פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
לאמיר זאגען אז א איד פירט א ביזנעס שוין לאנגע יארן. ער מוטשעט זיך אביסעל, אבער מער ווייניגער פארט עס.
ויהי היום, ער הייבט אן האבן ספיקות צו די ביזנעס לוינט זיך אנצוהאלטן, אפשר פארדינט מען נישט גענוג געלט, אפשר איז דא א לאך ערגעץ, וכו'.
דער איד גייט צו זיין מענעדזער און זאגט אים, לאמיך כאפען א בליק אויף די ביכער, איך וויל אנאליזירען די ביזנעס חשבונות און זעהן וואס דא גייט פאר.
ווי נאר די מענעזער האט דאס געהערט האט ער אנגעהויבן רעדן צו אים מיט א שטרענגע נוסח: ר' בעל הבית! קוקט נישט די ביכער! אויב קוקט איר די ביכער האב איך מורא אז איר וועט חלילה פארמאכן דעם געשעפט! איר דארפט מיך טראסטן אז אלעס פירט זיך גוט!
ווי נאר די בעל הבית האט דאס געהערט איז ער ווייס געווארן, און ער האט באלד געהייסען אריבערברענגען די ביכער.
והנמשל מובן מאליו

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
ס'איז נישט דא דער יעבץ וואס קען אפהאלטן איינער וואס האט ספיקות, פין איבער קיקען די ביכער
און די יעבץ ווייסט דאס זייער גיט, און נישט פין די בעל הבית רעדט די יעבץ
מן הסתם וואלט די יעבץ אים דאס געהייסן גאר טון
והנמשל מובן מאליו
און די יעבץ ווייסט דאס זייער גיט, און נישט פין די בעל הבית רעדט די יעבץ
מן הסתם וואלט די יעבץ אים דאס געהייסן גאר טון
והנמשל מובן מאליו
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די גאנצע געדאנק קומט בעצם פון די קאטוילישע דאקטארינע פון trinity, מ'באקט אויף [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און אקסימאראנס, און נאכדעם זאגט מען אז ס'איז למעלה מהשגתינו, ממש א מיסטעריע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
הקטן
פון ווי ווייסט איר וואס ר' יוסף יעבץ מיינט?
ער קען נישט אפהאלטן? אוודאי קען ער אפהאלטן. אזוי ווי די תורה קען אפהאלטן פון עסן בשר בחלב
און נאכאמאל, די נקודה איז נישט צו מ'האט ספיקות צו נישט. אפילו לאמיר זאגן אז א מענטש פירט א הערליכע ביזנעס מיט מיליאנען פראפיט א יאר, אויב זאגט אים די מענזשער אז מ'טאר נישט קוקן די ביכער ברויך דאס אנצינדן א רויטע לעמפעל ביי יעדע נארמאלע מענטש
פון ווי ווייסט איר וואס ר' יוסף יעבץ מיינט?
ער קען נישט אפהאלטן? אוודאי קען ער אפהאלטן. אזוי ווי די תורה קען אפהאלטן פון עסן בשר בחלב
און נאכאמאל, די נקודה איז נישט צו מ'האט ספיקות צו נישט. אפילו לאמיר זאגן אז א מענטש פירט א הערליכע ביזנעס מיט מיליאנען פראפיט א יאר, אויב זאגט אים די מענזשער אז מ'טאר נישט קוקן די ביכער ברויך דאס אנצינדן א רויטע לעמפעל ביי יעדע נארמאלע מענטש
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
גדליה האט געשריבן:הקטן
פון ווי ווייסט איר וואס ר' יוסף יעבץ מיינט?
איך ווייס וואס ער שרייבט!
ער אסרט נישט גארנישט!
ער שרייבט פאקט:
בגזירות צרפת ופורטיגאל, כל אותן החוקרים אשר חקרו בפלסופיא ועמדו על האמונה
במופת השכליי המירו את כבודם ביום זעם, וקלי הדעת ונשים אשר אמונתם הוא
רק בקבלה קדשו שם הנכבד והנורא הש"י ינקום דמם במהרה,
ער מאכט א סעלס פיטש פאר ווער ס'וויל זיך האלטן ביי די אמונה וואס ער האט.
דער וואס האט ספיקות ארבעט בכלל נישט זיין סעילס פיטש, און זיינע ווערטער קלעבט בכלל נישט צי אזא איינעם, און צי דעם רעדט ער בכלל נישט.
זיכער וועט אזא איינער דארך פאלן בשעת השמד, און נאך איידער שעת השמד, נישט קיין נפקא מינא צי ער טוט יא אין חקירה צי נישט.
אויב ביי איינעם ברענט א רויטע לייט זאל ער שנעל טון וואס ער קען נאר ס'זאל אים ליכטיג ווערן.
ויפה שעה אחת קודם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
זאגסט אז זיין סעילס פיטש ארבעט נאר פאר איינעם וואס וויל עניוועי קויפן.
מסתמא האט ער גאנץ שוואכע סחורה, איי געס.
מסתמא האט ער גאנץ שוואכע סחורה, איי געס.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אויב מען טאר נישט חקירה אין די יסודות, און אפילו אויב מען מעג איז עס נישט קיין חילוק ווייל מען מוז דאך ממילא גלייבן, אפשר וואלט מען געדארפט מאכן א חקירה ספר אויף חסידות בכלל און אויף אלע חסידות'ער בפרט, ווי אויך אויף די רבי'ס ווי ווייט זייערע קדושה גייט וכו'. קודם איז עס מותר, און אויך איז עס נוצבאר, ווייל מען קען אויסרעכענען דער אמת'ער צדיק וקדוש וכו'.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
פארוואס נישט?
מען מאכט אן ערענסטע חקירה וואס חסידות מיינט, און מען טוט אדורך ווער איז דער מער אויטענטישע רבי, און מען ווערט ביי אים א חסיד.
מאכט נישט קיין סענס?
אז מען האלט שוין דא, אפשר קען איך מאכען א ערענסטע חקירה ווער איז מער גערעכט, דער בעש"ט אדער דער גר"א? אדער מוז איך גלייבען אין דער בעש"ט ווייל דער רבש"ע האט צוגעפירט איך זאל ווערען א חסיד פאר איך האב געקענט טראכטען.
מען מאכט אן ערענסטע חקירה וואס חסידות מיינט, און מען טוט אדורך ווער איז דער מער אויטענטישע רבי, און מען ווערט ביי אים א חסיד.
מאכט נישט קיין סענס?
אז מען האלט שוין דא, אפשר קען איך מאכען א ערענסטע חקירה ווער איז מער גערעכט, דער בעש"ט אדער דער גר"א? אדער מוז איך גלייבען אין דער בעש"ט ווייל דער רבש"ע האט צוגעפירט איך זאל ווערען א חסיד פאר איך האב געקענט טראכטען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אישתישבי האט געשריבן:מען מאכט אן ערענסטע חקירה וואס חסידות מיינט, און מען טוט אדורך ווער איז דער מער אויטענטישע רבי, און מען ווערט ביי אים א חסיד.
און דער חבדסקר און ברעסלעווער וועלן אנקימען צים זעלבע מסקנה וואס חסידות מיינט??
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
וויאזוי די בעלי החקירה האבן צוגרונד געלייגט אידישקייט, ועיין עוד כאן בקטע המתחיל "ומה יפלא הדבר", ובביאור הגר"א על שו"ע יו"ד סימן קע"ט ס"ק י"ג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ראציאנאלע אידישקייט (שיטת החקירה) איז אן אפיציעלע דורכפאל.
https://www.thelehrhaus.com/commentary/ ... 9hkSkSGvYA
https://www.thelehrhaus.com/commentary/ ... 9hkSkSGvYA
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
בנוגע דאס וואס ר' יעבץ זאגט אז די בעלי החקירה האבן ענדערש אפגעלאזט אידישקייט ווי די בעלי אמונה פשוטה איז די סיבה זייער פשוט, די סיבה פארוואס א מאמין איז גרייט אויף מסירות נפש איז נישט ווייל ער האט מורא אז גאט וועט זיין בייז צו וואס, ער קען זיך אויך אמאל פארזינדיגן אין צייט פון נויט, נאר ווען ס'קומט ברגע האמת ווען ער פילט ווי ער גייט פארלירן זיין גאנצע אידענטיטעט איז איהם שוין ענדערש צו שטארבן, וואספארא ווערד האט דאס לעבן ווען די עגא האט נישט אויף וואס זיך אנצוכאפן. און דא שטעקט די יסודות'דיגע חילוק צווישן די פילאזאפישע בעלי החקירה און די בעלי אמונה פשוטה, רוב מענטשן אידענטיפיצירן זיך מיט זייער לעבנסשטייגער, איז זיי ליבערשט צו שטארבן ווי אויפצוגעבן אויף זייער לעבנסשטייגער. א פילאזאף פון דער אנדערע זייט אידענטיפיצירט זיך מיט זיינע שיטות, ווען מ'צווינגט איהם צו עסן חזיר אדער זיך איבער'צלמ'ען פילט ער נישט ווי זיין אידענטיטעט ווערט באדראעט, זיין עגא קען זיך ווייטער אנכאפן איז זיין לאגישע אמונה אין תורת משה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בנוגע דאס וואס ר' יעבץ זאגט אז די בעלי החקירה האבן ענדערש אפגעלאזט אידישקייט ווי די בעלי אמונה פשוטה איז די סיבה זייער פשוט, די סיבה פארוואס א מאמין איז גרייט אויף מסירות נפש איז נישט ווייל ער האט מורא אז גאט וועט זיין בייז צו וואס, ער קען זיך אויך אמאל פארזינדיגן אין צייט פון נויט, נאר ווען ס'קומט ברגע האמת ווען ער פילט ווי ער גייט פארלירן זיין גאנצע אידענטיטעט איז איהם שוין ענדערש צו שטארבן, וואספארא ווערד האט דאס לעבן ווען די עגא האט נישט אויף וואס זיך אנצוכאפן. און דא שטעקט די יסודות'דיגע חילוק צווישן די פילאזאפישע בעלי החקירה און די בעלי אמונה פשוטה, רוב מענטשן אידענטיפיצירן זיך מיט זייער לעבנסשטייגער, איז זיי ליבערשט צו שטארבן ווי אויפצוגעבן אויף זייער לעבנסשטייגער. א פילאזאף פון דער אנדערע זייט אידענטיפיצירט זיך מיט זיינע שיטות, ווען מ'צווינגט איהם צו עסן חזיר אדער זיך איבער'צלמ'ען פילט ער נישט ווי זיין אידענטיטעט ווערט באדראעט, זיין עגא קען זיך ווייטער אנכאפן איז זיין לאגישע אמונה אין תורת משה.
WOW
לויט דעם, קען מען זיך פארשטעלן ווי אזוי ס'האט אויסגעזעהן אויף די באן רייזע קיין אוישוויץ. כידוע, אז אויב ס'דא צוויי יודען איז דא דריי דעות. ס'דא גענוג שעות פאר טיפע אינטעלעקטואלע דיסקאשענס, זה אומר בכה וזה אומר בכה. די מער אינטעלעקטואלע טענה'ן אז ס'נאר א עגא'איסטישע קאמף, אבער לעומת זה טענה'ן די דארפישע יודען, אז דא רעדט מען פון אן איידענטיטי קריזיס. אזוי גייט אן די הייסע דיסקאשען כאילו מ'האלט תיכף נאך א טיפע פיליסאפישע לעקטשור אין די גרעסטע אונעווערסיטעט אין בערלין. אריינפארענדיג אונטער דעם אומפארשעמטע "ארבייט מאכט פריי" טויער, וואס מיינסטע? זה פורש לקלויסטער, וזה לגאז קאמער? א נעכטיגען טאג. נישט ר"י יעב"ץ האט געוואנען די דיבעיט, נישט שפינאזע האט געוואנען, און נישט קיין דריטער. היטלער ימ"ש אליינס האט געוואנען די דיבעיט, אזוי צו אזוי.
השם ינקום דמם...!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
אישתישבי האט געשריבן:ביי די מלחמה איז נישט געווען קיין אפציע צו ווערען א גוי און געראטעוועט ווערען, ממילא קומט נישט אריין דער שמועס.
נו דאס זאגט ער דאך. היטלער האט געווינען די דעבאטע ״מיהו יהודי״ נאך פאר ס׳האט זיך אנגעהויבען.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
גדליה האט געשריבן:האב איך געטראכט אז אפשר איז פשט אז די מערכה קעגען חקירה איז פשט אז מ'לייקענט אין די גאנצע כח פון חקירה. אוודאי ווייסען מיר אז מיט חקירה קען מען אנקומען חלילה צו פלעצער וואס טויגען נישט, פארדעם טאקע גלייבן מיר נישט אין חקירה, ווייל ס'געבט דיך פאלטשע אינפארמאציע. ווייל חקירה איז דאך נישט אמת.
משנת חכמים, מהרב משה חגיז (מעלה כג אות תצה).
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
אגב, דר. קווענטין מעילאסאקס קריטיקירט באריכות אויף קאנט׳ס געדאנק אז טראכטן און זיין/עקזיסטענץ גייען האנט אין האנט (וואס פירט אריין אין זיין הגדרה פונ׳ם נאמענאן און פענאמענאן), וואס דאס גיבט דאס גבול פאר ראציאנאליטעט (ער טיטלט דאס קארעלעישעניזם). ער גייט אריין באריכות אין דעם אז מ׳קען בעצם יא צוקומען צו דערגיין די זאך אליין, אפילו אינדרויסן פון מענטשליכע עקספיריענס (דורך מאטעמאטיקס וכדומה); בעצם איז אין דבר העומד בפני הראציאנאליטעט. ער טענה׳ט ווייטער (טיף, ווי אזוי איך האב עס פארשטאנען) אז נאר דאס מעגליכע עקזיסטענץ פון דעם מושג פון (דעם פילאזאפישן) ג-ט איז מוכרח און תלוי אין דעם ראציאנאליטעט וואס קומט אן ביזן עצם זיין ועד בכלל, אבער נישט מער (ווייל דאס וועט שוין זיין א סתירה אין דעם).
דר. קריסטאפער וואטקינס, אין זיין אנאליז דערויף, זאגט אז עס איז קומט אויס פון מעילאסאקס׳נס טענה/שיטה אז ״קומט גאר נאנט צו זאגן אז די איינציגסטע וועג מ׳קען פטור ווערן פון ג-ט איז צו ראציאנאליש אויפווייזן זיין עקזיסטענץ״.
נו, הא׳מיר שוין נאך א סיבה פארוואס מ׳טאר נישט חוקר זיין...
דר. קריסטאפער וואטקינס, אין זיין אנאליז דערויף, זאגט אז עס איז קומט אויס פון מעילאסאקס׳נס טענה/שיטה אז ״קומט גאר נאנט צו זאגן אז די איינציגסטע וועג מ׳קען פטור ווערן פון ג-ט איז צו ראציאנאליש אויפווייזן זיין עקזיסטענץ״.
נו, הא׳מיר שוין נאך א סיבה פארוואס מ׳טאר נישט חוקר זיין...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
הרב מי אני
יישר כח פאר אייער קאמענטאר און אייער אלגעמיינע קאמענטארן און בליצן..
אפשר קענט איר בעסער מסביר זיין וואס קאנט זאגט און וואס די פילאזאף מעילאסאקס איז מחולק מיט אים? וואס זאגט דאס אויף גאט? איך פארשטיי נישט געהעריג און כבין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די ענינים
יישר כח פאר אייער קאמענטאר און אייער אלגעמיינע קאמענטארן און בליצן..
אפשר קענט איר בעסער מסביר זיין וואס קאנט זאגט און וואס די פילאזאף מעילאסאקס איז מחולק מיט אים? וואס זאגט דאס אויף גאט? איך פארשטיי נישט געהעריג און כבין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די ענינים
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
איר מיינט דעם צדיק?
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Quentin_Meillassoux
קוקט אויס ווי מזאגט עס ארויס "מעיעסאו".
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Quentin_Meillassoux
קוקט אויס ווי מזאגט עס ארויס "מעיעסאו".
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
ייש״כ ייש״כ.
אין וועקער 10 האט אברהם בענעדיקט אן ארטיקל וואו ער איז גאר פיין מסביר דעם חילוק פון קאנט׳ס נומענאן, דהיינו דאס וואס דער ״זאך״ איז בעצם לאמת לאמיתו, און דעם פענאמענאן, די זאכן/באשטיינדלן/חלקים פון דעם ״זאך״ וואס אונז פערסיוון [דאס קאליר, אויסזעהן, וכו׳ וכו׳ וכו׳, אבער למעשה איז דאס נישט די זאך]. (אביסל אראפגעברענגט דא.) ע״ש באריכות. ס׳איז סתם אזוי גאר א גוטע ארטיקל. (דזשאן לאק האט אן אנדערע (פשוט'ערע) הגדרה צווישן די מער עיקר׳דיגע און מער טפל׳דיגע קוואליטעטן פון זאכן [די מער אביעקטיווע און די מער סאביעקטיווע], וואס אויף דעם אליין דינגט זיך קאנט און לייגט דאס אלעס אריין אונטער די הגדרה פון פענאמענאן. ווי אזוי איך פארשטיי דינגט זיך מעיעסוי אפילו אויף קאנט אויך, וכדלהלן.)
דאס פירט ווייטער אריין צו דעם אז עס קומט אויס לפי״ז אז אונזער גאנצע יכולת צו באגרייפן א זאך (מיט אונזערע ראציאנאלע פעקולטיס וכו׳) איז נאר די פענאמענאן חלק דערפון. משא״כ די נומענאן חלק איז לעולם בעצם למעלה מהשגה.
דאס (איז א חלק פון וואס) דר. מעיעסאו ( ) רופט אן קארעלעישאניזם; דאס אז אונזער עקזיסטענץ און פערסעפשן איז קארעלעיטעד און מקושר צו אונזער פענאמענעליסטישע פערסעפשנס, געפילן, וכו׳ וכו׳, אן א מעגליכקייט צו דערגיין זאכן כהוויתן בעצם לאמיתתם האמיתי [נומענאן; ווייל מ׳קען נאר משיג זיין די וועלט אין א פרעימווארק פון אונזער אנושי׳תדיגע עקספיריענס]. ער דינגט זיך אויף דעם און טענה׳ט אז אפילו די נומענאן קען מען בעצם משיג זיין דורך ריין ראציאנאל דורך (בעיקר) מאטעמאטיקס (אולי קען מען טענה׳ן אז דאס אליין איז אויך אין די דאזיגע פרעימווארק הנ״ל ועיין בדברי דר. וויליאם בייערס, ואפשר לחלק). ער טענה׳ט אז דאס אננעמען די לימיט פון דאס אי השגה פונ׳ם חלק הנומענאן מאכט אז מען זאל נישט קענען דערגיין (דאס פילאזאפישע/מעטאפיזישע) צורך פאר׳ן עקזיסטענץ דערפון.
דאס פירט אים אריין אז (אפילו מ׳זאל זאגן אז) דארט וואו אונז (פיהלן מיר אז מ׳) קען(ען) נישט ראציאנאליש משיג זיין (לא׳מיר זאגן אפילו דורך מאטעמאטיקס), איז דאס אן אנטאלאגישע עצם יסוד וואס איז אליינס אונטער ראציאנאל, און נישט מכח א לימיט ווייל דורך ראציאנאל קען מען אהין (עפיסטעמיש) נישט ״אנקומען״. דורך דעם קומט ווייטער אויס אז דאס דערגיין די ״אמת״ פון א (עכ״פ אזא סארט) זאך וועט (מעטאפיזיש) אלעמאל זיין אנגעוואנדן אין אנדערע (ארומיגע) הנחות וכו׳, און נישט מחמת עצמו (עכ״פ אין די סארט זאכן זיכער).
דאס פירט אים אריין אין צו זיין קאנצעפט פון ״ג-ט״ [דאס עצם אי השגה, אלס אחדות הגמור; נאך אסאך מער פונ׳ם געדאנק פון נומענאן]. ער נעמט אן (ווי אזוי איך פארשטיי) דעם פילאזאפישן מושג פון ג-ט (וכעין מה שמבואר בכוזרי לדבריהם). און וויבאלד ער האט אראפגעשטעלט א יסוד פון אן אנטאלאגישן פרינציפ פון איראציאנאל/אי-השגה בעצם בתוך הראציאנאל/השגה, און אז די ״אמת״ (פון די זאכן) איז תלוי, איז קומט ער ארויס אז דאס בלייבט א ״מעגליכקייט״; דהיינו אז סיי די מעגליכקייט און אומעגליכקייט דערפון איז אן אינרטינסיק חלק פון אט דעם פרינציפ (בנוגע דברים כזה). אויף דעם זאגט דר. וואטקינס אז ער קומט גאר נאנט צו זאגן אז אויב ווייזט מען אויף אז ג-ט עקזיסטירט, פרעגט מען דערמיט אפ דאס עקזיסטענץ פון ג-ט.
התנצלות: איך אנטשולדיג מיר טאמער האב איך מיך (נאך אלס) נישט גענוג גוט מסביר געווען. איך נעם פולשטענדיג אחריות און איך בין פולשטענדיג מודה אז ״טאמער עס פעהלט אין הסברה פעהלט אין הבנה״. דאס איז בפרט אין די סארט ענינים אשר הטעות בהבנתם מצויה, להבין עמקות כוונת הדברים לאמיתתם.

דער כוזרי, אין מערערע מקומות, טוהט אוועקמאכען דאס זיך סומך זיין וכו׳ אויף די אייגענע חקירה, סיי בנוגע דת און סיי בתוך התורה [קעגן די קראים] וכו׳, און טוהט אנגעבן סיבות דערפאר.
מאמר א אות יג:
ולהלן באות צט (לגבי עבודת ה׳):
ולהלן במאמר ב סוף אות כו:
ולהלן אות מט:
ולהלן במאמר ג (אות כג):
ולהלן שם (ועיין ג״כ לעיל קצת באות כא ולהלן באות מא).
ולהלן שם באות מט:
ועיין להלן באות נג.
אין אות לז דארט זאגט ער גראדע:
הגם אבער אין אות נ דארט זאגט ער:
ולהלן במאמר ד אות ג:
ולהלן שם בסוף אות כה:
ועכ״כ אז ער ברענגט אראפ בתחילת אות כז אז אפלטון האט זיך געטראפן מיט (לויט׳ן אוצר נחמד) ירמיהו הנביא און גערעדט איבער די נושא:
ולהלן במאמר ה אות ב:
ולהלן באות יד:
ער איז ממשיך דארט:
אין מאמר ג אות לח דארט זאגט ער ענליך צו דר. קעלי קלארק׳ס סברא בנוגע די גדר פון א ״ראציאנאלע גלויבונג״. דהיינו, אז אפילו דער חוקר וועט זיך (צו אן עקסטענט) עווענטועל מוזן אויף (מער ווי) ״עפעס״ פארלאזן אויף פשוט גלויבונג שלא מדעת וחקירת עצמו ממש, כגון קבלה פון אן אָטאָריטעט וכו׳, פשוט ווייל ס׳איז נישט מעגליך צו אליין דערגיין אלע חכמות (ואפילו בתוך די נושא וואס ער טוהט דורך). וממילא גיבט דאס א האפט אז אפילו גלויבונגען אן ממש הארטע (עי פריארי אדער עי פאסטעריארי) עווידענס קענען דאך גערעכנט ווערן אלס ראציאנאליש. פארשטייט זיך אז דאס אליין, וויסן ווי אזוי ״אפצושאצן״ וועם צן גלייבן, גייט שוין אויך אריין אין ווי אזוי ריכטיג און ראציאנאליש אפצושאצן די קראנטקייט פון מקורות און אינפארמאציע. (דאס קען בכלל אנרירן אינ׳ם מונכהויזן טריילעמא.)
ענליך זאגט ער אויך בסוף אות יב (מיט א פידעיסטיק טוויסט):
ועיין להלן באות כב.
(ולאידך גיסא ידועים דבריהם של הרס״ג בהקדמתו להאמונות והדעות, והחובת הלבבות קודם שער היחוד. הגם דער רס״ג אליין, כידוע, אין זיין הקדמה צו האמונות והדעות שטעלט קבלה/הגדה אויף אן ענליכן שטאפל פון ראציאנאל, ווי אויך טוהט ער צייכענען אויף די לימיטעישאנס פון מענטשליכע מדע וכו׳ אין די פתיחה צו מאמר ב.)
אין דעם ענין נוצט דער מכתב מאליהו (כרך ג ח״ב מעמוד 175 ״חקירה ושלא לשמה״) דערביי די באקאנטע געדאנק פון ״מ׳האט נאר קשיות מחמת התאוות״ מיט א שטיקל (פשוט׳ע) קנייטש. דהיינו, אז עס איז מעיקרא אומעגליך, ווען מ׳וויל דוקא צוגיין צו עפעס נאר מכח דעם אייגענעם שכל, דן צו זיין איבער א זאך ריין אבדזשעקטיוולי - מ׳וועט אלעמאל זיין אינפלוענסט מכח די אייגענע סאבדזשעקטיוו רצוניות׳ן [תאוות] (וכבר הבאתי דברי דר. וויליאם בייערס בזה). דעריבער, מ׳קען (און מ׳דארף אליבא דכמה ראשונים) טאקע צוגיין צו עניני דת וכו׳ בחקירה, אבער מ׳דארף מעיקרא אוועקשטעלן אז דאס וואס מ׳איז חוקר אויף [דאס וואס מ׳גלייבט באמונה] איז אמת (והיינו אמונה פשוטה) און דערנאך דאס ראציאנאליזירן וכו׳ בחקירה (אין אנדערע ווערטער, אז איה״נ מ׳דארף הענדיקעפּן די חקירה מעיקרא) (גראדע זאגט דיר רס״ג ענליך אין זיין הקדמה צום האמונות והדעות).
ווי אויך זאגט ער אז חקירה איז בעצם א סכנה וויבאלד מ׳וויל דערגרייכן איז (אין א וועג און רירט אן אויפ׳ן) אינפיניט, אבער דעם מענטש׳נס שכל, וממילא די לימיט צו וואו זיין וויסן קען גרייכן, פיניט (ועיין בפתיחה למאמר ב בהאמונות והדעות).
אגב, דער אראבישער פילאזאף אל-גאזאלי האט אויך גע׳טענה׳ט קעגן דעם אז די פשוטי עם דארפן/זאלן אננעמען פילאזאפישע מושגים. ער האט אויך געהאלטן, להבדיל, ענליך צום כוזרי, אז די מעשים זענען די עיקר ווי איידער די דעות.
מאמר א אות יג:
הַדָּת הַהֶקֵּשִׁית הַמִּנְהָגִית, מֵבִיא אֵלֶיהָ הָעִיּוּן, וְנִכְנָסִים בָּהּ סְפֵקוֹת רַבּוֹת. וְאִם תִּשְׁאַל הַפִּילוֹסוֹפִים עָלֶיהָ אֵינְךָ מוֹצֵא אוֹתָם מַסְכִּימִים עַל מַעֲשֶׂה אֶחָד וְלֹא עַל דַּעַת אֶחָת, מִפְּנֵי שֶׁהֵם טְעָנוֹת, יֵשׁ מֵהֶם מַה שֶּׁהֵם יְכוֹלִים לְהַעֲמִיד מוֹפֵת, וּמֵהֶם מַה שֶּׁיַּסְפִּיקוּ בָם, וּמֵהֶם מַה שֶּׁלֹּא יַסְפִּיקוּ בָם, כָּל שֶׁכֵּן שֶׁיַעֲמִידוּ בָם מוֹפֵת.
ולהלן באות צט (לגבי עבודת ה׳):
וְאֵין בַּעֲבוֹדַת הָאֵל סְבָרָא וְלֹא הַקָּשָׁה וְלֹא הִתְחַכְּמוּת, וְאִלּוּ הָיָה כֵן, הָיוּ הַפִּילוֹסוֹפִים מַגִּיעִים בְּרֹב חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם לְכֵפֶל מַה שֶּׁהִגִּיעוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל.
ולהלן במאמר ב סוף אות כו:
וְשֶׁהִיא תוֹרָה מֵאֵת הָאֱלֹקים יִתְבָּרָךְ, וּמִי שֶּׁקִּבְּלָהּ קִבּוּל שָׁלֵם מִבְּלִי שֶׁיִּתְחַכֵּם בָּהּ בְּשִׂכְלוֹ, הוּא מְעֻלֶּה מִמִּי שֶׁיִּתְחַכֵּם בָּהּ וְחָקָר.אַךְ מִי שֶׁנָּטָה מֵהַמַּדְרֵגָה הָעֶלְיוֹנָה הַהִיא אֶל הַמֶּחְקָר, טוֹב שֶׁיּוֹצִיא בָּהֶם מוֹצָאֵי הַחָכְמָה מִשֶּׁיַּעַזְבֵם לִסְבָרוֹת רָעוֹת וְלִסְפֵקוֹת מְבִיאוֹת אֶל אֲבַדּוֹן.
ולהלן אות מט:
וּכְבָר שַׁבְנוּ אֶל הַהַקָּשָׁה וְהַסְּבָרָה הַשִּׂכְלִית וְהַהִתְחַכְּמוּת, וְיִהְיוּ כָל בְּנֵי אָדָם מִשְׁתַּדְּלִים לִקְבֹּע תּוֹרָה בְמַה שֶּׁמְּבִיאָה אֵלָיו הַקָּשָׁתָם וְזֶה בָטֵל.
ולהלן במאמר ג (אות כג):
כִּי הַהִתְחַכְּמוּת וְהַסְּבָרָה בַתּוֹרָה אֵינֶנּוּ מֵבִיא אֶל רְצוֹן הָאֱלֹהִים.
ולהלן שם (ועיין ג״כ לעיל קצת באות כא ולהלן באות מא).
ולהלן שם באות מט:
וְאִם יִהְיֶה רָחוֹק אֵצֶל סְבָרָתְךָ וּמַחֲשַׁבְתְּךָ, כַּאֲשֶׁר תַּרְחִיק הַמַּחֲשָׁבָה וְהַסְּבָרָא הֶעְדֵּר הָרֵקוּת, וְהַהַקָּשׁוֹת הַשִּׂכְלִיּוֹת מְחַיְּבוֹת זֶה. וְכַאֲשֶׁר תַּרְחִיק הַסְּבָרָא שֶׁיָּכוֹל לְהִתְחַלֵּק הַגּוּף לְאֵין תַּכְלִית, וְהַהַקָּשָׁה הַשִּׂכְלִית מְחַיֶּבֶת זֶה. וְכַאֲשֶׁר תַּרְחִיק הַמַּחֲשָׁבָה שֶׁהָאָרֶץ כַּדּוּרִית, וְשֶׁהִיא חֵלֶק אֶחָד מִמֵּאָה וְשִׁשִּׁים וָשֵׁשׁ מֵעִגּוּל הַשֶּׁמֶשׁ, וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ בְּמוֹפְתֵי הַתְּכוּנָה, מִמַּה שֶּׁתַּרְחִיקֵהוּ הַמַּחֲשָׁבָה.
ועיין להלן באות נג.
אין אות לז דארט זאגט ער גראדע:
וְהַמִּתְחַכְּמִים בָּעֲבוֹדָה לִמְלֶאכֶת הַשָּׁמַיִם יוֹתֵר מִשְׁתַּדְּלִים מֵעוֹשֵׂי מְלֶאכֶת ה' הַמְצֻוִּים עָלֶיהָ
הגם אבער אין אות נ דארט זאגט ער:
לֹא יִיטַב לִבּוֹ, מִפְּנֵי שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהִשְׁתַּדְּלוּתוֹ סְבָרָא וְהַקָּשָׁה, וְלֹא יִבְטַח שֶׁהַמַּעֲשֶׂה הַהוּא, הוּא הַנִּרְצֶה אֵצֶל הַבּוֹרֵא
ולהלן במאמר ד אות ג:
כִּי הָרְאָיוֹת מַתְעִים וּמִן הָרְאָיוֹת יָבוֹא אָדָם לְאֶפִּיקוּרְסוּת וּלְדֵעוֹת מֻפְסָדוֹת. וְכִי מָה הֵבִיא הַמַּשְׁנִים, לֵאמֹר בִּשְׁתֵּי סִבּוֹת קְדוּמוֹת, אֶלָּא הָרְאָיוֹת. וְכֵן אַנְשֵׁי הַקַּדְמוּת מָה הֱבִיאָם לֵאמֹר בְּקַדְמוּת הַגַּלְגַּל וְשֶׁהוּא סִבַּת עַצְמוֹ וְסִבַּת זוּלָתוֹ, אֶלָּא הָרְאָיוֹת. וְכֵן עוֹבְדֵי הַשֶּׁמֶשׁ וְעוֹבְדֵי הָאֵשׁ – הָרְאָיוֹת הֵבִיאוּ אוֹתָם אֶל זֶה. אַךְ דַּרְכֵי הָרְאָיוֹת נֶחֶלְקוּ, מֵהֶם מְדֻקְדָּקוֹת עַד תַּכְלִית וּמֵהֶם מְקֻצָּרוֹת. וְהַמְדֻקְדָּק שֶׁבָּהֶם – הַפִּילוֹסוֹפִים, וְדַרְכֵי הָרְאָיוֹת הֱבִיאוּם לֵאמֹר בֵּאלֹהִים, שֶׁלֹּא יוֹעִילֵנוּ וְלֹא יַזִּיקֵנוּ, וְלֹא יֵדַע תְּפִלָּתֵנוּ וְקָרְבְּנוֹתֵינוּ, וְלֹא עֲבוֹדָתֵנוּ וְלֹא מִרְיֵנוּ, וְשֶׁהָעוֹלָם קַדְמוֹן כְּקַדְמוּתוֹ
ולהלן שם בסוף אות כה:
אָמְנָם זָכַרְתִּי לְךָ הַהַתְחָלוֹת הָאֵלֶּה שֶׁלֹּא תַבְהִילְךָ הַפִּילוֹסוֹפִיָּה, וְתַחֲשֹׁב שׁאֶםִ תֵּלֵךְ אַחֲרֶיהָ הָיִיתָ מֵנִיחַ לְנַפְשְׁךָ בַּמּוֹפֵת הַבָּרוּר, אֲבָל הַתְחָלוֹתָם כֻּלָּם לֹא יִסְבֹּל אוֹתָם שֵׂכֶל וְלֹא יִכָּנְסוּ תַּחַת הַהַקָּשָׁה. וְעוֹד כִּי אֵין בֵּין שְׁנַיִם מֵהֶם הַסְכָּמָה, אֶלָּא הַמְקַבְּלִים מֵהֶם שֶׁסוֹמְכִים עַל רַב אֶחָד, אִם אַבּוּדָקְלִיס וְאִם פִּיתָגוֹרִיס אוֹ אֲרִיסְטוֹ אוֹ אַפְלָטוֹן וְזוּלָתָם הַרְבֵּה, אֵין אֶחָד מֵהֶם מַסְכִּים עִם חֲבֵרוֹ.
ועכ״כ אז ער ברענגט אראפ בתחילת אות כז אז אפלטון האט זיך געטראפן מיט (לויט׳ן אוצר נחמד) ירמיהו הנביא און גערעדט איבער די נושא:
אַךְ שֶׁמָּא הָיָה זֶה הָעִיוּן מֵאַבְרָהָם אָבִינוּ כְּשֶׁנִּתְבָּרְרָה לוֹ הָאֱלֹהוּת וְהָאַחֲדוּת קֹדֶם שֶׁיְדַבֵּר עִמּוֹ בְּמַחֲזֶה, וְאַחַר שֶׁדִּבֶּר עִמּוֹ הִנִּיחַ כָּל הַקָּשׁוֹתָיו וְשָׁב לְבַקֵּשׁ רְצוֹן הָאֱלֹהִים מֵעִמּוֹ אַחַר שֶׁלִמְּדוֹ, וְאֵיךְ הוּא הָרָצוֹן וּבְאֵיזֶה דָבָר יֻשַּׂג וּבְאֵיזֶה מָקוֹם. וּכְבָר דָּרְשׁוּ רַבּוֹתֵינוּ: בְּ, וַיּוֹצֵא אוֹתוֹ הַחוּצָה',,צֵא מֵאִצְטַגְנִינוּת שֶׁלָּךְ' ר"ל: צֵא מֵחָכְמַת הַכּוֹכָבִים וּמִכָּל חָכְמָה טִבְעִית מְסֻפֶּקֶת. וּכְבָר אָמַר אַפְלָטוֹן מֵהַנָּבִיא שֶׁהָיָה בִזְמַן מָרִינוּס הַמֶּלֶךְ, שֶׁהוּא אָמַר לְפִילוֹסוֹף שֶׁהָיָה מִתְעַסֵּק בְּפִילוֹסוֹפִיָה, בְּחָזוֹן מֵהָאֱלֹהִים:"לֹא תַגִּיעַ אֵלַי בִּדְרָכִים הָאֵלֶּה, אַךְ בְּמִי שֶׁשַּׂמְתִּיו שָׁלִיחַ בֵּינִי וּבֵין בְּרוּאַי, רְצוֹנוֹ לוֹמַר:הַנְּבִיאִים וְהַתּוֹרוֹת הָאֲמִּיתִיּוֹת"
ולהלן במאמר ה אות ב:
וּמִי לָנוּ בְּנֶפֶשׁ סוֹבֶלֶת שֶׁאֵינֶנָּה נִפְתֵּית לַדֵּעוֹת הָעוֹבְרוֹת עָלֶיהָ מִדֵּעוֹת הַטִּבְעִיִּים וְהָאִצְטַגְנִינִים וּבַעֲלֵי הַטְּלָסְמָאוֹת וְהַמְכַשְּׁפִים וְאַנְשֵׁי הַקַּדְמוּת וְהַפִּילוֹסוֹפִים וְזוּלָתָם, וְלֹא יַגִּיעַ אֶל הָאֱמוּנָה עַד שֶׁיַעֲבֹר עַל דֵּעוֹת רַבּוֹת מֵהָאֶפִּיקוּרְסִים, וְהַחַיִּים קְצָרִים וְהַמְּלָאכָה מְרֻבָּה', אֶלָּא הַיְחִידִים תִּהְיֶה לָהֶם הָאֱמוּנָה בַטֶּבַע, וְתִרְחַקְנָה מֵהֶם הַדֵּעוֹת הָהֵם כֻּלָּם וְיִפֹּל בְּנַפְשָׁם מִיָּד מְקוֹם טָעוּתָם
ולהלן באות יד:
וְאִם נַמְשִׁיךְ דַּרְכֵי הַהִגָּיוֹן לְקַיֵּם הַדֵּעוֹת בָּם וּלְבַטְּלָם, יִכְלוּ הַחַיִּים בִּלְעֲדֵי תוֹלָדָה.
ער איז ממשיך דארט:
וְאִלּוּ הָיְתָה חָכְמַת הַפִּילוֹסוֹפִים בָּזֶה אֱמֶת, הִשִּׂיגוּהָ בְדַבְּרָם בַּנְּפָשׁוֹת וּבַנְּבוּאָה, וְהֵם כִּשְׁאָר בְּנֵי אָדָם, אֱמֶת שֶׁיֵשׁ לָהֶם יִתְרוֹן בַּחָכְמָה הָאֱנוֹשִׁית, כְּמוֹ שֶׁהָיָה אוֹמֵר סָקְרַאט הָרִאשׁוֹן לָעָם: “ אֲנִי לֹא אֶכְפֹּר חָכְמַתְכֶם הָאֱלֹהִית, אֲבָל אֲנִי אוֹמֵר: לֹא אֵדָעָהּ; אָמְנָם אֲנִי חָכָם בַּחָכְמָה הָאֱנוֹשִׁית". וְיֵשׁ לָהֶם הִתְנַצְּלוּת לְמַה שֶּׁנִצְטָרְכוּ אֶל הֶקֵּשֵׁיהֶם, לְהֶעְדֵּר הַנְּבוּאָה וְהָאוֹר הָאֱלֹהִי אֶצְלָם תִּקְּנוּ הַחָכְמוֹת הַמּוֹפְתִיּוֹת תִּקּוּן אֵין תַּכְלִית אַחֲרָיו, וְהִתְיַחֲדוּ בָזֶה. וְאֵין חִלּוּף בֵּין שְׁנֵי אִישִׁים בַּחָכְמוֹת הָהֵם, וְכִמְעַט שֶׁאֵין הַסְכָּמָה בֵין שְׁנֵי אִישִׁים בְּמַה שֶּׁיִּתְחַלְּפוּ אַחַר זֶה מֵהַדֵּעוֹת בְּמַה שֶּׁאַחַר הַטֶּבַע, גַּם בְּהַרְבֵּה מֵהַטֶּבַע, וְאִם נִמְצָא כַת אַחַת מַסְכֶּמֶת עַל דַּעַת אַחַת, הִנֵּה אֵין זֶה לַחֲקִירָה וְתוֹלָדָה שֶׁעָמְדָה עֲלֵיהֶם דַּעְתָּם, אֲבָל שֶׁהֵם סִיעַת אֶחָד מֵהַמְדַבְּרִים יְקַבְּלוּ מִמֶּנּוּ, כְּסִיעַת פִּיתָגוֹרִיס וְסִיעַת אַבּוּדָקְלִיס וְסִיעַת אִפּוֹקרָט וְסִיעַת אֲרִיסְטוֹ וְסִיעַת אַפְלָטוֹן וְזוּלָתָם, וּבַעֲלֵי הַחֹשֶׁךְ וְהָאוֹר וְהַהוֹלְכִים, וְהֵם מִסִּיעַת אֲרִיסְטוֹ.
אין מאמר ג אות לח דארט זאגט ער ענליך צו דר. קעלי קלארק׳ס סברא בנוגע די גדר פון א ״ראציאנאלע גלויבונג״. דהיינו, אז אפילו דער חוקר וועט זיך (צו אן עקסטענט) עווענטועל מוזן אויף (מער ווי) ״עפעס״ פארלאזן אויף פשוט גלויבונג שלא מדעת וחקירת עצמו ממש, כגון קבלה פון אן אָטאָריטעט וכו׳, פשוט ווייל ס׳איז נישט מעגליך צו אליין דערגיין אלע חכמות (ואפילו בתוך די נושא וואס ער טוהט דורך). וממילא גיבט דאס א האפט אז אפילו גלויבונגען אן ממש הארטע (עי פריארי אדער עי פאסטעריארי) עווידענס קענען דאך גערעכנט ווערן אלס ראציאנאליש. פארשטייט זיך אז דאס אליין, וויסן ווי אזוי ״אפצושאצן״ וועם צן גלייבן, גייט שוין אויך אריין אין ווי אזוי ריכטיג און ראציאנאליש אפצושאצן די קראנטקייט פון מקורות און אינפארמאציע. (דאס קען בכלל אנרירן אינ׳ם מונכהויזן טריילעמא.)
ענליך זאגט ער אויך בסוף אות יב (מיט א פידעיסטיק טוויסט):
הַאֲמָנָתֵנוּ בְּבֵרוּר הַדֵּעוֹת לֹא תִתְבָּרֵר בְּלִמּוּד, וְאִם לֹא יִהְיֶה כֵן – הָיָה מִשְׁתַּלְשֵׁל הָעִנְיָן אֶל מַה שֶּׁאֵין לוֹ תַכְלִית, וְאִם כֵּן, הוּא מֵאֲצִילוּת אֱלֹהִית תִּדְבַּק בַּנֶּפֶשׁ הַמְדַבֶּרֶת
ועיין להלן באות כב.
(ולאידך גיסא ידועים דבריהם של הרס״ג בהקדמתו להאמונות והדעות, והחובת הלבבות קודם שער היחוד. הגם דער רס״ג אליין, כידוע, אין זיין הקדמה צו האמונות והדעות שטעלט קבלה/הגדה אויף אן ענליכן שטאפל פון ראציאנאל, ווי אויך טוהט ער צייכענען אויף די לימיטעישאנס פון מענטשליכע מדע וכו׳ אין די פתיחה צו מאמר ב.)
אין דעם ענין נוצט דער מכתב מאליהו (כרך ג ח״ב מעמוד 175 ״חקירה ושלא לשמה״) דערביי די באקאנטע געדאנק פון ״מ׳האט נאר קשיות מחמת התאוות״ מיט א שטיקל (פשוט׳ע) קנייטש. דהיינו, אז עס איז מעיקרא אומעגליך, ווען מ׳וויל דוקא צוגיין צו עפעס נאר מכח דעם אייגענעם שכל, דן צו זיין איבער א זאך ריין אבדזשעקטיוולי - מ׳וועט אלעמאל זיין אינפלוענסט מכח די אייגענע סאבדזשעקטיוו רצוניות׳ן [תאוות] (וכבר הבאתי דברי דר. וויליאם בייערס בזה). דעריבער, מ׳קען (און מ׳דארף אליבא דכמה ראשונים) טאקע צוגיין צו עניני דת וכו׳ בחקירה, אבער מ׳דארף מעיקרא אוועקשטעלן אז דאס וואס מ׳איז חוקר אויף [דאס וואס מ׳גלייבט באמונה] איז אמת (והיינו אמונה פשוטה) און דערנאך דאס ראציאנאליזירן וכו׳ בחקירה (אין אנדערע ווערטער, אז איה״נ מ׳דארף הענדיקעפּן די חקירה מעיקרא) (גראדע זאגט דיר רס״ג ענליך אין זיין הקדמה צום האמונות והדעות).
ווי אויך זאגט ער אז חקירה איז בעצם א סכנה וויבאלד מ׳וויל דערגרייכן איז (אין א וועג און רירט אן אויפ׳ן) אינפיניט, אבער דעם מענטש׳נס שכל, וממילא די לימיט צו וואו זיין וויסן קען גרייכן, פיניט (ועיין בפתיחה למאמר ב בהאמונות והדעות).
אגב, דער אראבישער פילאזאף אל-גאזאלי האט אויך גע׳טענה׳ט קעגן דעם אז די פשוטי עם דארפן/זאלן אננעמען פילאזאפישע מושגים. ער האט אויך געהאלטן, להבדיל, ענליך צום כוזרי, אז די מעשים זענען די עיקר ווי איידער די דעות.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בנוגע דאס וואס ר' יעבץ זאגט אז די בעלי החקירה האבן ענדערש אפגעלאזט אידישקייט ווי די בעלי אמונה פשוטה איז די סיבה זייער פשוט, די סיבה פארוואס א מאמין איז גרייט אויף מסירות נפש איז נישט ווייל ער האט מורא אז גאט וועט זיין בייז צו וואס, ער קען זיך אויך אמאל פארזינדיגן אין צייט פון נויט, נאר ווען ס'קומט ברגע האמת ווען ער פילט ווי ער גייט פארלירן זיין גאנצע אידענטיטעט איז איהם שוין ענדערש צו שטארבן, וואספארא ווערד האט דאס לעבן ווען די עגא האט נישט אויף וואס זיך אנצוכאפן. און דא שטעקט די יסודות'דיגע חילוק צווישן די פילאזאפישע בעלי החקירה און די בעלי אמונה פשוטה, רוב מענטשן אידענטיפיצירן זיך מיט זייער לעבנסשטייגער, איז זיי ליבערשט צו שטארבן ווי אויפצוגעבן אויף זייער לעבנסשטייגער. א פילאזאף פון דער אנדערע זייט אידענטיפיצירט זיך מיט זיינע שיטות, ווען מ'צווינגט איהם צו עסן חזיר אדער זיך איבער'צלמ'ען פילט ער נישט ווי זיין אידענטיטעט ווערט באדראעט, זיין עגא קען זיך ווייטער אנכאפן איז זיין לאגישע אמונה אין תורת משה.
WOW
לויט דעם, קען מען זיך פארשטעלן ווי אזוי ס'האט אויסגעזעהן אויף די באן רייזע קיין אוישוויץ. כידוע, אז אויב ס'דא צוויי יודען איז דא דריי דעות. ס'דא גענוג שעות פאר טיפע אינטעלעקטואלע דיסקאשענס, זה אומר בכה וזה אומר בכה. די מער אינטעלעקטואלע טענה'ן אז ס'נאר א עגא'איסטישע קאמף, אבער לעומת זה טענה'ן די דארפישע יודען, אז דא רעדט מען פון אן איידענטיטי קריזיס. אזוי גייט אן די הייסע דיסקאשען כאילו מ'האלט תיכף נאך א טיפע פיליסאפישע לעקטשור אין די גרעסטע אונעווערסיטעט אין בערלין. אריינפארענדיג אונטער דעם אומפארשעמטע "ארבייט מאכט פריי" טויער, וואס מיינסטע? זה פורש לקלויסטער, וזה לגאז קאמער? א נעכטיגען טאג. נישט ר"י יעב"ץ האט געוואנען די דיבעיט, נישט שפינאזע האט געוואנען, און נישט קיין דריטער. היטלער ימ"ש אליינס האט געוואנען די דיבעיט, אזוי צו אזוי.
השם ינקום דמם...!
וואלווי: ייש"כ.איך האב א גרויסע הנאה פון די לעצטע שורה אין דיין פאראגראף. ווייל דער שם הוי"ה איז אויסגעקריצט אויפ'ן שטערן פון א יעדן איד. און ווען היטלער ימ"ש און זיינע שלוחים האבן ארייגעלייגט א יעדן איינציגן אידן אין די גאז קאמערן האבן זיי געלעסטערט דעם נאמען פון באשעפער, כביכול. און ווען די אומגליקליכע אידן זענען געפארן אויף זייער לעצטע רייזע, ליידער. האבן זיי נישט אינזין געהאט די קליינליכע מחלוקות פון ווער ס'איז גערעכט. דאמאלס איז שוין נישט געווען קיין שום דעבאטעס אדער חילוקי דיעות. אלע אידן זענען געגאנגען פאראייניגט אויף קידוש השם...!