האט אויפגעלעבט ווען דער מלמד האט פארגעלערנט מגילת אסתר. א טויש אינעם לימוד טוט אזויפיל אויפלעבן די קינדער. ביי די מיידלעך האלט מען אין איין טוישן דעם סאבדזשעקט מיט א קורצן איבעררייס, די אינגלעך זיצן שעות ארוכות אויף איין ספר און ווארטן דער זייגער זאל זיך רוקן (איך דערמאן זיך וויאזוי איך פלעג אויס'חשבונ'ען די צאל סעקונדעס וואס עס איז נאך דא ביז לאנטש...), אנשטאט לערנען מער בלעטער גמרא קען מען לערנען אביסל הלכות, אביסל תנ"ך, אביסל סדר הדורות, אביסל אגדות חז"ל והשקפה, ידיעות שונות (ווי די חלקי התורה - משנה גמרא מדרשים וויכטיגע ראשונים ואחרונים וכו', תרי"ג מצוות, מזלות און חשבון העיבור, עניני כשרות ועוד ועוד) וואס וועט מאכן די קינדער אינטערעסירט אינעם לערנען און בארייכערן זייער קאפ פארן גאנצן לעבן.

אויב די קינדער וועלן די אלע זאכן לערנען אין חדר וועט מען אפשר נישט דארפן טוישן אין די ישיבות. אבער לויט וויאזוי דער מצב איז יעצט אין חדר איז דער מצב אין ישיבה ממש א געלעכטער, די פרישע בחורים קוים בר-מצוה געהאט, ניטאמאל האט מען זיי מסביר געווען וואס און ווען, זיי פילן זיך נאך ווי קליינע יונגלעך און זיי זענען באמת. פלוצלינג זענען זיי גרויס. זיי שעמען זיך ארומצולויפן און שפילן מיטן הוט און חאלאט אבער זיי ווייסן נישט וואס יא. דער רבי רעדט און דרשנ'ט פון די חשובע "בחור'ישע יארן", און דער בחור שפירט ווי טאנען פון ציגל לייגן זיך אן אויף זיין קאפ. נישט אלע בחורים נעמען עס אזוי ערנסט, אבער דער שטילער בחור וואס פאלגט אזוי שיין און דער מנהל שעפט נחת פון אים, ווייסט איינער וואס עס טוט זיך אין זיין הארץ? א בחור גייט דורך א דורכגאנג ביים אריבערגיין פון קינד צו ערוואקסן, פארשידענע טוישונגען גייען אויף אים אדורך, אבער קיינער רעדט נישט צו אים, קיינער איז אים נישט מסביר, בלויז מען לייגט אויף אים אן א שיעבוד און א עול, ער דארף אויפשטיין פארטאגס, לערנען אסאך, גארנישט שפילן, און טון אין עבודת השם.

דער מגיד שיעור איז פרעמד. ער איז שוין נישט קיין מלמד וואס גיט זיך אפ מיט די קינדער, ער איז א חשובער מענטש מיט א בארג ספרים וואס ווארט מען זאל קומען צו אים רעדן אין לערנען. צו וועם זאל דער בחור גיין רעדן ווען ער וויל זיך אויסשמועסן? באקומען אביסל הדרכה און חיזוק? דער בחור דארף פלוצלינג זיך אליין אויסקלויבן חברותות,פארקוקן, און גיין נאך געלט, און נאך פילע זאכן וואס קיינער גיט נישט קיין אנווייזונגען, וואס איז מיט דעם בחור וואס איז ארויסגעפאלן? ער איז נאך אביסל קינדיש און דארף פונקטליכע הדרכה, ער בלייבט ארויס.

דערנאך לאמיר זען וואס מען לערנט. מיר האבן שוין אנגערירט די נקודה אביסל, אבער אין ישיבה איז דאס ממש אבסורד. איך קען באמת נישט פארשטיין, וואס טראכט דער מגיד שיעור? ער ווייסט נישט אז מער ווי רוב פון דער כתה קוקן אים אן ווי ער רעדט גריכיש? זיי פארשטייען נאכנישט די גמרא תוספות און האבן נישט קיין השגה וואס ער רעדט פון ר' חיים און ר' נחום. (איך רעד נישט פון ישיבות למצויינים כמובן). איז דאס נישט מאדנע? עס גייט אדורך א יאר נאך א יאר, יעדער ווייסט עס און קיינער זאגט נישט קיין ווארט. איז דען נישט צייט צו מאכן א טויש? עס איז דאך א הימל געשריי!

דער גרעסטער ווייטאג איז נישט אז מען פארשטייט נישט דאס לערנען, און אויך נישט אז די בחורים פון גרויס ליידיגקייט זוכן זיי ציגארעטלעך, מאוויס און שמוץ, מאכן פייערס און טוען ווילדע שטיק. דער ווייטאג איז אויף די הערליכע שיינע יארן וואס גייען לאיבוד. פארוואס זאל א אידישער בחור נישט קענען חומש רש"י? הלכות פשוטות? בעיסיק ידיעות אין אידישקייט וואס א גר לערנט? למען השם עס איז נישט צום גלויבן! אין די צייט וואס מען לערנט ממילא נישט, אפשר קען מען לערנען עין יעקב און מדרש? אגדות חז"ל איז דער וויכטיגסטער באשטאנדטייל פון א איד'ס השקפה, דאס גיבט אים חיזוק אין א שווערע מינוט און האפענונג ווען עס איז טונקל, זיי ערקלערן פארן איד די וועגן פונעם באשעפער און באלייכטן דעם דרך החיים. פארוואס זאל א חסידישער בחור דאס קיינמאל נישט לערנען? פארוואס זאל מען דארפן לערנען משנה ברורה אין מתמידים? אפשר פארקערט? די מתמידים וועלן לערנען שווערע מקצועות און יעדער בחור וועט קענען הלכות נטילת ידים?

לאמיר מאכן א חשבון, אמאליגע צייטן פלעגט זיין אין יעדן שטעטל א "עילוי", א וואונדער-קינד, די דאזיגע קינדער זענען שפעטער געווארן די רבנים און מורי הוראות. וויפיל מחברי ספרים פראדוצירן מיר היינט אין די מוסדות? וויפיל פון זיי האבן געלערנט אין די גרויסע אפיציעלע ישיבות? אין סאטמאר בפרט דוכט-זיך איז דער נומער גאר קליין. אויב אונזער גאנצער חינוך סיסטעם איז געבויט אויף צו לערנען תורה אכצן יאר, פארוואס זאלן נישט כאטש די גוטע קינדער אויסוואקסן עפעס גרויסע גאונים?

דער תירוץ איז אז מען לאזט פשוט נישט. איך בין געווען א אינגל מיט א גוטן קאפ אין חדר, וואס האב איך געטון? געקאטשקעט אויף א צעטל און אויסגערעכנט די סעקונדעס ביז'ן אהיימגיין, וואס דען האב איך געזאלט טון? איך האב שוין פארשטאנען די גמרא און דעם חומש האב איך נאך געקענט פון פאראיאר. וואס האט דער מלמד געקענט טון? ער האט נישט קיין ברירה ער מוז זיך אראפלאזן צום רוב. אויב וואלט אבער געווען א געהעריגער פולער פראגראם מיט פארשידענע לימודים וואלט דאס אהערגעשטעלט אסאך א רייכערן אויסוואהל און מער געלעגנהייטן צו שטייגן. א גוטער אינגל וואלט באקומען אנווייזונגען וויאזוי אליין צוצוענדיגן א נושא, און א יונגל וואס איז נישט אזוי גוט אין גמרא קען זיין זייער גוט אין הלכה, תנ"ך, אדער מאטעמאטיק. שוין אפגערעדט אין ישיבה וואס די בחורים דארפן שוין צו קענען אפלערנען גאנץ גרינג פשוטע גמרא מיט רש"י, איר ווייסט וויפיל בחורים וואלטן אויפגעלעבט ווען זיי קענען שנעל דורכלערנען א גרינגע מסכתא? עד היום הזה געדענק איך בעסער די מסכתות וואס איך האב געענדיגט אין די זייטיגע צייטן אין ישיבה ווי די מסכתות וואס מען איז געקראכן פאר לאנגע חדשים אינעם זמן. אפשר וואלט נישט געדארפט זיין אזא זעלטענע ערשיינונג אז א בחור (אדער בכלל א חסידישער איד) ענדיגט ש"ס?

מען וויל נישט לערנען חכמות חיצוניות. מילא. אבער פארוואס זאל א בחור אויפוואקסן פוסט? ווער זאגט אז א זיבעצן-אכצן יעריגער בחור טאר נישט באקומען א קלאס פאר ער האט חתונה איבער טשעקס, קרעדיט קארדס, באנק אקאונטס, און טעקס ריטוירן. פארוואס זאל מען נישט אראנדזשירן לכה"פ בין הזמנים א קורס אין די וויכטיגע געזעצן וואס זענען נוגע פאר מענטשן וואס גייען ארויס צו דער ארבעט? וואס וואלט געווען שלעכט ווען א חתן וואלט געמאכט א דרייווערס פערמיט אן זיך דארפן מוטשען דערמיט נאך די חתונה? עס איז דא אזויפיל צו לערנען און וויסן און עס איז ממש א ווייטאג אז די צייט גייט צוגרונד.

די מיידלעך לערנען טייפן. אפשר וואלטן די בחורים - בפרט די עלטערע וואס ווערן אט-אט חתנים - געקענט נוצן א קלאס אויף עקסעל און קוויק-בוקס? פארשטייט זיך אז די ישיבה וועט האבן א גוטע שמירה פונקט ווי יעדע אחריות'דיגע ביזנעס טוט ממילא. וואלט עס נישט געגעבן פאר א מענטש א פרנסה אין די האנט אריין? איין שעה א וואך איז מער ווי גענוג פאר דעם און קען אזויפיל אויסמאכן, און קען זיין גענוג צו געבן פאר'ן בחור א געפיל פון דערגרייכונג וואס זאל אנפילן זיין ליידיגן לעבן. אנשטאט זיצן און רעדן נארישקייטן קען ער פאקטיש עפעס טון מיט זיין לעבן.

וואס וואלט געווען אזוי געפערליך מיט א קלאס אויף סאושעל סקילס? איבער באציאונגען מיט מענטשן און וויאזוי אויפצובויען א געזונטע קאמוניקאציע מיט די ארומיגע, אזא וויכטיגער געצייג וואס יעדער קען אויף דעם נוצן פארבעסערונג, וואלט נישט געווען א גוטע זאך צו לערנען די בעיסיק כללים אויף א מסודר'דיגן פארנעם אין ישיבה? דער עולם וואלט שוין אפשר נישט אזוי געקרעכצט אויף די אומערצויגענע "בחורים", און צי וואלט דאס דען נישט געראטעוועט פון אסאך פראבלעמען ביי די קומענדיגע דורות? מען קען נוצן א קלאס אויף ערשטע הילף. איבער בעיסיק געזונטהייט ידיעות, א געזונטע דייעט און א געזונטע לעבן. אפשר וואלטן די בחורים ווייניגער גערייכערט ווען זיי וואלטן געוואוסט די שעדליכקייט דערפון, אדער אויב זיי וואלטן געהאט וואס צו טון מיט'ן טאג.

די אמעריקאנער רעגירונג מאכט זייער גרינג צו אימיגרירן אהער, וואס דארף מען מער פון אונזערע זיידעס און באבעס וואס זענען אהערגעקומען אין די מאסן ארים און צוקלאפט און מען האט זיי שיין אויפגענומען. אבער זיי פארלאנגען יא פון די וואס ווילן זיין אמעריקאנער בירגער צו קענען דאס ביסל וויכטיגע ידיעות איבער דאס לאנד און איר געזעץ כדי מען זאל זיין א גוטער בירגער און האבן אן אחריות כלפי דאס לאנד. איז דען יושר אז ווייל דאס געזעץ זאגט דאס נישט ארויס קלאר, זאלן אונזערע קינדער נישט קענען דאס וואס יעדער שפאנישער אימיגראנט ווייסט? אפשר וועט דאס אפילו ברענגען א שטיקל געפיל פון פאראנטווארטליכקייט צו דעם לאנד וואו מען וואוינט און אירע געזעצן. און איך מיין ח"ו נישט מקטרג צו זיין אז אידן פארלעצן דאס געזעץ מער, אדרבה ואדרבה, נאר מיר דארפן נישט פארגעסן אז מיר זענען נישט קיין נידריגע קלאס בירגער, מיר שטרעבן נישט מען זאל אונז פארגלייכן מיט די אומערצויגענע גאסן יונגען פון די בראנקס. מיר דארפן זיך באטראכטן ווי חשובע קלאס בירגער וואס שיקן אין פריוואטע שולעס, און אונזער חינוך דארף קענען קאמפיטן מיט זייערע פירות.

עס איז נאך דא אזויפיל צו שרייבן און זאגן, אבער בקיצור דארפן מיר זיך אין באטראכט נעמען, יעצט ווען עס איז דא א מדובר דערוועגן, דער ציבור איז מער וואכזאם איבער די נושא, אנשטאט צו גיין ווייטער מיט'ן לעבן און לאזן די ערפארענע "עסקנים" זיך שלאגן און מאניפולירן די שטאטישע באאמטע, קענען מיר אויסנוצן די געלעגנהייט צו אריינברענגען א אמת'ע גוטע טויש אין די חדרים און ישיבות. מען קען מאכן פשרות מיט די באהערדע, מען קען ווארשיינליך אריינלייגן שרייבן אידיש און לשה"ק אין סעקולארע לימודים, און צוזאמען מיט אביסל א פארבעסערטן ענגליש פראגראם און נאך קלייניגקייטן וואס מען קען אריינשטופן קען מען מסדר זיין די רעגירונג. דער פראבלעם איז נישט דא די רעגירונג נאר אונזערע קינדער'ס צוקונפט און דאס דארפן מיר זוכן צו לעזן.

*
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אסאך שיינע נקודות, און אסאך זאכען אויסצושמועסן.

איך וויל נאר זאגען א כלל אז נישט אלס פון די חינוך פון א קינד\בחור באלאנגט אין ישיבה, געוויסע זאכען מוז מען לאזען פאר די עלטערן. סאושעל סקילס איז איין משל (סתם אזוי, א קלאס אין ישיבה גדולה פאר דעם?! דאס מוז זיין אין די קוריקולום פון די דריי יאר!) און די טוישונגען וואס פאסירט צו א בחור ביים ווערן א טינעידזשער.

און איך וויל דיר זאגען אז איך שיק אין די מאדערנסטע חדר אין לעיקוואד, און זיי האבען אסאך פון די זאכען וואס דו זאגסט, און קום קוקען צו עס איז טאקע גן עדן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קודם כל בין איך נתפעל געווארן פון אייער וועג פון ארויסברענגען די ווייטאגליכע פאקטן אן קיין שנאה אדער אייגענע פריוואטע געפילן, נאר אזוי פשוט זיך באצויגן צום פראבלעם, עס איז א מורא'דיגע ברייטקייט וואס רוב קענען דאס נישט באווייזן, איבערהויפט נישט די קרבנות פון אזא פארדארבענע חינוך סיסטעם.

אבער סתם א נ.ב. אזוי ווי איר שרייבט צום סוף מוז מען נישט לאזן די עסקנים מאניפולירן די בעאמטע, איז דאס אבער נישט וואס זיי פרובירן צו טון יעצט? איך מיין אז די סיבה וואס די פרומע שעלטן יעצט די עסקנים איז ווייל זיי גייען יא עטוואס טוישן דעם סיסטעם.
פארשפארט