נקודת-אמת האט געשריבן:איך קום נישט פון ענקער געגענד און איך פארשטיי נישט גענוי די גאנצע דעבאטע
אבער איין שאלת תם וויל איך פרעגן, אויב זאגסטו אז ביז די 15 זיכער איז דאך נאך די חדר יאהרן ווייל זיי זענען ממש בעייביס און מצד שני דיין פראבלעם איז פארוואס זיי האבן נישט קיין חדר. סאו, וואס איז די פראבלעם האט ער א חדר פון 13-14-15 יעריגע בעייביס.
אדער האסטו זיך שטארק אנגענומען פארן פעמפערס טשעינדזשער אדער האב איך פארפאסט דיין פונקט דא.
יא, ביסט גערעכט. ס'איז א פרייע וועלט.
אבער.. די מנהל פון די תלמיד תורה דארף נישט שטיין גליכגילטיג ווען טאטעס נעמען ארויס זייער עלטערע מציון פעמפערס פון זייער חדר/ישיבה (און לייגט זיי אריין אין די ישיבות וואס זייען אן חרבנות ביי די 13-14 יעריגע קינדער היינט און אונזער געגענט! ווי וואוינסטו?) און לאזט איבער די אינגערע פעמפערס ביי זיי.
ווי געזאגט פריער, דער פראבלעם איז אז די מוסדות ישיבות דארפען האנדלען מיט אלע סוגים תלמידים וועלכער גרעדואירן זייער סיסטעם. וביניהם קינדער מיט התנהגות/ביהעיביאר פראבלעמען, לערנען און עברי דעפיציטן, און קינדער מיט א חוסר יראת שמים און מידות טובות אין זייערע שטובער. חוץ מזה איז אפטמאהל דא א גרויסע פראצענט עלטערן וועלכער קענען ל״ע נישט דעקן די מינימאלע הוצאות פון שכר לימוד וויפיעל עס קאסט מחנך זיין זייער קינד. ממילא, פון א כלל ישראל פרעספעקטיוו, וואלט אפשר געווען מער געראטען אז די ישיבות וועלכער נעמען אהן נאר די בעלי כשרון אדער די בינונים פון גבירישע שטובער נישט צו עגזיסטירען בכלל. אזוי וועט זיין מער געלדט אין די מוסדות הוותיקים, און סוועט זיין א בעסערע מיזוג פון בחורים אין יעדער כיתה. למעשה איז אבער געווארען א פרייער מארקעט סיסטעם אין די ישיבה וועלט, ממילא איז דער וועלכער שטעלט צו א בעסערער פראדוקט ברוחניות ובגשמיות ידו על העליונה. ווער דערלייגט? די מוסדות וועלכער שוויצן פארן ציבור אין אלע אנדערע הינזיכטן.
איך האב שוין געזעהן פון אנהייב @יוסף ראקאווער זאל זיין געזונט און שטארק, איז א פאטריאט פאר איינע פון די חסידות'ן (איך מיין א זאלי), מילא האלט ער אז גאנץ אידישקייט איז דאס וואס די חסידות'ן פארקויפן. אויב אזוי, אויב עס איז דיר גוט געווען די חסידות אלץ אינגעל דארפסטו בלייבן דארט ביז דיין טויט, און די ביזט זיי שילדיג, דיך און דיין קינדער לעולמי עד. איך זאג דיר, ווען זיי וועלן פארטיג ווערן מיט די פריוואטע ישיבות, וועלן זיי גיין צו די פריוואטע כוללים, און דערנאך צו די פריוואטע בתי מדרשים, און דערנאך צו די פריוואטע בתי חיים. ווילאנג זיי וועלן האבן א חשש אז ערגעץ ווי קענסטו אפשר באקומען אביסל "ביטחון עצמי", און אנהייבן טראכטן אליינס, וועלן זיי דיר דערגיין דיין יארן. יעדעס מאל מיט אן אנדערע שלייער. (הכרת הטוב, צובערכסט די ישיבה, שלעכטע השקפות, רבי ז"ל האט דוקא געוואלט מען זאל דאווענען ביי אינזערע שולן, און קויפן אין אינזער בוטשער. וכהנה, וכהנה)

אגב, האב איך געהערט נאכזאגן בשם הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש, אז די פסוק כי גם את בניהם ואת בנותיהם ישרפו באש לאלהיהם, גייט ארויף אויף חסידות ודפח"ח.
ווי כ'האב שוין געשריבן אנהויב פונעם אשכול, ווערן די שוואכע מער געווארפן פון די מוסדות זייט די פריוואטע ישיבות האבן אנגעהויבן זייערע סעלעקציעס. די מוסדות מוזן ווארפן מער וויבאלד זיי האבן ווייניגער מצוינים.
איסר האטלקי האט געשריבן:ווי כ'האב שוין געשריבן אנהויב פונעם אשכול, ווערן די שוואכע מער געווארפן פון די מוסדות זייט די פריוואטע ישיבות האבן אנגעהויבן זייערע סעלעקציעס. די מוסדות מוזן ווארפן מער וויבאלד זיי האבן ווייניגער מצוינים.
כ׳ווייס נישט צי דאס איז אמת, אבער טאמער יא, אוי לאותה בושה. ס׳טייטש, דער שוואכער בחור איז דאך נאר אין ישיבה ווייל ס׳איז דא א מצויין קעגן אים. אנדערש איז דאך זיין בלוט הפקר. איז איינמאל דער קוואנטיטעט פון מצויינים פאלט ברויך מען פטור ווערן פון די ״שוואכע״ סחורה. אין מיין תורה שטייט אז גוטע קעפ מיט שוואכע קעפ האבען די זעלבע דין ווען ס׳קומט צו דיני נפשות. אזוי אויך סייענטיפיש איז באשטעטיגט אז אין די אדערן פון די שוואכע קעפ פליסט די זעלבע רויטע בלוט ווי ביי די גוטע קעפ.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
איסר האטלקי האט געשריבן:ווי כ'האב שוין געשריבן אנהויב פונעם אשכול, ווערן די שוואכע מער געווארפן פון די מוסדות זייט די פריוואטע ישיבות האבן אנגעהויבן זייערע סעלעקציעס. די מוסדות מוזן ווארפן מער וויבאלד זיי האבן ווייניגער מצוינים.
כ׳ווייס נישט צי דאס איז אמת, אבער טאמער יא, אוי לאותה בושה. ס׳טייטש, דער שוואכער בחור איז דאך נאר אין ישיבה ווייל ס׳איז דא א מצויין קעגן אים. אנדערש איז דאך זיין בלוט הפקר. איז איינמאל דער קוואנטיטעט פון מצויינים פאלט ברויך מען פטור ווערן פון די ״שוואכע״ סחורה. אין מיין תורה שטייט אז גוטע קעפ מיט שוואכע קעפ האבען די זעלבע דין ווען ס׳קומט צו דיני נפשות. אזוי אויך סייענטיפיש איז באשטעטיגט אז אין די אדערן פון די שוואכע קעפ פליסט די זעלבע רויטע בלוט ווי ביי די גוטע קעפ.
כ׳ווייס אויך נישט צו דאס איז אמת, אבער טאמער יא, קען איך עס פארשטיין.
אויב האסטו אן עולם וואס מאכט א גוטע רוח אין ישיבה, קענסטו זיך ערלויבן צו האבן בחורים וואס שוואכן אביסל אפ, ווייל די רוח איז למעשה גוט. אבער איינמאל די מצויינים זענען נישטא, ווערט די רוח סך מער נשפע פון די שוואכערע.
זייט איך האב געעפענט די אשכול בין איך געוואויר אז די באבוב 48 רב טוט טאקע אזוי. ער לאזט פארשטייט זיך ארויס נעמען קינדער פון זיין ישיבה אבער ער שיקט מיט די אינגערע קינדער מיט די בחורלעך.
אויב נאך אפאר מוסדות וועלן זיך אינטערגארטלען מיט די זעלבע עזות דקדושה, וועט מען פטור ווערן פון די נגע איין צוויי דריי. אדער וועט די נגע ברענגען גאלדענע גליקן (טאקע ווי חז"ל זאגען אויף נגעי בתים) און די ישיבות וועלען עפענען מוסדות און חדרים.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
calculator האט געשריבן: אזא מעשה וואלט אין 90% פריוואטע ישיבות נישט פארגעקומען.
וואס מיינט "אזא מעשה וואלט נישט פארגעקומען"? די משפיע אין די פריוואטע ישיבה וואלט אים געזאגט נישט צו טון דעם שידוך? די פריוואטע ישיבה וואלט יא אריינגענומען זיינע קינדער?
איך וויל קלאר שטעלן, די מעשה איז א ווייטאגליכע מעשה, און א חוצפה פון די קהילה מוסדות. אבער די עליטע ישיבות זענען נאר ערגער.
calculator האט געשריבן: אזא מעשה וואלט אין 90% פריוואטע ישיבות נישט פארגעקומען.
וואס מיינט "אזא מעשה וואלט נישט פארגעקומען"? די משפיע אין די פריוואטע ישיבה וואלט אים געזאגט נישט צו טון דעם שידוך? די פריוואטע ישיבה וואלט יא אריינגענומען זיינע קינדער?
די צווייטע.
הדסים האט געשריבן:איך וויל קלאר שטעלן, די מעשה איז א ווייטאגליכע מעשה, און א חוצפה פון די קהילה מוסדות. אבער די עליטע ישיבות זענען נאר ערגער.
איך פארשטיי נישט, וואלסט שוין געמעגט קענען מחלק זיין ציווישן די געדאנק פון פריוואטע ישיבות, און דער געדאנק אויף ישיבות למציונים.
איסר האטלקי האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:יעצט פרעג איך ענק ווער איז א "נגע צרעת" פאר כלל ישראל, די פריוואטע ישיבות אדער די פאבליק ישיבות?
פארוואס קען נישט זיין אז ביידע? נישטא אזא מעגליכקייט?
איך פארשטיי נישט, וואלסט שוין געמעגט קענען מחלק זיין ציווישן די געדאנק פון פריוואטע ישיבות, און דער געדאנק אויף ישיבות למציונים.
קודם ביסטו שוין א מודה במקצת
מודה במקצת? איך האב געזאגט אז אין די מוסדות איז מסודר? דער נושא האשכול איז איבער די נגע פון פריוואטע ישיבות וואס צוליב דעם פאלן ארויס שוואכע בחורים. איך האלט מיך אין דעם אשכול צום נושא.
קענסט אפשר געבן געבן עטליכע דוגמאות פון פריוואטע ישיבות וואס איז נישט למצוינים? נישט אז ס'איז זיי נישט געלונגען, נאר זיי האבן דירעקט געצילט בינונים.
אלע די ישיבות זוכן מצוינים, און זיי נעמען נישט די סארט פראבלעמאטישע בחורים וואס די מוסדות פלעגן יא אננעמען אן קיין צווייפל. חוץ ר' יאסל מאיער וואס נעמט יא א געוויסע פראצענט פון עמטליכע בינונים. נהרדעה האט אויך געזוכט מצוינים, נאר מער די בעל בתישע סארט. ר' יושע נחמן נעמט מצוינים פון זיין סארט, א מצוין מיינט ביי אים א גרויסע קאפל מיט א שיפע היט. דושינסקיא האט א סעלעקציע פונקט ווי אלכסנדר, נאר נישט אלץ געלונגט עס.
די בחורים וואס מ'ווייסט שוין פון חדר אז זיי האבן שוואכע קעפ, ליגן אין אנדערע זאכן, דארפן טערעפי, הילף וכדו', זיי פלעגן בלייבן אין די סיסטעם אמאל, איידער די עפאכע פון פריוואטע ישיבות. היינט זענען זיי אויפן גאס.
דיינע תגובות, און בעיקר די לעצטע, צייגן אז דו קענסט זיך אויס אין ישיבות ווי איך קען יבמות. איך האב געענדיגט די דיסקוסיע פון מיין זייט.
רז״ל מסאטמאר וואס איז א מנהיג פון א גרויסע חסידות, און דארף טוהן זיין חלק עסקנות פארן דור דארף ארויסקומען פארדאמען די אקט פון די סארט ישיבות. צו ער האט למעשה געמיינט זיך אדער די טובה פונעם דור איז יעדער בארעכטיגט צו זיין מיינונג.
והדבר פשוט אז כהיום אין די קהילה ישיבות שטעלט מען צו די זעלבע דרגה לומדות און עיון פאר דער וואס זוכט עס.
און ס׳איז נישט קיין סוד אז די מצויינים ישיבות זענען ע״פ רוב 75% בחורים פון רייכע שטובער און 25% פיינע בחורים. נאר ס׳טראגט די נאמען, און די נאמען ווערט געבויעט דורך זיך ווארפן מיט בחורים. באט איטס אלל אבאוט די נעים...
אבער די סך הכול איז אז איינמאל דער בחור האט חתונה איז אלעס די זעלבע[/justify]
א בחור דארף א מסגרת נישט א ישיבה א ישיבה פאר א בחור איז וויכטיג ווי א לאך אין קאפ, בין הזמנים ישיבות יוכיחו, א בחור לערנט אסאך פלייסיגער אין בין הזמנים ישיבה ווי אין א געהעריגע ישיבה, פאר פרייע אבצאל, וכן היה שיטתו של הדברי חיים ורוב גדולים בגאליציע