דו מיינסט טאקע אז ער וועט טרעפן מער פריצות אין פלארידע ווי אין ניו יארק? ספעציעל יעצט מיט די ריפאבליקען קאנווענטשען, צופיל פריצות וועט ביי די רעליגיעזע פאנאטיקער נישט זיין.
איך דענק אז מוואלט געדארפט מאכען ספיציעלע טעסטען פאר עלטערע מענטן צי טעסטען צי זיי זענען נאך שייך צי דרייוון. פינקט ווי ממאכט אן איי טעסט בא לייסענס רינואל דאף מען טעסטען צי ער איז נאך נישט עובר בטל אדער כאטש א פרישען ראד טעסט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
די דזשאוק איז נאר ווען מ'ווייסט נישט ס'איז א דזשאוק.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אריינטרעטנדיג אין די זעכציגסטע יאר זינט חינוך עצמאי גרינדונג.
היינט וועט מען אריינטרעטן אינעם נייעם יאר פון לימודים פון יאר תשע"ג אינעם לאנגן היסטאריע פון די נעץ פון מוסדות וועלכע זענען אונטערן מעכטיגען אויטאריטעט פון מרכז חינוך העצמאי וואו עס לערנען שוין היינט בלע"ה קרוב צו הונדערט טויזנט תלמידים, - א שטארקע וואוקס - אין 246 חדרים און מיידל שולעס וועלכע פונקציאנירן 72 שטעט און געביטן איבערן ברייט פון די גאנצע לאנד.
אין די אפיסעס פון חינוך עצמאי צייכענט מען אפ דאס אריינטרעטונג אינעם זעכציגסטן יאר זינט די רבנים הגאונים צדיקי הדור האבן געגרינדעט חינוך עצמאי כדי זי זאל שיצן און אפראטעווען די חינוך פון די צוקונפטיגע דורות.
אין לויף פון די יארן זענען שוין אריבער הונדערטער טויזנטער תלמידים דעם שמעלץ טאפ און חינוך סיסטעם אין זייערע מוסדות ווערנדיג ערצויגן דורך זיי לתורה ולמצוות, און די פארצווייגטע בליענדע נעץ פון איבערגעגעבנע מחנכים און עקספערטן טוט ווייטער פארזעצן זיך שטארקן און זיך פארברייטערן צו טראגן דעם פאן פון חינוך מיטן ערציען די צענדליגע טויזנטער אידישע קינדער אין די הונדערטע מוסדי החינוך צעזייט און צעשפרייט אין יעדן ארט און שטעטל ווי א איד געפינט זיך נאר אין אלע עקן פון דאס לאנד.
די פירער פון 'חינוך עצמאי' באצייכענען דאס זיי זען בחוש די סייעתא דשמיא וואס באגלייט זיי אויף טריט און שריט מיטן באפעסטיגן און אויסברייטערן די אקטיוויטעטן פון דעם 'חינוך' איבער אלע שיכטן און שאטירונגען פון פאלק, און וואו די גרויסע גדולים וועלכע האבן איר ערפינדן טוען איר באלייכטען מהוד קדשם, אז אזא ריזיגע אימפעריע זאל קענען אנגיין. און דאס איז וואס געט זיי די פארלאנגטע כוחות בייצוקומען אלע מכשולים און שוועריגקייטן וואס ווערן געשטעלט אין וועג, אדורך די רשעי ישראל וועלכע שטעלן אונטער שטרויכלונגען, צו שטערן זייערע פעולות און אפשניידן חלילה צווייגן פון דער הייליגער בוים פון כלל ישראל
אין אזא ריזן אקטיווער מסגרת זענען אייגעשטעלט היינט צוטאגס נאנט צו 8,000 מחנכים וועלכע גיבן זיך אפ מיט א מורא'דיגע געטריישאפט צו לייגן די גרונט-שטיינער פאר די צוקונפט פון אונזער חינוך – מיטן ערציען 100,000 תלמידים, אינגלעך און מיידלעך, וועלכע לערנען אין העכער פון 3,000 קלאס צימערן אין די פילצאליגע בנינים איבערן גאנצן לאנד.
צוזאמען מיט דעם איז באריכטעט געווארן אויף א וואוקס אין די מסגרת פון ספעציעלע קלאסן פאר קינדער וועלכע נויטיגן זיך אין 'ספעציעלע באהאנדלונג'. אזוי אויך ווערט צווישן די 'חינוך' אקטיוויטעטן אנגעפירט א גרויסע סיסטעם פון 'צוזאמעגשטעלטע כיתות' אינעם ברייטפארצווייגטן נעץ פון בתי חינוך וואס געהערן צו חינוך עצמאי.
די הויפט אנפירער פון חינוך עצמאי, די מנהלים, און פארשידענע אפטיילונגען אין שפיץ פון דער פארזיצער הרב אברהם יוסף לייזערזאן, און סגן יושב ראש הרב צבי בוימל האבן אנגעוואנדן שטארקע כוחות אין די לעצטיגערע חדשים איבערצופרישן די נויטיגע אנווייזונגען און רעגולאציעס מיט די מיטגלידער פון הנהלת מרכז העצמאי אנצוקומען צום עפענונג פון נייעם יאר הבעל"ט מיט פרישקייט און התחדשות. די ארבעטן פון די געטרייע שטאב האט זיך בעיקר באצויגן מיטן אנגרייטן די חדרים און שולעס לכבוד די נייע לערן יאר דורך שליכטן און באשיידן אלע סארט פינאנציעלע און עדיוקטיווע פראבלעמען, פאררעכטן די סטרוקטורן ס'זאל זיין גרייט צו אקאמעדירן די תלמידים צום נייעם יאר, א עפעקטיווע סיסטעם און א מסודר'דיגע אופן צו קענען אקצעפטירן די טויזנטער פרישע תלמידים אויף א שנעלען לייכטן וועג, און זיי צופאסן צו דעם מוסד וואס איז זיי דאס מערסטע געאייגנט.
מטעם מרכז החינוך איז איבערגעגעבן געווארן אז זיי זענען באוואוסטזיניג צום פאקט אז עס פעלט נאך אויס פארשידענע רענארווירונגען אין אסאך מוסדות חינוך און א צאל שטעט איבערן לאנד, וואו די תלמידים לערנען זייער צעדרוקט און אין אוממענטשליכע באדיניגונגען, און זיי האפן אז ס'וועט זיי געלונגען זיך צו שטארקן אויך איבער די אלע שוועריגקייטן, צעזאמען דערמיט האבן זיי געלאזט מודיע זיין אז עס וועט ווערן געטאן אלס איז זייער כח, צו ערלעדיגן אלעס אנבאלאנגט טראנספארטאציע.
די ראשי החינוך האבן צוגעלייגט און געזאגט אז זיי זעהען א גרויסע ברכה אין די געבענטשעט וואוקס אין די מוסדות, ווען פון יאר צו יאר טוען די מוסדות וואקסן און בליען אין אבנארמאלע נומערן, דאקעגן דער פארדארבענע פרייע "אלגעמיינער חינוך" שרינקט אלץ מער און מער, אינדערצייט ווא אפילו אזעלכע עלטערן וואס זענען ווייט פון תורה לעבן, בעפארצוגן אבער ענדישער צו שיקן זייערע קינדער לערנען אין די מוסדות פון חינוך עצמאי כדי זייערע קינדער זאלן באקומען א אויסגעהאלטענע חינוך מיט אידישע מסורה און מדות טובות וישרות.
אין מרכז חינוך עצמאי אין ירושלים איז אויפגעשטעלט געווארן א באזונדערע אפטיילונג וואס דינט ווי א אקטיווע צימער יעצט אין די דאזיגע טעג מיטן עפענונג פון נייעם יאר. זיי טוען פונדערנאנט האלטן א אויג אויף אלעם וואס טוט זיך אפ אינעם ריזן פארנעם פון חינוך עצמאי און וועט העלפן לעזן שווערע שאלות און פראבלעמען וואס מאכן זיך אלץ אין די ערשטע שטאפלען און צייטן פון א נייע לערן יאר.
די האוזינג אגענטור אין ארץ ישראל האט אנגעהויבן מיטן אויספארקויפן די 5,000 יוניטס וועלכע ווערן געפלאנט צו בויען אין דעם נייעם חרדי'שן שטאט 'חריש'. דאס איז זעהר גוטע נייעס פאר די יהדות החרדית אין ארה"ק וויבאלד דער נייער שטאט חריש וועט לינדערן די גרויסע מאנגל אין וואוינונגען וועלכע הערשט אינעם געגנט.
נאכוואס עס וועלן באשטימט ווערן די רעזולטאטן פון די אויספארקויפונגען וועט זיך בעזר השם אנהייבן די דעוועלאופמענט און בוי פראיעקטן. אונטערן ראט און ברכה פון גדולי ישראל שליט"א איז אויפגעשטעלט געווארן א צענטראלער וועד, מיט די מיטגלידערשאפט פון פארשטייער פון אלע שיכטן אינערהאלבן חרדי'שן ציבור פון וועלכע דער שטאט וועט פארמירט ווערן כדי צו פארטרעטן אלעמענס רעכטן, און וואס מאכט זיכער צו פרעזערווירן און פארזיכערן די דירות זאלן פארקויפט ווערן אויף א ביליגן פרייז.
נאכן פארענדיגן די לאנג פארצויגענע געזעצליכע און פירערשאפטליכע אומצאליגע נושאים, און נאכן אויספלאנירן די פונקטליכע גרויסצוגע בוי פלאנירונגען וועלכער האט זיך געצויגן במשך פינף יאר, האט מען צום לעצט ערהאלטן די נויטיגע ענדגילטיגע ערלויבענישן צו בויען. אזוי האט דער מאיאר און בוי אופזעהער הרב אריאל אטיאס געמאלדן די וואך.
א ספעציעלער מסיבה איז אפגעראכטן געווארן צוזאמען מיט די מידיא און פרעסע אין די צופרי שעות אין די בנינים פון שר הבינו (בוי פארוואלטער) אין ירושלים וואו עס איז איבערגעבן געווארן אלע לעצטיגע פארשריטן וועלכע זענען עררייכט געווארן. ארויסברענגענדיג די באדייט פון בויען נאך א אידישע שטאט וועלכער איז ספעציעל געאייגנט און צוגעפאסט צו די באדינונגען פון די חרדישע געברויכן פאר די היימישע ציבור וואס וועט בעז"ה וואוינען דארט.
יעצט לעת עתה וועט מען בויען 5,000 פון די 6,000 וועלכע זענען שוין באשטעטיגט געווארן, און מען האט שוין דעם ערלויבעניש דערויף באקומען. נאך האט הרב אטיאס צוגעלייגט, דאס די האוזינג אגענטור וועט זיכער מאכן די דירות זאלן געבויעט ווערן אויפן העכסטן סטאנדארט וואס מעגליך, אויך האט ער אויסגעלויבט דער ראש המועצה הרב ניסים דיהן און די אנדערע חברי הוועדה וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף דאס אויפבויען חריש אין שפיץ פון פארזיצער מר יגאל שחר – אויף די געוואלדיגע אנשטרענגונגען וואס זיי אינוועסטירן אין די פלענער פאר די שטאט, וויאזוי זיי האבן געלייגט א דגוש אויף יעדן קליינע דעטאל פון טאג טעגליכן לעבן, אריינגערעכנט גרויסע מוסדות חינוך, בתי כנסת, און ציבורישע אנשטאלטן, ווי אויך אלע פארצווייגטע סיסטעמען, אין אינפראסטרקטור, באלייכטונג פאר די שטראזן, און טראנספארטאציע, צוזאמען מיט די טעגליכע ווירטשאפט און צענטערן פאר האנדל וואנדל. פארזיכערנדיג אז אלעס זאל קלאפן אויף א הויכער ניווא
עס איז אינטרעסאנט צו באצייכענען אז חריש וועט זיין דער ערשטער שטאט אין א"י וואס ווערט לכתחילה אויספלאנירט עס זאל דינען אמבעסטן די חרדישע ציבור אין לאנד.
ווי אויך איז אויסגעשמועסט געווארן די גענויע אופנים וויאזוי עס ווערן גערעכנט די פרייזן פאר די דירות, און וויאזוי עס ווערט אפגעשאצט צום אויספארקויפן.
ביים פרעסע קאנפרענץ האט גערעדט דער מנהל כללי פון די האוזינג פראיעקטן מר מרדכי מרדכי, מנכ"ל פון "ישראל פראפערטי" (באדנס) מר בנצי ליבערמאן, דער פארזיצער פון מועצת חריש הרב ניסים דיהאן, שטאטישע ארכיטעקט (בוי מייסטער) מר דרינבערג, וועלכע האבן זיך יעדער באצויגן צו אנדערע דעטאלירטע פרטים און בוי ארבעט פון דעם שטאט.
די דירות וועלן גיין ביז אזוי גרויס ווי פינף צימערן א הויז, און אויב וועלן די איינוואוינער עס וועלן פארגעסערען וועלן זיי בלויז מוזן ערלעדיגן א פארגרעסערונג ערלויבעניש אינדערצייט וואס די גאנצע פראצעדור דערויף איז שוין אויסגעשטעלט געווארן פון בעפאר, אזוי אז ס'זאל מעגליך זיין איבעראל צוצובויען.
די שטאב פון עסקנים וועלכע זענען: הרב אמיר קריספל, הרב מאיר פרוש, הרב מרדכי קרליץ, הרב רפי הופמאן, הרב רפאל פנחסי, האבן אפגעהאלטן אסאך באגעגענישן מיט די הויפט ארכיטעקטן און קאנטראקטערס, - פון די גרעסטע בוי פראיעקט אנפירער אין לאנד, - אזוי אויך מיט די גרעסטע סיניאר אדוואקאטן, און דן געווען איבער די פרייזן, און פארשידענע אנדערע מעגליכקייטן וויאזוי צו ערמעגליכן די דירות זאלן פארקויפט ווערן אויף די ביליגסטע פרייזן וואס שייך. צו די אלע זיצונגען איז אויך איינגעלאדנט געווארן דער גרויסער אידישער עסקן אברהם סלאנים וועלכע האט שוין אסאך אויפגעטוהן אין די פארגאנגענהייט אין ריזיגע בוי פראיעקטן לטובת דער ציבור החרדי.
ווי אויך האט מען מפרסם געווען א קריאה פון די רבנים שליט"א, אונטערגעחתמ'ט פארגאנגענעם חודש אייר, וואס רופט אויף א צוזאמענארבעטן פון אלע כוחות צוזאמען אונטערן וועד הדירות, און נישט אליין פירן פארקויפונגען וואס דאס הייבט העכער די פרייזן. און זיי פון זייער זייט וועלן מאכן זיכער אלע בוי אונטערנעמער זאלן זיך האלטן צו די פארשריפטן וואס די וועד הדיור האט באשטימט. פארשטענדליך שוין רעכעננדיג אז די מדינה וועט אויך צולייגן א האנט אין די דעוועלאופמענט אויסגאבן און דערנאך די פארקויפונגען פון די שטחים, פאר ביליגע פרייזן לויט די רעגירונגס שאַץ לייט.
ווי אויך האבן די וואך אונטער גע'חתמ'ט צענדליגע קהילות אויף א כרוז מען זאל ארבעטן אינאיינעם בשותפות אונטערן צענטראלע וועד הדיור וויבאלד דאס איז דאס בעסטע לטובת הכלל והפרט.
זענט איר א פארברעכער? דאן האט איר א גוטן שאנס צו באקומען גרויס געלט פון די ניו יארקע שטייער צאלער. באריכטן צייגן אן אז די סיטי האט אין בלויז די לעצטע דריי חדשים באצאלט פאר פארברעכער וואס זענען געווארן פאוואונדערט פון געשלעג אין תפיסה איבער פיר-א-האלב מיליאון דאלער. האט זיך אים דען נישט געלוינט דעם פארברעך?!
צוויי ניו גערסי איינוואוינער וואס זענען געגאנגען שיפלען אויף די וואסערן, האבן געברויכט ארויסגעשלעפט ווערן דורך די קאוסט גארד רעטער. נאך וואס זיי האבן אריינגעקראכט איינער אינעם אנדערנס שיפל. די אורזאך פון וואס דאס איז געשעהן איז נאכנישט ארויסגעקומען. איינער האט געדארפט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל.
טעקסי דרייווער אין בראנקס האבן ארויסגעלייגט א בלוינונג פון טויזענט דוללער פאר דער וואס פירט צום ארעסט פון צוויי רויבער וואס האבן זיך נאכן אריינזעצן אין א טעקסי קאר בארויבט דעם דרייווער, פארוואונדערט, און אים ארויסגעשליידערט אויפן גאס, אפטראגענדיג מיטן קאר. בילדער פון די רויבער זענען ארויסגעגעבן געווארן, דורך די קעמרעס וואס יעדע טעקסי פארמאגט אינעם קאר.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: רייקערס-איילענד. אין די איצטיגע שווערע אקאנאמיע צייטן ווען די דזשאב-לאז ראטע איז הויעך. קומט צו אונז, און מאכט גרויס געלט!
ליגן אונטער א דורכפארנדע קאר, איז נאר שרעקעדיג צו טראכטן. אריינפאלן אויף די באן-שינעס איז פאטאל, און בלייבט נאר איבער צו האפן אז א טרעין זאל פונקט יעצט נישט קומען.. א מאן וואס איז אריינגעפאלן אין די טיימס-סקווער סטאנציע, האט די מזל געשפילט אנדערש ווען די טרעין איז יא געקומען, און איז אים איבערגעפארן, און ער האט דאס דורך געלעבט. די טרעין האט אים נישט אנגערירט ווען ער איז געליגן באוויסטלאז אונטער די שינעס. און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל. מזל ווי א גוי..
אין קראון הייטס האט געדוירט פאר איבער הונדערט פייער-לעשער איטליכע שעה צו פארלעשן א פיר שטאקיגע בילדינג. ארויסשלעפנדיג פופצן מענטשן פון די אויבערשטע שטאקן. די פייער האט זיך אנגעהויבן אויפן צווייטן שטאק. ס'איז ווארשיינליך אן עלעקטאריק פראבלעם, נאך וואס די זעלבע דירה איז שוין צום דריטן מאל אויפגעגאנגען אין פלאמען אין די לעצטע שטיק צייט.
הגאון הרב שטיינמאן איז געקומען אויף א צוועלעף שעה'איגע באזוך קיין פראנקרייך בכדי צו מחזק זיין און אויפהייבן די טויזנטער ארטיגע אידן און אריינבלאזן אין זיי מוהט זיך צו קענען ספראווען געגן די לעצטיגע אנטעסימיטישע אקטיוויטעטן געגן די מצוות התורה, מילה, און שיטה, און גלייכצייטיג אויפוואכן דעם ציבור צו לימוד התורה און שמירת המצות לויט אונזערע הייליגע געבאטן
דער טאג י"ד אלול תשע"ב וועט ווערן אויסגעקריצט מיט גאלדענע אויתיות אין די היסטאריע פון די פראנצויזישע אידנטום פאר א היסטארישער טאג ווען זיי האבן געהאט די זכיה צום ערשיינונג פון איינע פון די גדולי הדור וועלכער האט זיך אנגעשטרענגט מיט מסירות נפש טראץ זיין שוואכקייט, אלעס בכדי צו מחזק זיין די פראנצויזישע לאנדסלייט. דער הערליכער פארזאמלונג איז געווען א סוקסעס און האט געהאט א שטארקע אפקלאנג פאראייניגענדיג אלע חרדישע קהילות אין פראנקרייך.
דער אויבן אן איז געווען באזעצט מיט צענדליגע רבני הקהילות אין פראנקרייך צווישן זיי הגאון רבי יצחק כ"ץ ראש מוסדות יד מרדכי און די ישיבה גדולה אין פאריז, הגאון רבי ירמיהו הכהן אב"ד פאריז, הגאון הרב מרדכי רוטנבערג רב איגוד חרדים, הגאון הרב יהודה טולידנו ראש ישיבת "מרכז התורה", הגאון הרב יצחק סאבאג ראש ישיבת ,מרכז התורה", הגאון הרב יחיאל בראנד, רב"ד סרסל, רבני חב"ד בראשות הגאון הרב רב אברהם ברוך פבזנר ראב"ד קהילת ליובאוויטש פראנקרייך, הגאון רב יצחק נעמנוב רב קהילת חב"ד אין ברינווא, א"נ.
תיכף נאך תפלת מנחה האט אויפגעטרעטן דער עמוד הקהילה הנגיד הרב רפאל הררי, זאגענדיג: עס עס א געהויבענע צייט פאר פראנקרייך אז מיר האבן די זכיה צוגאסט האבן דער ראש הישיבה שליט"א, ווען יעדער זעט אצינד מיט וואספארא מסירת נפש, ווילן, און מיט וואספארא גרויסע כוחות ער האט אויף זיך גענומען שוין פון לאנג אן, מחזק זיין די פראנצויזישע, טראץ וואס ער פיהלט נישט אמבעסטן די לעצטע צייט. ער האט צוגעגליכן דער תפקיד פונעם גדול הדור ווי א שיפסקאפיטאן וועלכע פירט און לערנט וויאזוי צו מאנעווירן דעם שיף פון איין ארט צום צווייטן. אצינד מיטן ערשיינונג פון די ראש ישיבה איז די בעסטע געלעגנהייט פון יעדעם איינעם צו זאגן: איך ווארף מיך אונטער די גדולי התורה, איך בין אינטרעסירט צו מקיים זיין די תורה און מצוות ווי עס דארף צו זיין, ערציען די קינדער כדבעי, און כ'וועל זיך חילה נישט בייגן צו קיינע נסיונות און איבערעדונגען, צו טוישן א האר פון דרך התורה והמצות.
נאכדעם האט אויפגעטרעטן הגאון הרב יהודה אריה דונער אב"ד ביה"ד 'כדתיא' אין לאנדאן. צווישן זיינע ווערטער האט ער געזאגט: שלמה המלך זאגט 'ברוב עם הדרת מלך', "מיר שטייען אצינד אין אייראפע אונטער שווערע גזירות געגן מילה, שחיטה און חינוך. "והנה נער בוכה" האט ער געוויינט, די געשריי קומט איצט פון די טויזנטער אידישע קינדער, אויף וועלכע עס הערשט א געפאר זיי זאלן חלילה נישט געמל'ט ווערן, עס ליגט א סכנה אויף זייערע 'עסן כשר געשחט'ן פלייש', און א סכנה אויף זייער חינוך, עס זאל זיין לויטן דרך המסורה אן קיין שינו.
הרה"ג רבי יוסף חיים סיטרוק, געוועזענע הויפט רב פון פראנקרייך האט דערנאך אנגעהויבן און געזאגט: "היינט איז ב"ה שוין פארהאן מאסן אידן אין פראנקרייך וועלכע זענען נייגעריג און אינטרעסירט צו הערן דעם דבר השם, און דאס איז שוין א ריזיגע טויש צום גוטן. אין פרשת כי תבא זעען מיר, הקב"ה האט איבערגעדרייט די קללה פאר א ברכה. ביי צדיקים איז נישט שייך קיין קללה, עס איז נאר דא 'ברכה'. מיר דארפן עס נישט פארשטיין, אבער עס איז גענוג צו זען בכדי צו פארשטיין דעם אמת וואס קומט ארויס פונעם כהן גדול"
הגאון רבי יעקב הלל ראש ישיבת אהבת שלום בירושלים, וועלכער איז מיטגעקומען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א האט געלאזט הערן דברי הספד אויף מרן פוסק הדור הגרי"ש אלישיב זצוק"ל. וואו ער האט ארויסגעברענגט רב אלישיב'ס מסירת נפש פאר תורה, ווי ער האט זיך אפגעהאקט פון די וועלט און זיך ממית עצמו געווען באהלו של תורה. "דאס איז געווען זיין גאנצע וועלטל, ער האט קיינמאל געווייגערט, מיט א פסק, נאר געפסקנט מיט א פעסטע האנט.
מי החכם הרואה את הנולד – דאס איז דער גרויסקייט פון חכמים. דער אינטערשיד צוישן גוטס און שלעכטס איז כחוט השערה. צומאל מאכט דער מענטש נישט קיין צווישנשייד, און דער דינער האר פון א טעות קען אמאל אוועקפירן דעם מענטש צום גאנצן פארקערטן ריכטונג פונעם אמת. די חכמים אין אלע דורות זעען די גרויסע בארג וואס צעשיידט דער אמחת און שקר, דעריבער דארף מען זיך אונטערזיי מכניע זיין און נאר אין זייער ליכט נאכגיין.
הגאון הרב יוסף אפרתי שליט"א האט געזאגט אז דער לעהרע וואס הגרי"ש אלישיב האט אונז איבערגעלאזט איז די מחזה וועלכע יעדער וואס האט נאר אריבערגעטרעטן זיין שוועל האט געזען. " א איד וועלכער האט נאר איין ליבע, צו די תורה הקדושה". צולייגענדיג אז הגרי"ש איז געווען פון די גרעסטע בעלי חסד, ווען עס האט דערגרייכט א וויכטיגע שאלה צו אים פון פאריז אדער פון סיי וועלכע ארט האט ער מפסיק געווען דאס לערנען כאטש דאס איז געווען זיין גאנצע מהות, פונדעסטוועגן ווען עס קומט דערצו אז דער עמוד התורה איז צעבראכן און עס פעלט ערגעצוואו תורה אויף די וועלט, איז דאס דער ערשטער פריאריטעט. דעריבער זאל יעדער אין פאריז באשליסן פאר זיך צו פארמערן נאך א שעה מיט לימוד התורה יעדן טאג און אזוי פארמערן תורה אויף די וועלט, און אנפולן זיין ליידיגע ארט.
מיט ציטער און פארכט האט יעדער אויסגעהערט דעם דרשה פון מרן ר"י הגראי"ל שטיינמאן שליט"א: ביי חינוך איז נישט פארהאן קיין פשרות ווייל דערין ליגט דער צוקונפט פון כלל ישראל" דער רבש"ע האט באשאפן א מענטש מיט א גוף ונשמה. עס איז אוממעגליך איינער זאל אנגיין אן דעם צווייטן, און יעדער פון די צוויי פארמאגט זיך זיינע באדערפענישן, ווי אויך קען קיינער נישט עסן פארן צווייטן. דאקעגן ביי רוחניות זענען פארהאן זאכן וואו איינער קען מוציא זיין דעם צווייטן. בתורה איז דא 'יששכר וזבולון', וואו זבולון איז עוסק אין ביזנעס, און יששכר לערנט די תורה. אזוי איז זיך איינער משלים מיטן צווייטן.
נאר פשט איז: אין תורה אפילו אויב איינער איז נישט אזוי גרויס ווי דעם חבר אין לערנען, האט דער באשעפער אוועקגעשטעלט א וועג וויאזוי ער ער זאל דערגרייכן זיין שלימות דורך א צווייטן. ווייל אזוי אזוי ווי א מענטש קען אן קיין גשמיות נישט לעבן. ער ברויך עסן, טרונקען, לופט צום אטעמען, און איבעראל ווי ער געפינט זיך איז פארהאן לופט. דאס זעלבע איז אהן קיין תורה נישטא קיין קיום נישט פארן מענטש און נישט פאר די וועלט.
"דער תכלית פון דעם מענטש איז נישט בלויז לעבן און שטארבן, וויבאלד דאס איז דער תכלית פונעם בהמה. הקב"ה האט באשאפן מענטשן זיי זאלן הנאה האבן מזיו שכינתו. און דער מיטל צוצוקומען דערצו איז דער תורה. דאס איז דער תכלית. ביי דעם קאלך אויוון וואו מען האט אריינגעווארפן אברהם אבינו זענען אפילו די אריינווארפער אויך פארברענגט געווארן, און בלויז ער, נישט. און אפילו הכי ווען הקב"ה וויל אויסלויבן אברהם אבינו דערמאנט ער נישט דער נס, אדער זיינע מעלות, און מסירות נפש, נאר אנשטאט – זיין זארג אויף חינוך פון די קומענדיגע דורות ' כי ידעתיו למען אשר יצווה את בניו'. דאס איז דער עיקר. אויף חינוך גיבט נישט קיין פשרות ווייל אינדעם איז אנגעהאנגען דער גאנצער עתיד פון דאס אידישע פאלק, וואס דאס איז, דער אידישער גלויבן זאל זיך ווייטער ציען צו די קינדער, אייניקלעך. און דער המשך איז נאר מעגליך מיט די תורה הק'.
נאר אזוי האלט נאך כלל ישראל אן ביזן היינטיגן טאג. און טראץ אלע צרות, ווען די פעלקער האבן געוואלט פארלענדן כלל ישראל איז עס זיי נישט געלונגען. מיר האבן א כלל אז ווילאנג מיר היטן די תורה און מצוות וועט כלל ישראל נישט פארלענדעט ווערן, און וועט אנציעהן ביזן גאולה שלימה, ובישראל יתפאר, און דאן וועלן אלע איינזעהן אז כלל ישראל איז דער עיקר פונעם וועלט באשאף בב"א. יה"ר אז אלע באטייליגטע זאלן זוכה זיין מיט א כתיבה וחתימה טובה, זיי מיט זייערע פאמיליעס, און זוכה זיין צו אלעס גוטס אויף אייביג.
מיט שטורמישע געפיהלן, און טרערן אויף די פענימער האבן זיך די טויזנטער צעשפרייט, איבערגעפוהלט מיט הויפענעס חיזוק פאר שמירת התורה והמצוות מיט א אמת'ע קבלה צו די הייליגע טעג, צושטיין אויף דער וואך אויף אפצוהיטן תורת משה מיט א פעסטקייט און הארטנעקיגקייט.
מעיאר בלומבערג האט היינט פאררופען נאך א קאנפרענס ארויסצוברענגען זיין פארשלאג צו פארבאטן פ פארקויפן קאלער סאודע. זאגענדיג אז אלע איבערוואגיגע ארגענעזאציעס און דייעט פראגרעמס קוקן ארויס פארן סוקסעס פונעם נייעם געזעץ. "לאמיר קוקן אויפן פאקט, אז רוב טויט פעלער אין אמעריקא קומען היינט צוטאגס פון איבערוואג". גיי זאג אים אז מענטשן פאלן ווי פליגן אין ניו יארק פון שיסערייען טעגליך.
א ניו גערסי מאן 'דוד האווערד' זיבן-און-פערציג יאר איז ארעסטירט געווארן ביים פרובירן אריינשליידערן צוויי קינדער פארענט פון א שנעל קומענדיגע באן. די קינדער זענען געזעצן אויף א באנק ווארטנדיג אויפן טרעין, ווען די טרעין איז געקומען, האט ער זיי געכאפט ביים גענאק און פרובירט אריינווארפן, בעפארן ווערן צוריק געהאלטן דורך די פארזאמעלטע.
אפפאל פון הוריקעין אייזעק איז ערווארטעט איבערצולאזן שריים פון די רעגנס און ווינטן אין ניו גערסי און אין די טריי-סטעיט געגענט אין די קומענדיגע טעג. אין אפסטעיט האט מען ארויסגעגעבן א 'פארפלייצונג ווארענונג' פאר די שאסייען און אין די נידריגערע הייזער. ס'איז ערווארטעט אנצוהאלטן ביז ענדע וואך. שלום עליכם ערעב אייזעק, גייט אייך צוריק פון וואו איר קומט.
א געשאצטע ציבור פון 5000 מענטשן, מענער, פרויען, בחורים, און סעמינאר מיידלעך, האבן זיך דעם פארגאנגענעם מאנטאג נאכט פארזאמלט אין סיטי האל טרעפארד פארק אין מאנטשעסטער וואו עס איז באהאנדלט געווארן די געפאר פון אינטערנעט, און די זיכערהייטס מיטלען וואס די רבנים האבן אונטערגענומען אפצוהיטן כלל ישראל פון דעם גרויסן סכנה.
דער ריזן כינוס וועלכער איז באזעצט געווען מיט צענדליגע רבנים פון מאנטשעסטער, געטסעהד, און אנדערע געגנטער, איז געעפנט געווארן דורך דער יושב ראש רב שמחה באמבערגער. דער ערשטער אויפצוטרעטן איז געווען דער מרא דאתרא הרב מנחם מענדל שנעבלאג שליט"א קלאר מאכענדיג פאר יעדעם די שעדליכקייט פון די אינטערנעט און די וויכטיגקייט וואס ליגט אויף יעדן איינעם זיך אוועקצוהאלטן דערפון.
דערנאך האט גענומען דאס ווארט דער דיין הרב גבריאל קרויס שליט"א וועלכער האט זיך קודם באדאנקט פאר די צענדליגע ארגאנאזירער, אויף די וואכן ארב עט וואס זיי האבן אינוועסטירט כדי צו אראנזשירן דעם פארזאמלונג. דערנאך האט דער דיין אין שניידנדע ווערטער ארויסגעברענגט אנטקעגן וואסערע סארט שונא מיר שלאגן זיך דא, אנרופנדיג די אינטערנעט דער שטנ'ס נייע וואפן וואס שניידט אריין אין אונזערע רייען.
מיר זענען אלע אין א סכנה, אומצאליגע פאמיליעס, פון די בעסטע היימען, נישט בלויז אין אמעריקע, נאר טאקע ממש בתוכינו, אונזערע שכנים זענען זייער ביטער אפעקטירט געווארן פון די שעדליכע אינטערנעט. דער יצר הרע ארבעט פון צווישן אונז. און זייעט אן חורבן און פארניכטונג. נישט אונטערשיידענדיג צווישן אינג און אלט, מאן און פרוי.
דער פארזאמלטע ריזן ציבור איז געווען געשפאנט הערנדיג רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א, רעדנדיג אדורך א הוק אפ, מיט דברי התעררות, פון זיין שפיטאל בעט אין אמעריקע. עס ווייסט יעדער אז ער איז פון די גרעסטע רבנים וועלכע שטייען אין שפיץ צו אויפוועקן כלל ישראל און אדרעסירן דעם נושא פון 'דער אינטערנעט'. ער האט צווישן זיינע ווערטער דערמאנט די צוהערער פונעם אסיפה אין אמעריקע וואו הונדערט פופציג טויזנט אידן האבן זיך צוזאמגענומען אונטער איין דאך, צו פרעזערווירן און פארזיכערן די קדושה פון עם ישראל, - א באשיינפערליכע באווייז ווי ווייט כלל ישראל איז גרייט אנצוווענדן אויסצופירן דעם רצון השם. דאס זעלבע היינט נאכט האט רבי מתתיהו אויסגעפירט ווען אזא ריזן ציבור נעמט זיך צוזאמען איז עס א געוואלדיגע זכות פאר כלל ישראל. די נסיונות וועלכע גאט גיבט אונז זענען כדי אונז אויסצופרובירן, זען אונזער טרייהייט צום באשעפער. מיטן עס ביישטיין.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן, צוויי גרויסע וועלטס רעדנער וועלכע זענען ספעציעל געקומען צופליעהן צום כינוס. דער ערשטער איז געווען הרב שמואל דישון, ראש ישיבת סטאלין-קארלין פון ברוקלין, וועלכער פארט ארום איבער דער וועלט אלארמירן יעדעם איבער דער סכנה פון די אינטערנעט. האט ער בתוך דיבוריו ממשיל געווען דער וויכטיגקייט פון אננעמען אלע מעגליכע מאסנאמען זיך צו היטן פון דער שונא, זאגענדיג: וויאזוי קען זיין אז ווען עס איז געווען דער שרעקליכער מאסיווער שטורעם לעצטנס אין אמעריקע איז כמעט קיינער נישט געשעדיגט געווארן? וויבאלד מען איז געווען גוט צוגעגרייט, ווידעראום אין די טיילאנד צונאמי פאר א יאר צוריק זענען 250,000 מענטשן פארשוואונדן געווארן אין א קורצע וויילע. ווייל מען איז נישט געווען צוגעגרייט.
די אינטערנעט האט רב דישון געזאגט איז 'די צונאמי'. מיר דארפן זיך אנגרייטן און פארשטיין אז מיר האבן ווירקליך די כוחות איבערצוקומען די נסיונות. דאס איז דער סיבה פון זיך פארזאמלען היינט נאכט, זיך צו שטארקן צו קענען צוזאמען בייקומען די נסיונות פון אינטערנעט.
נאכדעם האט גערעדט רב אברהם שור רב דקהילות תפארת יאקאבין פלעטבוש, אויפטרעטנדיג אין אידש, וועלכע איז אויפן פלאץ פארטייטשט געווארן אין ענגליש אויף די סקרינען, כדי די פרויען זאלן אויך פארשטיין דעם דרשה. "די זינד פון די עצץ הדעת האט ער געזאגט איז געקומען בלויז פון אביסל נייגעריגקייט, דאס זעלבע איז מיט די אינטערנעט. און אויב נישט מיטן אויבערשטנ'ס היל. איז אוממעגליך זיך אליינס אן עצה צו געבן, דער יצר איז א ברענעדיגע פייער, עמיצער וואס זאגט אז ער קען זיך אפהיטן פון אלעם איז נישטא קיין גרעסער אראגאנץ פון דעם. און דער אויבערשטער האט דאס זעהר פיינט. מיט אזא כאראקטער וועט ער נישט באקומען דעם באשעפערס הילף ווען ער ברויך צוקומען דערצו. אריינברענגען אינטערנעט אין אונזערע היימען דרייט אוועק דעם רבש"ע פון אונז.
א בריוו איז דערנאך פארגעלייענט געווארן פון סקולענער רבי, אדרעסירענדיג די מאנטשעסטער קהילה. דער רבי וואס איז געשטאנען אין שפיץ פונעם קריג אנטקעגן די אינטערנעט, האט אין בריוו ציוויסן געטאהן אז ווען נישט געזונט אורזאכן וואלט ער אליין ערשיינט צום כינוס. ער האט געבעטן די מאנטשעסטער אידנטום צו גודר זיין די פירצות און אננעמען די קבלות און אויספאלגן די תקנות וועלכע די רבנים וועלן ארויפלייגן.
הרב ישראל פרידמאן רב דטשארטקוב מאנטשעסטער, האט פארגעזאגט די תקנות. דערמאנענדיג די פארזאמלטע אז לעצטנס האט מען פארענדיגט דער משפט פון א מאן און פרוי וואס האבן פלאנירט אדורכצופירן א טעראריסט אטאקע אויף די ארטיגע אידישע אינטערעסן , און האבן שוין אפילו געהאט געמאכט אלע נויטיגע צוגרייטונגען און אינפארמאציע זאמלונגען בשייכות מיט זייער ציהל און אין די לעצטע מינוטן האט מען זיי בחסדי ה' געכאפט און ארעסטירט, און מיר זענען ממש בדרך נס אפגעראטעוועט געווארן פון א אומבאוויסטזיניגע סכנה. די אסיפה איז א מורא'דיגע וועג צו ווייזן אונזער דאנק פארן אויבערשטן דערויף, און נאך יעצט נאך אזוינע חסדים וואס גאט האט אונז געוויזן, דארפן מיר פיהל מער זיין וויליג און גרייט צו מקבל זיין די תקנות. הרב פריעדמאן האט פארגעלייענעט קריאת קודש וועלכע דרייסיג מאנטשעסטער רבנים האבן געחתמע'ט
מיר די רבנים פון מאנטשעסטער טראגן א פליכט אפצוהיטן די קהילה פון דער סכנה פון אינטערנעט, דערפאר האבן מיר אלע זיך צונויף געזאמלט היינט נאכט און איינפארסירט תקנות אנבאלאנגט אינטערנעט. באנוץ כדי צו פארזיכערן די הייליגקייט פון אונזער פאלק.
אויסער די רוחניות'דיגע מגיפה און חורבן וואס די אינטערנעט האט שוין אנגעברענגט דא אין מאנטשעסטער, און איבער די וועלט. האט עס אויך געברענגט א שרעלקיכע חורבן אין שלום בית באציאונגען....
פאלגנד זענען די תקנות פארגעשלאגן און געמאכט אונטערן ווילן פון דער מאנטשעסטער קאמיוניטי . וואס יעדער מענטש מוז אויספאלגן. וועלכער יחיד. קהילה . שוהל . שולע אדער מוסד עס וועט אננעמען שטרענגערע תקנות זיך אפצוהיטן ., כל הכבוד לו.
2 אינטערנעט באנוצץ מיט א שטארקע עפעקטיווער פילטער איז נאר ערלויבט פאר ביזנעס צוועקן, אדער אנדערע ספעציפישע וויכטיגע באנוצונגען מיט די ערלויבעניש פון איינעם פון די שטאטישע רבנים שליט"א. די אינטערנעט טאר נישט באנוצט ווערן פאר פארוויילונג, סאציאלע באנוץ, אדער ענליכע נישט-האנדלס צוועקן.
3 די וועלכע ארבעטן פון שטוב מוזן אנווענדן יעדן מיטל אז די אינטערנעט פארבינדונג זאל זיך געפינען אין א אנדערע לאקאציע (נישט אינדערהיים)
4 די הנהלי המוסדות פון יעדן סארט, און אנפירונג קערפערשאפטן פון חדרים און שולעס מוזן פארסירן די דערמאנטע תקנות צו פארזיכערן דאס איינהאלטן און אויספירן זיי. און איינצוקריצן אין די הערצער פון זייערע תלמידים און תלמידות די נויטוועדיגקייט און וויכטיגקייט פון דעם ענין. און די סכנה וואס קען ארויסקומען פון נוצן אן אפאראט וועלכער קען פארבינדן ווערן צו אינטערנעט.
הרב פריעדמאן האט געזאגט: "אונזער נסיון היינט צוטאגס איז גרעסער ווי דער פייער פונעם עקידה, און דעריבער אדורכן עס בייקומען וועט אונזער דור זוכה זיין צו ביאת משיח.
הרב יהודה בראדי אדמיניסטראטאר פון מאנטשעסטער בית דין האט אנאנסירט די אפיסעס וועלכע זענען אויפגעשטעלט געוארן אין די קהילה ארויסצוהלעפן מיט דעם אינטענעט פראבלעם. נישט פארגעסענדיג צו דערמאנען די ארגעניזאציע “Guard Your Eyes” אונטער די אויפזיכט פון רב אהרן פעלדמאן און הרב דר. אברהם טווערסקי שליט"א וואס העלפט ארויס די וואס דערטרונקען זיך אין די אינטערנעט. ווי אויך האט ער געמאלדן די עפענונג פון דעם לאקאלע 'טעג' אפיס. די טעכנישע גרופע וועט זיין באזירט אין די הערשל ווייס צענטער. אנגעפירט אדורך רב צבי סניצקי, מיט א שטאב פון 12 טרענירטע וואלונטירן צו האנט ארויסצוהעלפן מיטן פילטערן און אפהיטן אינטערנעט באנוץ .
דער קלימאקס פון דער נאכט איז געקומען צו א ענדע מיט דער אויסגעשריי פון קבלת עול מלכות שמים פונעם ריזן ציבור צוזאמען בפה אחד. פארגעזאגט דורך הרב שנעבאלג שליט"א. געבנדיג יעדעם דעם פארכטיגן געפיהל פון יום כיפור ביי נעילה. און ארייברענגענדיג אין יעדעם א הרהור תשובה און א הייליגע אטמאספערע ווען די קולות פון קבלת עול מלכות שמים האבן אפגעדונערט אינעם זאל.