יהא זכרו ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

שמעקעדיג האט געשריבן:און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

צאמגעשטעלט.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

גאלד האט געשריבן:א בילד ביטע?

בילד
קרעדיט אייוועלט
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

בד"ה!

אויף וועלכע הצלה קליפ שפילט ער? ביטע ברענגט א לינק.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

אנטשולדיגט
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

באמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך באמת »

ער איז אויפגעשטאנען היינט צופרי, זיך נישט גוט געשפירט און געגאנגען צום רייד-עיד פארמעסי דא אויף מאנהעטן עוועניו. דארט איז ער צוזאמגעפאלן ווי די FDNY-EMS האט אים אריינגעפירט צום שכינית'דיגן וואדהאל שפיטאל ווי ער איז ליידער נפטר געווארן.

די לווי' וועט פארקומען אי"ה 1:00 פארנט פון ביהמ"ד דעשש אויף ראסס סט

(קרעדיט אייוועלט)
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

שמואל הלוי האט געשריבן:בד"ה!

אויף וועלכע הצלה קליפ שפילט ער? ביטע ברענגט א לינק.

Whose son in law was he ??
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

הער איך יעצט פון אברהם יושע שמש אז יצחק מרדכי בראך האט אים פריער אריינגגעקאלט אז שלמה שמש איז געשטארבען...

וויצן געלייגט אין א זייט!
אוי משה יושע! משה יושע! אומגלויבלעך אז דו האסט אונז פארלאזט! דיין שמייכל און גוט ווארט וועלן מיר אבער אייביג געדענקן! סיי ווען האסט געטראפן א איד האסטו אייביג ארויפגעברענגט א שמייכל אויף זיינע לעפצן. כ'רעד שוין נישט טאמער האסטו געוויסט אז יענער גייט דורך שווערע צייטן, האסטו זיכער געמאכט אז בשעת ער איז מיט דיר פארגעסט ער פון זיינע צרות, און נאך קענען לאכן ביים איבערדערציילן וואס דו האסט אים געזאגט!
וויפיל אידן ובפרט חולי ישראל האבן זיך מחי' געווען מיט דיינע שפילן? וויפיל אידן האבן געפילט אז דו ביזסט זייער נאנסטע חבר? וויפיל אידן האסטו פשוט אויסגעצאלט זייערע טיקעטס ביי די פלעיס ווי די האסט גע'עקט פשוט אז זיי זאלן פילן אז דו האסט זיי אינזינען געהאט און האסט פלעין נישט געקענט שפילן נאר אז זיי זענען דארט?

זאלן די זכותים אים ביישטיין און די צובראכענע משפחה און דערשטיטערטע חברים און גוטע פריינד זאלן ווייטער קענען שמייכלן. ובלע המות לנצח אמן

משה יושע אין גוטע צייטן ביים משמח זיין: (מיט זיינע שותפים ר' מרדכי הערש הערשקאוויטש און ר' זלמן לייב (שכח שמואל הלוי...) סאנדל)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

שעפטל האט געשריבן:און ר' ... סאנדל

ר' זלמן לייב סאנדל הייסט ער.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

איך זיץ יעצט אין מיין האנדע און הער דעם הארציגן טעיפ פון שלומי דאסקאל, איך הער ווי מיט זיין נעימות'דיגע שטימע הייבט אן דעם 'צור כל העולמים' און יוסי גרין ברומט אונטער און צומאלט מיין הארץ אויף שטיקער. פון מיינע אויגן רינען חוצפה'דיג הייסע זאלציגע עמערס. איך קען נישט קומען צו זיך. מיין גוטער ידיד (מיין ידיד? יעדער האט געשפירט ווי דו ביסט זיין נאנטער פריינט) ר' משה יושע איז נישטא!!

דיינע זיסע הומאריסטישע ווערטלעך האבן דערפרייט אזויפיל אידן. דיינע ידיעות אין אלעמען און בפרט היסטאריע וועט מיר זיין אן אייביגער פארלוסט.

די בילדער וואס דו האסט מיר געשיקט וואס האט אזוי קלאסיש אפגעשפיגלט די סדרה פון די וואך האב איך מיר אוועקגעלייגט און וועט דינען אלס א דערמאנונג פון דעם טייערן איד וואס מיר האבן פארמאגט.

הוי, דער 'צדיק בכל הדורות' האט מיר געשטראפט. שאק כוואליעס לויפן מיר אדורך נאכאנאנד. נעכטן האט מען דיר געזען געזונט און פריש מיטן אייגנארטיגן שמייכל און יעצט פירט מען דיר צו דיין אייביגער רו.

שווער וועט זיין זיך צו טרייסטן נאך אזא איד.

איך מיש אוועק דעם עמאציאנעל טרייבנדער ניגון. א הילכיגער 'הוא יגאל אותנו בקרוב' שאלט ארויס. מיינע מחשבות דרייען זיך ארויף אויף א צווייטע ליניע.

משה שיע איז שוין נישט דא. ער האט שוין נישט קיין פיין אדער יסורים. די וואס בלייבן דא אויף דער וועלט וועלן זיך נאך דארפן פיל מוטשען און ארבעטן שווער איבערצוקומען די שטרויכלונגען און ווי דו ווייסט גוט זענען די מניעות פון א געלונגענער מענטש אנצוקומען ערגעץ אין אונזער היימישער וועלטל גאר שווער און געווענליך אוממעגליך.

אוי ווי עס ציפט. אבער מיר זענען נאך דא. מיר קענען נאך פארבעסערן. מיר קענען זיך אפשאקלען פון אונזערע שלעכטע מעשים. מען לעבט נישט שטענדיג. ווער איז זיכער אז ער וועט אויסדינען א הונדערט יאר?
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

אךשמח הארציג ביז גאר, ווי אייביג
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ווער געדענקט?

(בנוסח אונגאריש). ווייסטע וואס? לאז אפ מיין בארד, לאזעך אפ דיין בארד...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

ידען האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

צאמגעשטעלט.


פארוואס טאקע פארדינט נישט אזא יוד א באזונדערע אשכול?
העכסטנס לייגן א לינק דא
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קלאר האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:און פארוואס א עקסטערע אשכול ווען ס'שטייט שוין ביי "יהא זכרו ברוך"?
(שוין געבעטן די מנהלים צו צוזאמענשמעלצן.)

צאמגעשטעלט.


פארוואס טאקע פארדינט נישט אזא יוד א באזונדערע אשכול?
העכסטנס לייגן א לינק דא

ווילסט נישט אז פאר יעדע וואלע ערליכע איד זאל מען עפענען דא א אשכול, ערגעץ דארף זיין א סטאפ
באניצער אוואטאר
חכם מחוכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך חכם מחוכם »

ידען האט געשריבן:ווער געדענקט?

(בנוסח אונגאריש). ווייסטע וואס? לאז אפ מיין בארד, לאזעך אפ דיין בארד...


איך רעד דאך פונעם הויז......ן, איי משה יושע, מי יתן לנו תמורתך
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

חד גדיא האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:א בילד ביטע?

בילד
קרעדיט אייוועלט


איז ער נישט זיין מ''מ אלס באס דיספעטשער אין סאטמאר 76?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א ביטערע טראגעדיע האט פאסירט דעם פארגאנגענעם שבת פר' נצבים, ווען עס איז ל"ע נפטר געווארן מרת חיה שרה מרים סעגעדין ע"ה, אשת הר"ר מאיר יוסף סעגעדין, פון די הארדוועיר סטאר אין וויליאמסבורג. זי איז געוועהן בלויז 43 יאר. פאריאר בערך פורים צייט האט זי באקומען די דיאגנאז אז זי ליידט אויף די ביטערע מחלה ר"ל. די וואך איז זי שוין געווארן בעסער א דאנק די טריעטמענט'ס, אבער ליידער האט זי באקומען א אינפעקשאן און זי איז נפטר געווארן, איבערלאזנדיג א שטוב פון 11 קינדער אינדערהיים, די יונגסטע פון זיי בלויז איין יאר אלט, ה"י. זי האט אויך איבערגעלאזט א קינד פון איר שוועסטער ע"ה, וואס נאכדעם וואס איר שוועסטער איז נפטר געווארן האט זי אריינגענומען ווי אן אייגן קינד.
_____
נ.ב. איך האב ערשט געהערט די נייעס אויף קול מבשר, ווי ער האט עס געמאלדן מיט א טרוקענע שטימע און טרוקענע ווערטער, אן קיין שום געפילן, אזוי ווי ער וואלט געמאלדן אז לי עוועניא פאטא האט א סעיל. אז ער וויל זיין א טרוקענער נייעס רעפארטער וועל איך נישט האבן קיין טענות, אבער אז א אלטע פארקאלעכטע 90 יעריגע רעביצין ווערט נפטר זאגט אייביג קול מבשר אז ס'איז געקומען די "ביטערע בשורה" אז די רעביצין איז נפטר געווארן. אויב יענץ איז א ביטערע בשורה, וואסערע מין בשורה איז דאס ווען א 43 יעריגע מאמע פון 11 קינדער ווערט אוועקגעריסן???!!!
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

איינער האט פריער אראפגעקלאפט צוויי פרויען אויף בעדפארד און איינע איז געשטארבען נאך א שעה אין שפיטאל. (אפשר ביי דעם האט קול מבשר יא געמאכט א וויינענדיגע קול)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ידען האט געשריבן:איינער האט פריער אראפגעקלאפט צוויי פרויען אויף בעדפארד און איינע איז געשטארבען נאך א שעה אין שפיטאל. (אפשר ביי דעם האט קול מבשר יא געמאכט א וויינענדיגע קול)

מרת הינדל גיטל כ"ץ
93 יאר
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אוי געוואלד. לאמיר אלע שרייען הויך צוזאמען:
תכלה שנה וקללותיה!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

ראשעקאל האט געשריבן:א ביטערע טראגעידיע איז געוועהן די שבת ווען עס איז ל"ע נפטר געווארן מרת חיה שרה מרים סעגעדין ע"ה אשת הר"ר מאיר יוסף סעגעדין פון די הארדוועיר סטאר אין וויליאמסבורג. זי איז געוועהן בלויז 43 יאר. פאריאר בערך פורים צייט האט זי באקומען די דאיעגנאוז אז זי ליידט אויף די ביטערע מחלה ר"ל. די וואך איז זי שוין געווארן בעסער א דאנק די טריטמענט'ס, אבער ליידער האט זי באקומען א אינפעקשאן און זי איז נפטר געווארן איבערלאזענדיג א שטוב פון 11 קינדער אינדערהיים, די יונגסטע פון זיי בלויז איין יאר אלט ה"י. זי האט אויך איבערגעלאזט א קינד פון איר שוועסטער ע"ה, וואס נאכדעם וואס איר שוועסטער איז נפטר געווארן האט זי אריינגענומען ווי אן אייגן קינד.
_____
נ.ב. איך האב ערשט געהערט די נייעס אויף קול מבשר, ווי ער האט עס געמאלדען מיט א טריקענע שטימע און טריקענע ווערטער אן קיין שום געפילן, אזוי ווי ער וואלט געמאלדען אז לי עוועניא פאטא האט א סעיל. אז ער וויל זיין א טריקענע נייעס רעפארטער וועל איך נישט האבן קיין טענות, אבער אז א אלטע פארקאלעכטע 90 יעריגע רעבעצען ווערט נפטר זאגט אייביג קול מבשר אז ס'איז געקומען די "ביטערע בשורה" אז די רעבעצען איז נפטר געווארן. אויב יענץ איז א ביטערע בשורה, וואסערע מין בשורה איז דאס ווען א 43 יעריגע מאמע פון 11 קינדער ווערט אוועקגעריסען???!!!


די הארץ רייסט, וואו מ'גייט הערט מען פון מענטשן דעם זעלבן פזמון.

ליידער די שאק איז נישט נאר פאר אירע קרובים, נאר אפי' די אייגענע קינדער זענען ערשט געוואר געווארן צוויי דריי וואכן צוריק אז די מאמע זייערע ליידט נעבעך פון די ביטערע מחלה.

הוי! ווען אלע וואסערן וואלטן געווען טרערן וואלט מען נישט גענוג געקענט וויינען אויף אזא טראגעדיע!

די לוי' האט אויסגעקוקט שרעקליך, די טרערן, בכיות, קולות וברקים עד לב השמים.

די יודעי דבר זאגן אז אזא לוי' איז דאס ערשטע אין די היסטאריע.

מ'האט שוין ליידער געהערט א יונגע מאמע גייט אוועק;

מ'האט שוין ליידער געהערט אז איינער פארלאזט די וועלט פלוצלינג;

מ'האט שוין ליידער געהערט אז עס ווערן נפטר צוויי קינדער פון די זעלבע משפחה;

מ'האט שוין ליידער געהערט אז א מאמע לאזט איבער א יונג קינד פון 10 חדשים;

אבער אלעס אינאיינעם, הוי!!!!!

ווי איז דא די כוחות דאס אריבערצוטראגן......

ווי אזוי קען א טאטע אזוי אנגיין ווען ער זעט זיין צווייטע טאכטער געזעגענט זיך, איבערלאזענדיג א שטוב מיט פיצלעך, נאר צוויי חתונה געהאט און איין חתן אין שטוב.....

זאל זי זיין א גוטע בעטער!
פארשפארט