דער שטילער יונגערמאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אויב איך מעג אריינווארפען מיינע צוויי צענט. ס'ערשטע זאך מיזטו קודם זיין באקוועם אין דיין אייגענע הויט, דהייני טרעף דיין שטאלץ, אויב ביסטו גענוג אינטעליגענט זיך צו מעסטן ארום דיין סביבה דאן ביסטו גענוג אינטעליגענט זיך באמת צו פארמעסטן נאר וואסזשע דען דיין אינטעלעקט בלונדזשעט אין אנדערע ריכטונגען וואס דו רעספעקטירסט נישט גענוג אלס א פארמעסט בבחינת וכל זה אינני שוה לי, למעשה דאס וואס איך חלש צו קענען רעדן מיט אנדערע איז מיר אוממעגליך ממילא בין איך דאך א צוריקגעשטאנענע. ממילא דאס ערשטע נעם אריין אין קאפ בברירות אז איך קען זיך פארמעסטן מיט סיי וועם און מיט א שמוץ אריבער אלא מאי כ'האב אן הגבלה וואס אנדערע האבן נישט, ס'קען זיין ביסט אויפגעוואקסן אלס א Nerd און למעשה ווען די אינטערעסע האט דיך אנגעכאפט שפירסטו זיך שוין שפעט אין די געים. ווי געזאגט צום ערשט גיי אן מיט קאנפידענס דיין מצב לעת עתה ערלויבט נישט, ס'איז אקעי האסט קיינעם נישט בעוולט און קיינער למעשה קען נישט וויסן וואס טוט זיך בא דיר און דו דארפסט נישט זיין אינטערסירט. מיין הרגשה איז אז ס'איז בכלל נישט די פאל אז אנדערע קענען בעסער קורענט עיווענטס אדער אנדערע זאכן נאר ביסט צופיל מדקדק אויף זיך כחוט השערה אזאך וואס דו אליין טוסט נישט ביי אנדערע און אנדערע טוען דאס נישט ביי טיר. דאס איז אין אלגעמיין סוכ"ס קענען בייקומען אט די הגבלה און האבן א בעיסיק הנאה פון שמועסן מיט אנדערע, אבער אה"נ טאמער ווילסטו ערפילן א טיעפערע הנאה פון דיבוק חברים מיט א טיעפע פלאטאנישע אהבה דאן ברויכסטו זיך יא אריינלייגן אין די נושאים וואס איך גלייב אז מיט אביסל גיידענס האסטו די כשרון מצליח זיין, און פון דיין שרייבן זעט אויך נישט אויס אז די פארפעלסט פארשטיין אנדערע נאר סאשעל פאביע צוטומעלט דיר.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

שליחה דורך דובעלע »

איך מיין אז דע ווארט דא איז אז די דארפסט זיין קודם באקוועים מיט דיך, די דארפסט וויסן ביי דיך וואס דיין מעלות איז נא מערער וואט..... דעיס ווערט נישט געטוישט מיט וואס יענער טראכט אויף דיך,
סא איינמאל די ביסט פאלי קאמפטערבאל מיט דיך און די ווייסט אז דיינע מעלות ווערט נישט געטוישט מיט וואס יענער טראכט, איז אסאך גרינגער צוצוגיין און מאלן וואסער מיט איינעם, העסט נישט טראכטן א גאנצן צייט מיט וואס די קענסט יענעם בייאנדרוקן,
א גוטע משל ס׳דא צוויי מענטשן איינער האט א מיליון דאללער און איינער האט נאר הונדרט טויזענט פאר וועים איז גרינגער צו שפילן/אינוועסטן הונדרט דאללער? אוודאי פאר דער וואס האט מיליון, וועגן ער האט גארנישט צופארלירן, דע זעלבע זאך דא ווען די וועסט וויסן ביי דיך אלע דיינע מעלות און אז גארנישט פון דעים ווערט נישט געטוישט פון דעי שמועס העסטע האבן סאך א גרינגערע וועיג...
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

פרעגן קשיות איז די בעסטע ו וועג צוציען א שמועס.
פרעג אויס דעם יונגערמאן ווי אויף א קרייצפארהער שטייצעך טרעט נישט אויף די הינער אויג אבער יעדן שמועס קען מען ציען מיט יענעם אויס פרעגן און זיך פאראינטערעסירן אין די דעטאלן פון די נושאים און טאפיקס וואס יענער האט א געשמאק צו רעדן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

טמיר האט געשריבן:אין אן עפערט צי טראבעלשאטן די פראבלעם, עגבערט מיך א לאנגע צייט די פאלגעדע ספק, און איך וואלט געווען זייער דאנקבאר פאר ווער עס קען דאס פושט זיין. איין הויפט גורם אין די סוטואציע איז "אומוואוסענהייט". סטייטשט איך בין שטארק אומוואוסענד אין נושאים וואס מענטשן האבן ליב צי שמועסן, אזוי ווי היימישע פאליטיק, מענטשן. גראדע האב איך א גוטן קאפ און איך בין איך אלץ געווען פון די בעסטע אין קלאס, און יעדער האט זיך געריסן צי לערנען מיט מיך. אבער ווען עס קומט צי קענען מענטשן און קארענט איווענטס בין איך ווי פארקלאפט.

יעצט די ספק איז אזוי. וואס איז די גורם צי וואס? איז די שוואכע סאושעל קאנעקשען די גורם צי אומוואוסענהייט, אדער פארקערט, דאס זיין אומוואוסענד איז גורם (אדער עכ"פ איינע פון די גורמים) די שוואכע סאושעל קאנעקשען?

האב איך פאר דיר א עצה . קודם כל זאלסטו וויסן אז אסאך פון די קיפקע פירערס זענען אומוויסענדער מענשטן ווייסן נישט בחייכון פון גארנישט נאר וואס דען זיי האבן פיסקעלעך און דערשרעקן זיך נישט פון קיינעם דו זאלסט אויך נעמען קוראדז און קאנפידענס און זאגן וואס ס'לאזט זיך און נישט אזויפיל טראכטן בשעת מעשה אז דו טויגסט נישט
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

שליחה דורך טמיר »

שמערל האט געשריבן:מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.

דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.

שמערל! האסטו מיך אפגעשראקן יעצט! איך שטיי דא ביים שפיגל און איך ציפ מיך צי זעהן אויב איך בין מיך, אדער עפעס א בריאה מיט עפעס א סינדראום וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט!

עה שמערל, דארפסט מיך נישט קומען בארואיגן יעצט. העמיר גיין מאכן ריסערטש אויף די פאני ווארט וואס כהאב אזוי פיל מאל אריינגעבאמפט אין המספיק גאזעט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך פארשטיי נאכאלס נישט וואס איז די פראבלעם? דיין קינדער פארשטיין דיר נישט? דאס איז די גאנצע?

איך האב מורא אז באמת פעלט דיר גארנישט, נאר מ'האט דיר איינגערעדט אז עס טויג נישט. אז דיין לעבן איז דיר באקוועם, וואס דארפסטו מער ווי דעם?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

טמיר האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.

דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.

שמערל! האסטו מיך אפגעשראקן יעצט! איך שטיי דא ביים שפיגל און איך ציפ מיך צי זעהן אויב איך בין מיך, אדער עפעס א בריאה מיט עפעס א סינדראום וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט!

עה שמערל, דארפסט מיך נישט קומען בארואיגן יעצט. העמיר גיין מאכן ריסערטש אויף די פאני ווארט וואס כהאב אזוי פיל מאל אריינגעבאמפט אין המספיק גאזעט


איך וואלט נישט געזאגט אז דו דארפסט מאכן ריסערטש אויף א ווארט וואס איינער וואס קען דיר אפי' נישט פערזענליך האט דיר געשריבן אנליין.

פון די אנדערע זייט, וואס מיינט א בריאה וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט? יעדע מענטש וואס וויל ארבעטן אויף זיך, צוליב וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין, קען גיין צו א טערעפיסט. ס'איז נישט קיין שום חסרון בכלל.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

הרב טמיר
קיין פיסכאלאג בין איך נישט אבער פין אייער שפראך קוקט איהר אויס צו זייןא באטעמטע געשמאקע מענטש. און כשעה נישט קיין סיבה אנצונעמען אז עפעס פעלט אייך גייסטיש.
מיך קוקט אויס ליבערשט אז איר זענט מער א טיפערער מענטש און איר האט זיך פשוט נאכנישט געפינען א פאסיג ווינקעל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

שליחה דורך טמיר »

שמערל האט געשריבן:מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.

דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.

אקעי, דא איז די ליסט פון סימפטאמס אויף AD

Behavioral: aggression, compulsive behavior, fidgeting, impulsivity, persistent repetition of words or actions, repetitive movements, or social isolation
Muscular: inability to combine muscle movements, poor coordination, or tic
Mood: anger, anxiety, or apprehension
Also common: depression, intense interest in a limited number of things, learning disability, nightmares, or sensitivity to sound

און ב"ה די איינציגסטע זאך אויף די ליסט וואס אעדט צי מיר איז טאקע סאשעל אייסאלעישען. סא דאס איז בפשטות אראפ פון טיש.

עניוועי, ייש"כ פאר'ן פרובירן צי דייעגנאזן.
עניבאדי מיט א פרישע דייעגנאז?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

שליחה דורך חתן בחור »

טמיר האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ס'פעלט דיר קאנפידענס.
הייב אן מיט א זעלבסטמארד מיסיע, גיי צו צו פרעמדע מענטשן און שטעל זיך פאר צו זיי. סירטש קודם אויף גוגל ווי אזוי אנצוהייבן א גוטע שמועס. (ווייז אינטערעסע, צו ווייטער דעם שמועס, שמייכל דא און דארט)

כמיין אז קאנפידענס איז נישט די פראבלעם. איך האב נישט קיין שום פראבלעם צי דאווענען פארן עמוד אדער רעדן פאר א רבים. דארט ווי איך פיל אז איך האב וואס אריינצורעדן אין די שמועס, האב איך נישט קיין פראבלעם דאס צי טון. די פראבלעם איז נאר איז רוב מאל פיל איך ווי איך באלאנג נישט אין די שמועס, טאקע ווייל איך קען נישט די נושא. און נישט נאר איך האב נישט וואס צוצוגעבן, נאר צומאל ווייס איך אפילו נישט פון וואס מען רעדט געהעריג.

אזוי ווי אסאך מאל, האב איך היינט נאך שחרית פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט איינעם. ער האט מיך שיין געענטפערט אויף וואס כהאב געפרעגט, אבער ער האט נישט אוי געזען אונטערעסירט צי ציען די שמועס ווייטער, און ער איז אוועקגעלאפן די ערשטע געלעגענהייט וואס ער האט געהאט... און איך בין געבליבן מיט מיינע שאלות אין בויך...

טראכט אריין, פארוואס וויל איינער שמועסן מיט דיך? ווייל ער האלט אז ער וועט קענען ארויסנעמען ענדזשוימענט פון דעם, צי ווייל איך קען עם פארקויפן זאפטיגע זאכן, צי ווייל איך האב א זאפטיגע שפראך. אבער אויב קען איך עם גארנישט צושטעלן, פארוואס זאל ער וועלן פארברענגען מיט מיך? חוץ די גוטהארציגע מענטשן וואס וועלן שמועסן מיט מיך כמו לשם מצוה... אבער נישט פון דעם רעדט מען



די דאווענסט פאר'ן עמוד און די רעדסט פאר א רבים, ווייל די ווייסט אז די קענסט עס. ווען ס'קומט צו שמועסן זאכן וואס די קענסט נישט לויפסטו אוועק ווייל די האסט מורא מ'וועט זעהן אז די קענסט נישט.

האב נישט מורא אז מ'וועט זעהן די קענסט נישט. די טראכסט מ'וועט דיך אנקוקען ווי א מעקעלע, אבער ס'אלץ קומט פון דיין קאפ. למעשה האסטו נישט קיין השגה וואס אנדערע מענטשן טראכטן.

און יא, די ווייסט טאקע נישט אסאך זאכן, ווי די שרייבסט אז ביזט שוין אזוי זייט כיתה א', און צומאל קענסטו געבן אן איינדרוק ווי די קוקסט אראפ א צווייטן, ווי מאך זיכער האט דערמאנט. אבער כדי דאס צו אויסוואקסן דארפסטו אנערקענען אז די ביזט טאקע נישט א גוטער שמועסער און די גייסטוך יעצט לערנען, און ס'איז גארנישט wrong דערמיט.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

טמיר האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.

דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.

שמערל! האסטו מיך אפגעשראקן יעצט! איך שטיי דא ביים שפיגל און איך ציפ מיך צי זעהן אויב איך בין מיך, אדער עפעס א בריאה מיט עפעס א סינדראום וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט!

עה שמערל, דארפסט מיך נישט קומען בארואיגן יעצט. העמיר גיין מאכן ריסערטש אויף די פאני ווארט וואס כהאב אזוי פיל מאל אריינגעבאמפט אין המספיק גאזעט

"You shouldn't google your symptoms because you can go from a headache to clinically dead in just three clicks"
לא באתי לנצח (שולי)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

שליחה דורך קל וחומר »

כוכב האט געשריבן:פרעגן קשיות איז די בעסטע ו וועג צוציען א שמועס.
פרעג אויס דעם יונגערמאן ווי אויף א קרייצפארהער שטייצעך טרעט נישט אויף די הינער אויג אבער יעדן שמועס קען מען ציען מיט יענעם אויס פרעגן און זיך פאראינטערעסירן אין די דעטאלן פון די נושאים און טאפיקס וואס יענער האט א געשמאק צו רעדן.
רוב מענטשן גלייכן נישט צו ענטפערן שאלות איבער זיך נאכאנאנד, וואס יא? אויב דער שואל קען צולייגען ספייס צום נושא איז עס אינטערסאנט.

זי ברענגט גאנץ גוטע נקודות צום טיש.
https://youtu.be/PMmnPpjtU7c
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נאכאלס נישט וואס איז די פראבלעם? דיין קינדער פארשטיין דיר נישט? דאס איז די גאנצע?

איך האב מורא אז באמת פעלט דיר גארנישט, נאר מ'האט דיר איינגערעדט אז עס טויג נישט. אז דיין לעבן איז דיר באקוועם, וואס דארפסטו מער ווי דעם?

די פראבלעם איז אז דער אינגערמאן איז בעצם דאס פארקערטע פון א שטילער, נאר ער איז ליידער געבוירן געווארן אין א שטילער גוף. זיין אינערליכע אמת'ע זיך לאזט אבער נישט נאך.

לעבנדיג מיט אזא פארלעגנהייט איז שטארק גורם א אינערליכע פייער און דאס אינגערמאן פילט אז ער דארף זיך העלפן ארויס צוברענגען זיין אמת'ע שורש נשמה........
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

שליחה דורך דובעלע »

[/quote]
"You shouldn't google your symptoms because you can go from a headache to clinically dead in just three clicks"[/quote]

https://m.youtube.com/watch?v=Vn_ZkI7-IZ4
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]לכבוד הרב [tag]טמיר[/tag] מוז איך אריינקומען מיט אפאר ווערטער.

דאס אז דו טרעפסט נישט די פלאץ אין קאנטרי איז זייער נארמאל. עפטער אלל גייט מען דארט ווי די ווייב וויל און ס׳מוז נישט זיין אז יענער עולם זאל פונקט זיין צו דיין געשמאק. אויב ביזטו פעשליך און וואלי איז נישט פאר דיר, און גייסט פונקט אויף דייעט און די מלוה מלכה/קידוש מעניו איז אויך נישט פאר דיר ביזטו שוין אויסגעשלאסן פון האלב פון די קאנטרי שמועסן.

און צו די פראבלעם גופא, קודם לאמיר דיר זאגן וואס נישט צו טוהן,
פרעג נישט יענעם קיין קשיות וואס איז נישט נוגע, ווייל דאס רעגט אויף. (סארי [tag]כוכב[/tag]) איך האב מענטשן וואס פרעגן מיר יעדע צוויי וואכן די זעלבע קשיות און איך קוק זיי אן ווי קלעבעדיגע שליים, ווי למשל איינער פרעגט מיר שוין די לעצטע פאר חדשים עטליכע מאל וואס האט דיין שווער נעקסט, א בחור אדער א מיידל? ער מאכט א אנשטעל כאילו ער טראכט פון א שידוך, אבער היות ער פרעגט עס שוין צום זיבעטן מאל זעה איך אז ער וויל סתם דרייען א קאפ.

אנדערע הייבן אן בערך אזוי: וויאזוי איז יאנקעל לעמענאוויטש רילעטעד צו דיר, ער איז דיין פעטער אדער עלטער פעטער, אהה, בכלל נישט ענקער משפחה.... הייסטעס אן אנדערער לעמענאוויטש אינגאנצן... א מינוט, ענק זענען כהנים, זיי לוויים. גאט איט! גראדע דיין פעטער משה געדענק איך פון ישיבה... ס׳דיין ברודער גאר, ער איז דאך סך עלטער פון דיר, הייסטעס ער איז די עלטסטער און די די יונגסטער... אהה, איינס פאר די יונגסטער. אנדערע הייבן אן, געב מיר דיין שוואגערס זרח׳ס נומבער, דו ווייסט צו ער טוט נאך בראוקערידזש? ער האט נישט מצליח געווען? דו ווייסט ווער ס׳איז ערענסט מצליח דערין? גראדע אלע ווייענען יעצט...

אזוי פארפירט זיך נישט קיין שמועס, און אויב ווילסטו האבן אזעלעכע שמועסן גאו פאר איט
דאס אלעס איז נישט די וועג צו מאכן פריינד! פינטל! אויף דעם וועג מאכט מען שונאים, מ׳קויפט זיך איין א נאמען פון א פגע רע

נאר וואס דען יא...
די וועג צו מאכן פריינד איז רעדן פון עכטע רעלעווענט סאבדזשעקטס, אין די צייט ווען די אנדערער מענטש האט צייט און וויל כאפן א שמועס. נישט ווען ער שטייט צווישן די מקוה געיט און די קאווע רום און ער זוכט די מקוה קארטל, נאר אין בור ווען ער האט א רואיגע מינוט. נישט נאכן זייפן זיין פנים אינמיטן טעסטן צו די שויער איז קאלט אדער הייס. נאר פארן זיך אנהייבן זייפן. און אויך נישט פרייטאג נאכמיטאג אין גראסערי, נאר דאנערשטאג נאכט אין גראסערי, און איינמאל ער טוט אויס די רבינו תם תפילין שטיי ווייט, ער וויל שוין גיין, רעד צו אים צווישן רש״י און ר״ת. געט די פוינט.

וואס רעדט מען?
האסט אים נישט געזעהן א שטיק צייט געב אים שלום, פרעג אים נישט ווי ער איז געווען ווייל דאן ביזטו ווייטער א נודזש, (שטייצעך, ווענדט זיך ווי גוט די ביזט מיט אים) ענדערשט דערצייל פון דיר אז דו ביזט יעצט געווען אין האצנפלאץ און די לבנה קוקט דארט אויס בלו, און דאן וועט ער שוין אנהייבן רעדן

אדער דערצייל אים אז דיין ברודער קוים ניין חדשים עלטער פון דיר האט פאריגע וואך געהאט די צענטע קינד עלף יאר נאך זיין חתונה, ער וועט שוין דערציילן די איבריגע, ער קען א חבר׳ס ברודער׳ס שכן אין אזא מצב, ס׳קומט א גוטע גאסיפ, דאנט ווארי.

אויב האט ער יעצט א שידוך געטוהן דערצייל אים אז דו האסט געמאכט שבע ברכות אין קראסנא, האסט געמאכט א חשבון אז ס׳איז ביליגער פון סעליש. דאן וועט ער אנהייבן דערציילן וואס זיין מחותן האלט דערוועגן...

אויב איז נישטא עפעס ספעציעל צו דערציילן הייב אן מיט עפעס וואס שטייט פאר דיינע אויגן און לייג צו דיינע צוויי צענט. (נישט פרעג אים וואס ער האלט) ווי למשל דער וואס מאכט די אפיעל היינט רעדט באמת מיט הארץ, אבער איך האב נישט קיין פרוטה אויף מיר ווען איך האב ווען איז ער פון די ערשטע אויף די ליסט (זאג נישט אז איך האב נישט קיין דזשאב יעצט ווייל דו מאכסט די סיטואציע טרויעריג, און יענער וועט ענדערשט רעדן מיט איינעם וואס מאכט אים גוטמוטיג)

די נקודה איז הייב אן מיטיילן געפילישע/אנאלעזירטע אינפארמאציע און יענער וועט שוין אנהייבן א שמועס, זאלסט קיינמאל נישט אנהייבן מיט א קשיא, (חוץ ווען דו האסט באמת א קשיא) קום אריין מיט א מיינונג, א שפעקולאציע, און לאז יענעם פרעגן[/justify]
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

שליחה דורך טמיר »

געוואלדיג שלום! גאלדענע דיבורים, עז יוזשועל
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שלום שטיסל האט געשריבן:האסט אים נישט געזעהן א שטיק צייט געב אים שלום, פרעג אים נישט ווי ער איז געווען ווייל דאן ביזטו ווייטער א נודזש, (שטייצעך, ווענדט זיך ווי גוט די ביזט מיט אים) ענדערשט דערצייל פון דיר אז דו ביזט יעצט געווען אין האצנפלאץ און די לבנה קוקט דארט אויס בלו, און דאן וועט ער שוין אנהייבן רעדן


שלום עליכם, [tag]שלום שטיסל[/tag]. כ'האב אייך שוין נישט געזען א שטיק צייט אויף קאווע שטיבל. איך פרעג אייך נישט ווי איר זענט געווען ווייל דעמאלטס בין איך ווייטער א נודזש. ענדערש דערצייל איך דיר אז איך בין יעצט געווען אין קאווע שטיבל זעלבסט, די אלגעמיינע פארום'ס זענען נאך אלס אין בלויע קאלירן, און צימעס איז נאך אלס אין בעזשע קאלירן...

יעצט וועט איר שוין אנהייבען רעדען...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: דער שטילער יונגערמאן

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ידידי היקר @שלום שטיסל

ביזט איינער פון די לעצטערע מגיבים דא אין דעם אשכול, און דו האסט די מערסטע לייקס, שוין אפילו מער ווי דעם בעל האשכול אליינס, זעה כאטשיג ווי באליבט דו ביזט ביים עולם און נעם צוריק דיין זיסע פעדער אין האנט און זיי מהנה דעם עולם, פארלאז אינז נישט, געדענק דיין נאמען וואס דו טראגסט!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

כ׳מיין רוב עולם האט שוין געענטפערט זאכליך און ס׳איז שוין נישט געבליבן א סך וואס צו צולייגן
נאר עטליכע נקודות וויל איך באמערקען:
א) ביי אונזע עולם דרייט זיך רוב שמועסן ארום די זעלבע צוויי דריי ענינים, ע״פ רוב ביזנעס און ריעל עסטעיט און אביסעל היימישע פאליטיק (דושינסקי בויט אין די נארטס, בי ענד עיטש האט געעפנט א נייע וועירהאוז, די גאווערנאר וועט געבן די ביעם סענטער פאר די זאליס, וכו׳). גראדע לעצטענס מיט טראמפ׳ס ערשיינונג ליגט די עולם מער אין די פאליטישע נייעס. במילא טאמער איינער אינטערסירט נישט די צוויי-דריי נושאים קען אים זיין שוער צו זיין א טייל אין א שמועס. אויב דאס איז די פאל ברויך מען אויפזוכן די מיעוט מענטשען וואס זענען פאראינטערסירט אין אנדערע נושאים, און פראבירן מאכען א שייכות מיט זיי.
ב) מאכען, און ציען, א שמועס איז א געוויסע סקיל, טייל מענטשען האבען עס נאטורליך אבער אפילו דיע וואס האבען עס נישט קענען זיך עס אויסלערנען. די קונץ איז צו טרעפען שטענדיג א נייע ענגעל אין די שמועס ווי עס אויסצוציען און אויסברייטערן און אריינברענגען פרישע אינפארמאציע וואס וועט ערוועקן א נייגער ביי די אנדערע צד, און פארשטייט זיך אז מ׳זעהט אז יענער איז נישט אינטערסירט צו רעדען דארף מען אפענדיגען און גיין.
ס׳קען זיין א גוטע עקסערסייז צו שטיין ביי א געזעמל און זיין שטיל, און בשעת מעשה צולייגען קאפ און זעהן ווי אזוי די שמועס פארט, וועט מען זעהן אביסעל ווי אזוי א שמועס ציהט זיך, און זיך קענען לערנען אביסעל די סקיל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שוין, ברוך השם דער שטילער אינגערמאן איז שוין אהיימגעפארן און ער דארף שוין נישט די אלע עצות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט