אנגעהויבן האט זיך עס ווי נאך א גרינעם דינסטאג. א קלארע בלויע הימל, א פיינער וועטער. א פרישן טאג ערווארטעט אינעם הארץ פון ביזנעס פון די גלאוב. בווווווום! קראך! יעדער איינער געדענקט גיט ווי ער איז געשטאנען אין יענע מינוט ווען אמריקה האט זיך געטוישט פאר אייביג. איך בין דעמאלט געווען א יונגל אין חדר ווען א יונגל קומט מיר זאגן: "די ראדיו גייט שוין נישט ארבעטן ווייל די אנטענע איז אראפגעקראכט פון די צווילינג געביידע...". חסידישע קינדער מיט זייערע אנאליזן. די מנהל האט צוזאמגערופן די עולם צו זאגן קאפיטלעך תהילים נאך לאנטש. ווען מיר זענען ארויף שפילן אויפן דאך האבן מיר געזעהן שווערע רויעך, ווי א געדעכטער וואלקן, איבער גאנץ ניו יורק סיטי. אונז האבן געהאלטן אין די האנט שטיקלעך פאפירן פון די גרעסטע "פיינענס קאמפעניס" וואס זענען געקומען צופליען ווי א הילוים באלון וואס טראגט צעטלעך. די עולם איז געווען היסטעריש. אונז האסן דאך מענהעטן פונקט ווי די חברה וואס האבן עס אראפגעברענגט... אבער דאך זענען געווען היימישע יודן וואס האבן געארבעט דארט. אונזער מעכטיגער חברה הצלה האט טאקע געראטעוועט רוב פון זיי. ב"ה. ז"ל פון די וואס זענען ליידער נקרב געווארן אויפן מזבח פון "מלחמת אחרית הימים - נוסח איסלאם".
ווי ביסטו געווען דעמאלטס? ווער האט דיך אנטפלעקט די נייעס אין יענעם שווארצן דינסטאג?? וואס זענען דיינע מעמעריז???
יענעם אינדערפרי, כאשר עמודי שמים ירופפו, ביניך ארויס פון דערהיים צו גיין אין ישיבה - א וועג וואס האט מיר גענומען פון איין זייט בארא פארק צו די אנדערע.
כ'האב פון גארנישט געוואוסט. די לופט איז געווען ווייס פון אש - פערהעפס א פינף אלארם שריפה. אויף די טרעפ די גרויסע באבוב'ער שול זענען געשטאנען פאליציאנטן - פערהעפס עפעס א שיסעריי.
אנגעקומען אין ישיבה ביניך אינגאנצן ווייס, באדעקט מיט אש פון קאפ ביז פיס. עפעס א נערוועזע עקסייטמענט איז געווען אין די לופט: וואו וועט די נעקסטע אטאקע פארקומען.
יענע נאכט האט די גאנצע פאמיליע, מקטן ועד גדול, זיך ארומגעהוידלט ארום דעם ראדיא, צו הערן די רייד פון פרעזידענט בוש יר"ה.
עס ליגט מיר נאך ביז היינט אין די ביינער דעם סקרוך וואס איז אדורכגעלאפן מיין תמימות'דיגע שדרה ביים הערן מפורש יוצא מפיו: Even though I walk through the valley of the shadow of death, I will fear no evil, for you are with me.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
יענער אינדערפרי האביך געדאווענט סליחות און שחרית כוותיקין, און געגעסען פרישטיג און געגאנגען אין ישיבה לערנען. נאך מיטאג האב איך דעמאלס געלערנט אין אחווה שול מיט א חברותא און א קליינע עולם. איינער איז אריין אין ביהמ"ד און ער האט זיך גענומען שמועסן מיט די ירושלימ׳ער יונגעלייט לעבן מיר אויפ׳ן באנק, על דא ועל הא, נישט עפעס עקסטער.
פלוצלונג דרייט ער זיך צו מיר, "תשמע, נכנס איזה מטוס למגדל התאומים, האמריקאים מתחילים להרגיש, וויי וויי וויי וויי".
איך האב געמיינט עס איז סתם אן עקסידענט געשען, און איך האב זיך נישט וויסענדיג געמאכט. דערנאך בין איך ארויס געגאנגען פאר א פאפיראסל, און יענער שמועסער זיצט אין זיין קאר מיט די ראדיא אנגעצינדען און אן עולם ארום. איך האב דארט אביסל אויסגעהערט, ווי די שמועות זענען געלאפען ארום די וועלט, אז עס פליט א פליגע צום ווייסען הויז ועוד.
שטייענדיג אזוי אינדערויסען פון אחווה שול, איז ארויס געקומען פון ביהמ"ד ר׳ חיים קויבער. ער איז א ירושלימ׳ער אידל, אן עכטע זיסהייט פון א מענטש, וואס האט געלערנט אגאנצע טאג בשמחה ובתמימות און ווייס נישט פון גארנישט. ער האט אונז געפרעגט וואס טומולט זיך, און מיר האבען איהם געזאגט אז אין אמעריקא איז לעבעדיג מיט די אראבער. מ׳האט איהם געזאגט אז עס איז דא א שמועה אז א פליגע איז אריין אין דער ווייסער הויז.
"וואס איז דאס?"
"דער הויז ווי דער פרעזידענט פון אמעריקא לעבט און ארבעט"
"דארט זיצט ניקסאן?"
בקיצור, מ׳האט איהם אויך געזאגט אז דער טווין טאוערס אין מאנהאטען ברענט. ער (דער ירושלימ׳ער איד׳ל וואס איז אין זיין לעבן נישט געווען אין אמעריקא) האט זיך דערשראקען, "עס איז דאך מסתמא דא פיהל אידען דארט!" און ער איז גלייך צוריק אריין אין ביהמ"ד צו זאגען אפאר קאפיטלעך תהלים. שעמעדיגעהייט בין איך איהם נאכגעגאנגען און פראבירט צו ענדיגען די סדר.
יענער נאכט בין איך געגאנגען אין ישיבת בריסק לערנען די נאכט סדר. איך האב נישט געקענט דערהייבען די שמועות און מעשיות, און איך האב פארמאכט מיין קאפ צו די מעשה ביז א פאר וואכען שפעטער. איך געדענק אז פאר׳ן סדר האב איך געשמועסט מיט א בחור אינדערויסען וועגען אן עכט זייטיגע נושא.
יענער נאכט אין דירה האט יעדער אויסגעהערט בי.בי.סי., און איך האב געהערט איין זאץ, ווי זיי פרעגן איינער מיט א שטארקען אקצענט, ווער וואלט געוואלט טון אזא מעשה, און יענער ענטפערט אז אמעריקא האט שוין געטון גענוג און נאך שלעכטס ארום די וועלט
איך האב זיך אבער גלייך געלייגט שלאפען, איך קען נישט דערהייבען אזויפיהל נייעס אין איין טאג. די נעקסטע טאג האט מען געהערט אז דער שכן הגאון ר׳ אפרים זאלאזניק איז שטארק איבערגענומען ווייל א תלמיד זיינער האט געהאט א טאטע וואס איז געווען אין בנין דעמאלס.
הוספה: איך דערמאן זיך יעצט אז דעמאלס האט קופת העיר (דאס איז איידער די ברכות\הבטחות עפאכע) פארשפרייט בילדער פון די ברענענדיגע געביידעס, עלעהיי עס וואלט עפעס געהאט מיט זיי. האט מיר איינער געוויזען אז די שטיקלעך שטויב אויף די בילדער זענען נישט קיין שטויב, נאר מענטשען וואס טאנצען פון די בניינים. מער האב איך נישט געקענט קוקען די בניינים.
אגב, נעכטן האב איך גענומען די קאר פאר אן אויל טשעינדזש (יא, מ׳איז מתיר א שינוי כלשהוא, רח"ל) און ווארטענדיג דארט זעי איךווי דער גוי זיצט און הערט אויפ׳ן קאמפיוטער די נעמען וואס מ׳רופט יערליך אויס. ער האט מיר פארציילט אז זיין טאטע איז געווען א סטעיט טרופער, און ער איז ערשט אהיים געקומען זעקס וואכען נאך דעם, צוליעב זיין ארבעט ארום די ברענענדיגע ארט. דער מענטש אליינס איז געווען א וואלונטיר עפעס, אוןמ׳האט איהם קווארטירט אין דזשערזי סיטי ווי ער האט ארויס געהאלפען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא