הקטן האט געשריבן:
ב.ד.וו.
לדעתי איז נישט שייך קיין ריין עמפיריסיזם ווען יא איז א יעדער מאראש א טייך - עמפיריסיזם מיז אויך דארך גיין די פילטער פין קאמען סענס און ריזעניג
קימט אויס עט די ענד-אף-די-דעי איז פלען קאמן סענס קינג!
דאס רירט אביסל אן אין די
סופעריאריטי פון ריזען טעזע: אז
ראציאנאליזם (אין
עפיסטעמאלאגיע און די שורש פון ווי אזוי מ׳ווייסט חכמה/״עפעס״ בכלל) שטייט העכער פון
עמפיריסיזם.
אגב איז אינטרעסאנט אז לגבי
ראציאנאליזם ווס. עמפיריסיזם בעצם, טענה׳ט לייבניץ (און ס׳איז משמע אז הום איז מסכים צו אים מיט דעם) אז דאס וויסן בברירות די געזעצן פון מאטעמאטיקס אין אלע פעלער, מוז זיין אז זיי האבן פרינציפן וואס זייער פרופס זענען מיוסד אויף
ראציאנאליזם און נישט אויף די דרויסענדיגע סענסעס [
עמפיריסיזם] (הגם אן די סענסעס וואלט מען קיינמאל נישט געטראכט דערפון).
וואס איך האב געזאגט איז אז לפי הדוגלים בעמפיריסיזם וועט מען לכאורה זיכער אננעמען די Law of Truly Large Numbers וכו׳ לעומת רוה״ק, ווייל דאס איז דאך לכאורה דאך מער וועריפייעבל פון עקספיריענס לשעבר. אפילו לגבי ריין ראציאנאליזם האלט איך וועט זיין אזוי וכנ״ל, נאר מיט עמפיריסיזם איז דאס לכאורה נאך מער מסתבר.(וויטגענשטיין, אין זיין
טראקטאטוס, (און אנדערע) האט פארמולירט א טעאריע איבער
לאגיק [No-Content] וואס שטעלט און אינטעגרירט, אין א וועג, מאטעמאטיקס (וואס ראססעל און פרעגע האבן פרובירט צו רעדוצירן און מייסד זיין אויף לאגיק) אלס אן עמפירישע דיציפלין; א סארט
וועריפיקעישעניזם בתוך
לאגישע פאזיטיוויזם. ובזה, רודאלף קארנאפ און קארל פאפער האבן פארמולירט עמפירישע מהלכים וואס אנבאלאנגט ספעציעל צו פראבעביליטי. האנס רייכענבאך האט פארמולירט אן עמפירישע מהלך אין פראבעביליטי ספעציעל פאר אינפיניט טרייעלס.)
***
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער בארימטער מאטעמאטיקער פיער לאפלאס האט געהאט געזאגט, ״די וויכטיגסטע שאלות אין לעבן זענען, צום מערסטנס, עכט נאר פראבלעמען פון פראבעביליטי״.
(אקעי, ער׳ט זיך אויך (אפשר) געהאט אויסגעדרוקט צו נאפאליאן בנוגע ג-ט, ווען דער קייסער האט אים געפרעגט פארוואס ער האט נישט דערמאנט ג-ט אין זיין בוך, ״עס האט מיר נישט אויסגעפעהלט די היפאטעזיע״. צו וואס דער מאטעמאטיקער יוסף לאגראנדזש האט געזאגט, ״עס איז א פיינע היפאטעזיע, עס פארענטפערט אסאך זאכן״.)