אהרן ווידער - אנטיסעמיט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גדליה האט געשריבן:מר. ווידער איז א אויסגעצייכענטע פראדוקט פין אונזער גאנצע סיסטעם. ער שטעלט מיט זיך פאר די גאנצע מעשה, פון אנהויב ביז'ן סוף.

געווען אמאל אן אמעריקאנער באלעבאתישער איד וואס איז געפארן אויף ארץ ישראל אויף וואקאציע, אזוי זיך ארומדרייענדיג אין די ירושלימע גאסן נישט וואוסענדיג אוואו צו גיין, טרעפט איהם אן א טשאלמער און טראגט זיך אן איהם ארומצואווייזן דאס לאנד. מ'האט אפגעשמועסט אז מ'וועט ארומפארן פאר א וואך צייט, מ'האט אפגעשמועסט א פרייז פון $500, פארשטייט זיך אז דער אמעריקאנער אידל וועט אויסצאלן די האטעלן, רעסטוראנען וכו' הכל על חשבון הבארון. נאך א וואך צייט ווי מ'האט אויסגעאקערט דאס לאנד לארכה ולרחבה זאגט איהם דער טשאלמער אז ער דארף זיין צען טויזענט דאללאר, און יענער נעמט זיך טענה'ן אז מ'האט אפגעשמועסט פינעף הונדערט, זאגט איהם דער טשאלמער לאמיר גיין אין דין תורה. קומט מען אין דין תורה, שטייט דער טשאלמער גרייט מיט א געפעלשטע שטר און עדים הכל כתוב וחתום, און פארשטייט זיך אז די דיינים האבן פיין מיטגעשפילט. אונזער אידל זעהט אז ס'נישט דא וואס צו מאכן, ער איז פיין אריינגעפאלן, בלית ברירה שלעפט ער ארויס זיין טשעק בוך, שרייבט ארויס צען טויזענט דאללער פאר דעם טשאלמער, און גיבט עס איהם אהין. "דו מיינסט איך דארף דיין צעהן טויזענט דאללער?" - זאגט איהם דער טשאלמער - "האסט געוואלט איך זאל דיר באווייזן וואס ארץ ישראל איז, האב איך דיר געוואלט ווייזן..."

שוין, איז וואו בין איך דא פארקראכן... אה, האמיר שוין אמאל נאכגעברעגט פונם שפעטיווקער אז פעירלס און יאפפעד ארבעטן צוזאמען, זעהט אויס אז אהרן ווידער איז אויך אונטערגעשטעלט דורך זיי, צו ווייזן פאר די וועלט אז חרדים זענען אומציוויליזירט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט